באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7405
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך רעים »

ווערעצקי האט געשריבן:וואס איז די "בכי' טוב", א גוטע געוויין?

ווען ס'איז נאך לעכטיג
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
ר' איד
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך ר' איד »

לעורר לב האט געשריבן:חתן כלה ביידע אייניקלעך פונעם רבי'ן.
אינטערעסאנט - ביי די חתן שטייט נכדי היקר. און ביי די כלה שטייט נישט נכדתי היקרה?

נְכָדַי
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך אוראייניקל »

ר' איד האט געשריבן:
לעורר לב האט געשריבן:חתן כלה ביידע אייניקלעך פונעם רבי'ן.
אינטערעסאנט - ביי די חתן שטייט נכדי היקר. און ביי די כלה שטייט נישט נכדתי היקרה?

נְכָדַי

און וואס טוסטו מיט'ן 'היקר'?
חוח בין השושנים האט געשריבן:
צופרידן
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 11, 2013 12:21 pm

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך צופרידן »

רעים האט געשריבן:
ווערעצקי האט געשריבן:וואס איז די "בכי' טוב", א גוטע געוויין?

ווען ס'איז נאך לעכטיג

אבער וואו קומט דא א שטרעכל העכער דעם אות יו"ד - בכי' ?
אוועטאר
נעזל
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 8:31 am
לאקאציע: צווישן די אויגן, העכער די מויל.

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך נעזל »

מודעה הכנסת ספר תורה -  קרעטשניף - לאזר (1)-converted-compressed-page-001.jpg
מודעה הכנסת ספר תורה - קרעטשניף - לאזר (1)-converted-compressed-page-001.jpg (348.07 KiB) געזען 2572 מאל
ס'נעזל שטעק ביטע ארויס פון דא!!
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך ישראל_הלוי »

.
אטעטשמענטס
IMG_20210524_082442_035.jpg
IMG_20210524_082442_035.jpg (95.74 KiB) געזען 2555 מאל
IMG_20210524_082444_612.jpg
IMG_20210524_082444_612.jpg (49.43 KiB) געזען 2555 מאל
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך דריידל »

ידיעות כלוליות האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר ווי די חתונה בבית וויזניץ וויען גייט זיין

עדן פעלעס
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך ישראל_הלוי »

.
אטעטשמענטס
20210524_084019.jpg
20210524_084019.jpg (107.75 KiB) געזען 2527 מאל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

א זעלטענע קבלת פנים בביהמ"ד תולדות אברהם יצחק.

דער חתן האט געוואלט אז דער רבי שליט"א זאל זיין מסדר קידושין.
אטעטשמענטס
IMG_20210524_100940.jpg
IMG_20210524_100940.jpg (217.49 KiB) געזען 2437 מאל
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ס'דערמאנט מיך וואס א"מ מלאך זאגט. וויזאוי ווייסט מען ווער ס'איז דער חתן? ביי אונז זעט מען ווער ס'האט די העכסטע שטריימל, ביי די ליטאים אויף די פראק, ביי די מזרחיסטן זעט מען ווער ס'איז דער איינציגער אין זאל מיט זאקן...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2871
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך באנאנא »

from JD media

בארא פארק - דעם פארגאנגענעם ערב שבת צופרי, שבת פאר די שמחה אין באבוב, האט זיך אפגעשפילט א אינעטערעסאנטע אנעקדאט, ווען האדמו"ר מבאבוב איז אריינגעקומען ערב שב"ק צו שחרית איז שוין די מזרח וואנט געווען באצירט לרגל די שמחה, האט די באבובער רב מעיר געווען אז עס שטייט 'סימן טוב ומזל טוב לכ"ק מרן אדמו"ר עט"ר שליט"א' אין די צייט וואס ער וויל יעדער אין די קהילה און אין כלל ישראל זאל מקבל זיין השפעות טובות פונעם שמחה.

די בחורי החסידות האבן באלד געטון למעשה און צוגעלייגט 'סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל' צום באצירטע ארון קודש.

[image][/image]
אטעטשמענטס
unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (313 KiB) געזען 2424 מאל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ואת המטה הזה תקח בידך אשר תעשה בו את האתת. א גבאי ווערט געזען אויפן באס מיט צוויי נייע שטעקענעס ספעציעל דעזיינט פאר'ן רבינו שליט"א.
אטעטשמענטס
IMG_20210524_103454.jpg
IMG_20210524_103454.jpg (91.64 KiB) געזען 2401 מאל
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
ר' איד
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך ר' איד »

wראנג אשכול אלערט,
באלאנגט און אינטרעסטנטע פיקטשער'ס,
דאס איז נישט קיין נייעס בחצרות הקודש.
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך אבן יקרה »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:א זעלטענע קבלת פנים בביהמ"ד תולדות אברהם יצחק.

דער חתן האט געוואלט אז דער רבי שליט"א זאל זיין מסדר קידושין.

א ווייסע קאפל האבן זיי
א לאנגע פייאות האבן זיי

נו, וואס פעלט שוין? די ג'ובע, מילא, אין תוא"י איז מען נישט אזוי מקפיד אויף דעם...
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אבן יקרה האט געשריבן:

דער חתן איז א תלמיד ישיבת מרכז הרב. ער איז געווארן א חסיד און געקומען צום טיש יעדע וואך.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך אבן יקרה »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:

ער גייט מיט א שטריימל?
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1958
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך קלוגער »

אבן יקרה האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:א זעלטענע קבלת פנים בביהמ"ד תולדות אברהם יצחק.

דער חתן האט געוואלט אז דער רבי שליט"א זאל זיין מסדר קידושין.

א ווייסע קאפל האבן זיי
א לאנגע פייאות האבן זיי

נו, וואס פעלט שוין? די ג'ובע, מילא, אין תוא"י איז מען נישט אזוי מקפיד אויף דעם...

דער חתן איז א תלמיד ישיבת מרכז הרב. ער איז געווארן א חסיד און געקומען צום טיש יעדע וואך.

ער גייט מיט א שטריימל?

א דורעכזיכטיגע שטריימעל, ווי מ'זעהט אויפען פיקטשער, די זעלבע מאטעריאל ווי זיין בעקיטשע
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך אידישע מוח »

עס גייען ארום שמעות אז אדמו״ר מסאטמאר מהר״א שליט״א פאהרט די וואך שבת אויף מירון
קען איינער באשטעטיגן אויב עס איז אמת ?
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך אבן יקרה »

קלוגער האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:א זעלטענע קבלת פנים בביהמ"ד תולדות אברהם יצחק.

דער חתן האט געוואלט אז דער רבי שליט"א זאל זיין מסדר קידושין.

א ווייסע קאפל האבן זיי
א לאנגע פייאות האבן זיי

נו, וואס פעלט שוין? די ג'ובע, מילא, אין תוא"י איז מען נישט אזוי מקפיד אויף דעם...

דער חתן איז א תלמיד ישיבת מרכז הרב. ער איז געווארן א חסיד און געקומען צום טיש יעדע וואך.

ער גייט מיט א שטריימל?

א דורעכזיכטיגע שטריימעל, ווי מ'זעהט אויפען פיקטשער, די זעלבע מאטעריאל ווי זיין בעקיטשע

זעהסט א חתן אויף דעם בילד?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ער איז צווישן די ווייסע קאפלעך...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך אבן יקרה »

אגב, ס'געוועהן א חתונה די וואך בחצר בית "פאשקאן"
די חתן מיט זיין טאטע זענען מיט א מזרחי קאפל מיט א ריז'ינע שטריימל מיט גאר א הויכע קאפל, א גארטל מיט א מצוה טאנץ, אבער פארפארן אינגאנצן, שם ירחם ווי די גאנצע ארומיגע קוקן אויס.
דא חאטש זענען זיי איידל באח'נטע בחורים'לך
אוועטאר
כ'וויל
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 3:19 pm

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך כ'וויל »

תוא"י
f566111befd6244f1de6.jpg
f566111befd6244f1de6.jpg (56.7 KiB) געזען 2227 מאל

0e2101f2d7a8d53586bc.jpg
0e2101f2d7a8d53586bc.jpg (38.69 KiB) געזען 2227 מאל
שירו לו
שר האלף
תגובות: 1104
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 12:21 pm

jdn אימעיל היינט מאנטאג

תגובה דורך שירו לו »

שמחת בית באבוב: היינט קומט פאר די שמחת החתונה פון די כלה אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, א טאכטער פון זיין עלטסטן איידעם הגה"צ ר' חיים שלמה האלבערשטאם שליט"א, זון פון הגה"צ ר' ברוך אברהם האלבערשטאם שליט"א אבד"ק קרשאנוב, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטריזוב שליט"א, מיט די חתן זון פון הרב נפתלי הורוויץ שליט"א, זון פון הגה"צ ר' ברוך הורוויץ שליט"א, זון פון הגה"צ ר' יעקב הורוויץ שליט"א ממעליץ ליזענסק, און איידעם ביי הרה"ח ר' אברהם אהרן לעזער שליט"א. - די שמחת החתונה קומט פאר בהיכל ביהמ"ד הגדול דקהל שערי ציון ד'באבוב אין בארא פארק.

שמחת בית טאהש - תולדות אהרן - דעעש: היינט קומט פאר די שמחת החתונה פונעם ערשטן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, די חתן א זון פון זיין איידעם הגה"צ ר' יואל יחיאל קאהן שליט"א מו"ץ אין קרית טאהש, זון פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, מיט די כלה א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מדעעש שליט"א, א טאכטער פון זיין זון הגה"צ ר' יחזקאל שרגא פאנעט שליט"א אבד"ק דעעש מאנסי, איידעם ביי הגה"צ גאב"ד יעמערינג שליט"א. - די שמחת החתונה קומט פאר אין זאל עטרת טשארנא אין שטאט מאנסי.

שמחת בית סקווירא - ראחמיסטריווקא - סאדאוונא - סטריזוב: היינט קומט פאר די סעודת עניים בחצר הקודש סקווירא, די כלה טאכטער פון הגה"צ ר' אברהם יהושע העשיל טווערסקי שליט"א ראש הכולל ראחמיסטריווקא אין מאנסי, זון פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, מיט די חתן א זון פון הגה"צ ר' אלישע סעקולא שליט"א ר"ם בישיבת קארלין סטאלין, זון פון הגה"צ אבד"ק סאדאוונא שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטריזוב שליט"א. - די סעודת עניים קומט פאר פאר ספעציעל געלאדנטע געסט בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.

שמחת בית פשעווארסק - גמזו - פאיע - שאמשאן: היינט קומט פאר די שמחת החתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, די חתן א זון פון זיין זון הגה"צ ר' אלטר יהושע העשיל לייזער שליט"א אבד"ק פשעווארסק וומס"ב, איידעם ביי הגה"צ ר' נתן דוד ראזענבערגער שליט"א אבד"ק גמזו ודומ"ץ התאחדות הרבנים, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' שלום יחזקאל שרגא וויינבערגער שליט"א, זון פון הגה"צ ר' שלמה לייב וויינבערגער שליט"א אבד"ק פאיע וחבר ביד"ץ דקהל יטב לב ד'סאטמאר, און איידעם ביי הגה"צ ר' לייבוש פריעדמאן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב ד'סאטמאר, זון פון כ"ק ראב"ד סאטמאר זצ"ל, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק שאמשאן שליט"א. - די שמחת החתונה קומט פאר אין זאל עידן פאלאס אין וויליאמסבורג.

שמחת בית וויזניץ - טעמעשוואר: היינט קומט פאר די שמחת החתונה פונעם חתן א זון פון הגה"צ ר' ישראל ארנסטר שליט"א, זון פון הגה"צ ר' מנחם ארנסטר שליט"א ראש ישיבת ויזניץ, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מלעלוב זצ"ל, אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ זצ"ל בעל ישועות משה. מיט די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מטעמעשוואר אלעד שליט"א. - די שמחת החתונה קומט פאר בהיכל ביהמ"ד הגדול אין שיכון ויזניץ בני ברק.

שמחת בית טאלנא: היינט קומט פאר די שמחת החתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מטאלנא שליט"א, די חתן א זון פון זיין זון הרב יעקב וויינבערג שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרב דוד ווינער שליט"א. - די שמחת החתונה קומט פאר אין זאל שירת ירושלים אין גבעת שאול געגנט אין ירושלים.‎

[align=center]****[/align]

כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון קייאמישע לאזט זיך היינט ארויס אויפן וועג קיין ארץ הקודש, צו באשיינען די שמחת החתונה פון צוויי אייניקלעך וואס קומט פאר דעם מיטוואך אין קרית ויזניץ בני ברק.

[align=center]****[/align]

היינט קומט פאר א מעמד קבלת פנים לכבודו פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון לאנדאן, וועלכער איז אנגעקומען צוגאסט קיין ארץ הקודש אויף עטליכע טעג, די מעמד וועט פארקומען נאך תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול דקהל תורת חיים וויזניץ אויף רחוב אדוניהו הכהן אין ירושלים.

[align=center]****[/align]
היינט קומט פאר די שמחת החתונה פונעם חתן א זון פון הגה"צ ר' יהודה לייב אפרים לעמבערגער שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק מאקאווא אלעד זצ"ל, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא מאנסי שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מזוטשקא קאראקאס שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' אליעזר דוד שלאגער שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק בוקשעוויץ זצ"ל, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מביקסאד שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע. - די שמחת החתונה קומט פאר אין זאל פון ווילחאוויץ אין מאנסי.
[align=center]****[/align]
היינט קומט פאר די שמחת החתונה פונעם חתן א זון פון הגה"צ ר' יצחק אלעזר טייטלבוים שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק נעפלעמיץ שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' ישראל יעקב לייפער שליט"א אדמו"ר מחוסט, מיט די כלה א טאכטער ביי הגה"צ ר' אלכסנדר אשכנזי שליט"א, זון פון הגה"צ ר' אשר אנשיל אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד חוות דעת מעלבארן אין סיגעיט, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסוליצא שליט"א פון פאראקאוועי, אור אייניקל פון הגה"צ ר' נחום צבי הורוויץ שליט"א אבד"ק שארית ישראל. - די שמחת החתונה קומט פאר אין זאל פרדס צבי אין וויליאמסבורג.
[align=center]****[/align]
היינט קומט פאר די שמחת החתונה פונעם חתן א זון פון הגה"צ ר' יצחק זאב פיינשטיין שליט"א ראש ישיבת עמלה של תורה, מיט די כלה א טאכטער ביי הגה"צ ר' עקיבא וואזנער שליט"א, זון פון כ"ק גאב"ד זכרון מאיר זצ"ל, און איידעם ביי הגה"צ ר' יקותיאל ליבערמאן שליט"א, זון פון הגה"צ ר' יוסף ליבערמאן שליט"א ר"י שומרי החומות. - די שמחת החתונה קומט פאר אין זאל מונדיאל אין ירושלים.
[align=center]****[/align]
היינט קומט פאר די שמחת החתונה פונעם חתן א זון פון הרב פנחס אליעזר פאקשער שליט"א, זון פון הגה"צ ר' מענדיל פאקשער שליט"א דומ"ץ דחסידי ויזניץ אלעד, מיט די כלה א טאכטער פון הרב אהרן ישעי' מיללער שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מהרי"ד מלעלוב שליט"א. - די שמחת החתונה קומט פאר אין זאל רויאל אין בני ברק.
[align=center]****[/align]
היינט קומט פאר די מעמד החומש סעודה פאר די ילדי התלמוד תורה ישועות משה ויזניץ אין שטאט ביתר, עס קומט פאר אין ביהמ"ד בית שלום ויזניץ אין ביתר.
[align=center]****[/align]
היינט קומט פאר די שמחת הברית פון א אייניקל ביי הגה"צ אבד"ק בראשוב שליט"א, בן הנולד ביי זיין זון הרב הערשיל פאללאק שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' ישראל אונסדארפער שליט"א מרבני צאנז קלויזענבערג אין וומס"ב. - די שמחת הברית קומט פאר אין ביהמ"ד בראשוב אין וויליאמסבורג.
שירו לו
שר האלף
תגובות: 1104
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 12:21 pm

לעיקוואד

תגובה דורך שירו לו »

לעיקוואד.PNG
לעיקוואד.PNG (612.45 KiB) געזען 2198 מאל
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך אבן יקרה »

און נאך א בעסערע בילד
החתן.jpg
החתן.jpg (52.35 KiB) געזען 2142 מאל

און דער רבי ביים חופה
התואי.jpg
התואי.jpg (57.63 KiB) געזען 2142 מאל
לעצט פארראכטן דורך אבן יקרה אום מאנטאג מאי 24, 2021 11:29 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”