פרעזידענט ביידענ'ס ערשטע אינטערנאצינאלע רייזע - יוני 10 - 17

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלף
תגובות: 1114
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: פרעזידענט ביידענ'ס ערשטע אינטערנאצינאלע רייזע - יוני 10 - 17

תגובהדורך עירוב תבשילין » פרייטאג יוני 11, 2021 5:36 am

היינט האט דער פרעזידענט געהאט א פריוואטער זיצונג מיט דער בריטישער פרעמיער-מיניסטער באריס דזשאנסאן.

אנדערש פון רוב מערב-וועלט פירער, איז באריס דזשאנסאן געווען אין גאנץ גוטע טערמינען מיטן געוועזענעם פרעזידענט טראמפ. אבער דזשאנסאן איז א געריבענער פאליטיקאנט, און האט געכאפט אז ער דארף אויסדרייען דעם דאשיק, און גוט ווערן מיט טראמפ'ס שונא נומער איין, 'פרעזידענט ביידען'.

די צוויי האבן אנגעקניפט גאנץ ווארעמע באציאונגען זינט ביידען איז געווארן פרעזידענט, און כאטש ס'איז דא פארשידענע פאליטישע מיינונגס-פארשידנהייטן, איז דער באגעגעניש געווען א גאר ווארעמע.

דער פרעזידענט איז דערנאך ארויסגעקומען מיטן בריטישער פרעמיער-מיניסטער און זיין פרוי, וואו זיי האבן שפאצירט נעבן א טייך, און ווי אויך זיך באגריסט איינער דעם צווייטן פארנט פון די פרעסע מיט ווארעמע רייד.
jp news
אז ס'גייט נישט ווי דו ווילסט דאן וויל ווי ס'גייט

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלף
תגובות: 1114
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: פרעזידענט ביידענ'ס ערשטע אינטערנאצינאלע רייזע - יוני 10 - 17

תגובהדורך עירוב תבשילין » פרייטאג יוני 11, 2021 5:37 am

פרעזידענט ביידען באצייכנט זיין רייזע אלץ א צוריקקער פון אמעריקע צו שטיין אין שפיץ פון דער וועלט, ספעציעל פון די דעמאקראטישע וועלט.

ס'איז נישט קיין סוד אז פרעזידענט ביידען האט געזען דעם פריערדיגן פרעזידענט טראמפ, אלץ איינער וואס האט אראפגעקלאפט אמעריקע'ס אויסזען איבער דער וועלט, און האט זיך ארומגעאמפערט מיט אמעריקאנער אליאירטע. ביידען זעט זיין יעצטיגע רייזע אלס א צוריקדריי פון די צייטן וואס ער האלט אז אמעריקע איז געווען אפגעזונדערט און דערנידערט אין די אויגן פון דער וועלט.
jp news
אז ס'גייט נישט ווי דו ווילסט דאן וויל ווי ס'גייט

אוועטאר
פון אמעריקע
שר חמש מאות
תגובות: 803
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 17, 2021 1:42 pm

Re: פרעזידענט ביידענ'ס ערשטע אינטערנאצינאלע רייזע - יוני 10 - 17

תגובהדורך פון אמעריקע » פרייטאג יוני 11, 2021 7:50 am

האב איך נישט געוויסט אז jp איז אפיניען, נעקסט.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג

אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 10924
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: פרעזידענט ביידענ'ס ערשטע אינטערנאצינאלע רייזע - יוני 10 - 17

תגובהדורך moishy56 » זונטאג יוני 13, 2021 8:08 am

.
US President Joe Biden has given UK Prime Minister Boris Johnson a hand-built bicycle at their first meeting as G7 leaders in south-west England.

It was made by a small Philadelphia firm that was given just a few days to build a red, white and blue bike that normally takes months to construct.

Mr Johnson has often been spotted cycling around London.

His own gift to Mr Biden was a framed picture of a mural showing the US anti-slavery campaigner Frederick Douglass.

אוועטאר
פאסט טרעגער
שר חמש מאות
תגובות: 681
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: פרעזידענט ביידענ'ס ערשטע אינטערנאצינאלע רייזע - יוני 10 - 17

תגובהדורך פאסט טרעגער » זונטאג יוני 13, 2021 8:33 am

און א שריט וואס צייגט די אפענע היפאקריטסווע פון די לינקע מידיע האט די טיים מאגאזין שוין ארויסגעגעבן די קאווער וואס זיי גייען לייגען נאך די געשפרעך מיט פוטין, (ווייל אפילו עס גייט זיין א דורכפאל גייען זיי עס קאווערן פאזיטיוו)

מערקט ווי מען פרובירט אים צו מאכן אויסקוקען אינגער.... נעבעך.....


biden-putin-time.jpg
biden-putin-time.jpg (160.35 KiB) געזעהן 204 מאל

קוק אויף דיך אליינס
שר האלפיים
תגובות: 2325
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: פרעזידענט ביידענ'ס ערשטע אינטערנאצינאלע רייזע - יוני 10 - 17

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מאנטאג יוני 14, 2021 3:08 pm

93408.jpeg
93408.jpeg (218.57 KiB) געזעהן 65 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”