פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 16552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך מאי 05, 2021 3:19 pm

פאסט טרעגער האט געשריבן:וואס איז די מעלה פון סטעפאניק? איז נישט דא וואס באלאנגען פאר איר און די רייע?

א פרוי, א גוט פיסקל, געטריי געדינט טראמפ'ן.

וואס נאך דארף מען?

עקסטער איז א גוטע זאך ניו יארק צו האבן איינעם פון די רעפאבליקאנער פירערשאפט אויך. (אינטרעסאנט אז מעקארטי איז פון קאליפארניע, און יעצט וועט זי זיין פון ניו יארק...)

------

@עפעס אנדערש,דאס איז נישט געווען קיין אינדארסמענט...
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך טעארעטישע פאקטן » מיטוואך מאי 05, 2021 3:21 pm

עפעס אנדערש האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:זעהט מיר אויס אז - טו סאם עקסטענט - די פלאטפארמע/מעסעדזש איז כדהלן, איך קען באשטיין צו הערן אויב דער עולם עגריעט:
דאנעלד טראמפ איז דער איינציגסטער וואס איז דא ארויסצוהעלפן "ווי דע פיפאל" און נישט די גרויסע פריצים, און מהאי טעמא איז "דער סיסטעם" אים אזוי אויסן אונטערצוברענגען, נישט ווייל זיי האבן אים פיינט, נאר ווייל זיי האבן פיינט "ווי דע פיפאל", און א גרויסע חלק פון דעם כהיום איז אז דער סיסטעם איז געגאנגען עד כדי כך צו בארויבן די וואלן אינמיטן העלן טאג פון ווי דע פיפאל.

איך מוז דיר זאגן: WOW!
איך האב נישט געגלייבט צו הערן פון דיר אזעלכע דברים שכליים אויף טראמפ. קודאס צו דיר.

דאס איז פונקטליך וואס טראמפ איז דא פאר, און ווי דו זעסט וואס עס איז פארגעגאנגען ביי מיט ראמני און ליז טשעיני האט דער המון עם נאכאלץ נישט אראפגעבעקט פון זייער שטיצע צו דעם, און דאס איז העיר טו סטעי, ווייל דער עולם האלט טאקע פונקט דאס, און דאס איז א פונדאמענטאלע פראבלעם אין אמעריקא וואס אויב מען וועט דאס נישט קעיר נעמען, וועט עס נאר ווערן ערגער. און די מידיע מיינט נעבעך אז זיי האבן שוין געווינען, ווייל זיי זאגן יעדען טאג ז' פעמים ביג ליי.

;l;p-
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט, (אלבערט אײנשטײן)
די אײנגעבױרענע חסרון פון ״קאפיטאליזם״ איז די ״אומגלײכע״ אױסטײלונג פון שפע,
די אײנגעבױרענע מעלה פון ״סאציאליזם״ איז די ״גלײכע״ אױסטײלונג פון צרות, (װינסטאן טשוירטשיל)

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך עפעס אנדערש » מיטוואך מאי 05, 2021 3:22 pm

בן כלבא שבוע האט געשריבן:ווען טראמפ זאל מיר ווען הייערן אלס עדווייזער וואלט איך אים רעקאמענדירט צו עפענען דעם פלאטפארמע הערשט אין צוויי יאר ארום ווען ער לויפט פאר פרעזידענט.

דאס איז אמאל זיכער אז דאס נישט קענען טוויטן, איז דאס וואס האט אים געהאלפן זיך ערהוילן פון די יאנואר 6 סומאטוכע, און בכלל צו באקומען א נארמאלע פנים פון א געוועזענע פרעזידענט און נישט ווי א סוי לוזער.
און דאס איז אויכעט זיכער אז זיינע שטיצער זענען יעצט שטיל און דערשלאגן און אנגעגעסן אויף די פאליסיס וואס קומען יעצט ארויס פון וואשינגטאן, און אפילו אויף די פארשלאפענע פאליטישע אטמאספערע, און די עולם בענקט זיך צוריק צו טראמפ'ן.

ממילא די בעסטע זאך פאר אים וואלט געווען צו האלטן זיין עולם אויסגעהונגערט ווי לענגער, און אין צוויי יאר ארום אנקומען מיט א שטורעם ''איך בין דא צוריק! איך לויף פאר פרעזידענט! א פרישע סאשעל מידיא פלאטפארמע!

משא''כ יעצט האט ער בכלל נישט ווי עס איינצוקעשן, און ער הייבט בלויז די שאנסן זיך צו פארהארגענען.

און בכלל ס'נישט שייך צו זאגן אז ער גייט דא פירן א סוקסעספולע מלחמה קעגן די עסטעבלישמענט אויב ער איז נישט פרעזידענט, און ניטאמאל לויפט ער פאר פרעזידענט, און אן קיין שום פאליסי, וואספארא פנים וועט עס האבן אז דא שטייען די פאליטישאנס, און ארבעטן אין וואשינגטאן, מ'פארהאנדלט אויף בילס, און דא זיצט איינער אין פלארידע און דשאסט ער רייסט אפ דעם און נאכדעם יענעם?

איים סארי טו טעל יא, און פאר אלע אנדערע וואס זאגן דא -לאמיר עס אנרופן- אינטערעסאנטע קאמענטארן. ווי עס שיינט האט איר נישט ארויס טראמפ און וואס ער שטעלט פאר.

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך עפעס אנדערש » מיטוואך מאי 05, 2021 3:24 pm

צל עובר האט געשריבן:
פאסט טרעגער האט געשריבן:וואס איז די מעלה פון סטעפאניק? איז נישט דא וואס באלאנגען פאר איר און די רייע?

א פרוי, א גוט פיסקל, געטריי געדינט טראמפ'ן.

וואס נאך דארף מען?

עקסטער איז א גוטע זאך ניו יארק צו האבן איינעם פון די רעפאבליקאנער פירערשאפט אויך. (אינטרעסאנט אז מעקארטי איז פון קאליפארניע, און יעצט וועט זי זיין פון ניו יארק...)

------

@עפעס אנדערש,דאס איז נישט געווען קיין אינדארסמענט...

זארג דיך נישט, איך האב דיך נישט חושד געווען. איך האב געטראכט צו איך זאל צולייגן די דאזיגע שורה: איך גלייב אז דו אליינס גלייבסט נישט וואס דו שרייבט.

בן כלבא שבוע
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 22, 2018 11:25 am

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך בן כלבא שבוע » מיטוואך מאי 05, 2021 3:24 pm

פאסט טרעגער האט געשריבן:
בן כלבא שבוע האט געשריבן:ווען טראמפ זאל מיר ווען הייערן אלס עדווייזער וואלט איך אים רעקאמענדירט צו עפענען דעם פלאטפארמע הערשט אין צוויי יאר ארום ווען ער לויפט פאר פרעזידענט.

דאס איז אמאל זיכער אז דאס נישט קענען טוויטן, איז דאס וואס האט אים געהאלפן זיך ערהוילן פון די יאנואר 6 סומאטוכע, און בכלל צו באקומען א נארמאלע פנים פון א געוועזענע פרעזידענט און נישט ווי א סוי לוזער.
און דאס איז אויכעט זיכער אז זיינע שטיצער זענען יעצט שטיל און דערשלאגן און אנגעגעסן אויף די פאליסיס וואס קומען יעצט ארויס פון וואשינגטאן, און אפילו אויף די פארשלאפענע פאליטישע אטמאספערע, און די עולם בענקט זיך צוריק צו טראמפ'ן.

ממילא די בעסטע זאך פאר אים וואלט געווען צו האלטן זיין עולם אויסגעהונגערט ווי לענגער, און אין צוויי יאר ארום אנקומען מיט א שטורעם ''איך בין דא צוריק! איך לויף פאר פרעזידענט! א פרישע סאשעל מידיא פלאטפארמע!

משא''כ יעצט האט ער בכלל נישט ווי עס איינצוקעשן, און ער הייבט בלויז די שאנסן זיך צו פארהארגענען.

און בכלל ס'נישט שייך צו זאגן אז ער גייט דא פירן א סוקסעספולע מלחמה קעגן די עסטעבלישמענט אויב ער איז נישט פרעזידענט, און ניטאמאל לויפט ער פאר פרעזידענט, און אן קיין שום פאליסי, וואספארא פנים וועט עס האבן אז דא שטייען די פאליטישאנס, און ארבעטן אין וואשינגטאן, מ'פארהאנדלט אויף בילס, און דא זיצט איינער אין פלארידע און דשאסט ער רייסט אפ דעם און נאכדעם יענעם?

לאו דוקא, ער זיצט אין פלארידא און ער פירט די פארטיי, ו'ליז טשעיני יוכוח,
און אזוי ווי שוין גערעדט אויבן טראמפטזעם איז א איידיע, לאו דוקה די מענטש טראמפ נאר ער איז די טאטע פון די איידיע וואס גייט ווייטער אן אין גרויסען,

אפשר ביזטו מיר מסביר מיט וואס ער פירט די פארטיי?? דאס אז די פארטיי איז פארקויפט פאר אים מיינט נישט אז ער פירט עס, דאס קען זיך אין איין מינוט טוישן כנ''ל

יצחק ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 19, 2018 11:05 am

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך יצחק ברוך » מיטוואך מאי 05, 2021 3:27 pm

בן כלבא שבוע האט געשריבן:ווען טראמפ זאל מיר ווען הייערן אלס עדווייזער וואלט איך אים רעקאמענדירט צו עפענען דעם פלאטפארמע הערשט אין צוויי יאר ארום ווען ער לויפט פאר פרעזידענט.

איך הייב נישט אהן צו פארשטיין וואו די פלאטפארמע גייט איהם טראגן, דאס דארף זיין א ענטפער פאר טויטער'ס עפפ וואס מיליאנען מענטשן נוצן און ער'ט אליינס געהאט מיליאנען פאלאוערס דארטן? חוץ אויב איך פארפעל עפעס.

אבער ווער פרעגט מיך, איך האב אויך נישט פארשטאנען ביי זיין קאמפעין וויאזוי ער פארלאזט זיך אויף טוויטער וואס האט אריין געלייגט זייער גאנצע אפאראט איהם ארויס צו זעהן און ער'ט עס נאכאלס געטוהן.

אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך טעארעטישע פאקטן » מיטוואך מאי 05, 2021 3:29 pm

יצחק ברוך האט געשריבן:

נאך באלד 6 יאר פון טראמפיזם, זאג איך שױן גארנישט, שױן זיכער נישט דא װאס צו דערלײגן, דערװײל װאקסט נאר די באלאן(?) גרעסער און גרעסער, און ס׳קוקט נישט אױס אז ס׳װעט אזױ שנעל פלאצן, ס׳איז העיר טא סטעי, (כמעט) אפגעזען סײ װיאזױ טראמפ גײט פאראױס מיט די זאך,
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט, (אלבערט אײנשטײן)
די אײנגעבױרענע חסרון פון ״קאפיטאליזם״ איז די ״אומגלײכע״ אױסטײלונג פון שפע,
די אײנגעבױרענע מעלה פון ״סאציאליזם״ איז די ״גלײכע״ אױסטײלונג פון צרות, (װינסטאן טשוירטשיל)

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 16552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך מאי 05, 2021 3:32 pm

עפעס אנדערש האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
פאסט טרעגער האט געשריבן:וואס איז די מעלה פון סטעפאניק? איז נישט דא וואס באלאנגען פאר איר און די רייע?

א פרוי, א גוט פיסקל, געטריי געדינט טראמפ'ן.

וואס נאך דארף מען?

עקסטער איז א גוטע זאך ניו יארק צו האבן איינעם פון די רעפאבליקאנער פירערשאפט אויך. (אינטרעסאנט אז מעקארטי איז פון קאליפארניע, און יעצט וועט זי זיין פון ניו יארק...)

------

@עפעס אנדערש,דאס איז נישט געווען קיין אינדארסמענט...

זארג דיך נישט, איך האב דיך נישט חושד געווען. איך האב געטראכט צו איך זאל צולייגן די דאזיגע שורה: איך גלייב אז דו אליינס גלייבסט נישט וואס דו שרייבט.

איך האב עס כאילו באשריבן וואס טראמפיזם'ס פלאטפארמע איז.

עס איז בעיקר געווען פאר דעם וואס האט געפרעגט וואס ער שטייט יא פאר.

איך קויף עס שטייצעך נישט בכלל...

-------

יעדע טראמפ סטעיטמענט ווערט תיכף פארשפרייט אויף טוויטער און גאנץ סאושעל מידיע.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך עפעס אנדערש » מיטוואך מאי 05, 2021 3:35 pm

צל עובר האט געשריבן:איך קויף עס שטייצעך נישט בכלל...

איך האף אז איך גיי דיר נישט דארפן זאגן אין עטליכע יאר פון יעצט: זעסט איך בין געווען גערעכט? ווייל דעמאלס וועט דאס שוין זיין זייער זייער ווייטאגליך.
עס איז נאר א שאד אז דער עולם פרובירט נישט צו נוצן זייער אייגענע שכל און אריינטראכטן אביסל טיפער, און דאס שוין יעצט ארויסהאבן.
דאס וואס טראמפ איז געווען פאר פיר יאר, איז געווען ווי א באנדאזש, אבער ער האט נישט געקענט אויפטון צופיל פונדאמענטאלע זאכן אין אזא קורצע וויילע, מיט נאך אזוי פיל שטערונגען פון אינעווייניג און פון דרויסן. ווען ער זאל ווען ממשיך זיין ווייטער די קומענדיגע פיר יאר, וואלט ער געקענט מאכן א ריכטיגע תיקון.
און טאקע פאר דעם זענען די דעמאקראטן געווען אויסן צו טון אלעס, און ווען איך זאג אלעס מיין איך טאקע אלעס, יעדע טריק פון די בוק, אלע טאאלס אוועילעבל, זיכער צו מאכן אז טראמפ בלייבט נישט אין אפיס די קומענדיגע פיר יאר, וויסנדיג אז זיי זענען עלול צו דערלייגן זייער לאנג יעריגע הארוואניע אנצוקומען צו זייער ציהל, וואס איך האף אונז וועלן נישט זען בקרוב.
לעצט פאראכטן דורך עפעס אנדערש אום מיטוואך מאי 05, 2021 3:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
פאסט טרעגער
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך פאסט טרעגער » מיטוואך מאי 05, 2021 3:44 pm

בן כלבא שבוע האט געשריבן:
פאסט טרעגער האט געשריבן:
בן כלבא שבוע האט געשריבן:ווען טראמפ זאל מיר ווען הייערן אלס עדווייזער וואלט איך אים רעקאמענדירט צו עפענען דעם פלאטפארמע הערשט אין צוויי יאר ארום ווען ער לויפט פאר פרעזידענט.

דאס איז אמאל זיכער אז דאס נישט קענען טוויטן, איז דאס וואס האט אים געהאלפן זיך ערהוילן פון די יאנואר 6 סומאטוכע, און בכלל צו באקומען א נארמאלע פנים פון א געוועזענע פרעזידענט און נישט ווי א סוי לוזער.
און דאס איז אויכעט זיכער אז זיינע שטיצער זענען יעצט שטיל און דערשלאגן און אנגעגעסן אויף די פאליסיס וואס קומען יעצט ארויס פון וואשינגטאן, און אפילו אויף די פארשלאפענע פאליטישע אטמאספערע, און די עולם בענקט זיך צוריק צו טראמפ'ן.

ממילא די בעסטע זאך פאר אים וואלט געווען צו האלטן זיין עולם אויסגעהונגערט ווי לענגער, און אין צוויי יאר ארום אנקומען מיט א שטורעם ''איך בין דא צוריק! איך לויף פאר פרעזידענט! א פרישע סאשעל מידיא פלאטפארמע!

משא''כ יעצט האט ער בכלל נישט ווי עס איינצוקעשן, און ער הייבט בלויז די שאנסן זיך צו פארהארגענען.

און בכלל ס'נישט שייך צו זאגן אז ער גייט דא פירן א סוקסעספולע מלחמה קעגן די עסטעבלישמענט אויב ער איז נישט פרעזידענט, און ניטאמאל לויפט ער פאר פרעזידענט, און אן קיין שום פאליסי, וואספארא פנים וועט עס האבן אז דא שטייען די פאליטישאנס, און ארבעטן אין וואשינגטאן, מ'פארהאנדלט אויף בילס, און דא זיצט איינער אין פלארידע און דשאסט ער רייסט אפ דעם און נאכדעם יענעם?

לאו דוקא, ער זיצט אין פלארידא און ער פירט די פארטיי, ו'ליז טשעיני יוכוח,
און אזוי ווי שוין גערעדט אויבן טראמפטזעם איז א איידיע, לאו דוקה די מענטש טראמפ נאר ער איז די טאטע פון די איידיע וואס גייט ווייטער אן אין גרויסען,

אפשר ביזטו מיר מסביר מיט וואס ער פירט די פארטיי?? דאס אז די פארטיי איז פארקויפט פאר אים מיינט נישט אז ער פירט עס, דאס קען זיך אין איין מינוט טוישן כנ''ל

פאר וועלכע סיבה איז ראמני פארשריגען געווארן די וואך? און ליז טשעינע גייט פליען נעקסטע וואך?
וואס איז די מיטינגען פון ריפאבליקאנער פירער יעדע שני וחמישי אין מאר א לאגא?
פארוואס האלט סיפעק אפ די קאנווענשאן און פלארידא?

אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך טעארעטישע פאקטן » מיטוואך מאי 05, 2021 3:45 pm

עפעס אנדערש האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:איך קויף עס שטייצעך נישט בכלל...

איך האף אז איך גיי דיר נישט דארפן זאגן אין עטליכע יאר פון יעצט: זעסט איך בין געווען גערעכט? ווייל דעמאלס וועט דאס שוין זיין זייער זייער ווייטאגליך.
עס איז נאר א שאד אז דער עולם פרובירט נישט צו נוצן זייער אייגענע שכל און אריינטראכטן אביסל טיפער, און דאס שוין יעצט ארויסהאבן.

װער ס׳װיל האט דאס שױן לאנג אײנגעזען, און װער נישט ״װיל״ נישט אײנזען ,
כ׳האב דאס דא געשריבן,
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט, (אלבערט אײנשטײן)
די אײנגעבױרענע חסרון פון ״קאפיטאליזם״ איז די ״אומגלײכע״ אױסטײלונג פון שפע,
די אײנגעבױרענע מעלה פון ״סאציאליזם״ איז די ״גלײכע״ אױסטײלונג פון צרות, (װינסטאן טשוירטשיל)

אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך זיסע פיש » מיטוואך מאי 05, 2021 3:48 pm

פארוואס איז דער עולם אזוי זיכער אז טשעיני גייט פליען? עס האט שוין איינאל אויסגעקיקט אז זי גייט פליען, אבער ווען די חברההאבן געקענט אפגעבען באהאלטענערהייט זייער שטימע, האט זי באקימען גאר א שטארקע רוב, וואס זאל יעצט זיין אנדערש?
וידגו לרב בקרב הארץ.

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך עפעס אנדערש » מיטוואך מאי 05, 2021 3:49 pm

זיסע פיש האט געשריבן:פארוואס איז דער עולם אזוי זיכער אז טשעיני גייט פליען? עס האט שוין איינאל אויסגעקיקט אז זי גייט פליען, אבער ווען די חברההאבן געקענט אפגעבען באהאלטענערהייט זייער שטימע, האט זי באקימען גאר א שטארקע רוב, וואס זאל יעצט זיין אנדערש?

יעצט האב די אנדערע פירער אויך איר שוין קריטיקירט. זעהט אויס זיי זענען שוין אויך געקומען צום שכל.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 16552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך מאי 05, 2021 3:51 pm

@טעארעטישע פאקטן, דו רעדסט דארט פון דעם אז טראמפיזם איז חי וקיים, דאס שרייב איך דאך שוין דא פאר יענע תגובה.

אבער לגבי וואס ער פארקויפט?

פרעזידענט ביידן קעירט א מיליאן מאל מער איבער מיין און דיין וואוילזיין - נישט אז ער איז כל יכול, און מיר האבן אידער וועי א טאטע אין הימל - ווי דער סעלפישער עגאאיסטישער קאן מען.

איך האב סך הכל געוויזן אז איך ווייס גאר פיין וואס ער פארקויפט.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום מיטוואך מאי 05, 2021 3:51 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך טעארעטישע פאקטן » מיטוואך מאי 05, 2021 3:51 pm

װער ס׳האט נאך א צל של ספק קען קוקן די אנקעטע, פון די 2022 אשכול (נאר פאר װער ס׳גלײבט אנקעטעס...)
הכל הבל האט געשריבן:קלוב פאר וואוקס אנקעטע צווישן רעפובליקאנע פריימערי וויילער אין ליז טשעיני'ס דיסטריקט

52% וועלן שטימען אקעגן איר אפגעזעהן ווער איר קעגנער איז
14% וועלן שטימען פאר איר אפגעזעהן ווער איר קעגנער איז

29% רעפובליקאנער אין איר דיסטריקט צופרידן מיט איר ארבעט צו 65% אומצופרידן

די אנקעטע איז געווארן דורכגעפירט אפריל 21-22 למספרם
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט, (אלבערט אײנשטײן)
די אײנגעבױרענע חסרון פון ״קאפיטאליזם״ איז די ״אומגלײכע״ אױסטײלונג פון שפע,
די אײנגעבױרענע מעלה פון ״סאציאליזם״ איז די ״גלײכע״ אױסטײלונג פון צרות, (װינסטאן טשוירטשיל)

אוועטאר
פאסט טרעגער
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך פאסט טרעגער » מיטוואך מאי 05, 2021 3:51 pm

זיסע פיש האט געשריבן:פארוואס איז דער עולם אזוי זיכער אז טשעיני גייט פליען? עס האט שוין איינאל אויסגעקיקט אז זי גייט פליען, אבער ווען די חברההאבן געקענט אפגעבען באהאלטענערהייט זייער שטימע, האט זי באקימען גאר א שטארקע רוב, וואס זאל יעצט זיין אנדערש?

נאך JANUERY 06 איז טראמפ געשטאנען אויף הינער פיס און געווען ריפאבליקאנער וואס האהן געמיינט ער גייט פלוען,
לעצט פאראכטן דורך פאסט טרעגער אום מיטוואך מאי 05, 2021 6:46 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך זיסע פיש » מיטוואך מאי 05, 2021 3:52 pm

עס ווענט זיך נישט נאר און די פירער, מיין פראגע איז פארוואס קען נישט זיין אזוי ווי פאריגעס מאל, אז זיי זענען נישט אחד בלב ואחד בפיו?
וידגו לרב בקרב הארץ.

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך עפעס אנדערש » מיטוואך מאי 05, 2021 3:53 pm

בן כלבא שבוע האט געשריבן:[אפשר ביזטו מיר מסביר מיט וואס ער פירט די פארטיי?? דאס אז די פארטיי איז פארקויפט פאר אים מיינט נישט אז ער פירט עס, דאס קען זיך אין איין מינוט טוישן כנ''ל

אפשר קענסטן מיר זאגן וואס מאכט א פארטיי פאר א פארטיי? ווער איז די פארטיי?

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך עפעס אנדערש » מיטוואך מאי 05, 2021 3:57 pm

זיסע פיש האט געשריבן:עס ווענט זיך נישט נאר און די פירער, מיין פראגע איז פארוואס קען נישט זיין אזוי ווי פאריגעס מאל, אז זיי זענען נישט אחד בלב ואחד בפיו?

עס ווענדט זיך טאקע נישט אין די פירער, און דאס האט טאקע טראמפ באוויזן צו אויפקלערן די המון. דער פארטיי איז די מענטשן. אמעריקא איז we the people. אבער ביז יעצט האבן נאר די פארטיי מיטגלידער געשריגן אויף ליז טשעני, און יעצט שרייען שוין די פירער אויך. ממילא איז שוין דא מער טשענסעס אז זי איז פארטיג.

אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך טעארעטישע פאקטן » מיטוואך מאי 05, 2021 3:58 pm

צל עובר האט געשריבן:@טעארעטישע פאקטן, דו רעדסט דארט פון דעם אז טראמפיזם איז חי וקיים, דאס שרייב איך דאך שוין דא פאר יענע תגובה.

אבער לגבי וואס ער פארקויפט?

פרעזידענט ביידן קעירט א מיליאן מאל מער איבער מיין און דיין וואוילזיין - נישט אז ער איז כל יכול, און מיר האבן אידער וועי א טאטע אין הימל - ווי דער סעלפישער עגאאיסטישער קאן מען.

איך האב סך הכל געוויזן אז איך ווייס גאר פיין וואס ער פארקויפט.

גאר פשוט, ״דו״ האלטסט אז בײדען שטרענגט זיך א מיליאן מאל מער װי טראמפ, איך האלט אז טראמפ, (אפגעזען וויפיל װײניגער - מער ער קעירט) שטעלט פאר אסאך געזונטערע און מער אפעקטיװע פאליסיס,
(װעגן דעם אײבירשטן ביסטו גערעכט, בײ די פארװאס כ׳בין רעפובליקען אשכול, האב איך געזאגט אז ער איז בעסער פאר אמעריקע, פאר אונז אידישע װעט אײביג זײן גוט, מ׳רעדט כנראה פאר אונזערע פלײשיגע אױגעלעך)
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט, (אלבערט אײנשטײן)
די אײנגעבױרענע חסרון פון ״קאפיטאליזם״ איז די ״אומגלײכע״ אױסטײלונג פון שפע,
די אײנגעבױרענע מעלה פון ״סאציאליזם״ איז די ״גלײכע״ אױסטײלונג פון צרות, (װינסטאן טשוירטשיל)

אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך טעארעטישע פאקטן » מיטוואך מאי 05, 2021 4:01 pm

עפעס אנדערש האט געשריבן:
זיסע פיש האט געשריבן:עס ווענט זיך נישט נאר און די פירער, מיין פראגע איז פארוואס קען נישט זיין אזוי ווי פאריגעס מאל, אז זיי זענען נישט אחד בלב ואחד בפיו?

עס ווענדט זיך טאקע נישט אין די פירער, און דאס האט טאקע טראמפ באוויזן צו אויפקלערן די המון. דער פארטיי איז די מענטשן. אמעריקא איז we the people. אבער ביז יעצט האבן נאר די פארטיי מיטגלידער געשריגן אויף ליז טשעני, און יעצט שרייען שוין די פירער אויך. ממילא איז שוין דא מער טשענסעס אז זי איז פארטיג.

דאס איז עס אין אײן װארט,
ס׳האט זיך װידעראמאל אױפגעװיזן אז א ״פארטײ״ באשטײט פון ״מענטשן״ װאס שטיצן געװיסע פאליסיס,
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט, (אלבערט אײנשטײן)
די אײנגעבױרענע חסרון פון ״קאפיטאליזם״ איז די ״אומגלײכע״ אױסטײלונג פון שפע,
די אײנגעבױרענע מעלה פון ״סאציאליזם״ איז די ״גלײכע״ אױסטײלונג פון צרות, (װינסטאן טשוירטשיל)

יצחק ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 19, 2018 11:05 am

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך יצחק ברוך » מיטוואך מאי 05, 2021 4:10 pm

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:נאך באלד 6 יאר פון טראמפיזם, זאג איך שױן גארנישט, שױן זיכער נישט דא װאס צו דערלײגן, דערװײל װאקסט נאר די באלאן(?) גרעסער און גרעסער, און ס׳קוקט נישט אױס אז ס׳װעט אזױ שנעל פלאצן, ס׳איז העיר טא סטעי, (כמעט) אפגעזען סײ װיאזױ טראמפ גײט פאראױס מיט די זאך,

מיט טראמפיזם איז ער גערעכט געווען און טוויטער האט איהם גארנישט געשטערט, אדרבה זיינע מענטשן זיינען נאך הייסער געווארן.

אבער די פרעזידענסי האט ער דערלייגט.
געוואונען דעם שלאכט און דערלייגט די קריג.

נישט פשוט
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך נישט פשוט » מיטוואך מאי 05, 2021 4:12 pm

איז טאקע די וועב סייט נאר אלט איין טאג ?
סהאט שוין געהאט א מליאן באזוכער.

אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך זיסע פיש » מיטוואך מאי 05, 2021 4:16 pm

ניין עס איז שוין אפאר חדשים אלט, מען האט נאר צוגעלייגט א נייע פעידזש.
וידגו לרב בקרב הארץ.

אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

תגובהדורך טעארעטישע פאקטן » מיטוואך מאי 05, 2021 4:17 pm

יצחק ברוך האט געשריבן:
טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:נאך באלד 6 יאר פון טראמפיזם, זאג איך שױן גארנישט, שױן זיכער נישט דא װאס צו דערלײגן, דערװײל װאקסט נאר די באלאן(?) גרעסער און גרעסער, און ס׳קוקט נישט אױס אז ס׳װעט אזױ שנעל פלאצן, ס׳איז העיר טא סטעי, (כמעט) אפגעזען סײ װיאזױ טראמפ גײט פאראױס מיט די זאך,

מיט טראמפיזם איז ער גערעכט געווען און טוויטער האט איהם גארנישט געשטערט, אדרבה זיינע מענטשן זיינען נאך הייסער געווארן.

אבער די פרעזידענסי האט ער דערלייגט.
געוואונען דעם שלאכט און דערלייגט די קריג.

װאס האט ער געזאלט טוהן אנדערש יא צו געװינען? מײנסט צוזאגן אז טװיטער האט אם געקאסט די פרעזידענטשאפט? איך האלט נישט אזױ, אן טװיטער װאלט ער אסאך מער דערלײגט, ס׳איז אײגנטליך געװען אײנע פון זײנע שטעקסטע װאפנס, אױב נישט די שטערקסטע,
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט, (אלבערט אײנשטײן)
די אײנגעבױרענע חסרון פון ״קאפיטאליזם״ איז די ״אומגלײכע״ אױסטײלונג פון שפע,
די אײנגעבױרענע מעלה פון ״סאציאליזם״ איז די ״גלײכע״ אױסטײלונג פון צרות, (װינסטאן טשוירטשיל)

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot, PetalBot, בארדיטשוב'ער אייניקל, שתקן און 10 געסט