אסון מירון - טרוקענע פאקטן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 12721
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג מאי 06, 2021 10:06 am

ביטע נישט אריינגיין אין קיין טענהערייען דא

נאר ברענגען קליפס אדער בילדער און אנצייכענען וואו דאס איז

(און אנטשולדיגט פון פאראויס פאר אלע מיינע ספעלינג מיסטעיקס...)
לעצט פאראכטן דורך איינס אום דאנארשטאג מאי 06, 2021 10:58 am, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.
מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 12721
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג מאי 06, 2021 10:07 am

ווען זאכן זענען שוין קלארער און מדארף נישט רעדן עטעך פעטעך קען מען גרינגער פארשטיין די טרוקענע פאקטן וואס איז פארגעקומען אין מירון

דא קען מען זעהן דעם פלאץ

בילד



1) דאס איז א רעמפ פון א אייזערענע פלאר, אינמיטן דעם וועג לויפט דורך א געיט וואס דארף ווי אפטיילן א סימן אז איין זייט גייט מען ארויף און די צווייטע זייט גייט מען אראפ.



2) דא ווערט גראד דער פלאץ און סדרייט זיך איין אראפ צו גיין צו די טרעפ

3) די טרעפ

4) א וואנט פון א דינע בלעך.

5) א בודקע

6) די פלאץ ווערט גראד

7) די טרעפ אראפ צו תולדות אברהם יצחק



12:41:49



אויבן זעהט מען דעם זייגער, און מזעהט נאך מענטשן וואס גייערן אראפ און ארויף אן קיין שטער


12:44:40



דריי מינוט שפעטער זעהט מען א ריזן שטראם פון מענטשן קומען צו פארן פון אויבן.
אלע וועגן זענען אפן מזעהט מענטשן גייען רעכטט און לינקס

אינצווישן קען מען מערקן טעליכע פלעצער ווי משטופט זיך אויף פארקערטע ריכטונגען


12:45:14



אונטן לינקס (נאמבער 6) זעהט אויס עפעס איז געשעהן און סווערט דארט א געדרענג ווי מטרייט צו מאכן פלאת אינמיטן.
נראה אז איינער האט זיך דארט אויסגעגליטשט, און יתכן מהאט געשריגן הצלה און דערפאר האט דער הצלה מאן וואס איז געווען אינען שטראם (ביים סוף פון נאבער 2) ארויף געקראכן אויפן בודקע (נאמבער 5)

הוספה: אין א אינטערוויו יעצט פריש ארויס געקומען זאגט ער אז מהאט איהם נישט גערופן נאר ער האט געפילט דריק און דערפאר האט ער ארויף געקראכן

(אין א זייטיגע נאטיץ: מקען דא זעהן ווי שטארק שקר דאס וואס די פרייע פרעסע שרייט אז אונז שטופן מיר און מפירט זיך ווי חיות, מקען באמערן ווי דער עולם איז רואיג קיינער איז נישט צעלאזט, אזוי אויך איז קיינעם נישט איינגעפאלן צו קריכן כאטש מהאט געקענט, אויסער דער הצלה מאן וואס זעהט אויס אז מהאט איהם גערופן)


12:45:21



דא זעהט מען שוין א לאך ביים לינקן זייט פון מענטשן וואס פראבירן מאכן פלאץ דארט (פארן אראפגעפאלענער?)


12:45:27

בילד

זעהט מען שוין דער שטראם פון אויבן (פון 2 צו 3) ווערט אביסל מער צודריקט (מערקט דעם הצלה מאן וואס איז זיך נישט מסדר און קען נישט געעריג אראפ קומען העלפן)
אויף דעם בילד דערקענט מען עטליכע פון די אומגעקומענע ווי זיי שטייען נאך ביי נאמבער 2)



דא זעהט מען נישט דעם זייגער



ביים רויטן סירקל זעהט מען א ליטווישטער בחור (מיטן ווייסן העמעד) העלף דעם חסידישן בחור זיך אויפצוהייבן

אויפן ווידאו זעהט מען ווי ער פראבירט איהם אויפהייבן און אין איינוועגס צוריקשטופן די וואס קומען (פון נאמבער 2) אז ער זאל איהם קענען געעריג אויפשטעלן

אזוי אויך מערקט דעם קאטאסטראפע אונטן וואס האלט שוין לאנג אינמיטן




דער מיטן ווייסן העמד העלפ דעם חסידישן
און אין איינוועגס פראבירט אויפהייבן די אונטערשטע וואס זענען געפאלן כתוצאה פון דעם חסידישן בחור זיך פארהענקענען




דער חסידישער בחור איז מצליח זיך ארויס צו זעהן אבער דאס איז שוין צו שפעט פאר די וואס זענען געפאלן אונטער איהם
דער מיטן ווייסן העמעד שרייט פאר די אוהטערשטע זאלן צוריקציען




דא זעהט מען שוין מענטשן ליגן איינער אויפן צווייטן

און אזוי אויך אונטן איז שוין די קאטעסטראפע טיעף אינמיטן




דא זעהט מען דעם ערשטן פאליציאנט אנקומענדיג צום סצענע




א טאטע פראבירט אריבערשטופן זיין זון דעם וואנט (נאמבער 4)




א דרייסטער אינגערמאן ברעכט אויף דעם געיט אויפן דעכל אויף נאמבער 5




די פאליציי ברעכן אויף פון אונטן דעם גאנצן געיט און העלפן מענטשן ארויסקריכן




דער ריזן בארג מענטשן אויף די אויבערשטע חלק (גערווייל נאכנישטא קיין פאליציי אדער הצלה




דער פאליציאנט וואס איז פריער געשטאנען אונטער וואנט (4) איז אריינגעקראכן און פראבירט ארויס שלעפן מענטשן




ער געבט אויף, נישט שייך ארויס צו שלעפן, ווען אינדערצייט שרייען די אויבערשטע שורות ״תן לעבור, אנשים מתים פה״
די וואס דריקן זיך אויבן ווייסן נישט וואס גייט פאר נאר זעהן א פליציאנט שטיין אונטן און מקען נישט אריבער גיין




די בילד וואס רוב מענטשן האבן געזעהן
א פאליציאנט וואס שרייט זיי ״תחזרו למעלה אי אפשר לעבור״


---

סאיז דא עטליכע ווידאוס ווי מברעגט אויף די געיט אונטן פון נאמבער 6 אבער רוב בילדער און ווידאוס איז פון די נאמבער 2 און די געיט וואס מזעהט דארט איז די ווינקל פון נאמבער 5 וואס כאפט זיך אן מיט נאבער 2
לעצט פאראכטן דורך איינס אום דאנארשטאג מאי 06, 2021 5:41 pm, פאראכטן געווארן 6 מאל סך הכל.
מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 12721
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג מאי 06, 2021 10:08 am

ווינקל פון נאמבער 2
https://drive.google.com/file/d/1Kaw6Au ... e5SWd/view


---

תיקון סאיז פון 7

viewtopic.php?p=2757327#p2757327
לעצט פאראכטן דורך איינס אום דאנארשטאג מאי 06, 2021 5:37 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 12721
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג מאי 06, 2021 10:10 am

מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 12721
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג מאי 06, 2021 10:11 am

ווידאו גענומען פון דעם אונטערשטן טראגעדיע

דער וואס נעמט די ווידאו שטייט ביי 6 7

https://drive.google.com/file/d/19w8QIF ... uQIm3/view
מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 12721
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג מאי 06, 2021 10:12 am

בילד

דאס איז די סטעפס צו תולדות אברהם יצחק (7)

די געיט איז צוגעבינדן מזאל זיך קענען אנכאפן אויף דעם

דער בילד איז די קארנער 5 3 6 7

Screen Shot 2021-05-06 at 10.13.55 AM.png
Screen Shot 2021-05-06 at 10.13.55 AM.png (28.9 KiB) געזעהן 4772 מאל



און דא פון ווען משטייט ביי די טרעפ (3)

בילד
מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

באריכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 09, 2018 11:41 am

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך באריכט » דאנארשטאג מאי 06, 2021 10:17 am

קען איינער לייגען א קלאהרע Sketch פון איינס ביז 7 איך בין אינגאנצען צומושט...

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 12721
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג מאי 06, 2021 10:20 am

באריכט האט געשריבן:קען איינער לייגען א קלאהרע Sketch פון איינס ביז 7 איך בין אינגאנצען צומושט...

איבערגעלייגט אויבן מיט א בילד
מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 12721
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג מאי 06, 2021 10:23 am

http://hm-news.co.il//wp-content//uploa ... 291553.mp4

א קליפ וואס איז מסביר קלארער דעם פלאץ
מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2514
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך וואס עפעס? » דאנארשטאג מאי 06, 2021 10:23 am

יישר כח פאר די מסודרדיגע באריכט
איז שייך צו ברענגען די מעשה און די סדר הזמנים לויטן זייגער
ווילאנג האט די זאך געדויערט?
ווען האט תולדות אהרן אפגעשטעלט די מוזיק ? ווילאנג ביז הצלה איז אנגעקומען

וואו אויכעט אויב איז ביידע זייטן געווען געהעריג אפען - פארוואס האבן מענטשן נישט פרובירט זיך צו ריקן פאראויס צו די רעכטע זייט? די שרייבסט אז די געפאלענע איז געווען אויפן לינקע זייט
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr


בימי קורונה, געדענקט צו האלטן די קאפ גראד!!
ווערט נישט פארשלעפט פון געפילן

צו פארשטיין די צוגאנג פון מנהיגי ישראל ליינט דא:
https://www.kikar.co.il/375894.html

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 12721
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג מאי 06, 2021 10:24 am

מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 12721
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג מאי 06, 2021 10:25 am

וואס עפעס? האט געשריבן:יישר כח פאר די מסודרדיגע באריכט
איז שייך צו ברענגען די מעשה און די סדר הזמנים לויטן זייגער
ווילאנג האט די זאך געדויערט?
ווען האט תולדות אהרן אפגעשטעלט די מוזיק ? ווילאנג ביז הצלה איז אנגעקומען

וואו אויכעט אויב איז ביידע זייטן געווען געהעריג אפען - פארוואס האבן מענטשן נישט פרובירט זיך צו ריקן פאראויס צו די רעכטע זייט? די שרייבסט אז די געפאלענע איז געווען אויפן לינקע זייט

לאמיר לאזן דעם אשכול נאר פאר בילדער און ווידאוס

איך האב אנגעהויבן דעם אסון אשכול פון סוף ביז פעידזש 78

אויב איינער קען ארויסהעלפן
מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 12721
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג מאי 06, 2021 10:28 am

https://drive.google.com/file/d/1CdOjaO ... IhykV/view

אנהייב דעם קאטאסטראפע
מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1031
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך למדן וצדיק » דאנארשטאג מאי 06, 2021 10:40 am

א הערצליכן יישר כח. זייער שיין און קלאר צעלייגט.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 12721
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג מאי 06, 2021 10:50 am

א בילד פון יאר תשע"ט בשעת דער הדלקה פון תולדות אהרן

אנגעצייכנט שביל ר׳ דוב

בילד
לעצט פאראכטן דורך איינס אום דאנארשטאג מאי 06, 2021 10:52 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14607
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג מאי 06, 2021 11:32 am

שכח איינס.
לעצט פאראכטן דורך פעיק ניוז אום דאנארשטאג מאי 06, 2021 2:50 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 10169
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג מאי 06, 2021 11:37 am

וואס עפעס? האט געשריבן:וואו אויכעט אויב איז ביידע זייטן געווען געהעריג אפען - פארוואס האבן מענטשן נישט פרובירט זיך צו ריקן פאראויס צו די רעכטע זייט? די שרייבסט אז די געפאלענע איז געווען אויפן לינקע זייט

מ'זעט די הצלה מעמבער קריכן אויף די רעכטע זייט.

דאס מיינט אז דארט איז מען געפאלן פונקט ווי די לינקע זייט, און דארט איז אויך געווען פול מיט מענטשן וואס ליגן. ס'דא א קליפ ווי מענטשן ליגן דארט.

Who knows
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך Who knows » דאנארשטאג מאי 06, 2021 12:14 pm

יישר כח איינס, א הפלא'דיגע ארבעט

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 16579
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג מאי 06, 2021 12:27 pm

הערליכע ארבעט, כעין זה דארף זיין אין די צייטונגען נעקסטע וואך אויב דו געבסט רשות.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 12721
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג מאי 06, 2021 12:42 pm

איבער דעם ווידאו ווערט יעצט קלארער וואס מזעהט
און ווערט קלאר פארוואס מענטשן האבן געטענהט אז מזעהט א געיט אין פראנט פון די מענטשן

ווידאו גענומען פון דעם אונטערשטן טראגעדיע

דער וואס נעמט די ווידאו שטייט ביי 6 7

https://drive.google.com/file/d/19w8QIF ... uQIm3/view



מענטשן ליגן פון די טרעפ (3) און אויך אויפן פלאר פון 6

סאיז אבער נישט געווען א מפולת אויף 7 זעלבסט אראפצו נאר זייטיג אין די ריכטונג פונעם עראו
די געיט איז פון קעגן איבער אנגעצייכנט רויט

בילד

דער וואס כאפט די ווידאו דרייט נישט נאר זיין קעמערע נאר ער זעלבסט דרייט זיך ארום
ערשט שטייט ער מיטן פנים צו אויבן און דריידט זיין קעמערע לינקס,, נאכדעם דרייט ער זיך זעלבסט מיטן פנים אראפ צו די טרעפ פון תולדות אברהם יצחק און דרייט זיין קעמערע לינקס (צום פלאץ וואס איז פריער געווען אין בעק-זייטיג פון אים)

וואלט געווען א גוטע עצה איינער וואס איז אין מירון זאל מאכן א בילד פונעם בודקע אין זייט פון סטעפס 7 און מזאל זעהן צו דארט ליגט טאקע א געיט זייטיג אריינגעבויעט



----

IMG-20210501-WA0013.jpg
IMG-20210501-WA0013.jpg (54.53 KiB) געזעהן 2503 מאל
לעצט פאראכטן דורך איינס אום דאנארשטאג מאי 06, 2021 6:08 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

וואל טאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 01, 2016 1:35 pm

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך וואל טאג » דאנארשטאג מאי 06, 2021 1:05 pm

באמת א גרויסן דאנק פאר הרב איינס

2 הערות

1) אויב פארשטיי איך גוט, זענען די לעיערס גופים ליידער געווען ביים עק פון 1 אנהייב 2, ווידעראום ביי 6 זענען געווען די ערשטע געפאלענע, אבער נישט די עיקר טראגעדיע
2) מיר קוקט מער אויס אז די ערשטע געפאלענע זענען ביי 6 און 7 (רעכטע זייט) נישט ווי דער קליפ ווערטער וואס טענהט עס האט פאסירט ביי די לינקע זייט

אבער וואס איז מיר נאך אלס אומקלאר, מען זעט אז אויף 2 נעבן 4 איז קיינמאל נישט געווען צאמגעפרעסט, והיא תמיהה לעיני

קוואל וואסער
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 5:44 pm

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך קוואל וואסער » דאנארשטאג מאי 06, 2021 1:27 pm

דארט וואו דער הצלה מאן שטייט הויך, אנהויב פון די בילדער, דארט אויף די רעכטע זייט איז אפען? פארוואס גייט מען נישט ארויס פון דארט אין די מאסן? פארוואס דרוקט זיך יעדער צו די לינקע זייט?

אויך זעהט אויס ווי די קלארע אילוסטראציע מיט די נומבערס און די עכטע בילדער זענען נישט די זעלבע אויסשטעל. אפשר קען מען לייגן די נומבערס אויף די עכטע פיקטשערס צו כאפן די אויסשטעל?
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך

אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 10169
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג מאי 06, 2021 1:31 pm

קוואל וואסער האט געשריבן:דארט וואו דער הצלה מאן שטייט הויך, אנהויב פון די בילדער, דארט אויף די רעכטע זייט איז אפען? פארוואס גייט מען נישט ארויס פון דארט אין די מאסן? פארוואס דרוקט זיך יעדער צו די לינקע זייט?

איין תגובה העכער דיך פארענטפערט:

וואל טאג האט געשריבן:2) מיר קוקט מער אויס אז די ערשטע געפאלענע זענען ביי 6 און 7 (רעכטע זייט) נישט ווי דער קליפ ווערטער וואס טענהט עס האט פאסירט ביי די לינקע זייט

מענטשן ליגן דארט און מ'קען זיך נישט רירן.

קוואל וואסער
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 5:44 pm

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך קוואל וואסער » דאנארשטאג מאי 06, 2021 1:33 pm

דארט וואו עס הענגט די גרויסע סיין "המנגן" איז ביים דריי פון 1 צו די סטעפס פון 3? און די סיין הענגט אויף די וואנט פון 5?
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך

קוואל וואסער
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 5:44 pm

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך קוואל וואסער » דאנארשטאג מאי 06, 2021 1:34 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
קוואל וואסער האט געשריבן:דארט וואו דער הצלה מאן שטייט הויך, אנהויב פון די בילדער, דארט אויף די רעכטע זייט איז אפען? פארוואס גייט מען נישט ארויס פון דארט אין די מאסן? פארוואס דרוקט זיך יעדער צו די לינקע זייט?

איין תגובה העכער דיך פארענטפערט:

וואל טאג האט געשריבן:2) מיר קוקט מער אויס אז די ערשטע געפאלענע זענען ביי 6 און 7 (רעכטע זייט) נישט ווי דער קליפ ווערטער וואס טענהט עס האט פאסירט ביי די לינקע זייט

מענטשן ליגן דארט און מ'קען זיך נישט רירן.


זעהט נישט אויס, זעהט ענדערש אויס ליידיג, קיינער קוקט ניטעמאל אין יענע דירעקשאן, אלעס איז געוואנדן צום קוועטש ווינקל אויף די לינקע זייט
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך


צוריק צו “נייעס קאך לעפל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט