בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אייגנארטיג
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2020 12:28 pm

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך אייגנארטיג » דינסטאג יולי 20, 2021 4:10 pm

וואס איז דער פראבלעם פרעגט איר?
אז מיליאנען אידן וועלן מהיום עסן מער טריפות איז קיין פראבלעם?
רבוי ממזרים בישראל, קיין פראבלעם?
ריבוי אינטערמערידזש (במשך הזמן) קיין פראבלעם?

איז די רבנות די בעסטע? קלאר ניין
דאס מבטל למחצה לשליש ולרביע א חורבן לדורות? קלאר יא

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » דינסטאג יולי 20, 2021 4:14 pm

אייגנארטיג האט געשריבן:איז די רבנות די בעסטע? קלאר ניין
דאס מבטל למחצה לשליש ולרביע א חורבן לדורות? קלאר יא

די רבנות איז בכלל נישט קיין נושא ביי דער פרומע, ווייל מפארלאזט זיך אויף זיי ביי גארנישט [חוץ גיטין רח"ל].
די אופטוה פון דעם איז נאר לרבבות אחב"י, דאס שוואך מאכן רירט נישט כהוא זה פאר היימישע, נאר פאר די שוואכע דתיים און פאר די פרייע.
די נאנטע רופן מיר טאקע ביים נאמען, אבער בלויז די גאר נאנטע רופן מיך 'יאסעלע'.

הבוחר בטוב
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך הבוחר בטוב » דינסטאג יולי 20, 2021 4:35 pm

אייגנארטיג האט געשריבן:וואס איז דער פראבלעם פרעגט איר?
אז מיליאנען אידן וועלן מהיום עסן מער טריפות איז קיין פראבלעם?
רבוי ממזרים בישראל, קיין פראבלעם?
ריבוי אינטערמערידזש (במשך הזמן) קיין פראבלעם?

איז די רבנות די בעסטע? קלאר ניין
דאס מבטל למחצה לשליש ולרביע א חורבן לדורות? קלאר יא

איר האט געליינט וואס איך האב געשריבן?
ריבוי ממזרים איז ווען מ'איז יא חתונה געהאט כדת, אז מען איז נישט חתונה געהאט איז נישט דא קיין ממזרות.

ס'איז נישט דא קיין געזעץ יעצט אז מען מיז האבן א הכשר, נאר אויב איינער האט געוואלט זיין כשר האט ער געמוזט נעמען א הכשר פון רבנות, יעצט אויב איינער וויל זיין כשר קען ער נעמען פון רבנות אדער פון א פריוואטע הכשר.

די רבנות האלט נישט צירוק קיין התבוללות מ'קען ואונען מיט א גויטע און האבן קינדער אן זיין חתונה געהאט, און איינער וואס וויל דוקא חתונה האבן טוט עס מיט א 30 מינוט פלייט צו קפריסין. דאס וואס ב"ה אין א"י איז דא ווייניגער התבוללות האט אסאך ציטון אז ס'איז נישט דא קיין סך גוים אין די סביבה און מיט די אראבער איז מען בשנאה.

אוועטאר
פנימחדשות
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 4:33 pm

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך פנימחדשות » דינסטאג יולי 20, 2021 4:48 pm

Programming האט געשריבן: פאר חרדי'שע שוואכע הכשרים (חח"ס צ.ב.ש.) וועט דאס זיין א אפגרעיד אז עס וועלן צוקומען געהעריגע משגיחים צו אינפארסירן זייערע לכאורה מהודר'דיגע סטאנדארטן אויף פאפיר און עס איינשטעלן בפועל...

:lol: :lol: :lol:

יא יא, געדענק איך נאך ווען איך פלעג נאר עסען זאכען וואס האט געהאט התאחדות, אויב ס'האט אויך געהאט א OU (פאר התאחדות איז בעסער געווארען)...

אוועטאר
פנימחדשות
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 4:33 pm

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך פנימחדשות » דינסטאג יולי 20, 2021 4:53 pm

הבוחר בטוב האט געשריבן:וואס איז די פראבלעם אז די רבנות ווערט אויפגעלעזד?
ווען די רבנות הראשות איז געגרינדעד געווארן האבן די גדולי ירושלים גוזר תענית געווען.

איינער וואס וויל גיין צו דין תורה קען ווייטער גיין צו חרידישע בתי דינים, וכן ווער עס וויל חתונה האבן כדת משה וישראל.

די גאנצע מצב יעצט איז יצא שכרו בהפסידו, מיליונען חילונים זענען גצווינגען חתונה צו האבן כדת משה וישראל, די תורה האלטן זיי נישט קומט אויס שאלות פון אשת איש און ממזרות, און ווען די רבנות וויל איינעם אפסטעמפלען אלס א ממזר לויפט מען אין בגץ וואס לאזט נישט בודק זיין מיט דנא ווער די טאטע איז.

נאכדעם מיט עגונות הערט מען יעדע שטיק צייט א צווייטע מעשה פון הפקעת קידושין און מען איז מתיר אן אשת איש לשוק.

זאלן זיי נישט חתונה האבן וועט מען זיך פארשפארן די אלע שאלות, דאס וואס אונז קען מיר מקבל זיין בעלי תשובה דא אין אמעריקע איז צו פארדאנקען דאס וואס עס איז אנגענומען די פסק פון הגר"ם פיינשטיין אז די קידושין פון קנסערוואטיו און רעפארם איז נישט חל, שטעלטס ענק פאר אויב די פרייע אין חו"ל זאלן ווען חתונה האבן כדת וויפול שאלות עס וואלטן געווען.

די זעלבע זאך מיט כשרות, וועלכע געשעפט עס וויל א הכשר קען ווייטער נעמען א מהודרדיגע אדער שוואכע הכשר און די רבנות וועט נאר מפקח זיין אז מ'האלט זיך צום סטאנדארט פון די הכשר וואס מען האט גענימען,

דו האסט נאר גוטע טענות לגבי די קידושין וגיטין, וואס לגבי דעם קען מען טענה'ן אז סיז יצא שכרו בהפסדו, און אזוי האב איך געזעהן עטליכע יאר צוריק אין א קונטרס פון הגרמ"ז זארגער שליט"א (איך האף איך האב די גוטע ר"ת פאר זיין נאמען), אבער לגבי די כשרות ביסטו טאטעלי ראונג, דער געזעץ וועט בדרך הטבע גורם זיין אז שווערע צענדליגע טויזענטער אידען, פרייע מסורתיים און אפילו דתיים, וועלן בפועל עובר זיין אויף פיל מער איסורי בב"ח טריפות אא"וו ווי ביז היינט, און דאס דארף אונז וויי טאן.

אמונה פשוטה
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 2:13 am

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך אמונה פשוטה » דינסטאג יולי 20, 2021 5:09 pm

פנימחדשות האט געשריבן:

אונדערט פראצענט, ר' פנימ.

מ'דארף באטאנען די נושא באריכות, אבער למעשה מר'דעט דא פון מכשיל זיין אומצאליגע אחינו בשרינו תמימותדיגע יידן מיט א סאך הארבע איסורי דאורייתא המטמטמים את הלב
ווי לשכינתא דאיהי בגלותא

יידן, גיסט נאך אטרעראלע ביי אייער תיקון חצות

קוק אויף דיך אליינס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4020
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מיטוואך יולי 21, 2021 7:59 am

IMG_20210721_075907_586.jpg
IMG_20210721_075907_586.jpg (57.62 KiB) געזעהן 521 מאל

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » מיטוואך יולי 21, 2021 9:01 am

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
IMG_20210721_075907_586.jpg

אינטערסאנט, בדר"כ זענען זיי קעגן יעדע דבר שבימין און קעגן פרומע און בעד אלע לינקע רעיונות.
די נאנטע רופן מיר טאקע ביים נאמען, אבער בלויז די גאר נאנטע רופן מיך 'יאסעלע'.

קוק אויף דיך אליינס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4020
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מיטוואך יולי 21, 2021 9:59 am

נעקסט:

שר הדתות מתן כהנה פון ימינה וויל אויך איינשטעלן א נייע סיסטעם אז מען זאל זיך קענען מגייר זיין אפילו אן די סיסטעם פון די בית דין פון רבנות..

(נו, אלע לינקע דא אויפן גרופע זענען געלאנדעט אנצוהייבן צו מסביר פארוואס די נייע געדאנק איז עכט גאר גוט פאר די אידן שומרי תורה ומצוות..)

זילבערווערק
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך זילבערווערק » מיטוואך יולי 21, 2021 10:22 am

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:נעקסט:

שר הדתות מתן כהנה פון ימינה וויל אויך איינשטעלן א נייע סיסטעם אז מען זאל זיך קענען מגייר זיין אפילו אן די סיסטעם פון די בית דין פון רבנות..

(נו, אלע לינקע דא אויפן גרופע זענען געלאנדעט אנצוהייבן צו מסביר פארוואס די נייע געדאנק איז עכט גאר גוט פאר די אידן שומרי תורה ומצוות..)

אנשטאט א צווייטער זאל מסביר זיין פארוואס דאס גייט זיין גוט, אפשר זיי דו מסביר וואס גייט זיין אזוי געפערליך, ערגער ווי ביז היינט?
אבער פאר ווען איר שרייבט, ביטע שטייט נאנט צו די פאלגענדע פאקטן:
1. יעדער וואס גייט אריבער א רעפארמער גרות אין חו"ל, ווערט אנערקענט אין מדינת ישראל ווי א איד.
2. כל צרוע וכל זב וואס קומט ארויף דורך "חוק השבות" ווייל זיין זיידע איז געווען א איד, ווערט אנערקענט אלס א איד, אפילו ס'איז נישט זיכער אז זיין באבע איז אויך געווען א אידענע.
3. די מיליטערישע ראבאנוט מאכט גרים אין די מאסן, אנדעם וואס זיי זאלן אפילו קלערן פון היטן תורה ומצוות.
אלזא, קוק אויף דיר אליינס, און קלער אריין אויסצוטרעפן א הסבר, וויפל גייט די נייע געזעץ ערגער מאכן דעם יעצטיגן צושטאנד...

זילבערווערק
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך זילבערווערק » מיטוואך יולי 21, 2021 10:24 am

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
IMG_20210721_075907_586.jpg

אינטערסאנט, בדר"כ זענען זיי קעגן יעדע דבר שבימין און קעגן פרומע און בעד אלע לינקע רעיונות.

ווען אולמרט איז געווען ראש ממשלה, האבן זיי פיין פארפירט קעגן אים, און נתניהו האט געמאכט 'מסיבות עיתונאים' צוזאמען מיט זייער יושב ראש...

עובדיה
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 11, 2021 12:01 pm

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך עובדיה » מיטוואך יולי 21, 2021 10:31 am

זילבערווערק האט געשריבן:2. כל צרוע וכל זב וואס קומט ארויף דורך "חוק השבות" ווייל זיין זיידע איז געווען א איד, ווערט אנערקענט אלס א איד, אפילו ס'איז נישט זיכער אז זיין באבע איז אויך געווען א אידענע.

דאכט זיך מיר דאס איז נישט ריכטיג.

Programming
שר האלפיים
תגובות: 2609
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך Programming » מיטוואך יולי 21, 2021 10:32 am

זילבערווערק האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:נעקסט:

שר הדתות מתן כהנה פון ימינה וויל אויך איינשטעלן א נייע סיסטעם אז מען זאל זיך קענען מגייר זיין אפילו אן די סיסטעם פון די בית דין פון רבנות..

(נו, אלע לינקע דא אויפן גרופע זענען געלאנדעט אנצוהייבן צו מסביר פארוואס די נייע געדאנק איז עכט גאר גוט פאר די אידן שומרי תורה ומצוות..)

אנשטאט א צווייטער זאל מסביר זיין פארוואס דאס גייט זיין גוט, אפשר זיי דו מסביר וואס גייט זיין אזוי געפערליך, ערגער ווי ביז היינט?
אבער פאר ווען איר שרייבט, ביטע שטייט נאנט צו די פאלגענדע פאקטן:
1. יעדער וואס גייט אריבער א רעפארמער גרות אין חו"ל, ווערט אנערקענט אין מדינת ישראל ווי א איד.
2. כל צרוע וכל זב וואס קומט ארויף דורך "חוק השבות" ווייל זיין זיידע איז געווען א איד, ווערט אנערקענט אלס א איד, אפילו ס'איז נישט זיכער אז זיין באבע איז אויך געווען א אידענע.
3. די מיליטערישע ראבאנוט מאכט גרים אין די מאסן, אנדעם וואס זיי זאלן אפילו קלערן פון היטן תורה ומצוות.
אלזא, קוק אויף דיר אליינס, און קלער אריין אויסצוטרעפן א הסבר, וויפל גייט די נייע געזעץ ערגער מאכן דעם יעצטיגן צושטאנד...

1 איז א אפענער קלארער שקר.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.

אוועטאר
בבקשה
שר האלפיים
תגובות: 2518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך בבקשה » מיטוואך יולי 21, 2021 10:44 am

זילבערווערק האט געשריבן:
אנשטאט א צווייטער זאל מסביר זיין פארוואס דאס גייט זיין גוט, אפשר זיי דו מסביר וואס גייט זיין אזוי געפערליך, ערגער ווי ביז היינט?
אבער פאר ווען איר שרייבט, ביטע שטייט נאנט צו די פאלגענדע פאקטן:
1. יעדער וואס גייט אריבער א רעפארמער גרות אין חו"ל, ווערט אנערקענט אין מדינת ישראל ווי א איד.
2. כל צרוע וכל זב וואס קומט ארויף דורך "חוק השבות" ווייל זיין זיידע איז געווען א איד, ווערט אנערקענט אלס א איד, אפילו ס'איז נישט זיכער אז זיין באבע איז אויך געווען א אידענע.
3. די מיליטערישע ראבאנוט מאכט גרים אין די מאסן, אנדעם וואס זיי זאלן אפילו קלערן פון היטן תורה ומצוות.
אלזא, קוק אויף דיר אליינס, און קלער אריין אויסצוטרעפן א הסבר, וויפל גייט די נייע געזעץ ערגער מאכן דעם יעצטיגן צושטאנד...

איהר זענט זיכער מיט נומבער 1? וויפיל איך האב מיטגעהאלטען אפילו חרדישע גרות אין אמעריקע ווערט נישט אנערקענט דורך די רבנות און מדנ״י. (גערעכט זענען זיי, אבער כ׳ווייל נישט פארדרייען די אשכול)

און אפילו מען וועט זאגן אז די ביסט גערעכט, די יעצטיגע געזעץ וועט אינגאצען אוועקנעמען יעדער סטאנדארט פון גירות. און ווי איך געדענק, איז ביי 2 און 3 געווען גרויסע מלחמות מען זאל דאס נישט דורכפירן.

קוק אויף דיך אליינס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4020
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מיטוואך יולי 21, 2021 10:45 am

Programming האט געשריבן:
זילבערווערק האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:נעקסט:

שר הדתות מתן כהנה פון ימינה וויל אויך איינשטעלן א נייע סיסטעם אז מען זאל זיך קענען מגייר זיין אפילו אן די סיסטעם פון די בית דין פון רבנות..

(נו, אלע לינקע דא אויפן גרופע זענען געלאנדעט אנצוהייבן צו מסביר פארוואס די נייע געדאנק איז עכט גאר גוט פאר די אידן שומרי תורה ומצוות..)

אנשטאט א צווייטער זאל מסביר זיין פארוואס דאס גייט זיין גוט, אפשר זיי דו מסביר וואס גייט זיין אזוי געפערליך, ערגער ווי ביז היינט?
אבער פאר ווען איר שרייבט, ביטע שטייט נאנט צו די פאלגענדע פאקטן:
1. יעדער וואס גייט אריבער א רעפארמער גרות אין חו"ל, ווערט אנערקענט אין מדינת ישראל ווי א איד.
2. כל צרוע וכל זב וואס קומט ארויף דורך "חוק השבות" ווייל זיין זיידע איז געווען א איד, ווערט אנערקענט אלס א איד, אפילו ס'איז נישט זיכער אז זיין באבע איז אויך געווען א אידענע.
3. די מיליטערישע ראבאנוט מאכט גרים אין די מאסן, אנדעם וואס זיי זאלן אפילו קלערן פון היטן תורה ומצוות.
אלזא, קוק אויף דיר אליינס, און קלער אריין אויסצוטרעפן א הסבר, וויפל גייט די נייע געזעץ ערגער מאכן דעם יעצטיגן צושטאנד...

1 איז א אפענער קלארער שקר.

אסאך זאכן איז סתם שקר.

די זעלבע זאך האב איך צוזאגן ביי די כשרות סעמטאכע.

איך וויל נישט רעדן לטובת די רבנות אדער איך ווייס וועם.

ס'איז א קלארע פאקט אז אונז חרידישע האבן גאנץ ווייניג אנגעלייגט מיט די רבנות, און די אלע זאכן און רעפורמען וועט אויבן אויף גארנישט אפעקטירן אונז חרדים.

די איינציגסטע חרבן וואס קען געשען מיט די כשרות סעמטאכע איז אז די עמך מדינת ישראל בירגער די וואס פראבירן נאך יא צו היטן אויף די בעיסיק אידישע אותיות אויף א פראדאקט וואס ער קויפט, גייט שוין נישט האבן די זעלבע פארזיכערקעיט ווען ער קויפט אין א געשעפט וואס האט די מדינה הכשר. (וואס איז קלאר טרייף פאר יעדע חרדישע איד)

די רבנות וואס האט נאך געהאט עפעס א שטיקעל אידישקייט אין זיך וועט יעצט פארלירן די גאנצע סטאטוס.

און בנוגע די גיירת, ס'איז בכלל נישט געווען גרינג ביז יעצט צו באקומען א גיור פון די רבנות.

זילבערווערק
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך זילבערווערק » מיטוואך יולי 21, 2021 10:47 am

Programming האט געשריבן:
זילבערווערק האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:נעקסט:

שר הדתות מתן כהנה פון ימינה וויל אויך איינשטעלן א נייע סיסטעם אז מען זאל זיך קענען מגייר זיין אפילו אן די סיסטעם פון די בית דין פון רבנות..

(נו, אלע לינקע דא אויפן גרופע זענען געלאנדעט אנצוהייבן צו מסביר פארוואס די נייע געדאנק איז עכט גאר גוט פאר די אידן שומרי תורה ומצוות..)

אנשטאט א צווייטער זאל מסביר זיין פארוואס דאס גייט זיין גוט, אפשר זיי דו מסביר וואס גייט זיין אזוי געפערליך, ערגער ווי ביז היינט?
אבער פאר ווען איר שרייבט, ביטע שטייט נאנט צו די פאלגענדע פאקטן:
1. יעדער וואס גייט אריבער א רעפארמער גרות אין חו"ל, ווערט אנערקענט אין מדינת ישראל ווי א איד.
2. כל צרוע וכל זב וואס קומט ארויף דורך "חוק השבות" ווייל זיין זיידע איז געווען א איד, ווערט אנערקענט אלס א איד, אפילו ס'איז נישט זיכער אז זיין באבע איז אויך געווען א אידענע.
3. די מיליטערישע ראבאנוט מאכט גרים אין די מאסן, אנדעם וואס זיי זאלן אפילו קלערן פון היטן תורה ומצוות.
אלזא, קוק אויף דיר אליינס, און קלער אריין אויסצוטרעפן א הסבר, וויפל גייט די נייע געזעץ ערגער מאכן דעם יעצטיגן צושטאנד...

1 איז א אפענער קלארער שקר.

אזוי?!
איר ווערט געבעטן צו לערנען דעם געזעץ, ווער ס'איז אריבער א גרות אין חו"ל, און קומט אריין אין די מדינה בעטן אז ער וויל ווערן איינגעשריבן ווי א איד, דארף זיך ווענדן צום בית משפט, און מצהיר זיין אז ער איז א איד, און מיט דעם איז די זאך געשלאסן.

Programming
שר האלפיים
תגובות: 2609
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך Programming » מיטוואך יולי 21, 2021 10:50 am

אדרבה נייתי ספר ונחזי. איך קען דיר נישט אפלייקענען וואס עס שטייט יא אדער נישט אין געזעץ, ווייל איך האב עס נישט געזען אינעווייניג.

במציאות ווייס איך אז מען אנערקענט נישט, אפגעזען וואס דער געזעץ זאגט יא אדער נישט.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.

זילבערווערק
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך זילבערווערק » מיטוואך יולי 21, 2021 10:50 am

עובדיה האט געשריבן:
זילבערווערק האט געשריבן:2. כל צרוע וכל זב וואס קומט ארויף דורך "חוק השבות" ווייל זיין זיידע איז געווען א איד, ווערט אנערקענט אלס א איד, אפילו ס'איז נישט זיכער אז זיין באבע איז אויך געווען א אידענע.

דאכט זיך מיר דאס איז נישט ריכטיג.

יעדער 'עולה' ווערט פארצייכנט אין תעודת זהות, אלס א איד אדער א צווייטער פאלק, לויט ווי ער האט מצהיר געווען, ווען ער איז אריינגעקומען אין ארץ ישראל.
טאמער וויל זיך עמיצער נעמען צו אים, און אויפווייזן אז זיין מאמע איז נישט א איד, דאן קען מען דאס טאקע באקעמפן, און ס'וועט אויסגעמעקט ווערן אז ער איז א איד

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » מיטוואך יולי 21, 2021 10:52 am

איינער האט שוין געזאגט אז ס'איז אינטערסאנט ווי די פרומע ח"כ האבן פאריגע יאהר אויף יעדע זאך מסביר זיין פארוואס ס'דארף אזוי זיין און ס'איז גוט, און יעצט אין אפזיציע איז יעדע זאך א גזירה וכו'.

דא איין אייוועלט איז אויך אביסל ענדליך, יעדע זאך וואס די פאריגע ממשלות האבן געמאכט איז געווען גזירת שמד און ערקתא דמסאני, און אלעס וועל ליברמן מיט כהנא ווילן יעצט אנדרייען איז זאכן וואס איז נישט מעלה אדער מוריד...

אויף דעם האט שרון געזאגט מה רואים משם לא רואים מכאן.
די נאנטע רופן מיר טאקע ביים נאמען, אבער בלויז די גאר נאנטע רופן מיך 'יאסעלע'.

זילבערווערק
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך זילבערווערק » מיטוואך יולי 21, 2021 11:06 am

זילבערווערק האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:נעקסט:

שר הדתות מתן כהנה פון ימינה וויל אויך איינשטעלן א נייע סיסטעם אז מען זאל זיך קענען מגייר זיין אפילו אן די סיסטעם פון די בית דין פון רבנות..

(נו, אלע לינקע דא אויפן גרופע זענען געלאנדעט אנצוהייבן צו מסביר פארוואס די נייע געדאנק איז עכט גאר גוט פאר די אידן שומרי תורה ומצוות..)

אנשטאט א צווייטער זאל מסביר זיין פארוואס דאס גייט זיין גוט, אפשר זיי דו מסביר וואס גייט זיין אזוי געפערליך, ערגער ווי ביז היינט?
אבער פאר ווען איר שרייבט, ביטע שטייט נאנט צו די פאלגענדע פאקטן:
1. יעדער וואס גייט אריבער א רעפארמער גרות אין חו"ל, ווערט אנערקענט אין מדינת ישראל ווי א איד.
2. כל צרוע וכל זב וואס קומט ארויף דורך "חוק השבות" ווייל זיין זיידע איז געווען א איד, ווערט אנערקענט אלס א איד, אפילו ס'איז נישט זיכער אז זיין באבע איז אויך געווען א אידענע.
3. די מיליטערישע ראבאנוט מאכט גרים אין די מאסן, אנדעם וואס זיי זאלן אפילו קלערן פון היטן תורה ומצוות.
אלזא, קוק אויף דיר אליינס, און קלער אריין אויסצוטרעפן א הסבר, וויפל גייט די נייע געזעץ ערגער מאכן דעם יעצטיגן צושטאנד...

נאך איין נקודה, פארגעסן צו באטאנען פריער.
4. ס'איז ברור כשמש אז ערליכע אידן קענען זיך סייווי נישט פארלאזן אויף וואס עס שטייט איינגעשריבן אין די רבנות, ווייל ליידער זענען הויכע פראצענטן פון די פרייע בירגער ממזרים, צוליב'ן נישט היטן הלכות פון אידישע שטובער, איז למאי נפקא מינא פאר א חרדי'שער איד וועמען די מדינה אנערקענט אלס איד.

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » מיטוואך יולי 21, 2021 11:10 am

זילבערווערק האט געשריבן:
נאך איין נקודה, פארגעסן צו באטאנען פריער.
4. ס'איז ברור כשמש אז ערליכע אידן קענען זיך סייווי נישט פארלאזן אויף וואס עס שטייט איינגעשריבן אין די רבנות, ווייל ליידער זענען הויכע פראצענטן פון די פרייע בירגער ממזרים, צוליב'ן נישט היטן הלכות פון אידישע שטובער, איז למאי נפקא מינא פאר א חרדי'שער איד וועמען די מדינה אנערקענט אלס איד.

פון נישט היטן הלכות ווערן נישט ממזרים.
די פראבלעם איז התבוללות, אויב מאכט מען גיורים שלא עפ"י הלכה.
פארגעס נישט אז נאך צוויי דורות קענען זיין בעלי תשובות וואס די באבע איז א נישט ריכיטיגע גיורת און קען ברענגען מכשולות אויך ביי ערליכע יודן.
די נאנטע רופן מיר טאקע ביים נאמען, אבער בלויז די גאר נאנטע רופן מיך 'יאסעלע'.

זילבערווערק
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך זילבערווערק » מיטוואך יולי 21, 2021 11:11 am

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:איינער האט שוין געזאגט אז ס'איז אינטערסאנט ווי די פרומע ח"כ האבן פאריגע יאהר אויף יעדע זאך מסביר זיין פארוואס ס'דארף אזוי זיין און ס'איז גוט, און יעצט אין אפזיציע איז יעדע זאך א גזירה וכו'.

דא איין אייוועלט איז אויך אביסל ענדליך, יעדע זאך וואס די פאריגע ממשלות האבן געמאכט איז געווען גזירת שמד און ערקתא דמסאני, און אלעס וועל ליברמן מיט כהנא ווילן יעצט אנדרייען איז זאכן וואס איז נישט מעלה אדער מוריד...

אויף דעם האט שרון געזאגט מה רואים משם לא רואים מכאן.

נע, פארשטייסט נישט, די פרומע חכי"ם האבן דורכגעפירט/צוגעשטימט/הסכמה שבשתיקה אויף געזעצן וואס האבן אפעקטירט דעם חרדי'שן אידנטום. ווי גיוס בנים, גיוס בנות, חינוך, ועוד... דערויף האבן ערליכע אידן געווייטאגט.
יעצט קומען די פרייע פארטייען קאליע מאכן די פרייע געזעלשאפט, מיט די כשרות, גירות. זיי מיר מוחל, ס'איז טאקע נישט קיין גליק, אבער די זעלבע וואס האבן זיך נישט געקימערט ווען מ'האט געשטאכן בבשר החי פון דער חרדי'שער ציבור, זאלן נישט קומען זיין די מוסר זאגער'ס ווען מ'מאכט קאליע די פרייע חילונים.

Programming
שר האלפיים
תגובות: 2609
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך Programming » מיטוואך יולי 21, 2021 11:12 am

פון נישט היטן הלכות ווערט מען נאכנישט קיין ממזר

אפילו ווי עס רעדט זיך פון א איסור כרת ממש איז דאך רוב הזונות מתהפכים ווי די גמרא זאגט שוין, כ"ש בזמנינו מיט בירטה קאנטראל און אבארשענס. דאס איז אויסער דעם וואס מען נעמט סייווי אן רוב בעילות אחר הבעל. די פראצענט ממזרים שטייט מסתמא ערגעץ ביי 0.00001 און על פי הלכה איז דאס בכלל נישט קיין חשש חוץ ווען מען ווייסט בפועל אז ס'איז טאקע אזוי.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » מיטוואך יולי 21, 2021 11:23 am

זילבערווערק האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:איינער האט שוין געזאגט אז ס'איז אינטערסאנט ווי די פרומע ח"כ האבן פאריגע יאהר אויף יעדע זאך מסביר זיין פארוואס ס'דארף אזוי זיין און ס'איז גוט, און יעצט אין אפזיציע איז יעדע זאך א גזירה וכו'.

דא איין אייוועלט איז אויך אביסל ענדליך, יעדע זאך וואס די פאריגע ממשלות האבן געמאכט איז געווען גזירת שמד און ערקתא דמסאני, און אלעס וועל ליברמן מיט כהנא ווילן יעצט אנדרייען איז זאכן וואס איז נישט מעלה אדער מוריד...

אויף דעם האט שרון געזאגט מה רואים משם לא רואים מכאן.

נע, פארשטייסט נישט, די פרומע חכי"ם האבן דורכגעפירט/צוגעשטימט/הסכמה שבשתיקה אויף געזעצן וואס האבן אפעקטירט דעם חרדי'שן אידנטום. ווי גיוס בנים, גיוס בנות, חינוך, ועוד... דערויף האבן ערליכע אידן געווייטאגט.
יעצט קומען די פרייע פארטייען קאליע מאכן די פרייע געזעלשאפט, מיט די כשרות, גירות. זיי מיר מוחל, ס'איז טאקע נישט קיין גליק, אבער די זעלבע וואס האבן זיך נישט געקימערט ווען מ'האט געשטאכן בבשר החי פון דער חרדי'שער ציבור, זאלן נישט קומען זיין די מוסר זאגער'ס ווען מ'מאכט קאליע די פרייע חילונים.

ווען דו וואלסט מלמד זכות געווען אויף די פרומע ח"כ וואס מאכן עפ"י הדרכת רבותם, ווי די ביסט מלמד זכות אויף ליברמן מיט כהנא, וואלסטו נישט געטראפן קיין גיוס בנים און נישט קיין גיוס בנות, און נישט קיין גזירת החינוך.
פאקטן: 1. מאיז נישט מגייס א בחור וואס שטעלט זיך און מיליטער און זאגט אז תורתו אומנתו. 2. מאיז נישט מגייס א מיידל וואס איז מצהיר אז זי איז א פרומע, 3. אלע מוסודת התורה פירן זיך ווייטער על מי מנוחות אן קיין גזירות.
די נאנטע רופן מיר טאקע ביים נאמען, אבער בלויז די גאר נאנטע רופן מיך 'יאסעלע'.

זילבערווערק
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך זילבערווערק » מיטוואך יולי 21, 2021 11:39 am

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
זילבערווערק האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:איינער האט שוין געזאגט אז ס'איז אינטערסאנט ווי די פרומע ח"כ האבן פאריגע יאהר אויף יעדע זאך מסביר זיין פארוואס ס'דארף אזוי זיין און ס'איז גוט, און יעצט אין אפזיציע איז יעדע זאך א גזירה וכו'.

דא איין אייוועלט איז אויך אביסל ענדליך, יעדע זאך וואס די פאריגע ממשלות האבן געמאכט איז געווען גזירת שמד און ערקתא דמסאני, און אלעס וועל ליברמן מיט כהנא ווילן יעצט אנדרייען איז זאכן וואס איז נישט מעלה אדער מוריד...

אויף דעם האט שרון געזאגט מה רואים משם לא רואים מכאן.

נע, פארשטייסט נישט, די פרומע חכי"ם האבן דורכגעפירט/צוגעשטימט/הסכמה שבשתיקה אויף געזעצן וואס האבן אפעקטירט דעם חרדי'שן אידנטום. ווי גיוס בנים, גיוס בנות, חינוך, ועוד... דערויף האבן ערליכע אידן געווייטאגט.
יעצט קומען די פרייע פארטייען קאליע מאכן די פרייע געזעלשאפט, מיט די כשרות, גירות. זיי מיר מוחל, ס'איז טאקע נישט קיין גליק, אבער די זעלבע וואס האבן זיך נישט געקימערט ווען מ'האט געשטאכן בבשר החי פון דער חרדי'שער ציבור, זאלן נישט קומען זיין די מוסר זאגער'ס ווען מ'מאכט קאליע די פרייע חילונים.

ווען דו וואלסט מלמד זכות געווען אויף די פרומע ח"כ וואס מאכן עפ"י הדרכת רבותם, ווי די ביסט מלמד זכות אויף ליברמן מיט כהנא, וואלסטו נישט געטראפן קיין גיוס בנים און נישט קיין גיוס בנות, און נישט קיין גזירת החינוך.
פאקטן: 1. מאיז נישט מגייס א בחור וואס שטעלט זיך און מיליטער און זאגט אז תורתו אומנתו. 2. מאיז נישט מגייס א מיידל וואס איז מצהיר אז זי איז א פרומע, 3. אלע מוסודת התורה פירן זיך ווייטער על מי מנוחות אן קיין גזירות.

ח"ו, וועסט ביי מיר נישט טרעפן קיין ווארט לימוד זכות אויף ליבערמאן און כהנא. זיי זענען די זעלבע פארפוילט אזוי ווי אלע פארשטייער וואס קומען אן אין קאליציע, נישט קיין אינטערשייד פון וואו מען איז געקומען.
איך האב געזאגט גיוס בנות? דער 'המודיע' 'המבשר' און 'יתד' שרייען יעצט גיוס בנות, אויף א געזעץ און תקנות וואס איז דורכגעפירט געווארן ווען זיי זענען געווען אין קאאליציע, און דער יתד האט בשעתו געשריבן אז דער געזעץ מאכט גאר בעסער דעם מצב!
באשולדיג מיר נישט אין די זיגזאג פון פארטייאישע צייטונגען, דער 'יתד' האט דעמאלט געשריבן "סערת כזב", און יעצט האט גפני געשריגן אז ס'איז שמד!
אין 'העדה' אדער 'דער איד' האט זיך דער ניגון גארנישט געטוישט פון דעמאלט ביז היינט... ודו"ק

איבער דיינע פאקטן, בין איך מיד צו רעדן פון דברים פשוטים, וואס מ'קריגט זיך אין פאקטן.

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אמשונוב, יאנקי, מיכאלבאחת, ס׳וועט זיין בעסער, קרייסלער און 34 געסט