בלאט 3 פון 1047

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 1:41 am
דורך לעורר לב
אסדר לסעודתא האט געשריבן:אגב, די היתר האט ער באקומען פון דריי רבנים, דומ"ץ סקווירא, קאסוב און הגרשפ לאנגזאם דומ"ץ בעלזא.


וכבר כתבתי - מ'דארף עס זעהן,
און מ'דארף מפרסם זיין גענויע פרטים. תפילין קידוש הלל מלאכה, וועלעכע תפילות געדאווענט, אויב האט ער געלייגט תפילין ווען האט ער געמאכט הבדלה?
אזא פסק דארף זיין אין גאס נישט אין שופלאד,
איך האב מורא אז מ'גייט קיינמאל נישט זעהן א געשריבענע פסק. הלוואי יא.

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 1:44 am
דורך אוהב ספרים
לעורר לב האט געשריבן:
loyodea האט געשריבן:
באנאנא האט געשריבן:געהערט אז די אמרי חיים האט זיך געפירט ווי א געהעריגע בן חו"ל דא אין שטאט אמאל ווען ער איז געווען (כ'מיין פסח), און די תוא"י רבי האט זיך אויך אזוי געפירט, פאר יו"ט האט ער פארט געווילט האבן א פסק פון רבני העיר האט ער געבעטן פון רב שטיינמעץ דומ"ץ סקווירא און האדמו"ר מ'קאסוב וועלכע האבן אים אפגעשריבן א פסק אז ער זאל זיך טאקע אזוי פירן.
אויב איינער קען אויסקלארן די דעטאלן וואלט געווען שיין.

עפעס האב איך געהערט האט עס אז מ'קומט מיט די רבנית


האט איינער די פסק בכתב??
אמת די אמרי חיים האט געפראוועט צוויי סדרים. אבער ער איז דא געווען פאר איבער א יאר צייט דעמאלטס. וואס דאס איז געווען א חלק פון די היתר, וויאזוי קען מען דאס צושטעלן??
ווער זאגט אז די אמרי חיים האט נישט געלייגט תפילין?? [די צווייטע טאג יו"ט איז דאך סייווי חוה"מ לבני א"י און מ'לייגט נישט קיין תפילין, די שאלה איז נאר אחרון של פסח, ולא ידוע כלל מה עשה.
די רבנית איז דא!! און פארדעם איז מען פטור פון לייגן תפילין???

דאס עפענט א פתח פאר אלע בני חו"ל וואס פראווענען סוכות אין א"י מיט זייער רבנית צו האלטן נאר איין טאג יו"ט און גיין פינף טעג חוה"מ האלטן.

איך גלייב נישט אז עס איז דא א פסק בכתב ביז איך וועל דאס זעהן. און ס'איז א זאך וואס קיינער האט נישט געטוהן. א שטארקע קושיא.


עפען א מגן אברהם רדבז חכם צבי און לערן ביפאר דו ביסט מעורר שטארקע קושיות

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 1:49 am
דורך אסדר לסעודתא
לעורר לב האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:אגב, די היתר האט ער באקומען פון דריי רבנים, דומ"ץ סקווירא, קאסוב און הגרשפ לאנגזאם דומ"ץ בעלזא.


וכבר כתבתי - מ'דארף עס זעהן,
און מ'דארף מפרסם זיין גענויע פרטים. תפילין קידוש הלל מלאכה, וועלעכע תפילות געדאווענט, אויב האט ער געלייגט תפילין ווען האט ער געמאכט הבדלה?
אזא פסק דארף זיין אין גאס נישט אין שופלאד,
איך האב מורא אז מ'גייט קיינמאל נישט זעהן א געשריבענע פסק. הלוואי יא.

יא יא, כבר כתבת.

דאס איבערשרייבן דיינע תמיות איינמאל און נאכאמאל אויף א מנהיג בישראל קען מאכן אויסזען ווי דו האסט אנדערע פראבלעמען אויסער די פסק הלכה.

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 1:49 am
דורך לעורר לב
גוט דורכגעלערנט.
לויט די חכם צבי דארפן בני חו"ל וואס באזוכן ארץ ישראל נאר האלטן איין טאג,
ולא נהגו כוותיה.

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 1:51 am
דורך לעורר לב
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
לעורר לב האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:אגב, די היתר האט ער באקומען פון דריי רבנים, דומ"ץ סקווירא, קאסוב און הגרשפ לאנגזאם דומ"ץ בעלזא.


וכבר כתבתי - מ'דארף עס זעהן,
און מ'דארף מפרסם זיין גענויע פרטים. תפילין קידוש הלל מלאכה, וועלעכע תפילות געדאווענט, אויב האט ער געלייגט תפילין ווען האט ער געמאכט הבדלה?
אזא פסק דארף זיין אין גאס נישט אין שופלאד,
איך האב מורא אז מ'גייט קיינמאל נישט זעהן א געשריבענע פסק. הלוואי יא.

יא יא, כבר כתבת.

דאס איבערשרייבן דיינע תמיות איינמאל און נאכאמאל אויף א מנהיג בישראל קען מאכן אויסזען ווי דו האסט אנדערע פראבלעמען אויסער די פסק הלכה.


ח"ו
אבער תורה היא וללמוד אני צריך
ס'איז א אינטערעסאנטע ענין און מ'וויל וויסן וויאזוי מ'האט עס אויסגעארבעט.
תפילין והבדלה וכנ"ל.
[נישט יעדע מאל מ'וויל פארשטיין מיינט אז מ'האט אגענדעס]

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 1:52 am
דורך אוהב ספרים
IMG-20210510-WA0015.jpg
IMG-20210510-WA0015.jpg (133.68 KiB) געזען 18289 מאל


IMG-20210510-WA0016.jpg
IMG-20210510-WA0016.jpg (130.08 KiB) געזען 18289 מאל

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 1:56 am
דורך לעורר לב
שיין שיין.
אבער לפי"ז וועט זיין די זעלבע תורה אויך פארקערט עם בן חו"ל הנמצא באר"י.
אגב אין די צווייטע תשובה שרייבט ער גארנישט וועגן תפילין און הבדלה

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 2:05 am
דורך אוהב ספרים
לעורר לב האט געשריבן:שיין שיין.
אבער לפי"ז וועט זיין די זעלבע תורה אויך פארקערט עם בן חו"ל הנמצא באר"י.
אגב אין די צווייטע תשובה שרייבט ער גארנישט וועגן תפילין און הבדלה

וואס מיינט דינו לחוג יו"ט שני בשלימות?

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 2:11 am
דורך לעורר לב
למעשה, האט די רבי ופמלייתו געלייגט תפילין אדער נישט?

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 3:21 am
דורך סטיטשינער
ווייס איך נישט פארוואס די עולם איז אזוי אויף מיטן פסק. אזוי ווערט לעצטנס מער און מער איינגעפירט בקרב היהדות און איז בכלל נישט קיין נייעס. דאכצעך אז די ערשטע וואס האט אזוי אפען געפסקנט לכל שואל איז מרן האדמו''ר מוויזניץ. קען זיין טאקע באזירט אויפן פסק פונעם זיידן.

דאכצעך אויך אז אין שו'ע הרב ווערט שוין אזוי געפסקנט.

Re:

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 4:04 am
דורך רעים
סטיטשינער האט געשריבן:ווייס איך נישט פארוואס די עולם איז אזוי אויף מיטן פסק. אזוי ווערט לעצטנס מער און מער איינגעפירט בקרב היהדות און איז בכלל נישט קיין נייעס. דאכצעך אז די ערשטע וואס האט אזוי אפען געפסקנט לכל שואל איז מרן האדמו''ר מוויזניץ. קען זיין טאקע באזירט אויפן פסק פונעם זיידן.

דאכצעך אויך אז אין שו'ע הרב ווערט שוין אזוי געפסקנט.

מרן אדמו"ר מוויזניץ מיינסטו לכאורה פון ארה"ק... עכ'פ זיין פעטער כ"ק אדמו'ר מויזניץ-מאנסי זצ"ל פלעגט שוין אזוי פסקנען פאר אלע וואס זענען געקומען מיט די משפחה

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 4:13 am
דורך ר' איד
לעורר לב האט געשריבן:ח"ו
אבער תורה היא וללמוד אני צריך
ס'איז א אינטערעסאנטע ענין און מ'וויל וויסן וויאזוי מ'האט עס אויסגעארבעט.
תפילין והבדלה וכנ"ל.
[נישט יעדע מאל מ'וויל פארשטיין מיינט אז מ'האט אגענדעס]

ווי זאגט יענער? יעדער זאל פרעגן זיין רב!
אוודאי תורה היא וללמוד צריך
אבער נאר אויף צום דערמאנען די קעפל פון אשכול הייסט "נייעס און קרישקעלעך" און ס'ליגט נישט און ידיעות התורה פארום,
מ'מעג בעטן ווי א מענטש אויב איינער האט די פסק הלכה, און איך זעה אז איינער האט דיר עס טאקע געברענגט,
אבער שרייען און מאכען געוואלדעס פון די שרעקליכע מכשולות וואס גייט ארויס קומען ווייל איינער האט באריכטעט אז די רבי האט געהאלטען צוויי טעג,
איז נישט און פלאץ.

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 1:00 pm
דורך שיינע שטריימעל
החתן שמואל אלכסנדר לייפער שליט''א בהרהגה''צ רבי מרדכי לייפער שליט''א ראה''כ באהוש בראכפעלד בכ''ק אדמו''ר מ'חוסט שליט''א מ'ארה''ק וחתן כ''ק אדמו''ר מ'יעריסלוב שליט''א עב''ג הכלה בתו של הרהגה''צ רבי משה וויליגער שליט''א בהרהגה''צ רבי דוד יודא (לייבל) וויליגער ר''מ בישיבת תורה ודעת וחתן כ''ק אדמו''ר מ'קארלין סטאלין שליט''א

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 1:05 pm
דורך אסדר לסעודתא
שיינע שטריימעל האט געשריבן:החתן שמואל אלכסנדר לייפער שליט''א בהרהגה''צ רבי מרדכי לייפער שליט''א ראה''כ באהוש בראכפעלד בכ''ק אדמו''ר מ'חוסט שליט''א מ'ארה''ק וחתן כ''ק אדמו''ר מ'יעריסלוב שליט''א עב''ג הכלה בתו של הרהגה''צ רבי משה וויליגער שליט''א בהרהגה''צ רבי דוד יודא (לייבל) וויליגער ר''מ בישיבת תורה ודעת וחתן כ''ק אדמו''ר מ'קארלין סטאלין שליט''א

ס'איז דא אן אשכול פאר (רעבישע...) שידוכים. ביטע לאזן דא פאר נייעס.

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 1:56 pm
דורך שמו
לרבים השואלים

קהל תולדות אברהם יצחק האט ארויסגעגעבן א קונ' ישראל חי וקים, אויף דעם אהבת ישראל (אזוי ווי דבריו חיים וקימים אויפן אמרי חיים) דורך מכון אור שבעת הימים.

לרגל דעם מעמד משולשת וואס איז פארגעקומען דורך די קהלה אין ב"פ, דארט אינעם קונ' האט מען אריין געדריקט די תשובה פון טשימפע רב פארן אמרי חיים, און די תשובה פון הגאון ר' דוד שווימער פארן רבי'ן שליט"א, און די תשובה פון הגאון רבי יחיאל מיכל שטיינמעטץ שליט"א פארן רבי'ן (בכתב) ווי זיי שרייבן קלאר אז דער רבי קען האלטן צוויי טעג יום טוב כמו בן חו"ל (הרב שטיינמעטץ האט מדגיש געווען אז די תשובה איז נאר פארן רבי'ן, און אנדערע זאלן אליינ'ס פרעגן א שאלה)

למעשה האט דער רבי געהאלטן צוויי טעג אזוי ווי א בן חו"ל, מיט יו"ט'דיגע תפילות (געמאכט קידוש מיט שהחינו ליל ב' ברבים) און 'נישט' געלייגט קיין תפילין.

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 1:57 pm
דורך שמו
לעורר לב האט געשריבן:אזא פסק דארף זיין אין גאס נישט אין שופלאד,
איך האב מורא אז מ'גייט קיינמאל נישט זעהן א געשריבענע פסק. הלוואי יא.

איך האב הנאה פון דיין פחד

אבער ווען דיין תגובה איז געשריבן געווארן, האבן שוין הונדערטער אידן געזעהן דעם פסק הלכה בכתב.

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 2:12 pm
דורך קדוש ונורא
געהערט אז תוא״י רבי פארט צוריק היינט נאכט גלייך נאך מצוה טאנץ (9:00)
וויאזוי ? לוד איז דאך פארמאכט

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 2:16 pm
דורך באנאנא
קען איינער אהערברענגן די פסק הלכה פון די רבני העיר? אינטערסאנט און היסטאריש

הגר"ח קנייבסקי מיטן שטריימל מוצאי שבועות

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 2:27 pm
דורך תנא-קמא
קנייבסקי עם שטריימל במוצאי שבועות.jpg
קנייבסקי עם שטריימל במוצאי שבועות.jpg (126.97 KiB) געזען 17439 מאל

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 2:29 pm
דורך יוסף פריעדמאן
קדוש ונורא האט געשריבן:געהערט אז תוא״י רבי פארט צוריק היינט נאכט גלייך נאך מצוה טאנץ (9:00)
וויאזוי ? לוד איז דאך פארמאכט

וואס עפעס?

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 2:40 pm
דורך שיינע שטריימעל
גייט די קומעדיגע חתונות בחצרות - גור - בעלז - וויזניץ/סערט וויזניץ, געהעריג פארקומען אפילו אויב עס גייט נאך זיין די מצב מלחמה ח''ו?

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 4:03 pm
דורך קדוש ונורא
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
קדוש ונורא האט געשריבן:געהערט אז תוא״י רבי פארט צוריק היינט נאכט גלייך נאך מצוה טאנץ (9:00)
וויאזוי ? לוד איז דאך פארמאכט

וואס עפעס?


לוד עירפארט איז געהעריג אפען?

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 4:14 pm
דורך יוסף פריעדמאן
יא

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 4:38 pm
דורך Ozd
לעורר לב האט געשריבן:אם כן דארף מען דאס מפרסם זיין כי היכי דלא נפיק חורבא מיניה.

איך מיין ס'איז א חיוב גדול אויף די בית האדמו"ר און אויף די רבנים המתירים אז מ'זאל וויסן אויב ער האט געלייגט תפילין אדער נישט


דאס איז טאקע איינע פון סעיפים פונעם היתר! וויבאלד דער רבי זז"ג איז מפורסם, און יעדע ריר וואס ער טוט איז ברבים. ממילא אויב וואלט ער נישט צוגעגאנגן צו הלל און מוסף, קידוש - כדרכו - איז דא א זלזול אין יו"ט שני בפרהסיא.

און אויב האט ער געלייגט תפילין, און ס'דארף זיין בסתר, - און מ'ווייסט טאקע נישט, נו, האט ער גוט געטוהן.

להוי ידוע, אז דעת אדמו"ר מוויזניץ מאנסי זצ"ל איז געווען, אז ווער ס'דא אויף יו"ט מיט די ב"ב, זאל האלטן צוויי טעג. וכן מורין כל דייני וויזניץ מאנסי.

Re: הגר"ח קנייבסקי מיטן שטריימל מוצאי שבועות

געשריבן: דאנערשטאג מאי 20, 2021 12:04 am
דורך חמרא טבא
תנא-קמא האט געשריבן:
קנייבסקי עם שטריימל במוצאי שבועות.jpg

די שטריימל פלעגט זיין שענער