גדל האט געשריבן:נאך איינער האט געשריבן:גרשון האט געשריבן:איך בין אריינגעפאלן דא ווי א יוון אין דער סוכה. מיין שאלה צום פותח האשכול שליט"א איז צי ער האט געקלערט פאר איין סעקונדע אז דער אשכול וועט פליען אין אן אנדערער ריכטונג ווי ס'איז למעשה געפלויגן.
איך האב שוין לאנג נישט געליינט אייוועלט תקנות, אבער ווי ווייט איך געדענק דארף דער פלאץ זיין נייטראל לגבי ציונות אנגעלעגנהייטן. איבריגס, באשולדיגן איזראעיל אין נישט פירן גוט מלחמה האט גארנישט מיט קנאות איינגעשטויסן, פונקט ווי פארטיידיגן זייערע סטראטעגיעס האט קנאפ מיט ציונות.
גיי איך מיר ווי א יוון אין בעט אריין. א גוטע נאכט.
אז די האסט שוין לאנג נישט געלייענט אייוועלט תקנות, ביסטי מכובד איבערציליינען,
דאס פלאץ דארף זיין נייטראל לגבי באריכטן נייעס פין איזראעיל, א חיץ מזה טאר נישט דערמאנט ווערן קיין זאכן וואס שמעקט פין ציוניזם, דער פ"ה וויל באריכטן נייעס מיט א תורה'דיגן בליק וואס לפי התקנת איז די סאטמערער שיטה די איינציגסטע תורה'דיגע בליק, אין ווער סהאט א פראבלעם דערמיט זאל ביטע פארלאזן אייוועלט, אין אויפהערן דרייען א קאפ וועגן טוישן קעפלעך,
האסט קוקט אויס פארגסען פון די אוספיר,
נייעס פון מדינת ישראל זאל געשריבן ווערן נייטראל, אלע השקפה קאמענטארן (קנאי'ש אדער פארקערט) וועלן פארמעקט ווערן פון די נייעס פארום
סאיז דא א נייעס אשכול אין דארט ווערט געמאלדן אלעס נייטראל, אין די אחראי גיט אכטונג "נאר" אין יענע אשכול סזאל זיין נאר נייעס, דא איז א באזונדערע אשכול ווי די נייעס דא ווערט געמאלדן אויפן תורה'דיגען בליק, אין סאיז נישט דא קיין צווייטע תורה'דיגען בליק דא אויף אייוועלט,
געפעלט אייך נישט?! זיץ אין שווייג אדער פארלאז דעם מקום, הער אויף פארדרייען אשכולת וועגן טוישן קעפלעך,