פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14929
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג יוני 15, 2021 10:38 am

בעריש'ל האט געשריבן:
פון אמעריקע האט געשריבן:ווען ער זאגט you know the thing, אדער בלייבט שטיין אינמיטען א סענטענס און ענדיגט נישט, וואס געשניטען ווען געשניטען?

איז די פיס האר מעשה אויך געשניטען?

אלע די דורכפעלער זענען פשוט א פליטת פה און שטאמלען עפעקט, רבוש״ע! זיי קומען נישט צו צו די שטויות און דורכפעלער פונעם גרויסן טראמפ, לעצטנס פארגעסט ער, און איז מיד ביי די דרשות… השם ישמור!

און די מעשה פון די פיס האר איז א נארמאלע זאך פאר א גוי זיך אויסצודריקן, נאך דערצו אזא ווארימע מענטש ווי דער ביידן, און פארציילן זיין עבר אלס א לייף גארד פאר קליינע קינדער, איך בין אבער משער אז דו ווייסט בכלל נישט וואס די מעשה איז.

איז בילדער פון רעפארטער אויך א שטאמלען עפעקט? איז די "איך לויף פאר די סענאט" סטעטמענט אויך א שטאמלען עפעקעט.

טראמפ פארגעסט? ווען, וואו, וואס?

איך ווייס נישט אויב ביידען קאלעכט. אבער ביטע ביטע, יחי ההבדל. פרוביר נישט צו מאכן קיין קוגלען.

יא אט >>> דא <<<

קוק אויף דיך אליינס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4020
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דינסטאג יוני 15, 2021 11:29 am

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:טראמפ ווארטזאגער דשעסאן מיללער גייט פארלאזן זיין פאזיציע.

93730.jpeg
93730.jpeg (251.88 KiB) געזעהן 2067 מאל

קוק אויף דיך אליינס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4020
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דינסטאג יוני 15, 2021 6:03 pm

טראמפ גייט אראפ פארן קומענדיגע וואך צום מעקסיקאנער גרענעץ מיט טעקסעס גאווערנאר גרעג אבאט.

קוק אויף דיך אליינס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4020
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דינסטאג יוני 15, 2021 6:38 pm

93897.jpeg
93897.jpeg (90.53 KiB) געזעהן 1907 מאל

corn pops
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2020 6:52 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך corn pops » דינסטאג יוני 15, 2021 8:31 pm

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:טראמפ ווארטזאגער דשעסאן מיללער גייט פארלאזן זיין פאזיציע.

93730.jpeg

ער האט זיך צוקריגט מיט טראמפ?

שפיצער
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 13, 2021 4:33 pm

Re: פון די דעסק פין דאנעלד טראמפ

תגובהדורך שפיצער » מיטוואך יוני 16, 2021 6:59 pm

פרוביר אויך האט געשריבן:האב איך געקלערט אז אין די פאר חדשים איז ער עלטער געווארען,
די זעלבע קינדערישע לוזער מיט צונעמן, פע!

לול.

קוק אויף דיך אליינס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4020
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » זונטאג יוני 20, 2021 10:26 am

94839.jpeg
94839.jpeg (84.9 KiB) געזעהן 1627 מאל

משה בן יעקב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 2:18 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך משה בן יעקב » זונטאג יוני 20, 2021 11:42 am

אלץ א געוועזענער מיטהאלטער פין טראמפ ערלויב איך מיך צי פראקלימירען אז אינאף איז אינאף... סגייט שוין ארויס פין די נאז.. מיסטער טראמפ אדער געב א ער נייע אינטערסאנטע זאכען וואס זאל ציען דעי עולם, אדער גיי דיר אהיים צי טראמפ לאה לאה... אין מיטשע ווייניגער די נערווען....

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלפיים
תגובות: 2734
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך בעריש'ל » זונטאג יוני 20, 2021 12:07 pm

משה בן יעקב האט געשריבן:אלץ א געוועזענער מיטהאלטער פין טראמפ ערלויב איך מיך צי פראקלימירען אז אינאף איז אינאף... סגייט שוין ארויס פין די נאז.. מיסטער טראמפ אדער געב א ער נייע אינטערסאנטע זאכען וואס זאל ציען דעי עולם, אדער גיי דיר אהיים צי טראמפ לאה לאה... אין מיטשע ווייניגער די נערווען....

שיין פון דיר! מזל טוב און שלום עליכם צו ריאליטי.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלפיים
תגובות: 2734
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך בעריש'ל » זונטאג יוני 20, 2021 12:36 pm

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:טראמפ גייט אראפ פארן קומענדיגע וואך צום מעקסיקאנער גרענעץ מיט טעקסעס גאווערנאר גרעג אבאט.

די וואנט בויעט מען צוריק צו האלטן טעד קרוז פון אנטלויפן ביים נעקסטן בלעק אאוט.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

corn pops
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2020 6:52 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך corn pops » מאנטאג יוני 21, 2021 12:06 pm

בעריש'ל האט געשריבן:די וואנט בויעט מען צוריק צו האלטן טעד קרוז פון אנטלויפן ביים נעקסטן בלעק אאוט.

אדער אז מ'זאל נישט קענען מיטהאלטן ווי די דעמאקראטישע גאווערנערס האקן סטעיק אין רעסטאראוינט, און גייען צום בארבער פאר א הער-קאט, בשעת זייער גוי'שע ברודער שמאכטן אינדערהיים מיט א טריפל-מעסק...

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14929
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג יוני 21, 2021 12:09 pm

משה בן יעקב האט געשריבן:אלץ א געוועזענער מיטהאלטער פין טראמפ ערלויב איך מיך צי פראקלימירען אז אינאף איז אינאף... סגייט שוין ארויס פין די נאז.. מיסטער טראמפ אדער געב א ער נייע אינטערסאנטע זאכען וואס זאל ציען דעי עולם, אדער גיי דיר אהיים צי טראמפ לאה לאה... אין מיטשע ווייניגער די נערווען....

ביזסט גארנישט קיין געוועזענער, ביזסט נאך געהעריג דא. און דו האסט טענות אויף טראמפ.

יא אט >>> דא <<<

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלפיים
תגובות: 2734
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך בעריש'ל » מאנטאג יוני 21, 2021 12:30 pm

corn pops האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:די וואנט בויעט מען צוריק צו האלטן טעד קרוז פון אנטלויפן ביים נעקסטן בלעק אאוט.

אדער אז מ'זאל נישט קענען מיטהאלטן ווי די דעמאקראטישע גאווערנערס האקן סטעיק אין רעסטאראוינט, און גייען צום בארבער פאר א הער-קאט, בשעת זייער גוי'שע ברודער שמאכטן אינדערהיים מיט א טריפל-מעסק...

די נקודה איז נישט אז ער גייט אויף וועקעשאן, די נקודה איז אז ער קערט נישט פאר די טעקסעס איינוואוינער, והא ראיה עס גייט אים נישט אן אז זיי האבן נישט קיין לעקטער.

סך הכל זוכט ער צו אנזייען שרעק.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך ר' זעקל » מאנטאג יוני 21, 2021 12:35 pm

פארשטייט זיך, די נקודה איז אויך נישט אז זיי האבן ליעב סטעיק, די נקודה איז אז זיי זענען היפאקראטען מיט'ן טוהן זאכן וואס זיי לאזן נישט פאר אנדערע טוהן.
היימישע וואטסעפ גרופ

פאר מער אינפערמאציע קומט אין אישי!

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלפיים
תגובות: 2734
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך בעריש'ל » מאנטאג יוני 21, 2021 12:39 pm

ר' זעקל האט געשריבן:

קיינעם גייט נישט אן אז איינער איז א היפאקריט, קיינעם איז נישט אנגעגאנגען אז קרוז פארט אויף וואקאציע.

די חורבן איז ווען איינער זייעט אן שנאה מיטן מטרה סתם צו ארויסברענגען אויפגערעגטע וויילער, בשעת ווען ער קימערט נישט צו קער נעמען פון די וויכסטיגסטע צרה וואס באטרעפט טעקסעס איינוואוינער.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

corn pops
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2020 6:52 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך corn pops » מאנטאג יוני 21, 2021 12:41 pm

בעריש'ל האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
corn pops האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:די וואנט בויעט מען צוריק צו האלטן טעד קרוז פון אנטלויפן ביים נעקסטן בלעק אאוט.

אדער אז מ'זאל נישט קענען מיטהאלטן ווי די דעמאקראטישע גאווערנערס האקן סטעיק אין רעסטאראוינט, און גייען צום בארבער פאר א הער-קאט, בשעת זייער גוי'שע ברודער שמאכטן אינדערהיים מיט א טריפל-מעסק...

די נקודה איז נישט אז ער גייט אויף וועקעשאן, די נקודה איז אז ער קערט נישט פאר די טעקסעס איינוואוינער, והא ראיה עס גייט אים נישט אן אז זיי האבן נישט קיין לעקטער.

סך הכל זוכט ער צו אנזייען שרעק.

פארשטייט זיך, די נקודה איז אויך נישט אז זיי האבן ליעב סטעיק, די נקודה איז אז זיי זענען היפאקראטען מיט'ן טוהן זאכן וואס זיי לאזן נישט פאר אנדערע טוהן.

קיינעם גייט נישט אן אז איינער איז א היפאקריט, קיינעם איז נישט אנגעגאנגען אז קרוז פארט אויף וואקאציע.

די חורבן איז ווען איינער זייעט אן שנאה מיטן מטרה סתם צו ארויסברענגען אויפגערעגטע וויילער, בשעת ווען ער קימערט נישט צו קער נעמען פון די וויכסטיגסטע צרה וואס באטרעפט טעקסעס איינוואוינער.

דערמאנטס מיר אזוי אגב פון די "שנאה" און "העיט" אויףן אלטן פרעז, אויף וואס די ביידן קאמפיין האט געבעיסט זייער קאמפיין

גדל
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך גדל » מאנטאג יוני 21, 2021 12:48 pm

corn pops האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:די וואנט בויעט מען צוריק צו האלטן טעד קרוז פון אנטלויפן ביים נעקסטן בלעק אאוט.

אדער אז מ'זאל נישט קענען מיטהאלטן ווי די דעמאקראטישע גאווערנערס האקן סטעיק אין רעסטאראוינט, און גייען צום בארבער פאר א הער-קאט, בשעת זייער גוי'שע ברודער שמאכטן אינדערהיים מיט א טריפל-מעסק...

;l;p-

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך ר' זעקל » מאנטאג יוני 21, 2021 1:00 pm

בעריש'ל האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
corn pops האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:די וואנט בויעט מען צוריק צו האלטן טעד קרוז פון אנטלויפן ביים נעקסטן בלעק אאוט.

אדער אז מ'זאל נישט קענען מיטהאלטן ווי די דעמאקראטישע גאווערנערס האקן סטעיק אין רעסטאראוינט, און גייען צום בארבער פאר א הער-קאט, בשעת זייער גוי'שע ברודער שמאכטן אינדערהיים מיט א טריפל-מעסק...

די נקודה איז נישט אז ער גייט אויף וועקעשאן, די נקודה איז אז ער קערט נישט פאר די טעקסעס איינוואוינער, והא ראיה עס גייט אים נישט אן אז זיי האבן נישט קיין לעקטער.

סך הכל זוכט ער צו אנזייען שרעק.

פארשטייט זיך, די נקודה איז אויך נישט אז זיי האבן ליעב סטעיק, די נקודה איז אז זיי זענען היפאקראטען מיט'ן טוהן זאכן וואס זיי לאזן נישט פאר אנדערע טוהן.

קיינעם גייט נישט אן אז איינער איז א היפאקריט, קיינעם איז נישט אנגעגאנגען אז קרוז פארט אויף וואקאציע.

די חורבן איז ווען איינער זייעט אן שנאה מיטן מטרה סתם צו ארויסברענגען אויפגערעגטע וויילער, בשעת ווען ער קימערט נישט צו קער נעמען פון די וויכסטיגסטע צרה וואס באטרעפט טעקסעס איינוואוינער.

קרוז איז א סענאטער, וואס זיין ארבייט איז צו זיצן אין עיר הבירה, עס איז נישט דא צופיל וואס ער קען העלפן אין טעקסעס אחוץ טיילן וואסער פאר די בילדער, עס איז מער די מיטגעפיל, וואס עס רעגט יא אויף איז ווען איינער וואס רעדט דיר איין אז ער "קימערט זיך יא" פאר דיר, און פאר דיין געזונטהייט, און ער לייגט ארויף רעסטריקשענס "לטובתך" און נאכדעם גייט ער און פייפט זיך אליין אן אויף די רעסטריקשענס, דאס רעגט מער אויף ווי איינער וואס לויפט לכתחלה נישט צו קעיר נעמען פון אונזערע פראבלעמען (לשיטתך).
היימישע וואטסעפ גרופ

פאר מער אינפערמאציע קומט אין אישי!

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלפיים
תגובות: 2734
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך בעריש'ל » מאנטאג יוני 21, 2021 1:05 pm

ר' זעקל האט געשריבן:קרוז איז א סענאטער, וואס זיין ארבייט איז צו זיצן אין עיר הבירה, עס איז נישט דא צופיל וואס ער קען העלפן אין טעקסעס אחוץ טיילן וואסער פאר די בילדער, עס איז מער די מיטגעפיל, וואס עס רעגט יא אויף איז ווען איינער וואס רעדט דיר איין אז ער "קימערט זיך יא" פאר דיר, און פאר דיין געזונטהייט, און ער לייגט ארויף רעסטריקשענס "לטובתך" און נאכדעם גייט ער און פייפט זיך אליין אן אויף די רעסטריקשענס, דאס רעגט מער אויף ווי איינער וואס לויפט לכתחלה נישט צו קעיר נעמען פון אונזערע פראבלעמען (לשיטתך).

דער סענאטאר קען אוודאי העלפן, מיט מעורר זיין דעם ציבור אז דאס לעקטער קאמפאני נעמט זיי אויף א רייד, א סכנותדיגע "רייד".

אזוי ווי ער נוצט זיין מעגאפאון קעגן "אלע" איליגעל אימיגראנטן וואס רוב פון זיי זענען וואוילע מענטשן זיי דעליווערן מיינע גראסעריס און וואשן מיין ביהמ"ד פלאר, זייערע ווייבער וויילן אין מיין, דיין, דיין מאמע'ס קאך און וואשן די טוילעטס.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

קארן
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך קארן » מאנטאג יוני 21, 2021 1:37 pm

בעריש'ל האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:קרוז איז א סענאטער, וואס זיין ארבייט איז צו זיצן אין עיר הבירה, עס איז נישט דא צופיל וואס ער קען העלפן אין טעקסעס אחוץ טיילן וואסער פאר די בילדער, עס איז מער די מיטגעפיל, וואס עס רעגט יא אויף איז ווען איינער וואס רעדט דיר איין אז ער "קימערט זיך יא" פאר דיר, און פאר דיין געזונטהייט, און ער לייגט ארויף רעסטריקשענס "לטובתך" און נאכדעם גייט ער און פייפט זיך אליין אן אויף די רעסטריקשענס, דאס רעגט מער אויף ווי איינער וואס לויפט לכתחלה נישט צו קעיר נעמען פון אונזערע פראבלעמען (לשיטתך).

דער סענאטאר קען אוודאי העלפן, מיט מעורר זיין דעם ציבור אז דאס לעקטער קאמפאני נעמט זיי אויף א רייד, א סכנותדיגע "רייד".

אזוי ווי ער נוצט זיין מעגאפאון קעגן "אלע" איליגעל אימיגראנטן וואס רוב פון זיי זענען וואוילע מענטשן זיי דעליווערן מיינע גראסעריס און וואשן מיין ביהמ"ד פלאר, זייערע ווייבער וויילן אין מיין, דיין, דיין מאמע'ס קאך און וואשן די טוילעטס.

יא וואויל נישט וואויל, אריינקומען אומלעגאל איז א פארברעכן, צו דו ווילסט יא צו דו ווילסט נישט.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14929
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג יוני 21, 2021 1:54 pm

@בערישל איך פרוביר אויסצופיגערן וויאזוי דו האסט אזוי סוקסעספול באוויזן צו טאטאל פארדרייען דעם אשכול, אזש איך טרעף גארנישט דעם וועג צוריק.

יא אט >>> דא <<<

אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר חמש מאות
תגובות: 904
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך טעארעטישע פאקטן » מאנטאג יוני 21, 2021 2:09 pm

בעריש'ל האט געשריבן:אזוי ווי ער נוצט זיין מעגאפאון קעגן "אלע" איליגעל אימיגראנטן וואס רוב פון זיי זענען וואוילע מענטשן זיי דעליווערן מיינע גראסעריס און וואשן מיין ביהמ"ד פלאר, זייערע ווייבער וויילן אין מיין, דיין, דיין מאמע'ס קאך און וואשן די טוילעטס.

און מיט דעם (האבן זײ) נעמען זײ צו אסאך אסאך דזשאבס פון אמעריקאנער,

דאס איז נישט סעלפישנעס אדער אכזריות, אװדאי דארף מען העלפן די מענטשהײט מיט װיפיל מעגליך אבער לאזן מיליאנען אומלעגאלע ארײנשטראמען און צונעמען דזשאבס פון די װאס דער מסבב כל הסיבות האט זײ געמאכט דא געבױרן װערן איז רחמנות אױפן חשבון פון אנדערע,

ביז 20-30 יאר צוריק זענען אסאך פיזיש שװער ארבעטנדע דזשאבס געװען א שטײגערליכע זאך בײ געװענליכע אמעריקאנער ביז אומלעגאלע האבן דאס איבערגענומען װײל זײ בעטן אסאך ביליגער, הײנט איז מען שױן אזױ װײט דערפון אז אױב רעדט מען פון מאכן נארמאלע אימיגראציע צו ״בעפארצוגן״ די בירגער הײבט מען אױף א װײ געשרײ "געװאלד מ׳נעמט צו דזשאבס פון אומלעגאלע" דא קומט נישט ארײן ״רחמנות אױף די דעליװערי/קלינערס וכו׳ אפשר רחמנות אױף דעם װעמענס דזשאבס זײ האבן צוגענומען?

סך הכל, א געזונטע לאנד דארף צוערשט רחמנות האבן אױף אירע בירגער און אױך זען צו דעם אז נאך מענטשן זאלן האבן א געלעגנהײט צו געניסן פון די שפע װאס די לאנד האט, און דאס באדײט נארמאלע גרעניצן און אימיגראציע פאליסיס, דאס אלעס,

@פעיק עס קומט זײער גוט ארײן דא װײל די דעמאקראטן שרײען מיט זײער פאלשע רחמנות טאקטיקן אז טראמפ איז א ראסיסט און אכזר פארן זיך שטעלן אז דאס לאנד דארף קאמען סענס אימיגראציע פאליסיס, דארף מען שטעלן די פעקטס סטרעיט אז ער האט פשוט געטרײט צו טוהן װאס איעדע נארמאלער לידער דארף טון פאר זײער לאנד, און די פעיק רחמנות קומט נישט ארײן אין די שמועס, ס׳איז הױלע רעטאריק, דעט סימפל.
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט, (אלבערט אײנשטײן)
די אײנגעבױרענע חסרון פון ״קאפיטאליזם״ איז די ״אומגלײכע״ אױסטײלונג פון שפע,
די אײנגעבױרענע מעלה פון ״סאציאליזם״ איז די ״גלײכע״ אױסטײלונג פון צרות, (װינסטאן טשוירטשיל)

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלפיים
תגובות: 2734
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך בעריש'ל » מאנטאג יוני 21, 2021 2:21 pm

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:און מיט דעם (האבן זײ) נעמען זײ צו אסאך אסאך דזשאבס פון אמעריקאנער,

דאס איז נישט סעלפישנעס אדער אכזריות, אװדאי דארף מען העלפן די מענטשהײט מיט װיפיל מעגליך אבער לאזן מיליאנען אומלעגאלע ארײנשטראמען און צונעמען דזשאבס פון די װאס דער מסבב כל הסיבות האט זײ געמאכט דא געבױרן װערן איז רחמנות אױפן חשבון פון אנדערע,

ביז 20-30 יאר צוריק זענען אסאך פיזיש שװער ארבעטנדע דזשאבס געװען א שטײגערליכע זאך בײ געװענליכע אמעריקאנער ביז אומלעגאלע האבן דאס איבערגענומען װײל זײ בעטן אסאך ביליגער, הײנט איז מען שױן אזױ װײט דערפון אז אױב רעדט מען פון מאכן נארמאלע אימיגראציע צו ״בעפארצוגן״ די בירגער הײבט מען אױף א װײ געשרײ "געװאלד מ׳נעמט צו דזשאבס פון אומלעגאלע" דא קומט נישט ארײן ״רחמנות אױף די דעליװערי/קלינערס וכו׳ אפשר רחמנות אױף דעם װעמענס דזשאבס זײ האבן צוגענומען?

סך הכל, א געזונטע לאנד דארף צוערשט רחמנות האבן אױף אירע בירגער און אױך זען צו דעם אז נאך מענטשן זאלן האבן א געלעגנהײט צו געניסן פון די שפע װאס די לאנד האט, און דאס באדײט נארמאלע גרעניצן און אימיגראציע פאליסיס, דאס אלעס,

@פעיק עס קומט זײער גוט ארײן דא װײל די דעמאקראטן שרײען מיט זײער פאלשע רחמנות טאקטיקן אז טראמפ איז א ראסיסט און אכזר פארן זיך שטעלן אז דאס לאנד דארף קאמען סענס אימיגראציע פאליסיס, דארף מען שטעלן די פעקטס סטרעיט אז ער האט פשוט געטרײט צו טוהן װאס איעדע נארמאלער לידער דארף טון פאר זײער לאנד, און די פעיק רחמנות קומט נישט ארײן אין די שמועס, ס׳איז הױלע רעטאריק, דעט סימפל.

זיי נעמען נישט צו קיינעס זשאב, זיי בויען דיר דיין סמאל ביזנעס, דאס איז שוין אויפגעוויזן געווארן טויזענטער מאל, נאר די העצערס און אכזרים וואס בויען אליין זייער טאוער, און קלינען זייערע האטעלן דורך ספאניאלאס (קענסט אזא איינער?) און דערנאך דרייען זיי זיך אויס און זוכן אויפצורעגן תמימותדיגע וויילער, נעמען זיי א קרבן אימיגראנטן אלטס זייער קרבן.

וויאזוי נעמען זיי צו איינעםס זשאב? דו ווילסט וואשן דעם ביהמד פלאר? זיי קענען ביישטיין צו פאקן באטלעך אין דיין ווערהאוז, און זיי צאלן פעדעראלע פעיראל טעקס אפילו זיי באקומען נישט צוריק סאשעל סעקיוריטי.

ובזה גמרתי אין דעם אשכול, לכבוד @פעיק ניוז, צוריק צו דעסק פון דאנעלד טראמפ, ער מאכט א ראלי צוזאמען מיט ביל אריילי אין חודש דעצעמבער, די קיו אנאן חברה זענען שוין צוחישט ווייל לויט זייער חשבון גייט ער שוין צוריק זיצן אין ווייסן הויז אנגעהויבן פון אגאוסט.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

משה בן יעקב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 2:18 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך משה בן יעקב » מאנטאג יוני 21, 2021 6:46 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:
משה בן יעקב האט געשריבן:אלץ א געוועזענער מיטהאלטער פין טראמפ ערלויב איך מיך צי פראקלימירען אז אינאף איז אינאף... סגייט שוין ארויס פין די נאז.. מיסטער טראמפ אדער געב א ער נייע אינטערסאנטע זאכען וואס זאל ציען דעי עולם, אדער גיי דיר אהיים צי טראמפ לאה לאה... אין מיטשע ווייניגער די נערווען....

ביזסט גארנישט קיין געוועזענער, ביזסט נאך געהעריג דא. און דו האסט טענות אויף טראמפ.

נעוואדע בין איך דא, פשוט ווייל פין צייט צי צייט קים איך אהער זיכען אויב ערעב טראמפ האט עפעס פריש צי פארקויפען, אין דער ווייל זילטש..

קוק אויף דיך אליינס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4020
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מיטוואך יוני 23, 2021 8:59 pm

IMG_20210623_205648_041.jpg
IMG_20210623_205648_041.jpg (96.49 KiB) געזעהן 805 מאל

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א חסיד, מלכיאל חיים און 17 געסט