והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35249
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ממוצע האט געשריבן:
וואס ווילסטו דא ארויסברענגען הרב עימעקס?
לאמיר ענטפערן קורץ.
עקוויפמענט פרייזן זענען משונה'דיג געשטיגן [דריי מאל די פרייז!], אויב ס'איז בכלל אוועילעבל, רוי מאטיריאל איז הויך, טראנפארטעישאן און שיפינג אויך, און לעיבאר ווערט נישט ביליגער.

+
+
+
+
=
והבן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

אבער אינפלעישאן איז נאר ארויף מיט 10%....
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

עימעקס האט געשריבן:
תירוצים אויף די מעגליכע קשיא קענסטו אפשר באקומען פון טעראפיסטן-קאלומניסטן.

די טרוקענע מציאות איז, אז יעדער מיינט זעך. די טרוקענע מציאות איז, אז די גראסעריס צורייסן זיך ביז נאכן צווייטן פייף, אויך ערב פסח און ערב יום כיפור.
איך כאפ נישט די פוינט פון די צווייטע פייף. אויב ס'איז אים צו שווער, זאל ער נעמען א אנדערע פרנסה. וואס דארף דאס זאגן?
איר זענט צומישט? קענט העלפ יא. דאס טוישט נאך נישט די מציאות.

איך באזידל נישט קיינעם, די גרויסע טענות שרייער באזידלען זיך אליינס ווייל רוב פון די טענות זענען אפגעפרעגט.

איך האב געברענגט פון טיימס וויאזוי סטארס הייבן פרייזן מיט שרעקליכע פראצענטן ווייל זיי צאלן שרעקליכע פראצענטן מער אויף פלייש, אייער, אויל, דישעס, מעהל, געז, וועדזשטעבלס, אינשורענס, פלאמבינג, דבר אחר, וואס דו ווילסט נאר. אייער אין אמעריקע איז ארויף א שרעקליכע 47 פראצענט. יענע וואך האב איך געברענגט ווי סעלמאן פיש איז שרעקליך ארויף אין גאנץ יוראפ און איז שוין אויפן וועג אראפ.

האלץ איז ארויף מיט א שרעקליכע 20 פראצענט אין צוויי טעג!!!!! אין גאנץ אמעריקע!!!

שתי תשובות.

1) ווי פריער געזאגט. איך האב נישט קיין טענות אז זאכן גייען ארויף צוליב אינפלאציע. איך האב יא טענות ווען מ'נוצט אינפלאציע צו ארויפרוקן די פרייזן סתם ווייל פארוואס נישט. אויף לעבנסוויכטיגע פראדוקטן.

2) איך האב פונקט אזוי טענות אויף די גוים וואס טוען דאס. אבער וואס פארלאנגט מען שוין פון א גוי? דא רעדט מען דאך פון היימישע אידן רחמנים בני רחמנים. און אויך ווייל דא ליידן די מערסטע מיינע שכנים/קרובים/ידידים/חברותות.

-
אבער איר זענט אבסעסד מיט די "היימישע" מיט די אייגענע, אויף דיינע ברידער האסטו גאר טענות. אלע טענות אויף אלע העכערע קאסטן גיסטו אויס אויפן גראסערי מאן וואס דארף פרנסה פונקט ווי דו. ווער באזידלט? די אומלאגישע רשעותדיגע ווערטער שרייען פאר זיך.
רשעות??? נניח איך בין נישט גערעכט. ווי קומט אריין דא רשעות? העפענס טו בי איך בין ווייט פון א שלעכטער ב"ה. איך דארף צומאכן מיין מוח???
ובכן אויף למעשה? גיי אין גראסערי, אדער אין געז סטעישאן, אדער ווי דו ווילסט, און קויף בשפע מיט די געלט וואס דער גרויסער בורא האט דיר משפיע געווען. דארפסט נאך? דאנק, בעט, בשמחה, פארגין יענעם, מנעמט נישט דיינס. ספארא מין שפראך דאס "געשעפטלייט מאכן אסאך מער געלט ווי אמאל" - וועמענ'ס בוקקיפער מיינסטו דו ביסט? האסטו געהערט אזאנס, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויך מאכן טויזנט מאל מער ווי אמאל! און זאלסט קענען איינקויפן טויזנט מאל מער, און טיילן טויזנט מאל מער.
איך זארג נישט פאר מיר ב"ה. איך זארג בעיקר פאר אנדערע אידן וואס מוטשען זיך.
כמיין ווילסט מיר זאגן אז מענטשן וואס טוען נישט אזוי, נאר גריבלען-אומפארגינען יעדן איינעם, זענען אויך ביזי אין שטוב צו זאגן וויפיל דער מאכט און וויפיל יענער רייסט און וויפיל גרונמ'ס באנק אקאונט איז אראפ אדער ארויף, וועלכע השפעה האט דאס אויף די קינדער ברוחניות ובגשמיות?
סהדי במרומים, איך בין ממש דער פארקערטער טיפ פון דעם. ממש די פארקערטע פון א יענטע. נאטורליך גייט מיר ווייניג אהן וואס א צווייטער מאכט און טוט. איי געס אז ס'איז נישט פארבינדן.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

farshlufen האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:
וואס ווילסטו דא ארויסברענגען הרב עימעקס?
לאמיר ענטפערן קורץ.
עקוויפמענט פרייזן זענען משונה'דיג געשטיגן [דריי מאל די פרייז!], אויב ס'איז בכלל אוועילעבל, רוי מאטיריאל איז הויך, טראנפארטעישאן און שיפינג אויך, און לעיבאר ווערט נישט ביליגער.

+
+
+
+
=
והבן.
כ'ווייס פון פראדוקטס וואס זענען ארויף 4-5 מאל אזוי סאך
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

farshlufen האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:
וואס ווילסטו דא ארויסברענגען הרב עימעקס?
לאמיר ענטפערן קורץ.
עקוויפמענט פרייזן זענען משונה'דיג געשטיגן [דריי מאל די פרייז!], אויב ס'איז בכלל אוועילעבל, רוי מאטיריאל איז הויך, טראנפארטעישאן און שיפינג אויך, און לעיבאר ווערט נישט ביליגער.

+
+
+
+
=
והבן.
דאס איז "אייער" תירוץ...

לענינינו, אויב טאקע איז עס נאר ארויף בהתאם צו דעם. האב איך קיינע טענות. איך בין אבער זייער מסופק צי דאס איז די מציאות. מיין געפיל באזירט אויף אנעקדאטל מעשיות, און פארשידענע ראיות לדבר, זאגט מיר, אז ס'איז נישט אזוי. מ'האט געהעכערט אין טאטעל אסאך מער ווי די קאסט איז ארויפגעגאנגען.
עימעקס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 05, 2022 7:14 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עימעקס »

וואס הייסט מסופק? כ'ווייס נישט צו איר זענט א באס אדער מענדזשער אדער ארבייטער, אבער באיזה אופן קען היינט יעדער אין די עקאנאמיע זעהן וויפיל קאסטן זענען ארויף. טא וואס זענען די ספיקות. געפילן, אנעקדאטל, ראיות לדבר? מ'קוקט אין עקסעל קראנטע נאמבערס.

אגב, טענות וועגן "אנדערע" וואס מוטשען זיך? איי דאנט נאו, איך זעה אין גראסערי און אנדערע עסן געשעפטן פיינע ווארע פאר 20, 30, אפילו פערציג דאלאר א פונט, און מ'קויפט ווי נאך קיינמאל בעפאר. יעדער מאכט "זיין" אייגענע ארדער, סיי דער מיטן וועגעלע אין די איילס, און סיי דער אויפן אפיס בענקל מיטן פארקנייטשן שטערן. און איר דארפט זיך גארנישט מישן אין יענעמ'ס טאפ אדער אנגסט אדער באנק אדער הוצאות אדער הכנסות (ווייל איר זענט דאך מודה אז איר ווייסט נישט, נאר "אנעקדאטל" און "פארשידענע ראיות").

איר זאלט זיך פירן לויט אייער אייגענע בודזשעט די בעסטע פאר אייך.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

עימעקס האט געשריבן:
וואס הייסט מסופק? כ'ווייס נישט צו איר זענט א באס אדער מענדזשער אדער ארבייטער, אבער באיזה אופן קען היינט יעדער אין די עקאנאמיע זעהן וויפיל קאסטן זענען ארויף. טא וואס זענען די ספיקות. געפילן, אנעקדאטל, ראיות לדבר? מ'קוקט אין עקסעל קראנטע נאמבערס.
איך קען ב"ה מיין אינדוסטרי. איך קען נישט גוט די גראסערי אינדוסטרי. סא אדער וועלן מיר אלע קאמפאניס און גראסעריס עפענען די ביכער. אדער וועל איך מוזן נוצן מיין חוש הריח און אינטואישן.
אגב, טענות וועגן "אנדערע" וואס מוטשען זיך? איי דאנט נאו, איך זעה אין גראסערי און אנדערע עסן געשעפטן פיינע ווארע פאר 20, 30, אפילו פערציג דאלאר א פונט, און מ'קויפט ווי נאך קיינמאל בעפאר. יעדער מאכט "זיין" אייגענע ארדער, סיי דער מיטן וועגעלע אין די איילס, און סיי דער אויפן אפיס בענקל מיטן פארקנייטשן שטערן. און איר דארפט זיך גארנישט מישן אין יענעמ'ס טאפ אדער אנגסט אדער באנק אדער הוצאות אדער הכנסות (ווייל איר זענט דאך מודה אז איר ווייסט נישט, נאר "אנעקדאטל" און "פארשידענע ראיות").
דו ווייסט אז דאס אז "מ'קויפט ווי קיינמאל בעפאר" איז אנעקדאטעל? און ניטאמאל דאס.

איך ווייס פון מענטשן וואס מוטשען זיך. און איך האב ב"ה א געפיל פאר א צווייטן איד.
עימעקס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 05, 2022 7:14 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עימעקס »

די חילוק איז, איך נוץ אנעקדאטל צו אבזערווירן און אפשר האלטן א מיינונג אן דן זיין יענעם, איר נוצט אנעקדאטל צו באוואשן און אטאקירן היימישע געשעפטן וואס איר קענט נישט די אמתע נאמבערס.

חוש הריח און אינטואישן איז זייער גוט, ביז מצער זיין א איד, ווער רעד נאך פון אטאקירן ברבים, פינטל.

אבער אזוי אגב איז גאנץ געשמאק צו הערן אז זיי מוזן אייך עפענען די ביכער. אן דעם הייבט זיך גארנישט נישט אן...

אפשר זאל אייך וואלמארט עפענען די ביכער? גייטס נאר צו צו א מענעדזשער דארט צווישן די איילס און בעטס די לעצטיגע באנק סטעיטמענטס. גראדע האבן זיי די וואך אפגעזאגט צוויי הונדערט(!) "קארפארעיט מענעדזשמענט" דזשאבס. זעהט אויס עפעס א לאך איז יא דא אין די רייכע ריטעיל געשעפטן...
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

עימעקס האט געשריבן:
די חילוק איז, איך נוץ אנעקדאטל צו אבזערווירן און אפשר האלטן א מיינונג אן דן זיין יענעם, איר נוצט אנעקדאטל צו באוואשן און אטאקירן היימישע געשעפטן וואס איר קענט נישט די אמתע נאמבערס.

חוש הריח און אינטואישן איז זייער גוט, ביז מצער זיין א איד, ווער רעד נאך פון אטאקירן ברבים, פינטל.
ס'קען זיין אז דו האסט א פוינט אין דעם. אז איך דארף נישט רעדן. איך בין נישט זיכער אז דו ביזט גערעכט. אבער ס'קען זיין. איך פלעג טאקע פרובירן עס צו זאגן אלץ בלשון ספק. איך בין אבער כמה פעמים דורכפאלן. (בזכותך...)

בכל אופן, לאמיר זיין קלאר פון יעצט און ווייטער. אז די שאלה איז די איין זאך. צי ס'איז אמת אז פרייזן האבן זיך געהעכערט מער ווי אינפלעישאן אדער נישט. נאר דאס און בלויז דאס. אלע אנדערע זאכן זענען נישט נוגע.
אבער אזוי אגב איז גאנץ געשמאק צו הערן אז זיי מוזן אייך עפענען די ביכער. אן דעם הייבט זיך גארנישט נישט אן...
אבי געשאסן. איך האב געזאגט אז זיי "מוזן" עפענען די ביכער?? איך האב געזאגט אז ביז זיי עפענען נישט די ביכער מוז איך נוצן מיין אינטואישן. און כ'מיין אז יעדער האט פארשטאנען אז איך מיין נישט צו פארלאנגען צו זעהן ביכער.

(איך פארשטיי סתם אזוי נישט פארוואס איר נוצט אזויפיל דעמאגאגיע אין אייער טענה'ריי. ס'מאכט נישט מער גערעכט.)
עימעקס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 05, 2022 7:14 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עימעקס »

קלאר און דייטליך: לויט די פרייזן וואס איך האב געברענגט דא פון יענע טריפנע רעסטוראנט, און פרייזן פון אייער און האלץ ספעסיפיקלי, קענסטו שוין זעהן 100 פראצענט אז "דעיר איז נאו וועי" צו וויסן די עכטע נומבערס פון יעדע ביזנעס וויפיל זיי מוזן העכערן און וויפיל זיי לייגן צו. ס'איז דא זאכן וואס קאסטן יעצט 200 און 400 פראצענט מער ווי 2-3 יאר צוריק. ממילא אייער אינוועסטיגעישאן פונקטליך וויפיל א פרייז העכערונג איז "בארעכטיגט" איז זינלאז און פלעין אומפראקטיש, א ברידזש טו נאווער.

ממילא, פארגעס פון חוש הריח. פארגעס פון "אדער וועלן זיי עפענען די ביכער OR ELSE". לאז יעדע ביזנעס פירן די אייגענע ביזנעס, ספעציעל די אידישע ברידערס, און איר פירט אייער בודזשעט און שאפינג ווי איר זעהט פאר ריכטיג בכל טוב אשר יברכך ד'. דאס אלעס.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

עימעקס האט געשריבן:
קלאר און דייטליך: לויט די פרייזן וואס איך האב געברענגט דא פון יענע טריפנע רעסטוראנט, און פרייזן פון אייער און האלץ ספעסיפיקלי, קענסטו שוין זעהן 100 פראצענט אז "דעיר איז נאו וועי" צו וויסן די עכטע נומבערס פון יעדע ביזנעס וויפיל זיי מוזן העכערן און וויפיל זיי לייגן צו. ס'איז דא זאכן וואס קאסטן יעצט 200 און 400 פראצענט מער ווי 2-3 יאר צוריק. ממילא אייער אינוועסטיגעישאן פונקטליך וויפיל א פרייז העכערונג איז "בארעכטיגט" איז זינלאז און פלעין אומפראקטיש, א ברידזש טו נאווער.
אונז האמיר גאנץ אסאך געטוהן שוין אין דעם אשכול אליין מיט קאלקיולעישאנס. און אויבנאויף זעט מיר יא אויס אז ס'איז דא וועג צו האבן אן איידיע.
ממילא, פארגעס פון חוש הריח. פארגעס פון "אדער וועלן זיי עפענען די ביכער OR ELSE". לאז יעדע ביזנעס פירן די אייגענע ביזנעס, ספעציעל די אידישע ברידערס, און איר פירט אייער בודזשעט און שאפינג ווי איר זעהט פאר ריכטיג בכל טוב אשר יברכך ד'. דאס אלעס.
אפשר קענט איר אויך לאזן יעדעם פירן זיינע מחשבות און געדאנקען? ספעציעל די אידישע ברודער?... איר קענט פירן אייערע געדאנקען ווי איר זעהט פאר ריכטיג...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35249
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

לא זכיתי להבין פארוואס דער שמועס גייט דא פערזענליך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
zurich
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 10, 2019 12:55 am

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zurich »

farshlufen האט געשריבן:
לא זכיתי להבין פארוואס דער שמועס גייט דא פערזענליך.
מעגליך ווייל די אפעקט איז פערזענליך נוגע :wink:
lazy
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lazy »

ממוצע האט געשריבן:
עימעקס האט געשריבן:
אפשר קענט איר אויך לאזן יעדעם פירן זיינע מחשבות און געדאנקען? ספעציעל די אידישע ברודער?... איר קענט פירן אייערע געדאנקען ווי איר זעהט פאר ריכטיג...
אנטשולדיגט פארן אריינהאקן אין די דעבאטע.
קט שכלי מיינט אז כל זמן מען ״ווייסט״ נישט אויף זיכער אז א איד טוט אן עוולה, איז אן ערנסטע איסור מוציא שם רע צו זיין, נאכדערצו ברבים.
יתכן אז מען מעג אפשר פרעגן צו איינער האט אן עצה, אדער ברענגן מקומות ווי מען קען האבן ביליגער, אבער סתם אראפרייסן ווייל ער איז משלנו, און מיר אלע קויפן דארט, מעג מען שוין?
כל זמן עס איז ברור, נו, הגם עס איז נאכנישט כשר לעדות, אבער איינמאל מען זעהט געוויסע/אסאך אינדוסטריס שמייסן ארויף, ווי קען מען אריינרעדן אין א ליין וואס איך בין נישט דערינען.
אדרבא זאל ראזנערס גראסערי ארויפקומען דערציילן, איז אינטערעסאנט צו הערן וכדו׳.
בנוסף צום אלטען כלל, ווען די אלע העצערישע שרייבערס זאלן באמת האלטן אז עס איז א גאלד גרוב וואלטן/קענען זיי אריינגיין אין די ליין (בשותפות), אויב טוען זיי עס נישט ״גלייבן״ זיי נאכנישט וואס זיי שרייבן באמת (און אויב איז עס נישט געמאכט פאר זיי, צו ווייל מען איז אפען שפעט צו פאר אנדערע סיבות, נעמט די פאקטן אויך אריין אין פרייז).
עס טוט מיר אויך וויי צו צאלן אזוי טייער, עס איז הימל שרייענד.
די איינציגסטע מאלה ביי געז איז אז איך סוירטשען און זיך פילן גוט אז איך קויף די ביליגסטע דא האב איך קיין געדולד, אולי דארף מען כאטש ״בעטן״ די סטארס צו לייגן פרייזן ניבן די אייטעמס.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

lazy האט געשריבן:

קען זיין. ידי מסולקת אי"ה. אבער צווייפלן הויעך מעג מען. יא?
lazy
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lazy »

ממוצע האט געשריבן:
lazy האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:
עימעקס האט געשריבן:
קען זיין. ידי מסולקת אי"ה. אבער צווייפלן הויעך מעג מען. יא?
כוועל צווייפלען הויעך… כווייס נישט, מעג איך אין ביהמ״ד ״צווייפלען״ הויעך צו משפחת ממוצע ליידט חלילה אויף די נערוון וכדו׳?
אוודאי אויב עס איז נוגע לתועלת אז איינער פרעגט א שידוך וכדו׳ כ׳רעד נישט פון דעים, נאר סתם ווייל ער איז גבאי, און מיין טיש האלט אז ער גיבט אונז נישט עליות כפי הראוי.

כפאר ארויס פון קאנטעקסט לאמיר בלייבן ביי דעים.

אדרבא אז איינער ווייסט פאקטן זאל מען ממשיך זיין ביתר שאת לתועלת.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

מ'האט שוין גראדע דא געברענגט היבש אסאך פאקטן. טאקע נישט וועריפייד בפני בית דין.

און גראדע איז עס היבש לתועלת. מ'רעדט דאך נישט דא סתם אזוי. מ'רעדט דאך אז די גראסעריס זאלן וויסן אז דער עולם איז אWער.

און איך מיין אז ס'איז דא גענוג הוכחות צו קענען צווייפלען הויעך אויף א פראבלעם וואס אפעקטירט אונז אזוי שטארק.

ודי בזה.
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

The goishe groceries are up in line or more
Yeah Chipotle is cheaper than satmar meat ... percentage wise everything's up

Off course it hasn't translated yet into wage inflation in our community and its the job of the employees to organize and demand higher wages.
לויב
שר חמש מאות
תגובות: 691
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 2:56 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לויב »

וואס פשט אז טשעסנאט וויליאמסבורג בעט שוין 4.09 פאר א מילך
SPXUP
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 10:35 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPXUP »

די מידיע מאכט א איבערקער איבער מעיאנעיז אינפלעישן. סאיז ארויף 10.15% גיי מיר אריין אין אונזערע געשעפטן אין סאיז ארויף 85% קען איינער געבען א הסבר? איז די הכשר ארויף 75%?
געפרואווטער
שר האלפיים
תגובות: 2410
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2020 1:11 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געפרואווטער »

SPXUP האט געשריבן:
די מידיע מאכט א איבערקער איבער מעיאנעיז אינפלעישן. סאיז ארויף 10.15% גיי מיר אריין אין אונזערע געשעפטן אין סאיז ארויף 85% קען איינער געבען א הסבר? איז די הכשר ארויף 75%?
די אויל איז שטארק ארויף.
כא כא כא האבן די כרעמזליך געלאכט ווען די שיבער האט זיי געדרייט אינעם טאפ צו די אנדערע זייט..

קרעדיט מאניש!
SPXUP
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 10:35 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPXUP »

געפרואווטער האט געשריבן:
SPXUP האט געשריבן:
די מידיע מאכט א איבערקער איבער מעיאנעיז אינפלעישן. סאיז ארויף 10.15% גיי מיר אריין אין אונזערע געשעפטן אין סאיז ארויף 85% קען איינער געבען א הסבר? איז די הכשר ארויף 75%?
די אויל איז שטארק ארויף.
אונזערע קאמפעניס נוצען קרוד פאר מעיאנעיז?
איך פארשטיי אז אייער אין אויל איז ארויף. אבער פארוואס איז עס אזוי שטארק ארויף ביי די היימישע געשעפטן קאמפערט צי די גוישע געשעפטן?
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

SPXUP האט געשריבן:
געפרואווטער האט געשריבן:
SPXUP האט געשריבן:
די מידיע מאכט א איבערקער איבער מעיאנעיז אינפלעישן. סאיז ארויף 10.15% גיי מיר אריין אין אונזערע געשעפטן אין סאיז ארויף 85% קען איינער געבען א הסבר? איז די הכשר ארויף 75%?
די אויל איז שטארק ארויף.
אונזערע קאמפעניס נוצען קרוד פאר מעיאנעיז?
איך פארשטיי אז אייער אין אויל איז ארויף. אבער פארוואס איז עס אזוי שטארק ארויף ביי די היימישע געשעפטן קאמפערט צי די גוישע געשעפטן?
גלאז איז אויך ארויף לכאורה, ניין?...

פארוואס איז זייערע באטלעך געווארן קלענער און פלעסטיק?
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

סגעפעלט מיר די איידיע פון די מידיע וויאזוי אראפצוקלאפן די פרייזן

מגייט איין אייטעם אויף אמאל מפארפירט אז סאיז ארויף מיט כך וכך געלט און צוביסלעך פאלט עס צוריק.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

קליין האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:
צביירושלים האט געשריבן:
3.89 npgs supermarket lakewood
Wow wow
נישט נארמאל די חילוק
ממש אן עולה

ווי זענען די חברה וואס אלץ פארשטייען זיי פארוואס זאכן זענען טייערער
The difference is one thing and one thing only,

The customer - read litfak- in NPGS if he gets to the register to pay and he sees on the computer that a dozen eggs is $4.79 he puts it right back into the fridge,

I have witnessed It more then once
קוקסט אויס צומישט אביסל, איך האב פארשטאנען אז ער ברענגט דאס צו זאגן אז 3.89 איז טייער, אין ערגעץ איז דאס נישט דער פרייז פאר א דאזן אייער אין לעיקוואד אדער ברוקלין. דער חידוש איז אז נ.פ.דזש.ס איז שוין היינט פון די טייערער גראסערי'ס דארט, אמאל האט עס געהייסן די כולל גראסערי אין לעיקוואד
געשריבן דורך: נעכטן
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”