רייען-עיר פליגער אויפן וועג פון אטענס קיין ווילנא געהיידזשעקט דורך בעלארוס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

יואל שרייבער האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:און אמעריקע טוישט זיך די פרעזידענטליכע בענקל יעדע פיר-אכט-צוועלעף יאר, מיינענדיג אז די כסא המלוכה טוישט כסדר פארטייען (אין די גאנצע היסטאריע פון אמעריקע, די לענגסטע צייט וואס איין פארטיי האט געהאלטן דאס כסא איז געווען אכט און צוואנציג יאר, 1801-1829. דאס לעצטע מאל וואס דריי פרעזידענטן פון דער זעלבע פארטיי זענען ערוויילט געווארן איינס נאכן צווייטן איז געווען 1921-1933, און דאס האט פאסירט ווייל אײנער איז געשטארבן אינמיטן זיין טערמין). דער קאנגרעס טוישט זיך יעדע צוויי-פיר-זעקס יאר, און אפילו אז די פארטייען געווינען נישט די מאיאריטעט יעדע צוויי יאר, פארלירט-געווינט איין פארטיי לכה"פ אפאר בענקלעך אין ביידע הייזער. דאס האט נישט צוטאן מיט דער קאנסטיטוציע אדער סתם דינים, נאר פשוט ווייל די אמעריקאנע בירגער (אריינגערעכנט אידן) ווילן כסדר טוישן די מאכט פון די פארטייען, און דאס האלט אן א שיינעם באלאנס (לענ"ד).

דאס אלעס איז אוואדאי פאר דיר נישט קיין נייעס. אלזוי, וואס איך פראביר ארויסצוברענגען איז אז איין פארטיי רודפט דאס צווייטע, און מענטשן ווערן טאקע גערודפט אבער זיי האבן מאכטפולע באשיצער, און די אנדערע זייט רודפט צוריק, אדער ווען די אנדערע צד באקומט די מאכט לייזן זיי אויס זייערע פאנדלעך. (ס'גייט שוין ארויס פון גרעניץ, איך מיין אז פון יעצט אן וועט מען פרובירן אימצופיטשען יעדן פרעזידענט... אפשר אפילו צוויי דריי מאל...).
משע"כ אין רוסלאנד זיצט שוין פוטין אויפן בענקל צוואנציג יאר (נישט אריינגערעכנט זיינע מעשים בשעת די סאוויעטישע צייטן). דערפאר קען קיינער אים נישט צוריק רודפן, און ווער ס'פרובירט טרעפט זיך אין תפיסה. ווי לענגער ער זיצט אויפ'ן בענקל אלץ מער ארעסטירט ער און ער קומט מער מאכט. לעצטע חודש האט ער געמאכט א נייע הלכה (מיט די באשטעטיגונג פון דער דומא...) וואס וועט אים לאזן זיצן אויפ'ן בענקל ביז 2036! מ'קען דאס נישט פארגלייכן צו די אמעריקאנע "איך טשעפע-דיך-דו-טשעפעסט-מיך" שפילעריי.

דו רעדסט נאר פון איין חלק פון די אמעריקאנער גאווערמענט, עס איז דא נאך א חלק פון די אמעריקאנער גאווערמענט וואס טוישט זיך קיינמאל נישט, און פייפט אן די אמעריקאנער בירגער פונקט ווי לוקאשענקא, עדווארד סנאודען איז געווען אן אקטיוויסט צו דעמאקראטיזירן יענע חלק פון די אמעריקאנער גאווערמענט, און דערפאר האבן זיי געצווינגען א באליוויער עראפלאן צו לאנדן אין עסטרייך אים צו קענען כאפן.

יא, אין דעם פאל ביסטו גערעכט, און אויך מיט 'דזשאליען אסאנדזש', אבער ס'נאך אלץ נישט קיין פארגלייך צווישן איינער וואס פראטעסטירט אקעגן דעם רעגירונג און איינער וואס געט ארויס פאר דאס גאנצע וועלט געהיימע סודות פון אמעריקע.

אגב, ביי די מעשה מיט דעם עראפלאן פון באליוויע לגבי עדווארד סנאודען האט די אמעריקאנע רעגירונג געטון מיט בעסערע הענטשיך. מ'האט נישט געצווינגן דעם עראפלאן צו לאנדן (זיכער נישט מיט קיין מיליטערישע פליגער) שפאניע, פראנקרייך, איטאליע, און פארטוגאל האבן פשוט אפגעזאגט דעם פליגער צו פליען העכער זייערע לענדער. דעריבער האט דער באליוויעשע פרעזידענט געהייסן זיין פיילעט צו לאנדן אין וויען ווייל דארט איז ער געווען און וויען האט אים נישט אפגעזאגט. וויען זאגט אז זיי האבן ארויפגעשיקט פאליציי צו אונטערזוכן די פליגער, און לויט די באליוויעשע פרעזידענט האט מען נישט אונטערגעזוכט איהר עראפלאן ווייל זי האט דאס נישט צוגעלאזט. למעשה איז זי געבליבן דארט איבערנאכט און געהאט א געשמאקע פרישטיג מיט דער עסטרייכישע פרעזידענט. אויך האט מען נישט געקענט קלאר ווייזן דאס פינגער אויף אמעריקע.
א דיפלאמאטישע פינטל פאר אמעריקע.

דו מיינסט אז פרואוועסאוויטש איז אזא צדיק, די פראטעסטן וואס ער האט ארגאניזירט זענען געווען אזוי פיעספול?

נאר וואס דען, יעדער פארשטייט אז קעגן א דיקטאטור קען מען נישט זיין אזוי פיעספול, די זעלבע ווען אמעריקע טוט א דיקטאטורישע מאוו, שפיאנירן אויף די אייגענע בירגער אונטערן רוקן, דארף מען אמאל ארויסגעבן געהיימע סודות עס אפצושטעלן.

מיט דעם ביסטו לכאורה גערעכט
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

@יואל שרייבער, דו שרייבסט דאך אזוי גוט.
און קודאס פאר @היכי תמצא פארן מסכים זיין, א זאך וואס איז א זעלטענהייט דאהי אז א ניק זאל מודה זיין צו זיין בר פלוגתא..
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

די סקרין-שאט פון דעם אימעיל איז היינט ערשינען אין די בריטישע דעילי מעיל נייעס זייטל, זיי שרייבן דארט אז א געוויסע רוסישע פארש יוניט מיטן נאמען Dossier, האט ארויסגעגעבן די סקרין-שאט צו צייכענענדיג אז די פליגער האט באקריגן די אימעיל 27 מינוט נאך וואס די פליגער איז אראפגעצווינגען געווארן דורך בעלארוס.

image.png
image.png (276.9 KiB) געזען 2987 מאל
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

צווישן אנדערע האבן א צאל פליגער אריינגערעכנט עיר פרענס פון פאריז און אוסטריען עירליינס פון וויען וועלכע האבן געזאלט לאנדען היינט אין מאסקאווע געמוזט אפזאגן זייער פלי רייזעס נאך וואס מאסקאווע האט נישט געוואלט געבן ערלויבעניש צו לאנדן אויב גייען זיי צוריק האלטן זיך פון פליען העכער בעלארוס.
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

איינער קען מיר שיקן די ווידיאו ווי ער רעדט? אישי איז אויך גוט
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

ווער רעדט?
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

פראטאסעוויטש
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
משה בן יעקב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 2:18 pm

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בן יעקב »

סיז מסודר האט געשריבן:פראטאסעוויטש

די ארבעטס פאר אים?
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

וואס האסטו נישט קלאר פארשטאנען? משמועסט דא אז סדרייט זיך א ווידיאו ווי פראטאסעוויטש רעדט פון דארט און זאגט אז מנעמט גוט קעיר אויף אים, און אנדערע זאגן אז מזעהט צייכענעס פון קלעפ. האב איך געבעטן אויב איינער קען אהערברענגען די קליפ.
קלארער?
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

מינסק – נעכטן האט מען געהערט אז די באמבע געפאר וואס דער רעזשים אין בעלארוס האט געזאגט אז וועגן דעם האבן זיי זונטאג געצוואונגען א פליגער צו לאנדן אין מינסק, איז ערשט אריינגעקומען נאכדעם וואס ס'איז ארויסגעגעבן געווארן די פארארדענונג אז דער פליגער מוז לאנדן. פּריוואטע עקספּערטן האבן אנאליזירט אימעילס און דאטא ארום דעם אינצידענט און עס שטעלט זיך ארויס אז דער רעזשים האט פארארדענט דעם פליגער צו לאנדן, און ערשט 24 מינוט שפּעטער איז געקומען די סטראשע אז ס'איז דא א באמבע. דאס צייגט ווייטער אז ס'איז געווען א פאבריקאציע געצילט צו ארעסטירן דעם אפּאזיציע פיגור.
דער איד דעילי
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

עירוב תבשילין האט געשריבן:מינסק – נעכטן האט מען געהערט אז די באמבע געפאר וואס דער רעזשים אין בעלארוס האט געזאגט אז וועגן דעם האבן זיי זונטאג געצוואונגען א פליגער צו לאנדן אין מינסק, איז ערשט אריינגעקומען נאכדעם וואס ס'איז ארויסגעגעבן געווארן די פארארדענונג אז דער פליגער מוז לאנדן. פּריוואטע עקספּערטן האבן אנאליזירט אימעילס און דאטא ארום דעם אינצידענט און עס שטעלט זיך ארויס אז דער רעזשים האט פארארדענט דעם פליגער צו לאנדן, און ערשט 24 מינוט שפּעטער איז געקומען די סטראשע אז ס'איז דא א באמבע. דאס צייגט ווייטער אז ס'איז געווען א פאבריקאציע געצילט צו ארעסטירן דעם אפּאזיציע פיגור.
דער איד דעילי

דער גאנצער אימעיל וואס האט מכלומרשט א סטראשע פון חאמאס איז א פאבריקאציע, ניין? חאמאס קאטעגאריש לייקענט עס אפ, די אייראפעאישע פאראיין זאגט אויך אז חאמאס האט זיי נישט געסטראשעט. בעלארוס איז מודה אז מ'האט נישט געטראפן א באמבע, אבער זיי זאגן עפענטליך אז צוויי מענטשן האט מען ארעסטירט און פינעף פאסאזשירן זענען אראפ פון עראפלאן(גארנישט צוטוהן מיט באמבעס). אפילו אויב דער אימעיל וואלט ווען יא געצייכנט אז עס איז אנגעקומען פאר דער עראפלאן האט געלאנדעט, קענען די מומחים באשטעטיגן אז דער אימעיל איז טאקע בכלל אנגעקומען פון חאמאס און ס'נישט א פאלשע אימעיל?

עירוב, איך פארשטיי אז די האסט נאר געברענגט די רויע נייעס, און איך בין דאנקבאר. איך נאר די קשיות אויף דער שרייבער פון דעם ארטיקל (פארשטייצעך אז יענער דרייט זיך נישט דא אויף אייוועלט...).
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

סיז מסודר האט געשריבן:וואס האסטו נישט קלאר פארשטאנען? משמועסט דא אז סדרייט זיך א ווידיאו ווי פראטאסעוויטש רעדט פון דארט און זאגט אז מנעמט גוט קעיר אויף אים, און אנדערע זאגן אז מזעהט צייכענעס פון קלעפ. האב איך געבעטן אויב איינער קען אהערברענגען די קליפ.
קלארער?

דא האסטו דעם ווידיאו דראפבאקס
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

תגובה דורך יש לו מנה »

נישט פארשטאנען קיין איין ווארט, אבער עס קוקט אויס ווי א כ’’א כסלו דרשה.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

שואלכענין האט געשריבן:אלעמאל ווען מיליטערישע פליגער באגלייטן אן עראפלאן, באדייט דאס אז אויב לאנדעט ער נישט, וועט מען שיסן אויף אים.

אויב נישט, וואס טוט אויף אזא פליגער באגלייטונג? סתם פאר די פאן?!

נישט ממש. מ'שיסט נישט קיין פליגערס אזוי שנעל. ס'איז מער א סטראשע, און אויך א מיטל צו צווינגען א פליגער צו לאנדן דורך זיך רוקן נענטער צו אים.

א מיליטערישע דזשעט קען זיך אסאך בעסער באוועגן ווי א ריזיגע קאמארשיעל פליגער. ער קען אים שנעל צווינגען זיך אויסצודרייען און לאנדן אן שיסן.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

יש לו מנה האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:וואס האסטו נישט קלאר פארשטאנען? משמועסט דא אז סדרייט זיך א ווידיאו ווי פראטאסעוויטש רעדט פון דארט און זאגט אז מנעמט גוט קעיר אויף אים, און אנדערע זאגן אז מזעהט צייכענעס פון קלעפ. האב איך געבעטן אויב איינער קען אהערברענגען די קליפ.
קלארער?

דא האסטו דעם ווידיאו דראפבאקס

נישט פארשטאנען קיין איין ווארט, אבער עס קוקט אויס ווי א כ’’א כסלו דרשה.

איך פארשטיי אויך נישט בעלארוסיש. אבער איינער האט געבעטן האב עס ארויפגעלייגט. אויב איך זעה אז ס'איז דא א ווערסיע וואס האט אינטערטיטלען אין ענגליש, וועל איך דאס ארויפלייגן.
אגב, איך האב נישט געכאפט דעם וויץ לגבי כ"א כסלו, אפשר קענסטו מיר פארזעצן דער רש"י אויף דעם?
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

תגובה דורך זיסע פיש »

יואל שרייבער האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:און אמעריקע טוישט זיך די פרעזידענטליכע בענקל יעדע פיר-אכט-צוועלעף יאר, מיינענדיג אז די כסא המלוכה טוישט כסדר פארטייען (אין די גאנצע היסטאריע פון אמעריקע, די לענגסטע צייט וואס איין פארטיי האט געהאלטן דאס כסא איז געווען אכט און צוואנציג יאר, 1801-1829. דאס לעצטע מאל וואס דריי פרעזידענטן פון דער זעלבע פארטיי זענען ערוויילט געווארן איינס נאכן צווייטן איז געווען 1921-1933, און דאס האט פאסירט ווייל אײנער איז געשטארבן אינמיטן זיין טערמין). דער קאנגרעס טוישט זיך יעדע צוויי-פיר-זעקס יאר, און אפילו אז די פארטייען געווינען נישט די מאיאריטעט יעדע צוויי יאר, פארלירט-געווינט איין פארטיי לכה"פ אפאר בענקלעך אין ביידע הייזער. דאס האט נישט צוטאן מיט דער קאנסטיטוציע אדער סתם דינים, נאר פשוט ווייל די אמעריקאנע בירגער (אריינגערעכנט אידן) ווילן כסדר טוישן די מאכט פון די פארטייען, און דאס האלט אן א שיינעם באלאנס (לענ"ד).

דאס אלעס איז אוואדאי פאר דיר נישט קיין נייעס. אלזוי, וואס איך פראביר ארויסצוברענגען איז אז איין פארטיי רודפט דאס צווייטע, און מענטשן ווערן טאקע גערודפט אבער זיי האבן מאכטפולע באשיצער, און די אנדערע זייט רודפט צוריק, אדער ווען די אנדערע צד באקומט די מאכט לייזן זיי אויס זייערע פאנדלעך. (ס'גייט שוין ארויס פון גרעניץ, איך מיין אז פון יעצט אן וועט מען פרובירן אימצופיטשען יעדן פרעזידענט... אפשר אפילו צוויי דריי מאל...).
משע"כ אין רוסלאנד זיצט שוין פוטין אויפן בענקל צוואנציג יאר (נישט אריינגערעכנט זיינע מעשים בשעת די סאוויעטישע צייטן). דערפאר קען קיינער אים נישט צוריק רודפן, און ווער ס'פרובירט טרעפט זיך אין תפיסה. ווי לענגער ער זיצט אויפ'ן בענקל אלץ מער ארעסטירט ער און ער קומט מער מאכט. לעצטע חודש האט ער געמאכט א נייע הלכה (מיט די באשטעטיגונג פון דער דומא...) וואס וועט אים לאזן זיצן אויפ'ן בענקל ביז 2036! מ'קען דאס נישט פארגלייכן צו די אמעריקאנע "איך טשעפע-דיך-דו-טשעפעסט-מיך" שפילעריי.

דו רעדסט נאר פון איין חלק פון די אמעריקאנער גאווערמענט, עס איז דא נאך א חלק פון די אמעריקאנער גאווערמענט וואס טוישט זיך קיינמאל נישט, און פייפט אן די אמעריקאנער בירגער פונקט ווי לוקאשענקא, עדווארד סנאודען איז געווען אן אקטיוויסט צו דעמאקראטיזירן יענע חלק פון די אמעריקאנער גאווערמענט, און דערפאר האבן זיי געצווינגען א באליוויער עראפלאן צו לאנדן אין עסטרייך אים צו קענען כאפן.

די האלסט טאקע פון דער פארגלייך וואס די האסט דא געמאכט, די האלסט טאקע אז די חלק פון דער אמעריקאנע רעגירונג פירט זיך אויף פינקט ווי לוקאשענקא?!!!,

עס קען זיך געהיריג דאכטן פון אייך, אז די ען עס עי, איז געווארן אויף געשטעלט דורך א לאנג יעריגע דיקטאטאר וואס האט געוואלט אינטער הערן צו איינע פון זיינע בירגער רעדן עפעס א קרים ווארט אקעגען עם.

עדווערד סנאודן איז געווען א קרימענאל, דער ען עס עי, האט זיך אפ געגעבן מיט באשיצן דער אמעריקאנער פאלק, קען זיין זיי האבן געטיען געוויסע אומאויסגעהאלטענע זאכן, אבער עס איז דא א וועג ווי אזוי מען באהאנדלט אזאלעכע זאכן, נישט גיין אוספויקן פאר דער גאנצע וועלט, ווען ער האט געשוואוירן אז ער גייט זיין געטריי.

די ווייסט פון א פאל וואס די ען עס עי האט שפאנירט אויף די אייגענע בירגער צוליב פאליטעשע אינטערעסן? איך מיין ווי אזוי פארגלייכסטו עדווארד סנאודען צו פראטאסעוויטש.

און ווען אמעריקע כאפט סנאודען גייט ער נישט ווערן געפייניגט און אויך נישט הינגעריכטעט, און ווען בעלעראוס האט עם געכאפט שטייט ער אויס פייניגאונגען, און צו הינגעריכטעט.

און דער נערישע פארגלייך וואס געוויסע האבן געמאכט אז אמעריקע איז פונקט ווי רוסלאנד, צוליב די אויספארשינג אויף טראמפ, לייגט זיך ממש נישט אויפן שכל, איך מיין וויפל רעפובליקאנע אקטעוויסטן זענען אימגעברענגט געווארן און די לעצטערע יארן?, וועלעכע קאנסערוועטיווע TV טשענעל איז געווארן אפגעשפארט?

עס איז ממש פונקט ווי ראוסלאנד? די ווייסט איינער וואס האט מורא צו שרייבן עפעס אויף טוויטער, אדער פאוסטן עפעס אויף סיי וועלכע פלאטפארמע, צוליב ער זאל נישט באקימען א קאל און קאפ?

עס קען זיין אמעריקע האט געוויסע פראבלעמען, אבער צו פארגלייכן צו רוסלאנד איז גאר א שלעכטע פארגלייך.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

זיסע פיש האט געשריבן:עס קען זיין אמעריקע האט געוויסע פראבלעמען, אבער צו פארגלייכן צו רוסלאנד איז גאר א שלעכטע פארגלייך.

די רוסישע בירגער וואס זעהן נאר די סטעיט אנגעפירטע TV האלטן פונקט ווי דיר, פארקערט.
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: רייאנער פליגער אויפן וועג פון אטענס קיין ווילנא געהיידזשעקט דורך בעלארוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

דער חילק איך קען זען ביידע זייטן, און זיי נישט.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: רייאנער פליגער אויפן וועג פון אטענס קיין ווילנא געהיידזשעקט דורך בעלארוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

@יואל שרייבער

גערעכטע נקודה, דערווייל האט נאך קיינער נישט אהערגעשטעלט א גאווערנמענט אן קיין דיעפ סטעיט, אבער הלואי
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

היכי תמצא האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:וואס האסטו נישט קלאר פארשטאנען? משמועסט דא אז סדרייט זיך א ווידיאו ווי פראטאסעוויטש רעדט פון דארט און זאגט אז מנעמט גוט קעיר אויף אים, און אנדערע זאגן אז מזעהט צייכענעס פון קלעפ. האב איך געבעטן אויב איינער קען אהערברענגען די קליפ.
קלארער?

דא האסטו דעם ווידיאו דראפבאקס

נישט פארשטאנען קיין איין ווארט, אבער עס קוקט אויס ווי א כ’’א כסלו דרשה.

איך פארשטיי אויך נישט בעלארוסיש. אבער איינער האט געבעטן האב עס ארויפגעלייגט. אויב איך זעה אז ס'איז דא א ווערסיע וואס האט אינטערטיטלען אין ענגליש, וועל איך דאס ארויפלייגן.
אגב, איך האב נישט געכאפט דעם וויץ לגבי כ"א כסלו, אפשר קענסטו מיר פארזעצן דער רש"י אויף דעם?

עס קוקט אויס ווי א דרשה געליינט פון צעטל ארויס
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

יש לו מנה האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:

דא האסטו דעם ווידיאו דראפבאקס

נישט פארשטאנען קיין איין ווארט, אבער עס קוקט אויס ווי א כ’’א כסלו דרשה.

איך פארשטיי אויך נישט בעלארוסיש. אבער איינער האט געבעטן האב עס ארויפגעלייגט. אויב איך זעה אז ס'איז דא א ווערסיע וואס האט אינטערטיטלען אין ענגליש, וועל איך דאס ארויפלייגן.
אגב, איך האב נישט געכאפט דעם וויץ לגבי כ"א כסלו, אפשר קענסטו מיר פארזעצן דער רש"י אויף דעם?

עס קוקט אויס ווי א דרשה געליינט פון צעטל ארויס

אה, איך כאפ שוין.
גראדע געדענק איך כ"א כסלו אמאל ווען מ'האט נאכנישט געליינט פון א צעטל. ספעציעל ר' עזריאל גליק, ער פלעגט רעדן מיט א ברען.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: רייאנער פליגער אויפן וועג פון אטענס קיין ווילנא געהיידזשעקט דורך בעלארוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

מסתמא האט געשריבן:@יואל שרייבער

גערעכטע נקודה, דערווייל האט נאך קיינער נישט אהערגעשטעלט א גאווערנמענט אן קיין דיעפ סטעיט, אבער הלואי

כ'ווייס נישט אויב ס'איז אפילו מעגליך צו האבן א רעגירונג אהן א טיפע-שטאטע
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

יש לו מנה האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:וואס האסטו נישט קלאר פארשטאנען? משמועסט דא אז סדרייט זיך א ווידיאו ווי פראטאסעוויטש רעדט פון דארט און זאגט אז מנעמט גוט קעיר אויף אים, און אנדערע זאגן אז מזעהט צייכענעס פון קלעפ. האב איך געבעטן אויב איינער קען אהערברענגען די קליפ.
קלארער?

דא האסטו דעם ווידיאו דראפבאקס

נישט פארשטאנען קיין איין ווארט, אבער עס קוקט אויס ווי א כ’’א כסלו דרשה.

איך פארשטיי אויך נישט בעלארוסיש. אבער איינער האט געבעטן האב עס ארויפגעלייגט. אויב איך זעה אז ס'איז דא א ווערסיע וואס האט אינטערטיטלען אין ענגליש, וועל איך דאס ארויפלייגן.
אגב, איך האב נישט געכאפט דעם וויץ לגבי כ"א כסלו, אפשר קענסטו מיר פארזעצן דער רש"י אויף דעם?

עס קוקט אויס ווי א דרשה געליינט פון צעטל ארויס

זעט נישט אויס פון צעטל ארויס, אבער יא, מ'זעט אויף אים א פחד.
דאך מען זען א בילד פון פאר'ן פארכאפונג.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

סאכדעס האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:דא האסטו דעם ווידיאו דראפבאקס

נישט פארשטאנען קיין איין ווארט, אבער עס קוקט אויס ווי א כ’’א כסלו דרשה.

איך פארשטיי אויך נישט בעלארוסיש. אבער איינער האט געבעטן האב עס ארויפגעלייגט. אויב איך זעה אז ס'איז דא א ווערסיע וואס האט אינטערטיטלען אין ענגליש, וועל איך דאס ארויפלייגן.
אגב, איך האב נישט געכאפט דעם וויץ לגבי כ"א כסלו, אפשר קענסטו מיר פארזעצן דער רש"י אויף דעם?

עס קוקט אויס ווי א דרשה געליינט פון צעטל ארויס

זעט נישט אויס פון צעטל ארויס, אבער יא, מ'זעט אויף אים א פחד.
דאך מען זען א בילד פון פאר'ן פארכאפונג.

גראדע זיין טאטע און אנדערע נאנטע צייכענען צו אז ער האט דאס יא געליינט פון א צעטיל אדער ער זאגט געצווינגענע ווערטער ווארום דאס איז נישט זיין שפראך און פון זיין געזיכט דערקענט זיך א שטארקע אנגעצויגענקייט.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: רייאנער פליגער אויפן וועג פון אטענס קיין ווילנא געהיידזשעקט דורך בעלארוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

מיר קוקט יא אויס פון א צעטל/שילד/סקרין וואס ליגט קעגן איבער איהם,

קוק די תנועות פון זיין קאפ ווי ער רוקט עס שורה נאך שורה.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”