עציץ נקוב האט געשריבן:עס גייט זיין א חורבן ה"י ווייל עס וועט נישט זיין קיין העלטקעיר בכלל אפילו פאר געלט (קען זיין עס וועט נעמען אפאר יאר) יעצט כאטש קען מען באקומען העלטקעיר און עס איז דא ארגעניסעישענס וואס העלפען וועגן געלט וכו'
וואזוי האט נאר יו"ט ערליך געזונגען? נישט אמת! נישט אמת נישט אמת נישט אמת נישט אמת.
יעצט האט אויך יעדער אינשורענס, קיינער צאלט נישט קיין קעש, און העכער 65 יאר איז אינגאנצן בחינם, נו היינט צאלסטו פאר א פאליסי וואס נערט דיך אפ און צאלט נישט פאר נארמאלע זאכן וויל מען מאכן איין גרויסע פאליסי דאס איז א גרויסע ישועה!!
עציץ נקוב האט געשריבן:איך האב אסאך חבירים אין מאנטריאל און איך קען שרייבן עטליכע מעשיות וואס זיי האבן געהאט אבער איך האב מורא פון גילוי ווער עס איז עכט נייגעריג וועל איך שרייבן פריוואט
וואזוי האט נאר יו"ט ערליך געזונגען? נישט אמת! נישט אמת נישט אמת נישט אמת נישט אמת.
אינטערעסאנט אז 1) קיינער קומט נישט אהער פאר רפואה, בלויז פאר ספעציאליסטן, און אויף אזא פאל פארט מען אויך אהין פון דא, 2) מען קען קויפן פריוואטע אינשורענס אין קאנאדא, אבער קיינער קויפט עס נישט, דער עולם איז העכסט צופרידן מיט וואס מען האט.
עציץ נקוב האט געשריבן:און וועגן ענגלאד ווייס איך אפאר מענטשען וואס זענען געקומען פאר רפואה
וואזוי האט נאר יו"ט ערליך געזונגען? נישט אמת! נישט אמת נישט אמת נישט אמת נישט אמת.
1) עיין כנ"ל, 2) דער NHS איז אזוי שטארק באליבט ביים פאלק, אז עס האט געווינען די חשובסטע אווארד פון לאנד, און מען האט עס געגעבן פאר זיי ביי די גרעסטע שפיל מיט מיליאנער צושויער.
עציץ נקוב האט געשריבן:חוץ פון די מעשיות וואס איז שוין געווען דא וואס די גאווערנמעד איז מחליט ווער מעג מער נישט לעבן און זיי לאזן אפילו נישט נעמען צו אן אנדערע לאנד (איך געדענק נאך ווען מען האט חוזק געמאכט פון די דעט פענעלטיס וואס מען האט גערעדט ווען אבאמא האט געהאפט איבערנעמען די גאנצע העלטקעיר דארט איז עס באמת שוין אזוי)
וואזוי האט נאר יו"ט ערליך געזונגען? נישט אמת! נישט אמת נישט אמת נישט אמת נישט אמת.
דא איז אלעמאל דא אויך געווען דאס געזעץ פון טעקסעס ביז ניו יארק, אז דאס אינשורענס און שפיטאל איז מחליט ווען אראפ צו נעמען פון לייף סופארט, און נישט נאר דאס, מען לאזט דיר אפילו נישט באצאלן פון דיין טאש צו האלטן אזא איינעם ביים לעבן, און שפיטעלער וועלן אים נישט ארייננעמען פאר מיליאן דאלאר.
סוף דבר, די אלע שקרים וואס מען האט מיר פאר קויפט יארן לאנג איז שטותים והבלים. איך בין אויך געווען שאקירט ווען איך האב אביסל געטוען דערין, אדרבה מיט אן אפענע קאפ גיי נאך אלעס וואס שטייט דא ודוק ותמצא נח"ת, השתות יהרסון.