דעמאקראטישער סטעיט סענאטאר פון נ. י.: "סינגעל פעיאר סיסטעם קען פעסן ביידע הייזער!"

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

והיתם נקיים
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: דעמאקראטישער סטעיט סענאטאר פון נ. י.: "סינגעל פעיאר סיסטעם קען פעסן ביידע הייזער!"

תגובהדורך והיתם נקיים » דאנארשטאג יוני 10, 2021 2:21 pm

בן טוב האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
קארן האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
קארן האט געשריבן:איך וואוין דא און לאנדאן, און פארקויף מיר נישט קיין ליגנטס.

1) דו ביסט אזוי ווי גוגל אין מיינע אויגן, א ניק איז נישט קיין מענטש, אוודאי קען מען האבן טענות אויפן שפיטאל, דא איז אויך דא אזעלכע, אבער אן ארויסברענגען די חסרונות האסטו גארנישט געזאגט.

2) צאלסט פון דיין טאש, אדער דו נוצט די ״עקעלדיגע״ NHS?

איך נוץ די NHS, פשוט ווייל איך האב נישט קיין געלט צו צאלן פאר פריוואט אינשורענס. און לגבי די חסרונות, אז איך וועל האבן צייט וועל איך ארויפלייגן דא א ליסט פון זאכן וואס איז אנדערש פון אמעריקע, און מיינע אויגן שטייט די אמעריקאנע העלט קעיר סיסטעם אסאך בעסער ווי די ענגלישע.

משאכ איך מוז בלית ברירה צאלן פאר פריוואטע אינשורענס...

וואס ווילסטו ענדערש, פארמאכן דעם ען עידזש עס, און קויפן אינשורענס ווי א טאטעלע אויף דעם אמעריקאנעם סיסטעם וואס דו האלטסט בעסער? אדער ווייטער האבן דעם ען עידזש עס ווי ביז אהער?

ווייל דאס איז דער שמועס דא!


איך זאג נישט. איך פרעג.

די שאלה איזנאר צו זיי ווילן מאכן דא אזוי ווי אין לאנדאן/קאנאדע א universal health care אדער נאר א single payer

קאנאדא האט א סינגעל פעיער העלט קעיר סיסטעם, און ענגלאנד האט א סאושעלייזד מעדיצין העלט קעיר סיסטעם. ביידע גייען אריין אין כלל יוניווערסעל העלט קעיר.

קארן
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: דעמאקראטישער סטעיט סענאטאר פון נ. י.: "סינגעל פעיאר סיסטעם קען פעסן ביידע הייזער!"

תגובהדורך קארן » דאנארשטאג יוני 10, 2021 2:46 pm

והיתם נקיים האט געשריבן:
קארן האט געשריבן:וואס עס טוט זיך און אנדערע לענדער ווייס איך נישט , אבער וואס עס טוט זיך און ענגלאנד ווייס איך שוין איינמאל.

דאס איז דאך די זאך, דו ווייסט נישט וואס טוט זיך אין אנדערע לענדער.

מיינסט אז די אמעריקענער עולם איז צופרידן מיט זייער העלט קעיר? הה"ד יענעמ'ס גראז איז גרינער.

דאס זאג איך טאקע, @בערישל וויל ברענגן א ראי פון ענגלאנד און קאנאדא ווי גוט סאיז , האב איך געשריבן, אז איך וואוינענדיג און ענגלאנד, ווייס איך אז די מצב איז גארנישט אזוי גוט דא מיט די העלט סיסטעם.

קארן
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: דעמאקראטישער סטעיט סענאטאר פון נ. י.: "סינגעל פעיאר סיסטעם קען פעסן ביידע הייזער!"

תגובהדורך קארן » דאנארשטאג יוני 10, 2021 2:48 pm

והיתם נקיים האט געשריבן:
קארן האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
קארן האט געשריבן:איך וואוין דא און לאנדאן, און פארקויף מיר נישט קיין ליגנטס.

1) דו ביסט אזוי ווי גוגל אין מיינע אויגן, א ניק איז נישט קיין מענטש, אוודאי קען מען האבן טענות אויפן שפיטאל, דא איז אויך דא אזעלכע, אבער אן ארויסברענגען די חסרונות האסטו גארנישט געזאגט.

2) צאלסט פון דיין טאש, אדער דו נוצט די ״עקעלדיגע״ NHS?

איך נוץ די NHS, פשוט ווייל איך האב נישט קיין געלט צו צאלן פאר פריוואט אינשורענס.

דאס מיינט אז אין אמעריקע וואלסטו "גארנישט" געהאט (אויסער אויב דו ביסט עלידזשיבל פאר די רעגירונגס באצאלטע אינשורענס גערופן מעדיקעיד).

אבער דו ביסט אומצופרידן ווייל דו באקומסט נישט מער...

האב איך שוין פריער געשריבן, אז פון אמעריקאנער מעדיקעיד באקומט מען אסאך מער און בעסערע סערוויסעס ווי דא און ענגלאנד אונטער די NHS.

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: דעמאקראטישער סטעיט סענאטאר פון נ. י.: "סינגעל פעיאר סיסטעם קען פעסן ביידע הייזער!"

תגובהדורך בעריש'ל » דאנארשטאג יוני 10, 2021 2:53 pm

קארן האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:
קארן האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
קארן האט געשריבן:איך וואוין דא און לאנדאן, און פארקויף מיר נישט קיין ליגנטס.

1) דו ביסט אזוי ווי גוגל אין מיינע אויגן, א ניק איז נישט קיין מענטש, אוודאי קען מען האבן טענות אויפן שפיטאל, דא איז אויך דא אזעלכע, אבער אן ארויסברענגען די חסרונות האסטו גארנישט געזאגט.

2) צאלסט פון דיין טאש, אדער דו נוצט די ״עקעלדיגע״ NHS?

איך נוץ די NHS, פשוט ווייל איך האב נישט קיין געלט צו צאלן פאר פריוואט אינשורענס.

דאס מיינט אז אין אמעריקע וואלסטו "גארנישט" געהאט (אויסער אויב דו ביסט עלידזשיבל פאר די רעגירונגס באצאלטע אינשורענס גערופן מעדיקעיד).

אבער דו ביסט אומצופרידן ווייל דו באקומסט נישט מער...

האב איך שוין פריער געשריבן, אז פון אמעריקאנער מעדיקעיד באקומט מען אסאך מער און בעסערע סערוויסעס ווי דא און ענגלאנד אונטער די NHS.

1) למשל וואס? 2) אויב איז עס אמת, דארף מען דאך טאקע געבן פאר יעדן דאס.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
-----
וואס איז די הייפ ארום באנאנו קאון, די ערשטע קאון וואס מען קען טרעידן בחינם... דא: שלום עליכם, מאכט אייך היימיש!

veltsman
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 03, 2014 8:48 pm

Re: דעמאקראטישער סטעיט סענאטאר פון ניו יארק: "א סינגעל פעיאר סיסטעם האט די וואוטס צו פעסן ביידע הייזער!

תגובהדורך veltsman » דאנארשטאג יוני 10, 2021 3:10 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:ברוך השם!


פאר די שרייבסט הייב אויף א טעלעפון צו עני קאנאדישע בירגער צו הערן וואו ״גוט״ דאס איז ...
קענסט אויך פרעגן סיי וועלכע אמעריקאנע וואס איז אינוואלווד אין העלפן חולי ישראל

איך בין גאנץ באקאנט מיט די העלט סיסטעם אין קאנאדא און איך זאג דיר אז עס איז אסאך בעסער ווי אין ניו יארק,
אוודאי איז דא אויסנאם שפיטעלער ווי קאלאמביע אדער אנדערע, אבער דאס איז נישט פאר רוב אמעריקאנער

בן טוב
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: דעמאקראטישער סטעיט סענאטאר פון נ. י.: "סינגעל פעיאר סיסטעם קען פעסן ביידע הייזער!"

תגובהדורך בן טוב » דאנארשטאג יוני 10, 2021 3:29 pm

והיתם נקיים האט געשריבן:קאנאדא האט א סינגעל פעיער העלט קעיר סיסטעם, און ענגלאנד האט א סאושעלייזד מעדיצין העלט קעיר סיסטעם. ביידע גייען אריין אין כלל יוניווערסעל העלט קעיר.

וואס זענען די דעטאלן וויאזוי ארבעט עס אין וויאזוי ווילן זיי עס מאכן אין New york?

Programming
שר האלפיים
תגובות: 2116
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: דעמאקראטישער סטעיט סענאטאר פון נ. י.: "סינגעל פעיאר סיסטעם קען פעסן ביידע הייזער!"

תגובהדורך Programming » דאנארשטאג יוני 10, 2021 3:49 pm

דאס איז באמת די מיליאן דאלאר פראגע, אזא סיסטעם האט גאר שטארק צו טון וויאזוי מען סעט דאס אויף, יעדע קנייטש ארויף אדער אראפ מאכט גאר אסאך אויס. דאס מוז אויסגעארבעט ווערן דורך אמת'ע עקספערטן, נישט דורך אידעאלאגן אדער מען זאל פרובירן צופרידן צו שטעלן די ספעציעלע אינטערעסן אויפן חשבון פון די פראגראם'ס סוקסעס.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 16525
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דעמאקראטישער סטעיט סענאטאר פון נ. י.: "סינגעל פעיאר סיסטעם קען פעסן ביידע הייזער!"

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג יוני 10, 2021 3:57 pm

קארן האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:
קארן האט געשריבן:וואס עס טוט זיך און אנדערע לענדער ווייס איך נישט , אבער וואס עס טוט זיך און ענגלאנד ווייס איך שוין איינמאל.

דאס איז דאך די זאך, דו ווייסט נישט וואס טוט זיך אין אנדערע לענדער.

מיינסט אז די אמעריקענער עולם איז צופרידן מיט זייער העלט קעיר? הה"ד יענעמ'ס גראז איז גרינער.

דאס זאג איך טאקע, @בערישל וויל ברענגן א ראי פון ענגלאנד און קאנאדא ווי גוט סאיז , האב איך געשריבן, אז איך וואוינענדיג און ענגלאנד, ווייס איך אז די מצב איז גארנישט אזוי גוט דא מיט די העלט סיסטעם.

איז עס בעסער ווי אליינס קויפן אינשורענס?

ווייל דאס איז דער אמעריקאנער סיסטעם. (מעדיקעיד איז א בחינה ווי קמחא דפסחא אפיציעל, נישט "דער סיסטעם".)
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט