נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יידישע קהילות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4980
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: 770 פארפלייצט

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג יוני 08, 2021 10:00 pm

תנא-קמא האט געשריבן:770 פארפלייצט

12ee586c-6616-039f-037d-1d1136eba9e7.jpeg


די באקאנטע חב”ד הויפטקווארטיר אין 770 איסטערן פארקוועי, איז היינט אנגעפילט געווארן מיט וואסער, דערנאך וואס ס'האט זיך דארט אראפגעלאזט א שווערע רעגן, און טויזנטער גאלאנען מיט וואסער זענען אראפגערינען אריין אין בית המדרש.

יפוצו מעינותיך...
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

באזעסען
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 05, 2020 10:32 am
לאקאציע: דא

חומש סעודה - יטב לב בני ברק - מהרי"י

תגובהדורך באזעסען » דינסטאג יוני 08, 2021 10:09 pm

בן חמש למקרא —יבואו טהורים ויעסקו בטהרות:

רירנדע מאָמענטן ביי ערהאַבענע ״חומש סעודה״ אין מוסדות ״יטב לב״ ד׳סאטמאר אין בני ברק

מיט באטייליגונג פון אַלע גליקליכע עלטערן און זיידעס שיחי׳ וואָס שעפּן נחת דקדושה פון דעם הערליכן ניוואָ אין חינוך הטהור וואָס ווערט געגעבן אין די מוסדות הק׳

בני ברק. — דעם פאַרלאָפענעם דארנשטאג איז פאָרגעקומען אַ הערליכע ״חומש סעודה״ אין די הייליגע סאטמאערער מוסדות ״יטב לב״ אין דער שטאָט ״בני ברק״ וואו ס׳האט געשיינט און געלויכטן די הצלחה פון די מוסדות הק׳ וואָס טוט וואַקסן און בליען לשם ולתפארת.

דער וואוקס און וואונדערליכע הצלחה פון מוסדות יטב לב אין בני ברק איז שוין היינט נישט קיין סוד. תלמידי וחסידי סאטמאר אלוועלטליך קוועלן נחת דקדושה פון די אויסטערלישע הרחבת גבולי הקדושה, ווי די אימפּעריע פון די מוסדות איז אזוי פארפעסטיגט געוואָרן, און ס׳זעצט פאָר צו וואַקסן מיט אַ כסדר׳דיגן ריבוי התלמידים וואס ברענגט א הילכיגן קידוש שם שמים.

ביי די רירנדע ״חומש סעודה״ וואס איז אפּגעהאלטן געווארן די היינטיגע וואָך, איז ווידעראמאל געקומען צום אויבערפלאַך דער הערליכער וואוקס פון די מוסדות הק׳, וואָס צייכענען זיך אויס מיט דעם ״חינוך הטהור״ בדרך מרן רבינו הק׳ זי״ע, און די תלמידים טראָגן מיט זיך מיט שטאָלץ דעם הייליגן סאטמארער חותם אין דער עיר רבתי עם ורבתי דעות.

די חומש סעודה איז פאָרגעקומען אין דעם פּראכטפולן הדקל זאלן וואס געפינט זיך און די בנין הבית רחל וואס ווערט יעצט איבערגעבויט פאר די באנוץ פון מוסדותינו הקדושים בתוככי שיכון קרית יואל און בני ברק, צו וואו מ׳האט אויך געלאַדענט די חשוב׳ע געטרייע עלטערן און זיידעס שיחי׳, צו קומען שעפּן נחת דקדושה פון זייערע טייערע קינדער און אייניקלעך וואָס ווערן נתחנך אַזוי שיין על מבועי התורה והיראה בדרך אבותינו ורבותינו הק׳ בלי שום שינוי כל דהוא.

אויף אַ הערליך-באַצירטע פּלאַטפאָרמע האָט מען אויסגעשטעלט די יונגע ״חתני התורה״, די לעכטיגע חומש-יונגעלעך, און די אויגן האבן זיך נישט געקענט אָפּזעטיגן פון באַטראַכטן די פרישע אַרמיי זעלנער פונעם רבוש״ע, לעכטיגע סאטמארער ת״ת קינדער אין בני ברק, בני הם אשר נתן לי אלקים בזה, וואָס וועלן אי״ה ווייטער שפּינען דעם שלשלת הזהב פון דער ערליכער עדה תלמידי רביה״ק זי״ע.

אַ ספּעציעלער כאָר פון עלטערע תלמידי המוסדות האָבן מהנה געווען מיט שיינע ניגונים, און דאַן האָבן די כתה א׳ יונגעלעך פאָרגעשטעלט אַ הערליך געזאַנג אַרויסצוברענגען די גרויסקייט פונעם טאָג און זייער אהבה צו די תורה הקדושה.

דער מעמד איז אָנגעפירט געוואָרן דורכ׳ן געטרייען איבערגעגעבענער מלמד מומחה, הר״ר יוסף לייפער הי״ו, און די קינדערלעך האָבן פאָרגעזאָגט די פּסוקים חומש, בשעת ווען די עלטערן און זיידעס קוועלן זיך אָן מיט הויפנס רעכט אידיש נחת.

צו באַגריסן אלע פארזאמלטע בשם הנהלת המוסדות האט אויפגעטרעטן דער געטרייער מנהל רוחני הרה״ג ר' נפתלי צבי בראדי שליט״א, וועלכער האט ארויסגעהויבן דעם שבח המוסדות, די מורא׳דיגע כוחות וואָס מ׳לייגט אריין אין די קינדערלעך, זיי אויפצובויען אויף די העכסטע שטאפּלען אין תורה ויראת ה׳ טהורה העומדת לעד.

דאַן האָבן אַלע תלמידים דערהאַלטן אַ הערליכע מתנה בשם הנהלת המוסדות, און די טאטעס מיט די קינדערלעך האבן זיך אינאיינעם אַרויסגעלאָזט אין אַ פייערליכן טאַנץ, אפּגעבנדיג אַ שבח והודי׳ פאר׳ן רבוש״ע אַז מ׳האט ב״ה דערלעבט אזא נחת, ברוך הוא אלקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת, מיט אַ ווייטערדיגע בקשה אלה וכאלה יוסף עמנו, צו קענען געבן די קינדער דעם ״חינוך הטהור״ בדרך רביה״ק זי״ע תחת דגלו והדרכתו של כ״ק מרן אדמו״ר שליט״א עד ביאת הגואל בב״א.

ואמרתם כה לחי!‎
צוגעלייגטע
01.jpg
01.jpg (64.86 KiB) געזעהן 1000 מאל
02.jpg
02.jpg (77.48 KiB) געזעהן 1000 מאל
די איבריגע 'ע' אין מיין ניק איז א פראסטע טעות..

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » דינסטאג יוני 08, 2021 10:15 pm

צוויי פיינע ווידעאס פון וויזניץ סערט חתונה
https://drive.google.com/file/d/1te3Pa7 ... sp=sharing
https://drive.google.com/file/d/1yddpma ... sp=sharing
בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער

טראוועי
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2020 1:52 pm

Re:

תגובהדורך טראוועי » דינסטאג יוני 08, 2021 10:42 pm

תנא-קמא האט געשריבן:צוויי פיינע ווידעאס פון וויזניץ סערט חתונה
https://drive.google.com/file/d/1te3Pa7 ... sp=sharing
https://drive.google.com/file/d/1yddpma ... sp=sharing

דאס איז פיינע נייעס
די צווייטע קליפ איז מיטן פולסטן קנאק

אוועטאר
פארצייטיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובהדורך פארצייטיש » דינסטאג יוני 08, 2021 10:53 pm

אשריך האט געשריבן:הרב פינטא אצל הרבי מסקווירא

PHOTO-2021-06-08-22-10-10.jpg
PHOTO-2021-06-08-22-10-10.jpg (104.8 KiB) געזעהן 822 מאל

PHOTO-2021-06-08-22-10-10 (1).jpg
PHOTO-2021-06-08-22-10-10 (1).jpg (135.81 KiB) געזעהן 822 מאל

PHOTO-2021-06-08-22-10-10 (2).jpg
PHOTO-2021-06-08-22-10-10 (2).jpg (116.8 KiB) געזעהן 822 מאל

חסד השם
שר חמש מאות
תגובות: 815
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובהדורך חסד השם » דינסטאג יוני 08, 2021 10:57 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:חומש סעודה אין מוסדות סאטמאר מהרי"י אין בארא פארק.

06082021238.jpg

דאכט זיך אז מ'זעט הרב יוסף טייטלבוים מנעפלימיץ אין ביידע חומש סעודות.

הגה"צ די אולם'ע רב אויך
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 10201
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך יוני 09, 2021 12:03 am

באנאנא האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:ניין ערז סתם געקומען נוצן די מקוה פונקט דאן

מסתם אן אור אייניקל בשותפות מיטן ספינקא רבי

כ'זע נישט אז הרב שלום יצחק זאל שיקן זיין קינד אין סאטמאר, אבער אלעס קען זיין.

זיין איידעם א זון פונעם לאסקער האט א זון דארט
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 10201
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך יוני 09, 2021 12:05 am

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:אמר"ש איז אינטערסאנט די געזעצעריי דארט, דער ספינקא רבי בעלאנגט בעפאר דומ"ץ באבוב

כ׳האב דן געווען די שאלה על כל צדדיה און ס׳איז למעשה לכאורה נישט אזוי פשוט...

למשל בלאזובער רבי קומט ווען אויך פאר רבי חיים יענקל?
דביה תחדי נפשא

אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 10096
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך יוני 09, 2021 12:07 am

חמרא טבא האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:אמר"ש איז אינטערסאנט די געזעצעריי דארט, דער ספינקא רבי בעלאנגט בעפאר דומ"ץ באבוב

כ׳האב דן געווען די שאלה על כל צדדיה און ס׳איז למעשה לכאורה נישט אזוי פשוט...

למשל בלאזובער רבי קומט ווען אויך פאר רבי חיים יענקל?

כ'האב אויך דורכגעטון די שאלה, און ספינקא קומט לכאורה פריער, ווען נישט וואס זיי זענען מחותנים.

בלאזוב איז אן ערסטע שאלה און מ'וואלט געדארפט א בית דין של שבעים ואחד, מ'קען זאגן צדדים לכאן ולכאן.

אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 10201
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך יוני 09, 2021 12:09 am

אבער פארוואס איזעס אזוי פשוט? עלטער איז ער און למעשה רעפרעזעטירט ער א ריזן קהילה

כ׳ווייס נישט כ׳דארף עס דורכטון בכובד ראש ווען כבין גוט אויסגערוהט...
דביה תחדי נפשא

אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 10096
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך יוני 09, 2021 12:11 am

חמרא טבא האט געשריבן:אבער פארוואס איזעס אזוי פשוט? עלטער איז ער און למעשה רעפרעזעטירט ער א ריזן קהילה

כ׳ווייס נישט כ׳דארף עס דורכטון בכובד ראש ווען כבין גוט אויסגערוהט...

אדמו"ר קודם לדומ"ץ. אבער נאר אן עכטער אדמו"ר בכל המובנים, ודו"ק.

אוועטאר
עפעס א מענטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm
לאקאציע: עפעס א פלאץ

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובהדורך עפעס א מענטש » מיטוואך יוני 09, 2021 12:11 am

אשריך האט געשריבן:הרב פינטא אצל הרבי מסקווירא

אינטרעסאנט צו וויסן מער איבער הרב פינטו וואספארא שפראך רעדט ער? זיין יוחס? ווי קען מען ליינען איבער אים?

לעצטענס זעט מען בילדער פון אים, וואס איז פלוצלינג געשעהן?

אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 10201
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך יוני 09, 2021 12:12 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:אבער פארוואס איזעס אזוי פשוט? עלטער איז ער און למעשה רעפרעזעטירט ער א ריזן קהילה

כ׳ווייס נישט כ׳דארף עס דורכטון בכובד ראש ווען כבין גוט אויסגערוהט...

אדמו"ר קודם לדומ"ץ. אבער נאר אן עכטער אדמו"ר בכל המובנים, ודו"ק.

ועל זה גופא אנו דנין וד״ל
דביה תחדי נפשא

משה הירש
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 12, 2019 1:39 am

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובהדורך משה הירש » מיטוואך יוני 09, 2021 12:36 am

עפעס א מענטש האט געשריבן:
אשריך האט געשריבן:הרב פינטא אצל הרבי מסקווירא

אינטרעסאנט צו וויסן מער איבער הרב פינטו וואספארא שפראך רעדט ער? זיין יוחס? ווי קען מען ליינען איבער אים?

לעצטענס זעט מען בילדעק פון אים, וואס איז פלוצלינג געשעהן?


הרב פינטא מיט זיין יחוס לבית הרי’’ף על עיו יעקב ומצד אמו לבית אבוחצירא איז גיוועו שיין באשריבען און בחצרות סאטמר פאר שבועות

פרעג
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 11:43 pm

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובהדורך פרעג » מיטוואך יוני 09, 2021 12:44 am

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:אמר"ש איז אינטערסאנט די געזעצעריי דארט, דער ספינקא רבי בעלאנגט בעפאר דומ"ץ באבוב

first-come, first-served

אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 10201
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re:

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך יוני 09, 2021 1:11 am

סטיטשינער האט געשריבן:האדמו''ר מבאבוב 45 גייט פראווענען שבת פרשת חוקת אין עיר התורה קרית ספר.

מן הסתם די ערשטע מאל וואס די שטאט גייט זוכה זיין צו א חסידישע טיש.

וואס איז די מטרה פון די נסיעה?
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 16153
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך יוני 09, 2021 1:19 am

די פלעינע פארצייטישע אלד פעישענד סיבה. צו מחזק זיין זיינע חסידים בארצינו הקדושה. ווי אונזער רבי'ס האבן געטוהן אלע דורות.
מירון לא היה מירון, שבועות לא היה שבועות. בעזרת השם תשעה באב לא יהיה תשעה באב. אכי"ר

אוועטאר
מה בכך
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 30, 2020 2:28 am

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובהדורך מה בכך » מיטוואך יוני 09, 2021 3:10 am

עפעס א מענטש האט געשריבן:
אשריך האט געשריבן:הרב פינטא אצל הרבי מסקווירא

אינטרעסאנט צו וויסן מער איבער הרב פינטו וואספארא שפראך רעדט ער? זיין יוחס? ווי קען מען ליינען איבער אים?

לעצטענס זעט מען בילדער פון אים, וואס איז פלוצלינג געשעהן?

ער רעדט נאר לשוה"ק
וְיָדְעָה הַקֶּסֶת אֶת נַפְשִׁי
יוֹתֵר מֵאֲשֶׁר יְדַעְתִּיהָ
לִיבִּי לִיבִּי עַל מִלּוֹתֶיהָ
מֵעַי עַל שְׁתִיקוֹתֶיהָ
בְּנֶחָמָתָהּ אֲנֻחַם...

אוועטאר
מה בכך
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 30, 2020 2:28 am

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובהדורך מה בכך » מיטוואך יוני 09, 2021 3:15 am

הרב פינטו איז געעוען ביים סקווירא רבי פאר איבער א שעה, די ערשטע 15 מינוט איז געווען אפן נאכדעם האט ער זיך איינגעשפארט מיטן רבי'ן פאר בערך א שעה, און דאכזעך אז די לעצטע 10 מינוט איז הרה"צ ר' אהרן מענדל אריין מיטהאלטן.
געהערט אז סאיז געווען א פלא פון א שמועס, סווערט געבעטן פון די העכערע פענסטערס אין שטעטל דא אויף אייוועלט צו ברענגען א באריכט, תודה

לחיים
וְיָדְעָה הַקֶּסֶת אֶת נַפְשִׁי
יוֹתֵר מֵאֲשֶׁר יְדַעְתִּיהָ
לִיבִּי לִיבִּי עַל מִלּוֹתֶיהָ
מֵעַי עַל שְׁתִיקוֹתֶיהָ
בְּנֶחָמָתָהּ אֲנֻחַם...

אוועטאר
פנימחדשות
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 4:33 pm

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובהדורך פנימחדשות » מיטוואך יוני 09, 2021 4:41 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:אבער פארוואס איזעס אזוי פשוט? עלטער איז ער און למעשה רעפרעזעטירט ער א ריזן קהילה

כ׳ווייס נישט כ׳דארף עס דורכטון בכובד ראש ווען כבין גוט אויסגערוהט...

אדמו"ר קודם לדומ"ץ. אבער נאר אן עכטער אדמו"ר בכל המובנים, ודו"ק.

זייט ווען דארף א אדמו"ר זיצען פאר אנדערע, נאר אלס די אדמו"ר טיטל?
איר וואלט אויך געזאגט אז ער דארף זיצען פאר הג"ר יחזקאל ראטה זצ"ל אדער להבלחט"א הג"ר משה וואלפסאן שליט"א?
איך פארשטיי אז א אדמו"ר מיט אסאך חסידים אונטער זיך קומט צו זיצן נישט צו ווייט, אלס כבוד החסידות והחסידים, אבער זיך צו משוגע מאכען איבער איין פלאץ ארויף צו אראפ?
איר מיינט אז פאר הונדערט-צוויי הונדערט יאר צוריק איז מען אויך געווען אזוי פארנומען מיט די זאכען, אדער איז עס נאר אין אונזער חיצוניות'דיגער דור, ווען די עיקר וואס מאכט אויס איז די קאליר פונעם בעקעטשע און וויפיל מאל מען איז אריין אינעם וועכענטליכע בילדער העפט..

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3509
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » מיטוואך יוני 09, 2021 5:18 am

פנימחדשות האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:אבער פארוואס איזעס אזוי פשוט? עלטער איז ער און למעשה רעפרעזעטירט ער א ריזן קהילה

כ׳ווייס נישט כ׳דארף עס דורכטון בכובד ראש ווען כבין גוט אויסגערוהט...

אדמו"ר קודם לדומ"ץ. אבער נאר אן עכטער אדמו"ר בכל המובנים, ודו"ק.

זייט ווען דארף א אדמו"ר זיצען פאר אנדערע, נאר אלס די אדמו"ר טיטל?
איר וואלט אויך געזאגט אז ער דארף זיצען פאר הג"ר יחזקאל ראטה זצ"ל אדער להבלחט"א הג"ר משה וואלפסאן שליט"א?
איך פארשטיי אז א אדמו"ר מיט אסאך חסידים אונטער זיך קומט צו זיצן נישט צו ווייט, אלס כבוד החסידות והחסידים, אבער זיך צו משוגע מאכען איבער איין פלאץ ארויף צו אראפ?
איר מיינט אז פאר הונדערט-צוויי הונדערט יאר צוריק איז מען אויך געווען אזוי פארנומען מיט די זאכען, אדער איז עס נאר אין אונזער חיצוניות'דיגער דור, ווען די עיקר וואס מאכט אויס איז די קאליר פונעם בעקעטשע און וויפיל מאל מען איז אריין אינעם וועכענטליכע בילדער העפט..

אן אריינצוגיין ווער קומט קודם.
דו מיינסט אז פאר צוויי הונדערט יאהר איז מען נישט געווען פארנומען מיט דעי זאכן?
האסט א גרויסן טעות, מאך אויף די צייטנגען פון יענע תקופה וועסטו דאן זעהן...

סגל
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 6:14 am

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובהדורך סגל » מיטוואך יוני 09, 2021 5:58 am

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
פנימחדשות האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:אבער פארוואס איזעס אזוי פשוט? עלטער איז ער און למעשה רעפרעזעטירט ער א ריזן קהילה

כ׳ווייס נישט כ׳דארף עס דורכטון בכובד ראש ווען כבין גוט אויסגערוהט...

אדמו"ר קודם לדומ"ץ. אבער נאר אן עכטער אדמו"ר בכל המובנים, ודו"ק.

זייט ווען דארף א אדמו"ר זיצען פאר אנדערע, נאר אלס די אדמו"ר טיטל?
איר וואלט אויך געזאגט אז ער דארף זיצען פאר הג"ר יחזקאל ראטה זצ"ל אדער להבלחט"א הג"ר משה וואלפסאן שליט"א?
איך פארשטיי אז א אדמו"ר מיט אסאך חסידים אונטער זיך קומט צו זיצן נישט צו ווייט, אלס כבוד החסידות והחסידים, אבער זיך צו משוגע מאכען איבער איין פלאץ ארויף צו אראפ?
איר מיינט אז פאר הונדערט-צוויי הונדערט יאר צוריק איז מען אויך געווען אזוי פארנומען מיט די זאכען, אדער איז עס נאר אין אונזער חיצוניות'דיגער דור, ווען די עיקר וואס מאכט אויס איז די קאליר פונעם בעקעטשע און וויפיל מאל מען איז אריין אינעם וועכענטליכע בילדער העפט..

אן אריינצוגיין ווער קומט קודם.
דו מיינסט אז פאר צוויי הונדערט יאהר איז מען נישט געווען פארנומען מיט דעי זאכן?
האסט א גרויסן טעות, מאך אויף די צייטנגען פון יענע תקופה וועסטו דאן זעהן...

וכידוע אז ווען די עצי חיים איז געווען ביים בעלזער רב זצ"ל און דער רב האט פארן טיש עוסק געווען מסדר זיין די פלעצער פונעם אויבן אן, און ווען ער האט געזען ווי דער עצי חיים וואונדערט זיך האט ער אים געזאגט אז ביי ענק אין אונגארן דארף מען טאקע נישט מסדר זיין די פלעצער ווייל זיי זענען בעלי דרך ארץ און עס וועט זיך נישט זעצן א קליינע רב פאר א גרויסע רב, אבער דא אין גאליציא פעלט עס יא אויס
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
פנימחדשות
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 4:33 pm

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובהדורך פנימחדשות » מיטוואך יוני 09, 2021 6:07 am

איך פארשטיי אויך אז סיז מדיני דרך ארץ זיך נישט צו זעצען פאר איינער וואס איז א גרעסערע רב אד"ג, און סיז באוואוסט אז ביי די מעזריטשער מגיד זצוק"ל איז געווען א סדר קבוע וועלכע תלמיד איז געזעצן וואו, אבער בנידון דידן ווען די איינציגע סיבה צו זעצען איינער פאר די צווייטער איז נאר די אדמו"ר טיטל, הגם די אנדערער איז אויך א רב אין א גרויסע קהילה, איז עס מיר גאר אינטרעסאנט, הן די עצם צדדים, און הן דאס מאכען א לאנגס און א ברייטס איבער דעם.

אוועטאר
די הייליגע זיידע'ס
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 4:58 am

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובהדורך די הייליגע זיידע'ס » מיטוואך יוני 09, 2021 8:03 am

סגל האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
פנימחדשות האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:וכידוע אז ווען די עצי חיים איז געווען ביים בעלזער רב זצ"ל און דער רב האט פארן טיש עוסק געווען מסדר זיין די פלעצער פונעם אויבן אן, און ווען ער האט געזען ווי דער עצי חיים וואונדערט זיך האט ער אים געזאגט אז ביי ענק אין אונגארן דארף מען טאקע נישט מסדר זיין די פלעצער ווייל זיי זענען בעלי דרך ארץ און עס וועט זיך נישט זעצן א קליינע רב פאר א גרויסע רב, אבער דא אין גאליציא פעלט עס יא אויס

שוין דעמאלס האט מען געמאכט ’חשבונות’ אין בעלזא ווי מ’זעצט וועמען???......... :grin: :lol:
די גאלדענע קייט זאל זיך ווייטער ציה’ען מעתה ועד עולם... אא א איי איי איי די הייליגע זיידע’ס זאלן זיך מיהע’ן וכ”ו

אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 10906
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

תגובהדורך moishy56 » מיטוואך יוני 09, 2021 8:39 am

סעקרעטאר האט געשריבן:אדמו"ר ממרכז וויזניץ איז געווען אויף א באזוך ביי האדמו"ר מהרי"י מ'סאטמאר

אין די יעצטיגע שעות איז ער אויפן וועג צוריק צו ארה''ק,
נאכן וויילן אין ניו יארק לכבוד די חתונה פון א אייניקל.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט