נייע בום-סופערסאניק פליגערס וועלן פליען פון ניו יארק קיין אר"י אין בלויז 6.5 שעה

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: בקרוב: רייזע פון ניו יארק קיין ארץ ישראל אין בלויז 6.5 שעה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
נאכמיטאג האט געשריבן:
הײמישער זײגער האט געשריבן:SPEED
MACH 1.7

5,660 mi
Distance from New York to Tel Aviv-Yafo
divide by 1304
is 4:30 hours

לייג צו די 150 מפ"ש ווינט פון די סטרים איז עס 3:45 שעה

אויב איז עס טאקע 5660 מייל קיין אי, איז דאס מער פון די 4888 מייל וואס די פליגער קען פליען אין איין שאס...

לגבי דיין חשבון, רעכענסט נישט אריין טעקסי און טעיקאףף וואס קען רואיג צולייגן א שעה צום פלייט.

לגבי די קאנקארד, די קאנקארד איז געפלויגן 2 מאל די שנעלקייט פון סאונד, דער פליגער פליעט 1.7 די שנעלקייט פון סאונד, מילא קומט אויס אז די קאנקארד איז געפארן עטוואס שנעלער.

ועוד, דארף מען רעכענען אז איינע פון די לימיטעישאנס פון א פליגער וואס פליט ביי סופערסאניק שנעלקייט איז אז מ'איז זייער באגרעניצט ווען עס קומט צו פליען העכער די יבשה.

א גאר גרויסע חלק פון די פלייט ראוט פון ניו יארק קיין אר"י איז העכער יוראפ, קען זיין אז פארדעם רעכענען זיי אז ס'וועט נעמען אזויפיל צייט, ווייל בלויז די ערשטע האבל פון די רייזע וועט ווערן געשניטן מיט אזויפיל.

די קאנקארד בשעתו האט נאר געמעגט ארויפציען צו דעי גאר שנעלע ספיד ווען ער איז שוין נישט געווען העכער די יבשה.

די ריזען איז געווען ווייל די קולות פון די ענדזשין איז צו הויך, אבער דא טרייען זיי עס זאל פארן מיט אלטערנאטיווע כוחות, וועט עס קענען פארן מער העכער יבשה
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: בקרוב: רייזע פון ניו יארק קיין ארץ ישראל אין בלויז 6.5 שעה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

בעריש'ל האט געשריבן:
משה בן יעקב האט געשריבן:אויב אילאן מאסק גייט אריין שפרינגען אין דעם געפעכט, גייט עס האבען א שאנס, אז נישט, איז עס לכאורה סתם א חלום....

אילאן מאסק האט שוין פראדוצירט סעלף דרייווינג קארס? ביז ווילאנג דאס איז נישט פארטיג זאל ער גארנישט טוען! דאס וועט טוישן די וועלט, ער זאל אוועקלייגן אלעס אנדערט אין די זייט.

וואס וועלן טון די ארימע קאר סערוויס/אובער דרייווערס?

די איטליכע פרנסות וואס מ'קען נאך יא האבן אין אמעריקא, ווילסט אויך אז מ'זאל מבטל זיין, און אלעס זאל גיין פאר אילאן מאסק??!!
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
לאמיר פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2016 9:56 pm

Re: בקרוב: רייזע פון ניו יארק קיין ארץ ישראל אין בלויז 6.5 שעה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמיר פארשטיין »

פופציגער האט געשריבן:פאר אלע שונאים אזאכע בקרוב'ס...
דעמאלס וועט דאך שוין מיין קאר אויך קענען פליען.

איז דאס א ערנסטער פלאן. אדער בלויז נאך א פנטאזיע אין די סעריע פון אנדערע טויזענטער פירמעס וואס פאנטאזירן הויעך?

וועט דאס אויך מאכען ראודס צו די EU / מקומות אדער נאר לענגערע טריפס ?
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: בקרוב: רייזע פון ניו יארק קיין ארץ ישראל אין בלויז 6.5 שעה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

נא_שכל האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
משה בן יעקב האט געשריבן:אויב אילאן מאסק גייט אריין שפרינגען אין דעם געפעכט, גייט עס האבען א שאנס, אז נישט, איז עס לכאורה סתם א חלום....

אילאן מאסק האט שוין פראדוצירט סעלף דרייווינג קארס? ביז ווילאנג דאס איז נישט פארטיג זאל ער גארנישט טוען! דאס וועט טוישן די וועלט, ער זאל אוועקלייגן אלעס אנדערט אין די זייט.

וואס וועלן טון די ארימע קאר סערוויס/אובער דרייווערס?

די איטליכע פרנסות וואס מ'קען נאך יא האבן אין אמעריקא, ווילסט אויך אז מ'זאל מבטל זיין, און אלעס זאל גיין פאר אילאן מאסק??!!

ווען קארס זענען באשאפן געווארן, האבן די שארערס פון פערד אפפאל געהאט א טענה אז מען נעמט זיי צו די פרנסה, ווען וואקסינען פאר פאליא איז באשאפן, איז די קאמפאני פון די לונגען מאשין געגאנגען באנקראט.

און אונזער יענג האלט דאך פון UBI טאקע דערפאר.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: נייע בום-סופערסאניק פליגערס וועלן פליען פון ניו יארק קיין אר"י אין בלויז 6.5 שעה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

אז מען רעדט שוין.. יארמער רב האט פארציילט אז מען האט איינעם געמאלדן אז זיין טאטע איז אוועק אין לאנדאן האט ער געכאפט די קאנקארד און אנגעקומען פאר יציאת נשמה ווייל ער איז געפארן 3 שעה און די זייגער איז 5 שעה געריקט.
טראכט און חלוםט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:59 pm

Re: נייע בום-סופערסאניק פליגערס וועלן פליען פון ניו יארק קיין אר"י אין בלויז 6.5 שעה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט און חלוםט »

כהאב נעכטן געלאנדעט פון א אכט שעהדיגע וועג , האב איך גטראכט , אז דער פליגער פארט שוין די לעצטע פערציג יאר , די זעלבע שנעל , צייט פאר א טויש הלואי
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: בקרוב: רייזע פון ניו יארק קיין ארץ ישראל אין בלויז 6.5 שעה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

הײמישער זײגער האט געשריבן: NM
IMG_0193.JPG
IMG_0192.JPG

נעה... די מעניו איז בכלל נישט עפעס מורא'דיג...
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
כ'לאך
שר האלף
תגובות: 1113
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 11:40 am

Re: בקרוב: רייזע פון ניו יארק קיין ארץ ישראל אין בלויז 6.5 שעה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'לאך »

קאנסאלטענט האט געשריבן:
הײמישער זײגער האט געשריבן: NM
IMG_0193.JPG
IMG_0192.JPG

נעה... די מעניו איז בכלל נישט עפעס מורא'דיג...

שטעל זיך פאר מ׳געבט דיר דארט א ריזיגע ריב סטעיק מיט א בארג מעש פאטעיטעס מיט א טשיפס אריינגעשטאכן פון אויבן מיט סטרינג בינס די לייגסט נאר אריין דיין גאפל אינעם סטעיק אינמיטן שטייט שוין איינער העכער דיין קאפ אראפצונעמען זיין הוט ווייל די פליגער האט שוין געאנקערט?!
כ׳לאך ווען ס׳איז מיר גוט. נישט ווען דער פאטאגריפער הייסט
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

כ'לאך.

נ.ב. אז די פליגער האט געברויכט אנקערען שטייט עער אין פיל גרעסערע צרות ווי אן אומפארענדיגטע סטעיק..
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: נייע בום-סופערסאניק פליגערס וועלן פליען פון ניו יארק קיין אר"י אין בלויז 6.5 שעה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

עפעס איז געווארן מיט דעם נייעם עראפלאן?
אוועטאר
הינגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע: אויפן טיש

Re: נייע בום-סופערסאניק פליגערס וועלן פליען פון ניו יארק קיין אר"י אין בלויז 6.5 שעה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הינגער »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:עפעס איז געווארן מיט דעם נייעם עראפלאן?

ביסט נאכנישט געפארן אויף דעם פליגער?
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: נייע בום-סופערסאניק פליגערס וועלן פליען פון ניו יארק קיין אר"י אין בלויז 6.5 שעה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

הינגער האט געשריבן:
אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:עפעס איז געווארן מיט דעם נייעם עראפלאן?

ביסט נאכנישט געפארן אויף דעם פליגער?

ניין
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: נייע בום-סופערסאניק פליגערס וועלן פליען פון ניו יארק קיין אר"י אין בלויז 6.5 שעה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:עפעס איז געווארן מיט דעם נייעם עראפלאן?

מעקסט דיך שוין אויסלערנען, א יעדע אויפטרעף נייעסל וואס קומט ארויס פון דעם לענדל, דארף מען נעמען with a grain of salt

דערמאנט אונז, ווי מארטש 2020 האט דזשערוסאלעם פאוסט טראומפירט אז ביז 4 וואך גייט זיין א וואקסין.
#בשיטה נישט
די הייליגע זיידע'ס
שר האלף
תגובות: 1164
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 4:58 am

Re: נייע בום-סופערסאניק פליגערס וועלן פליען פון ניו יארק קיין אר"י אין בלויז 6.5 שעה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די הייליגע זיידע'ס »

כ’האב געהערט נאכזאגן (אומבאשטעטיגט...) אז ווען מ’האט דערציילט פאר הגאון רבי אברהם גניחובסקי זצ”ל פון טשעבין, איבער אזא מין פליגער וואס וועט פליען אזוי שנעל, אדער נאך שנעלער. האט ער געטראכט און געזאגט אז לכאורה א איד וואס וועט זיך אויפוועקן אינדערפרי נאך זמן קרי”ש ח”ו, וועט זיין מחויב (ווייל ס’איז א דאורייתא) צו צאלן ביז א דריטל(!) פון זיין פארמעגן, און ’כאפן’ א פליגער קיין אמעריקע צו אניאגן זמן קרי”ש.

טעכניש, לכאורה קען עס נישט ארבייטן (דערווייל, ביז מ’וועט טרעפן נאך א שנעלערע...) ווייל אויב וועקט ער זיך אויף נאכן זמן קרי”ש, און דארף נאך אניאגן באקן א טיקעט, פארן צום עירפארט, אריינטשעקן, סקיאריטי וכו וכו וכו, וועט ער שוין נישט לאנדן אין אמעריקע פארן אמעריקאנעם זמן........
מיט יארן צוריק, זענען מיר געווען
’די הייליגע אייניקלעך’
היינט זענען מיר
די הייליגע זיידע’ס’
צדוק
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 23, 2021 9:11 pm

Re: נייע בום-סופערסאניק פליגערס וועלן פליען פון ניו יארק קיין אר"י אין בלויז 6.5 שעה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדוק »

די הייליגע זיידע'ס האט געשריבן:כ’האב געהערט נאכזאגן (אומבאשטעטיגט...) אז ווען מ’האט דערציילט פאר הגאון רבי אברהם גניחובסקי זצ”ל פון טשעבין, איבער אזא מין פליגער וואס וועט פליען אזוי שנעל, אדער נאך שנעלער. האט ער געטראכט און געזאגט אז לכאורה א איד וואס וועט זיך אויפוועקן אינדערפרי נאך זמן קרי”ש ח”ו, וועט זיין מחויב (ווייל ס’איז א דאורייתא) צו צאלן ביז א דריטל(!) פון זיין פארמעגן, און ’כאפן’ א פליגער קיין אמעריקע צו אניאגן זמן קרי”ש.

טעכניש, לכאורה קען עס נישט ארבייטן (דערווייל, ביז מ’וועט טרעפן נאך א שנעלערע...) ווייל אויב וועקט ער זיך אויף נאכן זמן קרי”ש, און דארף נאך אניאגן באקן א טיקעט, פארן צום עירפארט, אריינטשעקן, סקיאריטי וכו וכו וכו, וועט ער שוין נישט לאנדן אין אמעריקע פארן אמעריקאנעם זמן........

אפשר האט ער גערעדט אז יעדע איד דארף צאלן ביז א דריטל פון זיין פארמעגן צו האבן אזאנס אין זיין בעיקיארד...
די הייליגע זיידע'ס
שר האלף
תגובות: 1164
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 4:58 am

Re: נייע בום-סופערסאניק פליגערס וועלן פליען פון ניו יארק קיין אר"י אין בלויז 6.5 שעה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די הייליגע זיידע'ס »

צדוק האט געשריבן:
די הייליגע זיידע'ס האט געשריבן:כ’האב געהערט נאכזאגן (אומבאשטעטיגט...) אז ווען מ’האט דערציילט פאר הגאון רבי אברהם גניחובסקי זצ”ל פון טשעבין, איבער אזא מין פליגער וואס וועט פליען אזוי שנעל, אדער נאך שנעלער. האט ער געטראכט און געזאגט אז לכאורה א איד וואס וועט זיך אויפוועקן אינדערפרי נאך זמן קרי”ש ח”ו, וועט זיין מחויב (ווייל ס’איז א דאורייתא) צו צאלן ביז א דריטל(!) פון זיין פארמעגן, און ’כאפן’ א פליגער קיין אמעריקע צו אניאגן זמן קרי”ש.

טעכניש, לכאורה קען עס נישט ארבייטן (דערווייל, ביז מ’וועט טרעפן נאך א שנעלערע...) ווייל אויב וועקט ער זיך אויף נאכן זמן קרי”ש, און דארף נאך אניאגן באקן א טיקעט, פארן צום עירפארט, אריינטשעקן, סקיאריטי וכו וכו וכו, וועט ער שוין נישט לאנדן אין אמעריקע פארן אמעריקאנעם זמן........

אפשר האט ער גערעדט אז יעדע איד דארף צאלן ביז א דריטל פון זיין פארמעגן צו האבן אזאנס אין זיין בעיקיארד...

הלוואי איך זאל האבן דריי מאל וויפיל עס קאסט......... :lol: :lol: :lol: :lol: ;l;p- ;l;p- ;l;p-
מיט יארן צוריק, זענען מיר געווען
’די הייליגע אייניקלעך’
היינט זענען מיר
די הייליגע זיידע’ס’
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: נייע בום-סופערסאניק פליגערס וועלן פליען פון ניו יארק קיין אר"י אין בלויז 6.5 שעה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:עפעס איז געווארן מיט דעם נייעם עראפלאן?

די קאמפעני טעסלא ארבעט יעצט אויף אזא פליגער צוזאמען מיט די אמעריקאנע עיר פארס.

אזא פליגער צו בויען נעמט א שיינע פאר יאר צו בויען, סוא ערווארט נישט אזוי שנעל צו עס זעהן.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
פיקליש
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 04, 2022 1:43 am

Re: נייע בום-סופערסאניק פליגערס וועלן פליען פון ניו יארק קיין אר"י אין בלויז 6.5 שעה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיקליש »

נארמאליזעם האט געשריבן:
אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:עפעס איז געווארן מיט דעם נייעם עראפלאן?

די קאמפעני טעסלא ארבעט יעצט אויף אזא פליגער צוזאמען מיט די אמעריקאנע עיר פארס.

אזא פליגער צו בויען נעמט א שיינע פאר יאר צו בויען, סוא ערווארט נישט אזוי שנעל צו עס זעהן.

נישט געוויסט דער מאסק וויל אנקומען אין די אוויעשען פעלד, וואס די נאמען פון די קאמפעני?
קיין עס אויך זיין געז-פרי?
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: נייע בום-סופערסאניק פליגערס וועלן פליען פון ניו יארק קיין אר"י אין בלויז 6.5 שעה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

פיקליש האט געשריבן:

כ'געדענק נישט יעצט וויאזוי סהייסט
ער ארבעט שוין מיטן מיליטער לגבי ספעיס
יעצט איז ער אריבער צו הייפירסאניק פליגערס, און וויל אויך מאכן פאר צווילע בירגער.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: נייע בום-סופערסאניק פליגערס וועלן פליען פון ניו יארק קיין אר"י אין בלויז 6.5 שעה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

הייבט זיך נישט אן, מאסק ארבעט נישט אויף קיין שום פליגער.

ער ארבעט מיטן מיליטער צו געבן אינטערנעט פאר זייערער פייטער דזשעטס, דאס אלעס.

ער האט שוין אסאך מאל געזאגט אז ער וואלט זייער געוואלט ארבעטן אויף א פליגער, אבער ער האט נישט קיין צייט.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: נייע בום-סופערסאניק פליגערס וועלן פליען פון ניו יארק קיין אר"י אין בלויז 6.5 שעה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

די הייליגע זיידע'ס האט געשריבן:כ’האב געהערט נאכזאגן (אומבאשטעטיגט...) אז ווען מ’האט דערציילט פאר הגאון רבי אברהם גניחובסקי זצ”ל פון טשעבין, איבער אזא מין פליגער וואס וועט פליען אזוי שנעל, אדער נאך שנעלער. האט ער געטראכט און געזאגט אז לכאורה א איד וואס וועט זיך אויפוועקן אינדערפרי נאך זמן קרי”ש ח”ו, וועט זיין מחויב (ווייל ס’איז א דאורייתא) צו צאלן ביז א דריטל(!) פון זיין פארמעגן, און ’כאפן’ א פליגער קיין אמעריקע צו אניאגן זמן קרי”ש.

טעכניש, לכאורה קען עס נישט ארבייטן (דערווייל, ביז מ’וועט טרעפן נאך א שנעלערע...) ווייל אויב וועקט ער זיך אויף נאכן זמן קרי”ש, און דארף נאך אניאגן באקן א טיקעט, פארן צום עירפארט, אריינטשעקן, סקיאריטי וכו וכו וכו, וועט ער שוין נישט לאנדן אין אמעריקע פארן אמעריקאנעם זמן........

דאס איז נאר לויט די הוו"א פון די גמרא אז הידור מצוה עד שליש מיינט ביז א דריטל פונעם פארמעגן
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: נייע בום-סופערסאניק פליגערס וועלן פליען פון ניו יארק קיין אר"י אין בלויז 6.5 שעה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

די הייליגע זיידע'ס האט געשריבן:כ’האב געהערט נאכזאגן (אומבאשטעטיגט...) אז ווען מ’האט דערציילט פאר הגאון רבי אברהם גניחובסקי זצ”ל פון טשעבין, איבער אזא מין פליגער וואס וועט פליען אזוי שנעל, אדער נאך שנעלער. האט ער געטראכט און געזאגט אז לכאורה א איד וואס וועט זיך אויפוועקן אינדערפרי נאך זמן קרי”ש ח”ו, וועט זיין מחויב (ווייל ס’איז א דאורייתא) צו צאלן ביז א דריטל(!) פון זיין פארמעגן, און ’כאפן’ א פליגער קיין אמעריקע צו אניאגן זמן קרי”ש.

טעכניש, לכאורה קען עס נישט ארבייטן (דערווייל, ביז מ’וועט טרעפן נאך א שנעלערע...) ווייל אויב וועקט ער זיך אויף נאכן זמן קרי”ש, און דארף נאך אניאגן באקן א טיקעט, פארן צום עירפארט, אריינטשעקן, סקיאריטי וכו וכו וכו, וועט ער שוין נישט לאנדן אין אמעריקע פארן אמעריקאנעם זמן........

דעיס פארן קיין אמעריקא און ליינען קרי”ש איז א נייע מצוה, קרי”ש האסטו פארפאסט גייט גארנישט העלפן.
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: נייע בום-סופערסאניק פליגערס וועלן פליען פון ניו יארק קיין אר"י אין בלויז 6.5 שעה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

.
לעצט פארראכטן דורך אחשוורוש דער דריטער אום דינסטאג יוני 21, 2022 9:51 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

Re: נייע בום-סופערסאניק פליגערס וועלן פליען פון ניו יארק קיין אר"י אין בלויז 6.5 שעה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

מ'האט פארפאסט די מצות עשה וואס ער האט געהאט,

אבער נישט פארפאסט יענע טאג קרי,ש, במילא קען ער נישט זיין אין כלל וואס די זוה"ק זאגט כל מאן דלא קרי קר"ש בעונתי' בנידוי הוא כל ההוא יומא
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: נייע בום-סופערסאניק פליגערס וועלן פליען פון ניו יארק קיין אר"י אין בלויז 6.5 שעה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

Wow a1 האט געשריבן:הייבט זיך נישט אן, מאסק ארבעט נישט אויף קיין שום פליגער.

ער ארבעט מיטן מיליטער צו געבן אינטערנעט פאר זייערער פייטער דזשעטס, דאס אלעס.

ער האט שוין אסאך מאל געזאגט אז ער וואלט זייער געוואלט ארבעטן אויף א פליגער, אבער ער האט נישט קיין צייט.

געווען אזוי באריכטעט א חודש צו צוויי חדשים צוריק
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”