מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר-סיון תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

צל עובר האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:מדינת ישראל קומט אינטער קריטיק פארן אראפווארן א 12 שטאקיגע בילדינג וואס האט געהאט אפיסעס פון געוויסע נייעס סטעישנס
מדינת ישראל טענהט אז סאיז געווען א כאמאס לאקאציע

די מדינה וואלט נישט אבי ריזיקירט זיך צו איינרייסן מיט די מידיע, סאיז גאנץ קלאר אז כאמאס האט זיך באהאלטן אינטער די דאזיגע נייעס סטאנציעס שוץ
גייט יעצט עמיצער טייטלען די פינגער אויף AP און על-דזשאזירא פרעגן צו זיי האבן געוויסט דערפון? א פייג!!

עי פי טענה'ט אז זיי האבן נישט געוואוסט, זאגנדיג אז זיי וואלטן נישט איינגעשטעלט זייערע ארבעטער, און זײ פארלאנגן פרוף אז חאמאס איז דארט געווען.

איה"נ אז דאס זאגן זיי

איך רעד וואס איז מסתבר, זייערע ארבעטערס זענען טאקע נישט געווען איינגעשטעלט, חוץ מזה, זעה איך נישט פארוואס די באמבאדירונג זאל פארלאנגען מער פרוףף ווי סיי וועלכע אנדערע באמבאדירונג
לעצט פארראכטן דורך מסתמא אום מוצ"ש מאי 15, 2021 11:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2824
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

נקדימון האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:לויט פאלעסטינער באריכטן איז די הויז פון כאמאס פירער יאחייא סינווארר געווארן באמבאדירט היינט


הייבט מיר אויסצוקוקן איינס פון צוויי. אדער איז יעדער כאמאס׳ניק א פירער, אדער הרג׳ט מדינת ישראל סתם כאמאס׳ניקעס אויך.

אזויפיל פירערס?

סינווארר איז געווען אן ערנסטער קנאקער און געווען קאמאנדיר איבער כאמאס.


כ׳שטעל מיך פאר.. ס׳נאר אינטערעסאנט, ווען איך הייב זיך אן צו באקענען און לערן זיך אויס וויאזוי מען זאגט ארויס זיין נאמען פון עפעס א אחמעד מוחאמעד על בלא בלא בלא ווען זיין נאמען פאנגט אן צירקולירן אין די נייעס אז ער איז א פירער, ווער איך פלוצים געוואר אז עס איז דא גאר אן אנדערער פירער.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

פרא פאלעסטינע פראטעסטירער האבן צומאזיקט אן עלטערן איד אין קאנאדא
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

די צאל געהארגעטע לויט די - כאמאס געפירטע - מיניסטעריום שטייט ביי 145. 41 דערפון זענען קינדער.
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

יישר כח פאר אלע נייעס ברענגער

סאיז למעשה געווען א פרא פאלעסטינא פראטעסט אין נ’’י דעם שבת?
lazy
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lazy »

נארמאליזעם האט געשריבן:שטארק דאנקבאר פאר אלע וואס אפדעיטן דעם עולם
און אנא עבדא פארן אידישן

איין קליינע בקשה
אזויווי סאיז דא אסאך ליינער וואס קענען נאר אידיש וואלט געווען א שיינעם זאך איבערצוטייטשן אויף אידיש אויב סאיז נישט שווער

שכח

גא״מ.
אפשר שוין צייט צו מאכן אן עקסטער אשכול :oops:
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

א אינטערעסאנטע ספעקטאל איז היינט פארגעקומען אין גאזא ווען די בעל הבית פון די 13 שטאקיגע געביידע (AP) האט אנגעקאלט א נומבער פון מדינת ישראל מיליטער -וועלכע האט געדארפט אראפווארפען באמבעס אויף זיין בילדונג- אין געבעטען צי געבען נאך 15 מינוט אז מען זאל קענען ארויסטראגען טייערע חפיצים פון זיין היי רייז לוקזוריעס אפיס בילדינג

די מענעזשמענט האט באקומען א שעה נאטיס אז מען זאל קענען ארויסלויפען, וואס געווענלעך געט מען אביסעל מער אין אלע זשורלניסטען האבען געמוזט איבער לאזען אלע גאר טייערע עקוויפמענטס מיט וועלכע זיי דעקען די מלחמה אין גאזא, וואס אין רעזולטאט טאקע פון די מיסיל קענען זיי מער נישט קאווערען די מלחמה אין ארויסברענגען אינפא פאר די וועלט,
דער בעל הבית האט זיך געווענדעט צום קאמענדיר (אדער פילאט) אין פראנט פון די גאנצע וועלט אין געזאגט די קענסט זען אז איו די 10 מינוט גייט מען נישט ארויסטראגען געווער פון דא אבער יענער האט געענטפערט מיט א טיפשען "לא" נאטס

די סי או פון עי פי האט היינט געזאגט אז ער איז שוין 15 יאר אין יענע בילדונג אין ער האט נישט קיין שום אנונג פון חאמאס אין יענע בילדונג זיין קאמפעני האט גארנישט באמערקט אבער ער זאגט אז ער ווייסט טאקע נישט אבער ער וויל זעהן די עווידענס פון די איזרעלי גאווערמענט אין ער האפט אז זיי האבען קראנטע זאכען, אויך איז ער אויפגעברויזט אז מהאט געדארפט געבען אביסעל מער צייט ווייל זייער שאדען איז אומגעהויער אין די איזרעלי גאווערמענט מוז שטיין אין קאנטאקט אז זייער פערסאנעל אין עקוויפמענטס זענען באשיצט אזוי ווי אלע גאווערמענט אין וואר זאנעס טון
זע איך אז איינער האקט
לעצט פארראכטן דורך פאלעסיידס אום מוצ"ש מאי 15, 2021 11:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

נקדימון האט געשריבן:ביידען האט אויך גערעדט מיט אבאס היינט.

לויט א רעפארטער פאר די טיימס אויף איזראעלי, האט ביידען געזאגט אבאס אז ער איז אנטקעגן די עוויקציעס דורך מדינת ישראל אויף פאלעסטינער פאמיליעס אין שעיך דזשארא
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

מים חיים האט געשריבן:יישר כח פאר אלע נייעס ברענגער

סאיז למעשה געווען א פרא פאלעסטינא פראטעסט אין נ’’י דעם שבת?

יא. געווען א פראטעסט אין בעי רידזש ברוקלין.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

באריכטן אז עגיפטן ארבעט אויף א הומאניטארישע פייער אפשטעל פון עטליכע שעות צו קענען ארויסשלעפן עטליכע טויטע פון אינטער די ברוכווארג און אוועקפירן די פארוואונדעטע. מדינת ישראל פארלאנגט אין רעאקציע אז די ראקעטן מוזן זיך זאפארט אפשטעלן.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

AEC194F1-2F5C-40EB-9452-209A68E998A9.jpeg
AEC194F1-2F5C-40EB-9452-209A68E998A9.jpeg (80.33 KiB) געזען 1232 מאל
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2824
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

נקדימון האט געשריבן:באריכטן אז עגיפטן ארבעט אויף א הומאניטארישע פייער אפשטעל פון עטליכע שעות צו קענען ארויסשלעפן עטליכע טויטע פון אינטער די ברוכווארג און אוועקפירן די פארוואונדעטע. מדינת ישראל פארלאנגט אין רעאקציע אז די ראקעטן מוזן זיך זאפארט אפשטעלן.


וואס איז די הגדרה פון א הומאניטערישע פייער אפשטעל?
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

מדינת ישראל מיליטער האט געגעבן א גרינע ליכט צו צילן כאמאס אנפירער ווי אימער אין די גאנצע וועלט.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

אפדעיט פון די איזרעלי מיליטער

IDF: In the last 36 hours, we have destroyed 45 multi-barreled launchers, some of them long-range.
Estimated in the military, 130 terrorists have been eliminated so far.
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4033
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

ישראל_הלוי האט געשריבן:מדינת ישראל מיליטער האט געגעבן א גרינע ליכט צו צילן כאמאס אנפירער ווי אימער אין די גאנצע וועלט.

דהיינו?
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2872
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

א גרויסע דאנק אייך אלע פארן אהערברענגן קראנטע און אפדעיטעט נייעס אגאנצע צייט, אין אייער זכות האב איך נישט אפילו געהאט א נסיון צו גיין פאשן אין גוישע נייעס קוועלער.
קיפ איט אפ!
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

Haklal האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:מדינת ישראל מיליטער האט געגעבן א גרינע ליכט צו צילן כאמאס אנפירער ווי אימער אין די גאנצע וועלט.

דהיינו?

מיסתם קומט אפאר מוסד אטענענטס
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
sky
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 6:42 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sky »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
AEC194F1-2F5C-40EB-9452-209A68E998A9.jpeg

וואס שטייט דא?
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

דעם שבת האב איך געוויילט אין בני ברק.

נאכמיטאג איז געווען אן אלארם און ארויפקוקנדיג האב איך געזען דעם אייראן דאום צושיסן עטליכע ראקעטן פון חאַמאַס.

שומר ישראל שמור שארית ישראל.
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4051
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

sky האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
AEC194F1-2F5C-40EB-9452-209A68E998A9.jpeg

וואס שטייט דא?


די עי פי סטעף אין עזה סיטי האט געקענט זיין עדות צו א ראקעט לאונטש גלייך ביי זייער אפיס, לייגענדיג אין געפאר רעפארטערס און אנדערע ציווילע דערנעבן - און די עי פי האָט עס נישט באריכטעט, אפילו נישט אין עי פי ארטיקלען וועגן איזריעל'ס טענות אז כאמאס לאונטשט ראקעטן פון רעזידענטשעל געגנטער. (דאס האט עכט פאסירט.) כאמאס קעמפער האבן זיך געקענט אריינברעכן אין די עזה'ס ביורא פון עי פי און סטראשענען דעם שטאב - און די עי פי וועט דאס נישט באריכטן. (דאָס איז אויך עכט געשען.)
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

גייט יעצט ארום ריפערייען ביי די אראבער צו קומען אין די מאסן היינט צום צום אל אקצא נאכדעם וואס די מתנחלים האבן געסטראשעט עס צו שטורעמען היינט.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

נקדימון האט געשריבן:לויט פאלעסטינער באריכטן איז די הויז פון כאמאס פירער יאחייא סינווארר געווארן באמבאדירט היינט

IDF פריער ארויסגעשטעלט א ווידעא ווי זיי באמבאדירן דעם הויז.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

פון מקורות אין די רעגירונג אין מדינת ישראל: אמעריקא דערווייל שטיצט די קאמפיין און לייגט נישט קיין שום דרוק אז מען זאל אויפהערן. אבער זייער ערווארטונג איז אז עס זאל נישט נעמען נאך צו לאנג און אז אנדערע זאלן נישט ווערן אריינגעשלעפט דערין.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”