רייען-עיר פליגער אויפן וועג פון אטענס קיין ווילנא געהיידזשעקט דורך בעלארוס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

רייען-עיר פליגער אויפן וועג פון אטענס קיין ווילנא געהיידזשעקט דורך בעלארוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

אין א אבסעלוט פרעצעדענטלאזע שריט האט די בעלארוסע רעגירונג באצווינגען א רייעניער פליגער - אויפן וועג פון אטהענס, גריכלאנד קיין ווילנא, ליטאוועניע - צי לאנדן אין איר הויפט שטאט מינסק, דורכן איר באגלייטן מיט א מיליטערישע "מיג-29" דשעט, און אזוי ארום ארעסטירט זייער גרעסטע שונא וואס האט זיך געפינען אויף דעם פליגער.

דער ארעסטירטער איז דער אפיזיציע אקטיוויסט און דשורנאליסט "רעמאן פראטעסעוויטש" וואס איז שוין פון לאנג געזוכט דורך די קאראפטירטע בעלארוסע רעגירונג. און לויט געוויסע באריכטן שטייט ער אויס צי ווערן הינגעריכטעט אין בעלארוס.

לויט ווי די בעלארוסע רעגירונג טענה'ט איז די עמערדשענסי לאנדונג (כלשונם) בכלל נישט געווען קיין געפלאנטע אקציע, נאר איז געקומען אין רעזולטאט פון א באריכט אז ס'געפינט זיך א באמבע אויפן פליגער וואס האט זיי באצווינגען צו אוועקדרייען די פליגער פון איר ענדגליטיגע דעסטאנאציע און עס פירן קיין מינסק. אזוי טענה'ט אויך די רוסלאנדישע רעגירונג קאנטראלירט מידיע.

אין פאקט אבער איז דער פליגער שוין געווען אסאך נענטער צי איר אריגינעלע דעסטינאציע אין ווילנוס ווי צי די עירפארט מינסק, און די טענה פון די בעלארוסע רעגירונג איז פארשטייט זיך כרגיל א בלאף לשם בלאף.

וועלטליכע פירער זענען ארויסגעקומען מיט שארפע פארדאמונגען און פארלאנגט די באלדיגע באפרייאונג פון פראטעסעוויטש.


פאלגענד איז א בילד פון די מסלול וואס דער פליגער האט גענימען, מערקט די גרויסע אומוועג וואס דער פליגער האט גענימען כדאי צי לאנדן אין בעלארוס אנשטאט אין ווילנוס...

image (6).png
image (6).png (556.46 KiB) געזען 3676 מאל
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

וואוינט דער פראטעסעוויטש אין בעלארוס? און וואו איז דער פליגער געווען בשעת מען האט איר געהייסן לאנדן אין מינסק?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

די פליגער האט זיך נאך געפינען איבער בעלארוס טעריטאריע, הארט בעפאר אריינפארן אין ליטאוועניע ווען דער ארדער זיך צוריקצידרייען איז געקומען צי די פלי מאנשאפט, מיט די מיליטערישע דשעטס פארשטעלנדיג איר דעם וועג צי ווייטער גיין.

פראטעסעוויטש איז א בעלארוס בירגער און וואוינט אין ליטאוועניע.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

פאלגענד איז א בילד ווי די באאמטע אין באלערוס קוקן דורך די רענצלעך פון די פאסאזשירן אויפן פליגער

unnamed.jpg
unnamed.jpg (73.16 KiB) געזען 3538 מאל
[/quote]
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

ברעיקינג: באריכטן פארציילן יעצט אז פראטעסעוויטש איז און א קריטישע מצב אין שפיטאל.
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

דער CEO פון רייען עיר זאגט אז ער גלייבט אז אויפן פליגער האבן זיך געפינען זיכערהייט קרעפטן פון בעלארוס גאווערמענט וואס זענען נעלם געווארן ווען דער פליגער האט געלאנדעט אין מינסק, וואס מיינט צו זאגן אז די אקציע האט זיך אנגעהויבן נאך גריכלאנד,

ער האט פארארדענט אלע רייען עיר פליגערס נישט אדורכצופארן בעלארוס. אזוי אויך האט ד UK CIVIL AVIATION AUTHORIY אזוי ווי די אמעריקאנע FAA ארויסגעגעבן א ארדער פאר אלע UK רעגיסרירטע פליגערס נישט אדורכצופליען בעלארוס עיר ספעיס, אנדערע עירליינס האבן אויך אנגעהויבן אויסצוקרויזן בעלארוס

ער זאגט אז דאס איז א געהעריגע "לאנד געספאנסערט פארכאפונג", די EU איז אויך ארויסגעקומען מיט שארפע פארדאמונגען און זיי זאגן אז סאנקיציעס וועט נאכפאלגן

שטייצעך אז רוסלאנד איז אויף די בעלארוס זייט
לעצט פארראכטן דורך יאנקעל פעדראטשיק אום מאנטאג מאי 24, 2021 2:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

פראנקרייך האט אין א סטעיטמענט געמאלדן אז די באלערוס'ע עירליין באלאוויע וועט מעגליך גענצליך סוספענדירט ווערן פון פליען העכער די אייראפעאישע רוימען
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

רוסלאנד זאגט אז די רעאקציע פון די מערב לענדער איז "שאקינג און היפאוקריטיקעל"
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

שטייצעך
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

לויט די באלערוס'ע רעגירונג איז די באריכט פון א באמבע אויפן פליגער געקומען פון חאמאס גאר..
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

לאטוויע האט געמאלדן אז דאס לאנד וועט אהיימשיקן באלערוס'ע אמבעסאדארן און דיפלאמאטן וועלכע געפינען זיך אין לאנד נאך וואס באלערוס האט געטון דאס זעלביגע פאר לאטוויע'ע באאמטע וועלכע געפינען זיך אין באלערוס.
א סטעיטמענט פון די לאטוויע אויסערן מיניסטעריום לויטעט אז באלערוס האט געמאלדן פאר די לאטוויע'ס אמבאסאדאר אין מינסק אז ער מוז פארלאזן דאס לאנד אין די נעקסטע 24 שעה און אנדערע דיפלאמאטן אין 48 שעה.
לאטוויע טוט יעצט דאס זעלביגע.
די צוויי לענדער גרעניצן זיך איינער די אנדערע.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

עירוב תבשילין האט געשריבן:לויט די באלערוס'ע רעגירונג איז די באריכט פון א באמבע אויפן פליגער געקומען פון חאמאס גאר..

חאמאס ווארפט אפ די באריכט זאגענדיג אז די גרופע האט גארנישט איינגעלייגט מיט דעם
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

די אי.יו. איז ערווארטעט צו אדרעסירן די נושא היינט ביי א סאמיט אין בריסל און נעטאו אמבאסאדארן וועלן דיסקוסירן ווייטערדיגע שריט ביי א זיצונג מארגן דינסטאג
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

מ'קען דא ליינען די נייעס.

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 5#p2785742

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:אין א אבסעלוט פרעצעדענטלאזע שריט האט די בעלארוסע רעגירונג באצווינגען א רייעניער פליגער - אויפן וועג פון אטהענס, גריכלאנד קיין ווילנא, ליטאוועניע - צי לאנדן אין איר הויפט שטאט מינסק, דורכן איר באגלייטן מיט א מיליטערישע "מיג-29" דשעט, און אזוי ארום ארעסטירט זייער גרעסטע שונא וואס האט זיך געפינען אויף דעם פליגער.

דער ארעסטירטער איז דער אפיזיציע אקטיוויסט און דשורנאליסט "רעמאן פראטעסעוויטש" וואס איז שוין פון לאנג געזוכט דורך די קאראפטירטע בעלארוסע רעגירונג. און לויט געוויסע באריכטן שטייט ער אויס צי ווערן הינגעריכטעט אין בעלארוס.

לויט ווי די בעלארוסע רעגירונג טענה'ט איז די עמערדשענסי לאנדונג (כלשונם) בכלל נישט געווען קיין געפלאנטע אקציע, נאר איז געקומען אין רעזולטאט פון א באריכט אז ס'געפינט זיך א באמבע אויפן פליגער וואס האט זיי באצווינגען צו אוועקדרייען די פליגער פון איר ענדגליטיגע דעסטאנאציע און עס פירן קיין מינסק. אזוי טענה'ט אויך די רוסלאנדישע רעגירונג קאנטראלירט מידיע.

אין פאקט אבער איז דער פליגער שוין געווען אסאך נענטער צי איר אריגינעלע דעסטינאציע אין ווילנוס ווי צי די עירפארט מינסק, און די טענה פון די בעלארוסע רעגירונג איז פארשטייט זיך כרגיל א בלאף לשם בלאף.

וועלטליכע פירער זענען ארויסגעקומען מיט שארפע פארדאמונגען און פארלאנגט די באלדיגע באפרייאונג פון פראטעסעוויטש.


פאלגענד איז א בילד פון די מסלול וואס דער פליגער האט גענימען, מערקט די גרויסע אומוועג וואס דער פליגער האט גענימען כדאי צי לאנדן אין בעלארוס אנשטאט אין ווילנוס...





ווייטערדיגע אפדעיטס וועלן נאכפאלגן אינדעם אשכול
לעצט פארראכטן דורך עירוב תבשילין אום מאנטאג מאי 24, 2021 3:16 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: באלערוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין לאטוויע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

ענגלאנד האט באפוילן אלע אירע עירליין פירמע'ס זיך צוריק צו האלטן פון פליען העכער באלערוס.
אזוי אויך האט ענגלאנד'ס טראנספארט סעקרעטאר געמאלדן אז די אפיציעלע עירליין פון באלערוס "באלאוויע" וועלכע האלט אפ 3 פלי רייזעס א וואך פון רוסלאנד קיין לאנדאן-געטוויק איז דערווייל סוספענדירט.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין לאטוויע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

עטליכע אונטערנאציאנאלע עירליינס האבן שוין דערווייל געמאלדן אז זיי גייען צוריק האלטן בעלארוס'ס עירספעיס, פאלגענד איז די ליסטע:

-קעי.על.עם. פון האלאנד
-עס.עי.עס (סקאנדינעיוויען עירליין) די פאן קעריער פון דענמארק, נארוועגיען און שוועדן
-עיר-באלטיק פון לאטוויע
-וויז-עיר אן אונגארישער בודזשעט עירליין
-דייטשלאנד'ס גרעסטע עירליין לופטהאנזא
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין לאטוויע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

אוקראיינע האט גענומען א שריט פאראויס און אפגעזאגט אלע פלי רייזעס פון און אריין בעלארוס
אוועטאר
ר' יהושיע בן גמלא
שר האלף
תגובות: 1726
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 4:44 pm
לאקאציע: מזרח וואנט...

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין לאטוויע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יהושיע בן גמלא »

דאס צוריק האלטן בעלארוס'ס עירספעיס דארף צו זיין א שטראף ?
איך האף אז נישט
העבר אין והעתיד עדיין והוה כהרף אין, דאגה מנין.
#קיפעראפ
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין לאטוויע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

פארוואס זאל אנגיין בעלארוס אז עירליינס ווילן אויסמיידן זייער לופט און פליען לענגער?
אין עוד מלבדו
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין לאטוויע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

ר' יהושיע בן גמלא האט געשריבן:דאס צוריק האלטן בעלארוס'ס עירספעיס דארף צו זיין א שטראף ?
איך האף אז נישט

לאו דווקא די עיקר סיבה איז אנגעבליך צוליב סעיפטי פון די רייזענדע נאר די שריט טוט גלייכצייטיג צייגן פאר בעלארוס אז זייער עירספעיס איז נישט סעיף
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

אמעריקאנער סעקרעטאר פון שטאט, ענטאני בלינקען, פארלאנגט די "באלדיגע בייפרייאונג" פון דעם דזשורנאליסט "ראמען פראטאסעוויטש" וואס איז ארעסטירט געווארן אין בעלארוס נאכדעם וואס זיי האבן געצווינגען דאס עראפלאן צו לאנדן דארט. רוסלאנד האט ארויסגעגעבן סיגנאלן אז זיי שטיצן בעלארוס (פארשטייט זיך...)
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין לאטוויע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:פארוואס זאל אנגיין בעלארוס אז עירליינס ווילן אויסמיידן זייער לופט און פליען לענגער?

יעדע לאנד טשארדזשט געלט צו נוצן זייער עירספעיס, דאס קען מיינען אסאך פארלוירענע געלט פאר בעלארוס.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35242
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

זע איך אז דער פראטאסעוויטש איז בס"ה 26 יאר אלט, מאדנע א מדינה זאל זיך אזוי צו טאן מאכן פון א אינג בחור'ל?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

בעלארוס האט א אייגענע עירליין?
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

באקסער בוים האט געשריבן:בעלארוס האט א אייגענע עירליין?

יא ס'הייסט balavia
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”