מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר-סיון תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re:

תגובהדורך בעריש'ל » מיטוואך יוני 09, 2021 5:06 pm

סטיטשינער האט געשריבן:איך מאך א ווערטל גאר?

איך רעד פון זייערע ריזיגע בעיסעס, דארט ווי זיי האלטן די געווער מיט וואס זיי אטאקירן חאמאס. וואס פאר א תירוץ איז דעס אז דו האסט געטראפן צוויי סאלדאטן שטיין ביי א באס סטאפ און דערפאר מיזטו הארגענען ציווילער. אז דו וועסט ענדיגען מיט די ריזידע מיליטערישע גאנצעטע שטעט וואס זיי האבן, און נאר די צווי סאלדאטן בייים באס סטאפ זענען דיין געפאר, דאן קען מען שמועסן.

ברענגסט מיר עפעס א בילד פון א הויז ווי עס שטיין איין נחל חרדי ארבעטער? סיריעסלי?

צה"ל אטאקירט נישט נאר מיסיל שיס באזעס, זיי אטאקירן אויך אפיסעס פון חמאס ווי מען פלאנירט די אטאקעס.

איך וויל נאכאמאל קלארשטעלן אז איך האלט נישט אזוי, זיי זענען רוצחים וואס ווילן סתם זוכן תירוצים, איך בין נאר מסביר זייער טענה.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
-----
וואס איז די הייפ ארום באנאנו קאון, די ערשטע קאון וואס מען קען טרעידן בחינם... דא: שלום עליכם, מאכט אייך היימיש!

Programming
שר האלפיים
תגובות: 2116
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר-סיון תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים

תגובהדורך Programming » מיטוואך יוני 09, 2021 5:09 pm

איך וואונדער זיך אייביג פארוואס כאמאס ענטפערט נישט אויף די טענה אז זייערע מיסילס שעדיגן ציווילע, מיטן פארלאנג מען זאל זיי טאקע באגיסן מיט הונדערטער מיליאנען דאלארן און פארקויפן די טייערסטע פרעציזע וואפנס זיי זאלן קענען טאקע שיסן בלויז אויף מיליטערישע צילן...

דאס איז דאך פונקטליך וואס מדינת ישראל טוט כדי צו קענען זיכער מאכן זיי שעדיגן נישט קיין ציווילע. יעדער פארשטייט אז אויב מדינת ישראל וואלט אויך נאר געהאט ראקעט'ס צו רעאגירן צו כאמאס' ראקעטס וואלטן זיי דאס געשאסן זייענדיג די איינציגסטע געווער צו זייער דיספאזיציע.

אוועטאר
מים חיים
שר האלף
תגובות: 1550
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר-סיון תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים

תגובהדורך מים חיים » מיטוואך יוני 09, 2021 5:21 pm

!wow דאס איז שוין נעקסט לעוועל
דערמאנסט מיר פון john Oliver

היכי תמצא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re:

תגובהדורך היכי תמצא » מיטוואך יוני 09, 2021 5:25 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:דא האסטו א לינק צו וויקיפעדיע איבער די פארדאמונגען

As of 2013, Israel had been condemned in 45 resolutions by the United Nations Human Rights Council. Since the creation of the Council in 2006, it has resolved almost more resolutions condemning Israel than on the rest of the world combined.


From 1967 to 1989 the UN Security Council adopted 131 resolutions directly addressing the Arab–Israeli conflict

דאס איז אלע רעזעלוציעס, דער שאלה צו איינער פון זיי איז איבער טון נישט גוט ביים אטאקירן חאמאס (כ'מיין אז נישט.)

נאכאמאל, איך זאג נישט אז עס איז נישט דא א עקסטרעמע בייעס אנקעגן מדנ"י, אפילו א בלינדער זעט עס. נאר דער שאלה איז צו ווען עס איז דא א קעיס וואס חאמאס טוט ערגער ווי מדנ"י און נאר מדנ"י ווער פארדאמט/אויסגעפארשט.
סטיטשינער האט געשריבן:איך רעד פון בכלליות, נישט פון די יעצטיגע קריג.

למשל די ICC פארשונגען וכדו' איז אייביג אפעציעל אויף ביידע.

איך פארשטיי
אלעס אין איינעם איז נישט דא ביי קיינעם

אוועטאר
פנימחדשות
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 4:33 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר-סיון תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים

תגובהדורך פנימחדשות » מיטוואך יוני 09, 2021 6:16 pm

Programming האט געשריבן:איך וואונדער זיך אייביג פארוואס כאמאס ענטפערט נישט אויף די טענה אז זייערע מיסילס שעדיגן ציווילע, מיטן פארלאנג מען זאל זיי טאקע באגיסן מיט הונדערטער מיליאנען דאלארן און פארקויפן די טייערסטע פרעציזע וואפנס זיי זאלן קענען טאקע שיסן בלויז אויף מיליטערישע צילן...

דאס איז דאך פונקטליך וואס מדינת ישראל טוט כדי צו קענען זיכער מאכן זיי שעדיגן נישט קיין ציווילע. יעדער פארשטייט אז אויב מדינת ישראל וואלט אויך נאר געהאט ראקעט'ס צו רעאגירן צו כאמאס' ראקעטס וואלטן זיי דאס געשאסן זייענדיג די איינציגסטע געווער צו זייער דיספאזיציע.

אנטשולדיגט, זענט איר פון דאהי?
אפשר ווייסט איר נישט, אבער כאמאס האט אנגעפאנגען שיסען באמבעס אויף ציווילע, און אלס א רעספאנס דערויף האט מדינת ישראל צוריקגעשאסען אויף די כאמאס, און אזוי אויך שיסט כאמאס אויף פלעצער וואס ס'איז קלאר אז ס'איז דא דארט נאר ציווילע הייזער און אינפאסטראקטור.

איך וויל זעהן ווי איר זענט מודה אז די כאמאס זענען טעראריסטען און מדינת ישראל נישט, און אזוי אויך אז די ני"ט איז בייעסד מיטן האבען די ארטיקל וועגען די קינדער ואס זענען נעבעך געשטארבען דורך מדינת ישראל, בשעת וואס זיי האבען נישט פארמאגט אזעלכע סארט ארטיקלען ווען אנדערע לענדער, למשל אמעריקע אין עיראק אא"וו, האבען אויך גע'הארגע'ט ציווילע בשעת'ן פראבירען צו אומברענגען פיינט.

טאמער זענט איר נישט מודה צו די צוויי זאכען קען מען אננעמען אז איר זענט ברעינוואשט מיט די לינקע שיטות דורך און דורך.

Programming
שר האלפיים
תגובות: 2116
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר-סיון תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים

תגובהדורך Programming » מיטוואך יוני 09, 2021 6:46 pm

אוודאי האבן זיי פארמאגט די ארטיקלען ווען אמעריקע האט געהארגעט ציווילע אין איראק.

וואס מיינט טעראריסטן?

איך כאפ אבער נישט די שייכות צו מיין תגובה. איך זאג אז כאמאס וואלט גערן אויפגעהערט אטאקירן ציווילע ווען זיי האבן ווען אנשטאט דעם מיסילס וואס קענען צילן רעגירונג געביידעס, מיליטערישע איינריכטונגען און פאליטישע פירער. און ווען מדינת ישראל האט ווען נאר כאמאס' ראקעטן, וואלטן זיי דאס גענוצט. (איך פארגלייך נישט חלילה קיין רחמנים בני רחמנים צו די פאלעסטינער, נישטא וואס צו רעדן אז מדינת ישראל גיבט די מערסטע אפבאכט פון אלע לענדער אויף ציווילע טויטן)

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 16153
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך יוני 09, 2021 7:11 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:דא האסטו א לינק צו וויקיפעדיע איבער די פארדאמונגען

As of 2013, Israel had been condemned in 45 resolutions by the United Nations Human Rights Council. Since the creation of the Council in 2006, it has resolved almost more resolutions condemning Israel than on the rest of the world combined.


From 1967 to 1989 the UN Security Council adopted 131 resolutions directly addressing the Arab–Israeli conflict

דאס איז אלע רעזעלוציעס, דער שאלה צו איינער פון זיי איז איבער טון נישט גוט ביים אטאקירן חאמאס (כ'מיין אז נישט.)

נאכאמאל, איך זאג נישט אז עס איז נישט דא א עקסטרעמע בייעס אנקעגן מדנ"י, אפילו א בלינדער זעט עס. נאר דער שאלה איז צו ווען עס איז דא א קעיס וואס חאמאס טוט ערגער ווי מדנ"י און נאר מדנ"י ווער פארדאמט/אויסגעפארשט.
סטיטשינער האט געשריבן:איך רעד פון בכלליות, נישט פון די יעצטיגע קריג.

למשל די ICC פארשונגען וכדו' איז אייביג אפעציעל אויף ביידע.

מיין ערשטע תגובה בנוגע די בייעס איז געווען אלץ המשך צו היכי תמצא'ס פוינט אז די אינטערנעשענאל געזעצן זענען סתם חוכא ואיטלולא בעיני העמים. יעדער טוט וואס אים שמעקט און נאר אויף מדינת ישראל פארלייגט מען זיך. איך האב טאקע נישט גערעדט בנוגע חאמאס בכלל.
מירון לא היה מירון, שבועות לא היה שבועות. בעזרת השם תשעה באב לא יהיה תשעה באב. אכי"ר

אוועטאר
יידישע קהילות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4980
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר-סיון תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך יוני 09, 2021 8:22 pm

רבותי די מצב איז באנקראט!!
די שפיל פון די כפת ברזל האט געקאסט 1 ביליאן דאלער, דאס איז ביליאן מיט א בי"ת, און דאלער נישט שקל!
דאס מיינט ראשית כל, אז אויב פארגליסט זיך פאר חאמס צו פאר חיזבאלע צו פאר אנדערע שונאי ישראל אביסל 'פאן', דארפן זיי שיסן אפאר נארישע ביליגע בלעכעלעך און די מדינה וועט פארלירן א ביליאן דאלער.
אבער דאס איז נאך גארנישט.
די מדינה איז איצט שארט אויף די כיפת ברזל מיססילס. מ'דארף דרינגענד פראדוצירן נאך. און נאך. און נאך.
זיי האבן פשוט נישט גענוג.
שטעלט אייך פאר אויב די אויבדערמאנטע רשעים הייבן אן ווידעראמאל צו אטאקירן, און עס איז נישטא גענוג מיסילס. ה"י.
די תשובה איז, ווייל די כיפת ברזל איז נישט געמאכט אז מ'זאל פארמאכן די ארמיי, זיך באזעצן אין באקוועמע פאטעלן, און באאבאכטן די מלחמה פון דעם סקרין ווי א קאמפיוטער געים. ניין ניין ניין.
דער וואס שיסט מיסילס, דארף ווערן אטאקירט פון אויבן (תרתי משמע בע"ה) דערנאך דארף מען אריינגיין מיט טאנקען און העליקאפטערס, מיט זעלנער און פארארטרופן אויסצוראטן דעם שונא און זיינע כלי זיין משורשו.
קען עס רח"ל קאסטן א הויכע פרייז? אוודאי.
אבער דאס נישט צו טוהן איז א פיהל העכערע פרייז.
די איצטיגע ביליאן דאלער'דיגע אויסגאבע איז בלויז ווי א באנדעדזש אויף א שטערבליכע מחלה. אנשטאט צו גיין און טוהן צו דער זאך, מיט אלע שוועריגקייטן וואס דאס פאדערט מיט זיך, טוט מען נארישע אויבערפלעכליכע צייטווייליגע עצות.
אין לנו להישען אלא על אבינו שבשמים!!
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

פאראויס
שר האלף
תגובות: 1648
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר-סיון תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים

תגובהדורך פאראויס » מיטוואך יוני 09, 2021 10:22 pm

יידישע@
'דארפן' דארף מען אז די די גאנצע מדינה פון כוחי ועוצם ידי זאל אונטערגיין אינגיכן. ציוניזם זאל גיין דארט ווי קאמעניזעם אין סיוויעט רוסלאנד איז געגאנגען. אן קיין שום אידיש בלוט.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4980
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר-סיון תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך יוני 09, 2021 11:11 pm

פאראויס האט געשריבן:יידישע@
'דארפן' דארף מען אז די די גאנצע מדינה פון כוחי ועוצם ידי זאל אונטערגיין אינגיכן. ציוניזם זאל גיין דארט ווי קאמעניזעם אין סיוויעט רוסלאנד איז געגאנגען. אן קיין שום אידיש בלוט.

100% אבער פראקטיש גערעדט, אן נסים גילוים, גייט די מדינה'ס אונטערגאנג זיין נישט ווייניגער ווי נאך א האלאקוסט היל"ת רח"ל...
מ'דארף האפן אויף משיח'ן און אויף נסי נסים, אבער מ'מעג זיך זארגן וויאזוי דער זאך וועט זיך ענדיגן. גארנישט אזוי פשוט.
אוי האבן אונזערע רבי'ס גוט פארשטאנען...
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אהבת ישראל
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 30, 2020 3:25 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר-סיון תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים

תגובהדורך אהבת ישראל » דאנארשטאג יוני 10, 2021 12:14 am

איך בין סתם אזוי נייגעריג, פארוואס דארף ישראל זיך אזוי בעטן ביי די אמעריקאנע זאלן אויסצאלן דיי איירון דאום?
אויב זיי שיסן ראקעטס זאל מען זיי טייטן ווי רוצחים, פארוואס פעלט אויס בכלל נאך א אפשען צו מאכן אויסזעהן חאמאס ווי זיי זענען נישט אזוי שלעכט?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15088
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג יוני 10, 2021 12:18 am

אהבת ישראל האט געשריבן:איך בין סתם אזוי נייגעריג, פארוואס דארף ישראל זיך אזוי בעטן ביי די אמעריקאנע זאלן אויסצאלן דיי איירון דאום?
אויב זיי שיסן ראקעטס זאל מען זיי טייטן ווי רוצחים, פארוואס פעלט אויס בכלל נאך א אפשען צו מאכן אויסזעהן חאמאס ווי זיי זענען נישט אזוי שלעכט?

אייראן דאום איז נישט געמאכט צו מאכן איינעם אויסזען בעסער אדער ערגער, נאר צו ראטעווען לעבנס.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אהבת ישראל
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 30, 2020 3:25 pm

Re:

תגובהדורך אהבת ישראל » דאנארשטאג יוני 10, 2021 12:23 am

קנאפער ידען האט געשריבן:
אהבת ישראל האט געשריבן:איך בין סתם אזוי נייגעריג, פארוואס דארף ישראל זיך אזוי בעטן ביי די אמעריקאנע זאלן אויסצאלן דיי איירון דאום?
אויב זיי שיסן ראקעטס זאל מען זיי טייטן ווי רוצחים, פארוואס פעלט אויס בכלל נאך א אפשען צו מאכן אויסזעהן חאמאס ווי זיי זענען נישט אזוי שלעכט?

אייראן דאום איז נישט געמאכט צו מאכן איינעם אויסזען בעסער אדער ערגער, נאר צו ראטעווען לעבנס.

ראטעווע לעבנס דורכן נישט אריינגיין ווי נעראנים אין עזה, מדארף דעיע חברה רוצחים צוטרעטן ווי ....!

און אזוי קען מען ראטעווען לעבנס. נישט דורכן זיך געפעלן פארן וועלט און געבן ביזנעס פאר אמעריקע.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15088
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג יוני 10, 2021 12:26 am

אהבת ישראל האט געשריבן:ראטעווע לעבנס דורכן נישט אריינגיין ווי נעראנים אין עזה, מדארף דעיע חברה רוצחים צוטרעטן ווי ....!

און אזוי קען מען ראטעווען לעבנס. נישט דורכן זיך געפעלן פארן וועלט און געבן ביזנעס פאר אמעריקע.

האט שוין איינער אמאל מצליח געווען צו "צעטרעטן" א רוצח'ישע גרופע אינסערדזשענטס? אפגאניסטאן און אייסיס יוכיח אז עס איז ווייט פון אזוי סימפעל אפילו מען טרייט עכט שטארק.

סאו אויף דערווייל - זינט מיר זענען אידן און קעירן פאר יעדע לעבן - איז דער אייראן דאום א גוטע זאך צו האבן אז מיסילס זאלן הרג'ענען ווייניגער מענטשן.

עס איז נישט קיין אלטערנאטיוו נאר א צווייטע ציל.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

פרוכט בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר-סיון תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים

תגובהדורך פרוכט בוים » דאנארשטאג יוני 10, 2021 12:28 am

Programming האט געשריבן:אוודאי האבן זיי פארמאגט די ארטיקלען ווען אמעריקע האט געהארגעט ציווילע אין איראק.

וואס מיינט טעראריסטן?

איך כאפ אבער נישט די שייכות צו מיין תגובה. איך זאג אז כאמאס וואלט גערן אויפגעהערט אטאקירן ציווילע ווען זיי האבן ווען אנשטאט דעם מיסילס וואס קענען צילן רעגירונג געביידעס, מיליטערישע איינריכטונגען און פאליטישע פירער. און ווען מדינת ישראל האט ווען נאר כאמאס' ראקעטן, וואלטן זיי דאס גענוצט. (איך פארגלייך נישט חלילה קיין רחמנים בני רחמנים צו די פאלעסטינער, נישטא וואס צו רעדן אז מדינת ישראל גיבט די מערסטע אפבאכט פון אלע לענדער אויף ציווילע טויטן)

מיינסט ארץ ישראל קען נישא פארשאפן די זעלבע ראקעטן וואס כאמאס נוצט און באשוסן עזה נעקסטע וואך מיטוואך. זיי טוען עס נישט און אויב יא גלייב איך מען וואלט געגעבן פאר עזה א אייראן דאם סיסטעם וכד זיך צו פראטעקטן פון די איזרעלישע טעראריסטן. למעשה איז די מציאות פארקערט

פרוכט בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר-סיון תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים

תגובהדורך פרוכט בוים » דאנארשטאג יוני 10, 2021 12:30 am

יידישע קהילות האט געשריבן:
פאראויס האט געשריבן:יידישע@
'דארפן' דארף מען אז די די גאנצע מדינה פון כוחי ועוצם ידי זאל אונטערגיין אינגיכן. ציוניזם זאל גיין דארט ווי קאמעניזעם אין סיוויעט רוסלאנד איז געגאנגען. אן קיין שום אידיש בלוט.

100% אבער פראקטיש גערעדט, אן נסים גילוים, גייט די מדינה'ס אונטערגאנג זיין נישט ווייניגער ווי נאך א האלאקוסט היל"ת רח"ל...
מ'דארף האפן אויף משיח'ן און אויף נסי נסים, אבער מ'מעג זיך זארגן וויאזוי דער זאך וועט זיך ענדיגן. גארנישט אזוי פשוט.
אוי האבן אונזערע רבי'ס גוט פארשטאנען...

איך האלט אז יודישע רעגורינג און ארץ ישראל קען ווערן אויפגעלעזט אן ניסים. צייט און פאליטיק. קען עס מעגליך מאכן אויף פיהל אופנים

דיסענטיס
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2021 8:09 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר-סיון תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים

תגובהדורך דיסענטיס » דאנארשטאג יוני 10, 2021 12:47 am

וואס כיפת ברזל ערמעגליכט איז פאר צה"ל אנצופירן א פרעציזע קאמפיין. ווייל עס איז נישטא כמעט ציווילע קרבנות ביים ישראל'ישן זייט, און פאר חאמאס בלייבט בעיקר אויסצושיסן זייערע ראקעטן לתוהו ולריק. ווען נישט כיפת ברזל וואלט צה"ל געצווינגען געווען אויסצוגראדן.. ברייטערע שטחים, א זאך וואס וואלט געברענגט פילע הרוגים אין עזה, און דאס איז אין קיינעמ'ס נישט אינטערעסע.

אוועטאר
פון אמעריקע
שר חמש מאות
תגובות: 773
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 17, 2021 1:42 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר-סיון תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים

תגובהדורך פון אמעריקע » דאנארשטאג יוני 10, 2021 1:11 am

Programming האט געשריבן:איך זאג אז כאמאס וואלט גערן אויפגעהערט אטאקירן ציווילע ווען זיי האבן ווען אנשטאט דעם מיסילס וואס קענען צילן רעגירונג געביידעס, מיליטערישע איינריכטונגען און פאליטישע פירער.


וואטס יור פוינט? אז כאמאס איז פלעין א רחמנות אז זיי האבן נישט קיין בעסער מיסילס, און פארדעם מיזן זיי נעבעך שיסן אויף ציווילע? די ליינסט אמאל איבער וואס דיינע פינגער דריקען גיבן ארויס פאר די קליקסט שיק?

ווייסט? ווען כאמאס שיסט ווען גארנישט וואלט איזריעל אויך גארנישט געשאסן, נישט בעסער און נישט שוואכער, ס'דיר אמאל איינגעפאלן?
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג

עובדיה
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 11, 2021 12:01 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר-סיון תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים

תגובהדורך עובדיה » דאנארשטאג יוני 10, 2021 1:19 am

Programming האט געשריבן:איך זאג אז כאמאס וואלט גערן אויפגעהערט אטאקירן ציווילע ווען זיי האבן ווען אנשטאט דעם מיסילס וואס קענען צילן רעגירונג געביידעס, מיליטערישע איינריכטונגען און פאליטישע פירער.

ביסט מסופק אויב כאמאס האט ווען געהעריגע מיסעלס, צו זיי וואלטן נישט אפגעווישט גאנץ ארץ ישראל?

אהבת ישראל
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 30, 2020 3:25 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר-סיון תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים

תגובהדורך אהבת ישראל » דאנארשטאג יוני 10, 2021 1:22 am

דיסענטיס האט געשריבן:וואס כיפת ברזל ערמעגליכט איז פאר צה"ל אנצופירן א פרעציזע קאמפיין. ווייל עס איז נישטא כמעט ציווילע קרבנות ביים ישראל'ישן זייט, און פאר חאמאס בלייבט בעיקר אויסצושיסן זייערע ראקעטן לתוהו ולריק. ווען נישט כיפת ברזל וואלט צה"ל געצווינגען געווען אויסצוגראדן.. ברייטערע שטחים, א זאך וואס וואלט געברענגט פילע הרוגים אין עזה, און דאס איז אין קיינעמ'ס נישט אינטערעסע.

אבער גיין אינוועסטן אזוי סאך צייט און געלט איז שוין נעקסט לעוועל. פארגעס נישט אז מדארף זיך בעטן ווי גנבים ביי די אמעריקאנע בשעת עס בענעפירט אסאך חאמאס.
ווער סהאט א פראבלעם אז מהארגעט אראבער זאל קעירנעמען פון זיי און אוועקנעמען פון א"י.
איך בין נייגעריג וואס העט זיין אויב "איין" ראקעט וועט קומען פון מעקסיקא אריין קיין אמעריקע......נישט קיי אייראוין דאוים, נישט קיין ציווילע נישט גארנישט

אהבת ישראל
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 30, 2020 3:25 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר-סיון תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים

תגובהדורך אהבת ישראל » דאנארשטאג יוני 10, 2021 1:26 am

Programming האט געשריבן:איך וואונדער זיך אייביג פארוואס כאמאס ענטפערט נישט אויף די טענה אז זייערע מיסילס שעדיגן ציווילע, מיטן פארלאנג מען זאל זיי טאקע באגיסן מיט הונדערטער מיליאנען דאלארן און פארקויפן די טייערסטע פרעציזע וואפנס זיי זאלן קענען טאקע שיסן בלויז אויף מיליטערישע צילן...

דאס איז דאך פונקטליך וואס מדינת ישראל טוט כדי צו קענען זיכער מאכן זיי שעדיגן נישט קיין ציווילע. יעדער פארשטייט אז אויב מדינת ישראל וואלט אויך נאר געהאט ראקעט'ס צו רעאגירן צו כאמאס' ראקעטס וואלטן זיי דאס געשאסן זייענדיג די איינציגסטע געווער צו זייער דיספאזיציע.

סתם אזוי אויב עס וואלטן נישט געווען קיין אידן אויפן וועלט ח"ו וואלט חאמאס אויך נישט געשאסן אויף קיין ציווילע.... :oops: :roll: :roll:

Programming
שר האלפיים
תגובות: 2116
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר-סיון תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים

תגובהדורך Programming » דאנארשטאג יוני 10, 2021 1:39 am

עובדיה האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:איך זאג אז כאמאס וואלט גערן אויפגעהערט אטאקירן ציווילע ווען זיי האבן ווען אנשטאט דעם מיסילס וואס קענען צילן רעגירונג געביידעס, מיליטערישע איינריכטונגען און פאליטישע פירער.

ביסט מסופק אויב כאמאס האט ווען געהעריגע מיסעלס, צו זיי וואלטן נישט אפגעווישט גאנץ ארץ ישראל?


פארוואס אפווישן? זיי ווילן דאך עס איבערנעמען.

עובדיה
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 11, 2021 12:01 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר-סיון תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים

תגובהדורך עובדיה » דאנארשטאג יוני 10, 2021 1:40 am

און פארטרייבן אלע אידן.

Programming
שר האלפיים
תגובות: 2116
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר-סיון תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים

תגובהדורך Programming » דאנארשטאג יוני 10, 2021 1:41 am

גערעכט

משה בן יעקב
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 2:18 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר-סיון תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים

תגובהדורך משה בן יעקב » דאנארשטאג יוני 10, 2021 4:53 am

ציביסליך ווייז גייען די אראבער זיך פילען באקוועם אריינציקומען אין די ממשלה אין מאכען ארדנונג פין אינעווייניג....
גיב עס צעהן יאר אין בדרך הטבע איז מדינת ישראל א פארגאנגענהייט....


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט