צל עובר האט געשריבן: פרעזידענט ביידן קעירט א מיליאן מאל מער איבער מיין און דיין וואוילזיין - נישט אז ער איז כל יכול, און מיר האבן אידער וועי א טאטע אין הימל - ווי דער סעלפישער עגאאיסטישער קאן מען.
ווי שטארק איך האב געהאלטן פון טראמפ, האב איך אבער קיינמאל געהאלטן אז ער איז דא ווייל ער 'קעירט' פאר איינער פון אונז, ס'איז מיר זייער אינטערעסאנט צו זען א יונגערמאן (אויף וועם איך קוק ארויף גראדע) זאל זיין אזוי פארגלייבט אין א ביליגע פאליטישאן
אפגערעדט אז וואס דו זאגסט האט נישט קיין בעקינג, טראמפ האט געהאלפן מענטשן אלץ ביזנעסמאן און אלץ פרעזידענט מיט זאכן וואס האבן אים נישט געהאלפן אין ביזנעס אדער פאליטיש

א מיליאן מאל מער ווי טראמפ, איז נאך אין סוף ווייט פון וויפיל להבדיל דער רבי ר' אלימלך האט געקעירט פאר א צווייטן איד.
אין אנדערע ווערטער, פרעזידענט ביידן איז דא ווייל "ער האלט" אז ער איז דער בעסטער קאנדידאט צו לויפן קעגן טראמפ, איך האלט גראדע אויך אזוי...
חוץ דעם זאג איך אז טראמפ קעירט אזוי קנאפ וועגן מיר און דיר, אז ביידן קעירט א מיליאן מאל מער.
איך רעד דא בנוגע פארוואס איך קויף נישט דעם טראמפיזם בכלל.
------
אויב דו האלטסט אזוי אדער נישט, ווי געשריבן איז טראמפיזם בעיקר אז טראמפ איז דער איינציגסטער וואס איז דא פאר דעם פשוט'ן עולם, וואס איז לפי עניית דעתי א גראבע ליגענט..
------
איך מיין אז די פאר תגובות, אויב איך קויף יא אדער נישט דעם טראמפיזם, קענען גיין אין א אנדערע אשכול, דא דארף מען לאזן פאר טראמפס פלאטפארמע, נישט פאר די אנטי טראמפ פלאטפארמע, אדער פאר ביידן'ס פלאטפארמע.
די מעשה איז פשוט, ביג טעק מיט די לינקע האבן גאנץ סוקסעספול געפעינט א פיקטשער אז ס'איז דעינזשעריס צו ארויפברענגען שאלות אדער חששות וועגן די אינטעגריטי פון די 2020 עלעקשינס, און אז עניבאדי וואס האט די חוצפה נישט צו זיין איגאנצען איבערצייגט אז ביידען האט יושר'דיג געווינען פעיר ענד סקווער איז א קאנספיראטער, זייער אסאך ריפאבליקאנער פאלן טאקע פאר די פרעשור און דערשטיקן זייערע שאלות און האלטן עס אין בויך, ווייל זיי זיכן נישט צו ווערן באטיטעלט.
די לינקע ווייסן בעסער ווי די רעכטע וויפיל שעידי זאכן זענען פארגעקומען ביי די עלעקשינס, אוו זיי ווייסען אויך גאנץ גוט אז ווען וועלט איז וועלט און די אלע קעיסעס ווערן ווען ערענסט אנגעקוקט אין קאורט אנשטאט עס ארויסווארפן איידער'ן אריינקוקן דערין וואלט עס שטארק מעגליך זיי געשאפן פראבלעמען, ממילא איז די בעסטע מהלך צוצישטאפן דאס מויל פון יעדעם וואס ברענגט דאס ארויף, אזוי קענען זיי זיצען רואיג און זיך נישט זארגן אז אינפארמעישאן וועט ארויסרינען, דאס איז די אמת'דיג סיבה פאר ביג טעק'ס אראפווארפן טראמפ, זיי ניצן נאר jan 6 אלס תירוץ.
טראמפ וויל די עולם זאל וויסן וויפיל פאלטשקייט ליגט אין די לעצטע עלעקשין, און וויאזוי די לינקע האבן געטהון דערמיט וואס אימער זיי האבן געוואלט, נישט קיין חילוק אין וועלכע סטעיט און צו ער וואלט געווינען די סטעיט אן די פראוד אדער נישט, אדרבה, אויב ווייזט ער פראוד אין א סטעיט וואס ער וואלט עניוועי נישט געווינען אפי' אהן פראוד מאכט ער נאך אסאך א שטערקערע פוינט, ווייל מ'קען אפי' נישט זאגן אז ער שרייט פראוד נאר ווייל ער האט פארלוירן די סטעיט, ודבר פשוט הוא לכל מי שיודע וויאזוי צו טראכטן אליין.