ֿ
דא האבן מיר דעם גאנצן פלאץ
איך האב אנגעצייכנט אויך די אריינגאנג צו הכנסת אורחים וואס דארט דארף צו זיין די פתח המערה
די מעשה מיט זוטשקא רבי איז דארט און האט קיין שייכות נישט מיט גאנצע טראגעדיע (סארי פאר די וואך, אבער זיי האבן נישט געטראפן קיין גוטע אייטעם...)
ווער סהאט געזעהן די ווידאוס און בילדער וועט כאפן מער וויניגער וואס דא גייט פאר (איך זעה נישט וואו אנצוהייבן און וואו צו ענדיגן מסביר זיין, סאו אויב איינער פארשטייט עפעס נישט איז ער מכובד צו פרעגן)
יעצט צו די מעשה מיט דרעי
וויפל איך פארשטיי פון זיינע ווערטער, במחילת כבודו הרמה האט ער קיין אנונג ווי מירון קוקט אויס, און די מעשה מיט איהם איז געווען אזוי
ער טענהט אז סאיז געווען א געיט (ווי ער רופט דאס קיר המות) ביים אריינגאנג צו שביל ר׳ דוב
מענטשן האבן געפילט אז מגייט שטארבן איז ער ארויף די אנגעצייכנטע טרעפ און דארט געטראפן א אפיציר און איהם באשריגן
שפעטער ווען ער האט געהערט א מעשה מיט א געיט, טרעפ און טויטע האט ער צאמגעשטעלט די צוויי, און שרייט חי וקים געיט, טרעפ, אפיציר, טויטע
די פראבלעם איז אז ער כאפט נישט אז די אסון איז א צווייטע פלאץ אינגאנצן, קיין שייכות מיט זיין מעשה
(אויך סארי פאר איהם אז ער האט געעהאט א האט אייטעם און סאיז ממש ארויסגערינעם פון זיין האנט...)
יעצט לאמיר אויסקלארן די משעה מיט די געיטס
1) דרעי געיט - דאס איז די מעשה מיט די געיט אויבן ביים אריינגאנג צו שביל ר׳ דוב
לפי וואס ער טענהט און אזוי אויך דערציילט איינער אויף א ווידאו אין ענגליש, איז דער געדרענג אויבן געווען געפערליך, נראה אז דערפאר האט די פאליציי פארמאכט מזאל נישט קענען מער אריינקומען
2) דער מיסטעריעזן געיט, וואס אויף דעם האט מען אנגעפילט א 20 בלעטער מיט טענהרייען צו דאס איז יא געווען אדער נישט
(יעצט הייבט אן קומען שמועות אז 20 מינוט פארן טראגעידע איז דארט געווען א געיט, ווייטער לכאורה כדי מזאל נישט קענען ארויף גיין ווייל סאיז געווען צו סאך מענטשן
וואס איז איינמאל זיכער אז די טראגעדיע האט נישט געהאט קיין שום שייכות מיטן בעריקעיט)
דער געיט זעהט מען אין די וידאוס ליגן אויפן זייט
3) דער וידאו געיט
דאס איז א זייטיגע געיט, וואס אין איינע פון די ווידאוס זעהט מען דאס אין פראנט פון די מענטשן, און דאס האט געמאכט מענטשן צו טענהן אז סאיז געווען א געיט צו בלאקן די סטעפס
ווי מזעהט דא אנגעצייכנט, די מענטשן זענען געפאלן פון די טרעפ (3) צום ריכטונג פון די (הצלה אדער זק״א) בודקע וואס שטייט קעגן די טרעפן,
אזוי אויך האבן זיי געפאלן צו די טרעפן (7) וואס פירט צו תולדות אברהם יצחק, מיטן פנים צום געיט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!