אינפלאציע 2021 - אינפלעישאן בלע"ז

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

אינפלאציע 2021 - אינפלעישאן בלע"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אינטערעסאנט אז עס איז נאכנישט דא קיין צענטראלע אשכול פון אזא ברענענדיגע נושא ווי אינפלעישאן נאכדעם וואס מ'רעדט יעצט אזויפיל ארום דערפון אין אסאך אשכולות.

עס איז יעצט דא שטייגנדע אינפלאציע.

פארוואס?

ווייל עס איז דא א מאנגל אין פראדוקציע.

פארוואס?

ווייל ס'איז דא א מאנגל אין ארבייטער וואס זאלן פארבריצירן, פארפאקן, און שיקן פראדוקטן.

פארוואס?

צוליב די קאוויד לאקדאונס איז די סופליי טשעין פון פראדוקציע געווארן צוריקגעבליבן.

אבער יעצט קריכט מען דאך שוין ארויס פון קאוויד?

צוליב די קאוויד סומאטוכע איז די גאנצע ארבייטער באזע איינגעשלעפט געווארן אויף אנעפלוימענט, און אפילו ווי נישט, איז די גאנצע רוח אינעם געזעלשאפט פון ארויסגיין ארבעטן שווער אוועק פון דערהיים און באקומען באצאלט א מינימום עפעס וואס איז פונדעמענטאל געטוישט געווארן.

לויט די לעצטיגע ציפערן איז דא 8 מיליאן אפענע דזאב פאזיציעס אין לאנד, די גרעסטע דימענד איז פאר ווערהויז ארבייטער וואס די סופליי פאלט.

וואס קען מען ערווארטן?
אזוי ווי לויט עקספערטן קומט די עיקר אינפלעישאן נישט אזוי ווייט צוליב ווייל דער דאלער איז שוואך, נאר ליבערשט צוליב א מאנגל אין פראדוקטן, דעריבער אויב הערט זיך אויף די מאנגל, דאן קען די אינפלאציע נאכלאזן.
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3172
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: אינפלאציע 2021 - אינפלעישאן בלע"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

שכוח ר' יום טוב,
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: אינפלאציע 2021 - אינפלעישאן בלע"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

לאור די אינפלעישאן האבן אלע אינדעקסן אויפן סטאק מארקעט געטראסקעט מיט א אימפעט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: אינפלאציע 2021 - אינפלעישאן בלע"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

באמת איז אינפלעישאן שוין דא לאנגע יארן אבער ס'ווערט נישט געצייגט אין די אפיציעלע ציפערן, סיי וויבאלד די רעגירונג טוט כסדר ארומטוישן די פארמולא וויאזוי ס'ווערט גערעכנט מיטן ציהל צו האלטן נידריג די אינטרעסט ראטע צינזן, און אויך ווייל די לאנג-יעריגע "היימישע מארקעט אינפלעישאן" ווערט נישט גערעכנט אויף די רעגירונג מעסטער'ל.

אבער אצינד ווען עס ווערט שוין אפיציעל און מ'קען עס מער נישט באהאלטן, איז אכשר דרא. מען וועט שוין נישט דארפן העכערן די גראסערי, קליידער, דירה אדער שכ"ל פרייזן, אונטערן טיש כגזלן במחתרת, נאר מ'וועט זיין פריי עס אפיציעל איינצומעלדן, נישט מער ווי 25% אויפאמאל.

ס'הערשט דאך אינפלאציע!
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: אינפלאציע 2021 - אינפלעישאן בלע"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

איינער קען אפשר אראפברענגען די אפיציעלע אינפאלציע נאמערן פון די חודש?
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
אוועטאר
שרויפקאפ
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 9:08 am

Re: אינפלאציע 2021 - אינפלעישאן בלע"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרויפקאפ »

איז דאס איז לכאורה די סיבה וואס די דאלער פאלט אזוי קעגן אנדערע וואלוטעס, מיין שאלה איז פארוואס פאלן נישט די אנדערע געלטער?

למשל די קאנאדישע דאלער איז היינט אנגעקומען צי 1.20 אויף אמעריקאנע דאלער וואס איז זייער נידריג, אבער אויף וויפיל איך ווייס איז אין קענעדע אויך דא די זעלבע פראבלעמען וואלט דער קענעדישע דאלער אויך געדארפט פאלן אין די חילוק וואלט געדארפט זיין מער ווייניגער די זעלבע?
האמיר און זיימיר, א לעכטיגן ביי
איסר'ל שארפבלאט
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 8:19 pm

Re: אינפלאציע 2021 - אינפלעישאן בלע"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר'ל שארפבלאט »

ר' יום טוב האט געשריבן:אינטערעסאנט אז עס איז נאכנישט דא קיין צענטראלע אשכול פון אזא ברענענדיגע נושא ווי אינפלעישאן נאכדעם וואס מ'רעדט יעצט אזויפיל ארום דערפון אין אסאך אשכולות.

עס איז יעצט דא שטייגנדע אינפלאציע.

פארוואס?

ווייל עס איז דא א מאנגל אין פראדוקציע.

פארוואס?

ווייל ס'איז דא א מאנגל אין ארבייטער וואס זאלן פארבריצירן, פארפאקן, און שיקן פראדוקטן.

פארוואס?

צוליב די קאוויד לאקדאונס איז די סופליי טשעין פון פראדוקציע געווארן צוריקגעבליבן.

אבער יעצט קריכט מען דאך שוין ארויס פון קאוויד?

צוליב די קאוויד סומאטוכע איז די גאנצע ארבייטער באזע איינגעשלעפט געווארן אויף אנעפלוימענט, און אפילו ווי נישט, איז די גאנצע רוח אינעם געזעלשאפט פון ארויסגיין ארבעטן שווער אוועק פון דערהיים און באקומען באצאלט א מינימום עפעס וואס איז פונדעמענטאל געטוישט געווארן.

לויט די לעצטיגע ציפערן איז דא 8 מיליאן אפענע דזאב פאזיציעס אין לאנד, די גרעסטע דימענד איז פאר ווערהויז ארבייטער וואס די סופליי פאלט.

וואס קען מען ערווארטן?
אזוי ווי לויט עקספערטן קומט די עיקר אינפלעישאן נישט אזוי ווייט צוליב ווייל דער דאלער איז שוואך, נאר ליבערשט צוליב א מאנגל אין פראדוקטן, דעריבער אויב הערט זיך אויף די מאנגל, דאן קען די אינפלאציע נאכלאזן.

סופליי טשעין מאנגל איז אזוי סאך פון אויסלאנד ווי אין אמעריקע.
איבער א דריטל פון די אינפלאציע שפרינג לעצטע חודש קומט פון גענוצטע וועהיקלס וואס זענען טייערער מיט צען פראצענט צוליב וואס עס איז דא א אינטערנאציאנאלע מאנגל אין טשיפס וואס ווערן גענוצט צו מאכן קארס און טראקס (און טויזנטער אנדערע פראדוקטן).
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: אינפלאציע 2021 - אינפלעישאן בלע"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

שרויפקאפ האט געשריבן:למשל די קאנאדישע דאלער איז היינט אנגעקומען צי 1.20 אויף אמעריקאנע דאלער וואס איז זייער נידריג, אבער אויף וויפיל איך ווייס איז אין קענעדע אויך דא די זעלבע פראבלעמען וואלט דער קענעדישע דאלער אויך געדארפט פאלן אין די חילוק וואלט געדארפט זיין מער ווייניגער די זעלבע?

אלס א איינוואוינער אין קאנאדע האב איך זיך געטרייסט אז אפילו די אמעריקאנע דאללער פאלט (אין די סטימיולעס העט זיין ווייניגער ווערט) כאטש וועלן די פרייזן נישט ארויף גיין אזוי שטארק, בעיקר אין די עסן אינדוסטריע
ווייל ווען די דאללער הייבט זיך הייבט זיך אלעס מיט
אבער למעשה גייט אלעס ארויף מיט א אומגעהויערע ספיד
לדוגמה מיין גראסערי איז ארויף מיט ארום 60-70%
האב איך געטראכט אז עס איז מן הסתם נאר ביי מיר, אבער ווען איך האב זיך נאכגעפרעגט ביי אנדערע און ביי די ארבעטער אין די עסן אינדוסטריע זאגן זיי אז יא איך בין גערעכט און מיין קאלקולעיטאר ארבעט ליידער גאר גוט,
פארדעם קוקט מיר אויס פון מיין קליינע קוק ווינקל אז די אינפלעישן איז באמת אין סך העכערע ציפערן ווי באריכטעט
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: אינפלאציע 2021 - אינפלעישאן בלע"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

אלס 'בייער' פון בערוף, האנדלענדיג מיט פראדוקטן איבער פארשידענע אינדוסטריעס, פון קאנסטרוקציע טאאלס, ביז מעדיקל סופלייס, ביז אפיס און היים גאאדס, קען איך ווי א נאר אויפן מארק צושאקלען מיטן קאפ.

יעדער צאלט מיט לכה"פ דרייסיג פראצענט העכער ווי אפאר חדשים צוריק, עטליכע ליינס זענען פופציג פראצענט העכער אפילו, אבער מען ציטערט צו העכערן די פרייזן בעפאר די קאמפעטישן וועט העכערן... און ביזדערווייל ווערן די מארדזשינס שמעלער, און די קעש פלאו טייטער. א מאסיווע אינקריעס מיט גאנצע פערציג פראצענט איז אומפארמיידבאר.


בעסטע וואס מיר קענען האפן, אז דאס איז דאס התגשמות פון היוקר יאמיר במלא מובן המילה, און אט אט קומט די גוטע בשורה.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: אינפלאציע 2021 - אינפלעישאן בלע"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

שרויפקאפ האט געשריבן:איז דאס איז לכאורה די סיבה וואס די דאלער פאלט אזוי קעגן אנדערע וואלוטעס, מיין שאלה איז פארוואס פאלן נישט די אנדערע געלטער?

למשל די קאנאדישע דאלער איז היינט אנגעקומען צי 1.20 אויף אמעריקאנע דאלער וואס איז זייער נידריג, אבער אויף וויפיל איך ווייס איז אין קענעדע אויך דא די זעלבע פראבלעמען וואלט דער קענעדישע דאלער אויך געדארפט פאלן אין די חילוק וואלט געדארפט זיין מער ווייניגער די זעלבע?

קענעדע האט נישט ארויסגעגאסן האלב אזוי סאך געלט ווי אמעריקע!
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
אוועטאר
אברהם אבינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 3:37 pm
לאקאציע: אויפען בענקעל

Re: אינפלאציע 2021 - אינפלעישאן בלע"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם אבינו »

דאס מיינט אז א סטאק מארקעט קראך איז אויפען וועג?
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: אינפלאציע 2021 - אינפלעישאן בלע"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פאר'ן וואך איז די דאו -דערווייל*- נידעריגער מיט 760 פונקטן - עטוואס מער פון צוויי פערצענט.

*דערווייל: ווייל עס איז נאך מעגליך ס'זאל זיך מארגן צוריקכאפן.
לעצט פארראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום דאנערשטאג מאי 13, 2021 10:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: אינפלאציע 2021 - אינפלעישאן בלע"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אזוי אויך איז די "עס. ענד פי. 500" מיט 116 פונקטן נידעריגער אויפ'ן וואך - ארום 2.75 פערצענט.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: אינפלאציע 2021 - אינפלעישאן בלע"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

די "נעסדעק" איז נידעריגער מיט 560 אויפ'ן וואך - עטוואס מער פון פיר פערצענט פונקטן.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: אינפלאציע 2021 - אינפלעישאן בלע"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

די סטאק מארקעט וואלט נאטורליך געדארפט זיין א פלאץ ווי צו האלטן געלט בעת אינפלעישאן, ווייל אז אלעס גייט ארויף דארפן די ווערט פון סטאקס אויך שטייגן. אבער ס'זעט מיר אויס ווי די גרויסע אינוועסטמענט מענעדזשמענטס זייען אן א פאניק אין די מידיא כדי די ריטעיל אינוועסטארס זאלן ארויסנעמען די געלטער און דערנאך ווען עס וועט פאלן וועלן זיי דאס קענען קויפן פאר א דיסקאונט. דאס ווערט אנגערופן א bear trap.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: אינפלאציע 2021 - אינפלעישאן בלע"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

15 סטעיט'ס האבן שוין געמאלדן אז זיי גייען אויפהערן די קאוויד אנעפלוימענט בענעפיט'ס.

פרעזידענט ביידען האט אויך געזאגט אז מ'דארף אויף עפעס אן אופן שטערקער אינפארסירן אז מ'זאל אפהאקן די בענעפיטס פאר די וואס האבן אפגעזאגט א דזשאב אפער, טראץ וואס ער האט זיך אויסגעדריקט אז די פריאריטעט דארף בלייבן אז אמעריקאנער זאלן קענען לייגן ברעד אוו די טעיבל.

אנאליסטן טענה'ן אז נאכן אנאלאזירן די אינפלעישאן ציפערן איז דאס נישט אזוי געפערליך אויב מ'נעמט ארויס גענוצטע קארס וואס איז געשטיגן מיט 20% צוליב די טשיפ מאנגעל און מ'נעמט ארויס געזאלין איז כמעט נישט געווען קיין העכערונג.
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: אינפלאציע 2021 - אינפלעישאן בלע"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

ר' יום טוב האט געשריבן:
אנאליסטן טענה'ן אז נאכן אנאלאזירן די אינפלעישאן ציפערן איז דאס נישט אזוי געפערליך אויב מ'נעמט ארויס גענוצטע קארס וואס איז געשטיגן מיט 20% צוליב די טשיפ מאנגעל און מ'נעמט ארויס געזאלין און די פעמפערס און די פלייש און אלע caned food וכו וכו איז כמעט נישט געווען קיין העכערונג.
ואני בתומי אלך.
פאראיעריגער שניי
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: אינפלאציע 2021 - אינפלעישאן בלע"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

גיי פארשטיי האט געשריבן:
שרויפקאפ האט געשריבן:איז דאס איז לכאורה די סיבה וואס די דאלער פאלט אזוי קעגן אנדערע וואלוטעס, מיין שאלה איז פארוואס פאלן נישט די אנדערע געלטער?

למשל די קאנאדישע דאלער איז היינט אנגעקומען צי 1.20 אויף אמעריקאנע דאלער וואס איז זייער נידריג, אבער אויף וויפיל איך ווייס איז אין קענעדע אויך דא די זעלבע פראבלעמען וואלט דער קענעדישע דאלער אויך געדארפט פאלן אין די חילוק וואלט געדארפט זיין מער ווייניגער די זעלבע?

קענעדע האט נישט ארויסגעגאסן האלב אזוי סאך געלט ווי אמעריקע!


אלס קאנאדישער וואלט איך געזאגט אזעס האט מיט די געז פרייזן.

פאר דיין אינפארמאציע איז עס געזיצן בימי טראמפ אין די קליינע דרייסיגער און אנפאנג קאוויד ווען די דעמענד און פרייזן פון געז האט געטראסקעט האט עס ארויפגעשאסן ביז אזויפיל ווי 150 פאר עטליכע מינוט און זינט דאן גייט עס שטאטעלעך אראפ צוזאמען מיט געז
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

Re: אינפלאציע 2021 - אינפלעישאן בלע"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

ר' יום טוב האט געשריבן:15 סטעיט'ס האבן שוין געמאלדן אז זיי גייען אויפהערן די קאוויד אנעפלוימענט בענעפיט'ס.

פרעזידענט ביידען האט אויך געזאגט אז מ'דארף אויף עפעס אן אופן שטערקער אינפארסירן אז מ'זאל אפהאקן די בענעפיטס פאר די וואס האבן אפגעזאגט א דזשאב אפער, טראץ וואס ער האט זיך אויסגעדריקט אז די פריאריטעט דארף בלייבן אז אמעריקאנער זאלן קענען לייגן ברעד אוו די טעיבל.

אנאליסטן טענה'ן אז נאכן אנאלאזירן די אינפלעישאן ציפערן איז דאס נישט אזוי געפערליך אויב מ'נעמט ארויס גענוצטע קארס וואס איז געשטיגן מיט 20% צוליב די טשיפ מאנגעל און מ'נעמט ארויס געזאלין איז כמעט נישט געווען קיין העכערונג.

שוין דא אן אשכול איבער די קאר טשיפ סעמאטוכע?
וויל איך דאך אויך וויסן וואָס דארט גייט פאר
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6205
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: אינפלאציע 2021 - אינפלעישאן בלע"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

האנדא האט געמאלדן אז זיי גייען שניידן 40% פון די פראדוקציע אויף א גרויס חלק פון זייערע קארן צוליב די אלע ״אינדוסטריע אנטוויקלונגען״

#האט איר הנאה פון אייער סטימיליוס?
אני הוא הנער, נער המדבר
monroe10950
שר חמש מאות
תגובות: 650
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 10:09 am

Re: אינפלאציע 2021 - אינפלעישאן בלע"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך monroe10950 »

דער מהרש''א סוף סוטה, ברענגט א גירסא והיוקר יעות,

איז ער מסביר אז דער יוקר וועט נישט זיין א נאטורליכע אינפלאציע, נאר ער וועט זיין א פארקרומטער, דהיינו עס וועט זיין א תוצאה פון מפקיעי שערים.
כדי צו באקומען אן א שיעור סופליי, וועט דער נארסיסיסט טון פארשידענע פעולות, אפילו גוטע, צו קונה זיין סופליי. זיי וועלן פרובירן צו האבן א בכבוד'יגע פאסטן אדער רעספעקטפולע קאריערע, צומאל א שיינע רייכע הויז אדער טייערע קאר, ברענד נעים קליידער וכדו'.
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”