פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 10096
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג מאי 24, 2021 11:07 am

מעגליך אז ס'איז בכלל נישט קיין פארענטשעס נאר א סטעידזש. די איבריגע עולם שטייט אפשר אויף בענק. ס'איז נישט אזוי קלאר.

אוועטאר
אל תדאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע: אינעם הארץ פון די באטראפענע

Re:

תגובהדורך אל תדאג » מאנטאג מאי 24, 2021 11:26 am

סטיטשינער האט געשריבן:איחוד הצלה איז א מעכטיגע אפאראט מיט הינדערטע אי עמ טי'ס און פאראמעדיקס, און זיי האבן עקוויפמענט איינס אין די וועלט ווייל געלט פליט דארט ווי מיסט. די איינציגסטע זאך וואס זיי האבן נישט געהאט ביז לעצטנס איז אמבולאנסען, ווייל זיי האבן צאם געליטן רדיפות מצד מד''א, וואס האט זיך געטראפן פארלירען מיליאנע שקלים יערליך צוליב דעם וואס די עולם רופט איחוד און נישט מד''א. אבער היינט זענען זיי זיך שוין אויסגעקומען בנוגע די פרט. צו זאגן אז איחוד איז צוריק געשטאנען איז פשוט אמעראצעס און/אדער געשטיפט מיט אן אגענדע.
בנוגע קרית ספר/ מודיעין עילית. די המון עם רופט עס קרית ספר, בשעת וואס שריפטליך און אפיציעל ווערט עס גערופן מודיעין.

שדה ורוד האט געשריבן:סאיז אגרויסע מחלוקת דא וועגן הצלה וואס ארבעט מיט מד"א מיט איחוד הצלה וואס זענען צוקריגט מיט מד"א. אין ירושלים איחוד הצלה איז זייער שטארק און סאיז דא אנטקעגן זיי צוות הצלה וואס זיי זענען מיט מד"א, לכאורה איז די ארגונים וואס ארבעטן מיט מד"א איז דא בעסערע חברה,
און אין בני ברק איז הצלה אדער ''הצלה גוש דן'' זייער שטארק און זיי זענען יא מיט מד"א און זייער בני פלוגתא זענען איחוד הצלה בני ברק, וואס לכאורה זענען זיי אסאך שוואכער אין אלע עניינים.
הרב וואזנער האט שטארק גישטיצט הצלה און אפילו ארויס מיט א בריוו אז איחוד הצלה זאלן נישט ארבעטן אין בני ברק, אפשר וועגן חילול שבת כ'וויס נישט
היינט דער רב פון הצלה בני ברק אין הגאון ר' שמואל אליעזר שטערן שליט"א
אלע זענען פיין און גוט, האבער ביטע זיך נישט קריגן...
האט מיר געזאגט א האלטער אין אין שיכון וויזניץ אז בשעתו ווען סאיז גיווארן די מחלוקת: איך האב מחליט גיווען, וויל די צוויי הצלה'ס קריגן זיך, וועל איך נישט רופן קיינמאל נישט זיי און נישט זיי...

איז אזוי, בעצם זענען ביידע גערעכט. איחוד הצלה בכללות איז נישט אוועקצומאכן זיי האבן גוטע עקוויפמענט און אסאך מעמבער'ס אין גאנץ ארץ ישראל און בתוכם אסאך פארווארפענע ישובים וואס דארט נעמט לענגער פאר מד''א אנצוקומען.

די עיקר פראבלעם איז אין די גרויסע שטעט ווי ירושלים בני ברק -ווי ס'איז דא א געהעריגע היימישע פראפעשענל הצלה מיט א וועד וואס נעמט אריין נאר יונגערלייט און זיי באקומען די קאלס פון מד''א און ארבעטן מיט זיי האנט ביי האנט- דארט הרג'נען זיי זיך ארום איינע מיט די אנדערע,
און ווייל איחוד הצלה וויל זיין ווי גרעסער נעמען זיי אריין כל צרי וכל זב אז ס'איז א נארמאלע ערשיינונג אז מ'קומט אן צו א קאל און ס'איז נישט דא קיין איין יונגערמאן צו געפינען.
און ס'איז טאקע דא צענדליגע פעלער (בפרט ביי נשים) וואס איחוד איז אנגעקומען צו א הויז און מ'האט זיי נישט אריינגעלאזט נאר געווארט אויף הצלה.

ווי אויך ווען מ'רופט די אפציעלע נאמבער פון מד''א/הצלה 101, קומען ביידע אן ווייל איחוד הערט אינטער מד''א. אבער ווען מ'רופט אן 1220 די נאמבער פון איחוד, דארפן זיי לויטן חוק עס טרענספערן צו מד''א אבער זיי מאכן קונצן און געבן עס איבער נאר נאך וואס אלע זייערע מעמבער'ס זענען שוין אויפן סצענע, דערפאר זעט מען כסדר ווי איחוד קומט אן שנעלער ווייל און אזא פאל ווייסט נאך מד''א נישט פון די קאל די ערשטע פאר מינוט.

אבער ווי כ'האב אנגעהויבן פעלט זיך איחוד שטארק אויס אינעם גאנצע לאנד,
ס'וואלט אבער נישט געווען קיין שלעכטע געדאנק צו אפטיילן איחוד הצלה הארצי פון איחוד ירושלים/בני ברק וואס דארט פארשווארצט עס נאר זייער נאמען.


נ.ב אלעס וואס כ'האב געשריבן איז זאכן וואס איך ווייס!

ישראל_הלוי
שר האלפיים
תגובות: 2290
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

תגובהדורך ישראל_הלוי » מאנטאג מאי 24, 2021 12:29 pm

קרלינע רבי זז"ג באזוכט אין שפיטאל.
צוגעלייגטע
IMG-20210524-WA0074.jpg
IMG-20210524-WA0074.jpg (159.58 KiB) געזעהן 3396 מאל

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 16525
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג מאי 24, 2021 12:30 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:די נעמען זענען א ערענסטע סוד

אבער למענכם וועל איך אך הפעם מגלה זיין.

שלמה צעהנווירטה פון קרית ספר.
זיין פעטער שאול יצחק דער פארעמעדיק פון ב"פ

ישר כח..
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 16525
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג מאי 24, 2021 12:32 pm

אבן יקרה האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:קרית ספר, לכאורה. א געגנט אין מודיעין עילית.

אה, איך האב גראדע ביז יעצט געמיינט אז קרית ספר איז נאך א נאמען פאר מודיעין עלית. (א שטייגער קרית יואל/פאלם טרי..)


און די נעמען פון די הצלה לייט, איז א סוד?

ס'דא וואס רופן טאקע אזוי גאנץ מודיעין עילית, ווייל ס'איז די גרעסטע חלק שטאט. א שטייגער ווי קרית יואל/מאנרוי.

דממה דקה האט געשריבן:ווארשיינליך מאכט עס קארלין סטאלין, (נישט קרית ספר)

ווארשיינליך מיינט ער נישט קארלין סטאלן.

נישט נאר די גרעסטע חלק אין שטאט, נאר אויך די ערשטע געבויטע און איינגעזעצטע פלאץ אין שטאט. ס'איז געוועהן א פלאן צו רופן די שטאט מיט די נאמען, אבער די רעגירונג האט דאס נישט געלאזט, ווייל קרית ספר איז אין תנ"ך א נאמען פון א שטאט אין צפון זייט פון אר"י, און נישט אין די געגנט פון מודיעין.
די אפציעלע נאמען איז טאקע מודיעין עילית, אבער קרית ספר איז געבליבן די נאמען ביי די וועלט. ס'איז א שטאט וואס פארמאגט נאנט צו הונדערט טויזנט נפשות קע"ה פון היימישע עולם. די גרעסטע חרדישע יישוב אין אר"י [אין ב"ב און אין ירושלים וואוינען מער, אבער דא איז כולו חרדי].
גראדע קרית ספר אליין איז אויך דא א גרויסע יישוב פון קארלין, א ריזיגע שטיבל, מיט מוסדות, ישי"ק און נאך.

אין אר"י קיינער רופט זיי נישט מיט די נאמען סטאלין, נאר קארלין.

ישר כח פאר די אלע אינפארמאציע.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

דריידל
שר ששת אלפים
תגובות: 6492
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

תגובהדורך דריידל » מאנטאג מאי 24, 2021 2:29 pm

איז נאך דא נייעס וועגן קארלין אדער קען מען שפארן די אשכול?

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 16159
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג מאי 24, 2021 2:37 pm

די פארענטשעס צאמפאל אין גור איז געווען בשנת תשנ''ח. דא האט איר דעם קליפ https://hm-news.co.il/162931/

למעשה האט גור נישט באקומען קיין ערלויבעניש צו חתונה מאכן אין ביהמ''ד.
מירון לא היה מירון, שבועות לא היה שבועות. בעזרת השם תשעה באב לא יהיה תשעה באב. אכי"ר

כל טוב
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

תגובהדורך כל טוב » מאנטאג מאי 24, 2021 2:52 pm

דריידל האט געשריבן:איז נאך דא נייעס וועגן קארלין אדער קען מען שפארן די אשכול?

ס'איז דא נייעס אז מ'שלאגט זיך ארום אין כנסת המינים צו מ'זאל מאכן א גאר שטרענגע אינוועסטיגאציע, לפיד הרשע האט עס פארגעשלאגן וואס דאס אליין איז שוין א סימן די פרומע זאלן עס נישט שטיצן ווייל ער וויל פשוט נאך אפאר פרומע זאלן זיצן אין תפיסה, יעקב אשר פון דגל פארפירט געפערלעך דערויף דרעי פון שס שטיצט עס,
די קעגנערס טענה'ן א ראי'האסטו אז פאר מירון ווי 45 זיינען ליידער אומגעקומען האסטו נישט אזא אינוועסטיגאציע ווייל פאליציי איז אויך אין טראבל דארט משא''כ די ווי ס'איז בלויז פרומע וכו'

דעת בעל הבית
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: Re:

תגובהדורך דעת בעל הבית » מאנטאג מאי 24, 2021 3:29 pm

אל תדאג האט געשריבן:ווען מ'רופט די אפציעלע נאמבער פון מד''א/הצלה 101, קומען ביידע אן ווייל איחוד הערט אינטער מד''א. אבער ווען מ'רופט אן 1220 די נאמבער פון איחוד, דארפן זיי לויטן חוק עס טרענספערן צו מד''א
נ.ב אלעס וואס כ'האב געשריבן איז זאכן וואס איך ווייס!

דאכצעך איחוד'ס נאמבער איז 1221

אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 10096
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג מאי 24, 2021 4:13 pm

דריידל האט געשריבן:איז נאך דא נייעס וועגן קארלין אדער קען מען שפארן די אשכול?

פארוואס שפארן? וועמען גייט אן אז ס'איז אפן?!

אוועטאר
שיינער חלום
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 02, 2019 11:29 am
לאקאציע: אין בעט

Re: Re:

תגובהדורך שיינער חלום » מאנטאג מאי 24, 2021 6:35 pm

דעת בעל הבית האט געשריבן:
אל תדאג האט געשריבן:ווען מ'רופט די אפציעלע נאמבער פון מד''א/הצלה 101, קומען ביידע אן ווייל איחוד הערט אינטער מד''א. אבער ווען מ'רופט אן 1220 די נאמבער פון איחוד, דארפן זיי לויטן חוק עס טרענספערן צו מד''א
נ.ב אלעס וואס כ'האב געשריבן איז זאכן וואס איך ווייס!

דאכצעך איחוד'ס נאמבער איז 1221

יא, זק''א'ס נאמבער איז 1220
איך וועל ענדערש זיין א "בהמה" פאר'ן "באשעפער" ווי איידער זיין א "מענטש" פאר "בהמות".
?!ARE WE SLEEPWALKING

!!!DEAR BROTHERS AND SISTERS!!! WAKE UP

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 10443
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מאנטאג מאי 24, 2021 6:46 pm

כל טוב האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:איז נאך דא נייעס וועגן קארלין אדער קען מען שפארן די אשכול?

ס'איז דא נייעס אז מ'שלאגט זיך ארום אין כנסת המינים צו מ'זאל מאכן א גאר שטרענגע אינוועסטיגאציע, לפיד הרשע האט עס פארגעשלאגן וואס דאס אליין איז שוין א סימן די פרומע זאלן עס נישט שטיצן ווייל ער וויל פשוט נאך אפאר פרומע זאלן זיצן אין תפיסה, יעקב אשר פון דגל פארפירט געפערלעך דערויף דרעי פון שס שטיצט עס,
די קעגנערס טענה'ן א ראי'האסטו אז פאר מירון ווי 45 זיינען ליידער אומגעקומען האסטו נישט אזא אינוועסטיגאציע ווייל פאליציי איז אויך אין טראבל דארט משא''כ די ווי ס'איז בלויז פרומע וכו'

עפעס שטימט נישט מיט וואס דו שרייבסט, א ספעציעלע ועדה האט היינט געשטימט אז מ'זאל יא עפענען א ספעציעלע אויספארשוו אויף די אסון מירון, די חרדי'שע חברי הכנסת האבן פארפירט דערקעגן, למעשה איז די רעזולאציע אריבער. מ'האט נישט גערעדט קיין ווארט איבער די טראגעדיע אין קארלין.

יצחק ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 19, 2018 11:05 am

Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

תגובהדורך יצחק ברוך » מאנטאג מאי 24, 2021 7:29 pm

צולייגער האט געשריבן:דארט האט מען מער אויסגעשריגן הצלה ווי געזינגען אויפן מייק...

געדענק איך נאר אז ווער ס'וועט שטיין אין וועג וועט כאפן שטויסן...
איז עס באמת געווען א סכנה אדער נאר די היץ?

אבן יקרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3851
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re:

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג מאי 24, 2021 7:50 pm

סטיטשינער האט געשריבן:די פארענטשעס צאמפאל אין גור איז געווען בשנת תשנ''ח. דא האט איר דעם קליפ https://hm-news.co.il/162931/

למעשה האט גור נישט באקומען קיין ערלויבעניש צו חתונה מאכן אין ביהמ''ד.

זיי האבן געקלאגט אין געריכט אויף דעם
לויט ווי ס'איז געווארן געמאלדן, איז פאסירט אין גער, סיי שביעי של פסח, סיי שבועות, אפאר געשעהנישן פון פאלן פון די פארענטשעס, צווישן זיי אינגעלעך וואס זענען געפירט אין שפיטאל. אין שש"פ איז געוועהן איין שווערע פארוואונדעט

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

תגובהדורך וואדקע » מאנטאג מאי 24, 2021 7:52 pm

צולייגער האט געשריבן:דארט האט מען מער אויסגעשריגן הצלה ווי געזינגען אויפן מייק...

רוב איז געווען פון מענטשען וואס ס'איז זיי שלעכט געווארן פון די היץ/שטיפעניש, מהאט זיי ארויסגעפירט צו די גאס פאר פרישע ליפט, געגעבן וואסער און פארטיג.
נישט קיין MCI אדער אפילו ענדליך. במשך די גאנצע צייט איז די חתונה געהעריג אנגעגאנגען און אפילו די מענטשען וואס זענען געשטאנען נעבען די מענטשען וואס האבן געחלישט זענען ווייטער אנגעגענגען ווי נאר מען האט יענעם ארויסגעטראגען. סאיז געווען מער קאמיש ווי שרעקעדיג.
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

אוועטאר
פנימחדשות
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 4:33 pm

Re: Re:

תגובהדורך פנימחדשות » מאנטאג מאי 24, 2021 8:15 pm

אבן יקרה האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:די פארענטשעס צאמפאל אין גור איז געווען בשנת תשנ''ח. דא האט איר דעם קליפ https://hm-news.co.il/162931/

למעשה האט גור נישט באקומען קיין ערלויבעניש צו חתונה מאכן אין ביהמ''ד.

זיי האבן געקלאגט אין געריכט אויף דעם
לויט ווי ס'איז געווארן געמאלדן, איז פאסירט אין גער, סיי שביעי של פסח, סיי שבועות, אפאר געשעהנישן פון פאלן פון די פארענטשעס, צווישן זיי אינגעלעך וואס זענען געפירט אין שפיטאל. אין שש"פ איז געוועהן איין שווערע פארוואונדעט

אינטרעסאנט אז ס'איז נישט געווען אין די נייעס.

וויאזוי פאלט מען פון פארענטשעס וואס האבען א גוטע געיט אויף די זייטען?

משה בעלז
שר חמש מאות
תגובות: 708
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:26 pm

Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

תגובהדורך משה בעלז » דינסטאג מאי 25, 2021 11:04 am

img-20210524-wa0760_optimized.jpg
img-20210524-wa0760_optimized.jpg (53.28 KiB) געזעהן 2413 מאל

באנאנא
שר חמש מאות
תגובות: 636
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: ביי די רעפובליקאנער (הה"ד באנאנא רעפובליק)

Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

תגובהדורך באנאנא » דינסטאג מאי 25, 2021 11:05 am

צוען ווייטער די שמועס פונעם סאטמאר - באבוב חתונה דא:
viewtopic.php?f=6&t=47715

גדל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

תגובהדורך גדל » דינסטאג מאי 25, 2021 11:07 am

משה בעלז האט געשריבן:
img-20210524-wa0760_optimized.jpg

די סטאלינע גייען מיט פלאטשיגע היטען ?

אברך משי
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2020 12:33 am

Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

תגובהדורך אברך משי » דינסטאג מאי 25, 2021 11:17 am

יא, עס איז פיל מיט פלאטשיגע היטן זייענדיג א ירושלימ'ער חסידות

באנאנא
שר חמש מאות
תגובות: 636
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: ביי די רעפובליקאנער (הה"ד באנאנא רעפובליק)

Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

תגובהדורך באנאנא » מיטוואך מאי 26, 2021 12:09 pm

מאמענט און די וואך טוען דורך די נושא פון פארענטשעס, אקוראט די זעלבע נושאים מיט די היסטאריע פון געפאלענע פארענטשעס אין די עבר.

אוועטאר
פארצייטיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

תגובהדורך פארצייטיש » מיטוואך מאי 26, 2021 12:22 pm

באנאנא האט געשריבן:מאמענט און די וואך טוען דורך די נושא פון פארענטשעס, אקוראט די זעלבע נושאים מיט די היסטאריע פון געפאלענע פארענטשעס אין די עבר.

אויך די שריפט האט זייער שיינע ארטיקלען אין די נושא.

באנאנא
שר חמש מאות
תגובות: 636
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: ביי די רעפובליקאנער (הה"ד באנאנא רעפובליק)

Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

תגובהדורך באנאנא » מיטוואך מאי 26, 2021 12:24 pm

פארצייטיש האט געשריבן:
באנאנא האט געשריבן:מאמענט און די וואך טוען דורך די נושא פון פארענטשעס, אקוראט די זעלבע נושאים מיט די היסטאריע פון געפאלענע פארענטשעס אין די עבר.

אויך די שריפט האט זייער שיינע ארטיקלען אין די נושא.

אוועטאר
פארצייטיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

תגובהדורך פארצייטיש » מיטוואך מאי 26, 2021 12:26 pm

באנאנא האט געשריבן:
פארצייטיש האט געשריבן:
באנאנא האט געשריבן:מאמענט און די וואך טוען דורך די נושא פון פארענטשעס, אקוראט די זעלבע נושאים מיט די היסטאריע פון געפאלענע פארענטשעס אין די עבר.

אויך די שריפט האט זייער שיינע ארטיקלען אין די נושא.

אה, נישט באמערקט.

באנאנא
שר חמש מאות
תגובות: 636
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: ביי די רעפובליקאנער (הה"ד באנאנא רעפובליק)

Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

תגובהדורך באנאנא » מיטוואך מאי 26, 2021 5:26 pm

פארצייטיש האט געשריבן:
באנאנא האט געשריבן:
פארצייטיש האט געשריבן:
באנאנא האט געשריבן:מאמענט און די וואך טוען דורך די נושא פון פארענטשעס, אקוראט די זעלבע נושאים מיט די היסטאריע פון געפאלענע פארענטשעס אין די עבר.

אויך די שריפט האט זייער שיינע ארטיקלען אין די נושא.

אה, נישט באמערקט.

הדא הוא דכתיב...
צוגעלייגטע
photo5870961870201009941.jpg
photo5870961870201009941.jpg (260.36 KiB) געזעהן 703 מאל
מאָמענט מאגאזין בהעלותך תשפ״א.jpeg
מאָמענט מאגאזין בהעלותך תשפ״א.jpeg (557.39 KiB) געזעהן 703 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”