פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

IMG_20210805_122513.jpg
IMG_20210805_122513.jpg (141.23 KiB) געזען 1435 מאל

IMG_20210805_122516.jpg
IMG_20210805_122516.jpg (671.34 KiB) געזען 1435 מאל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29325
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

עפעס אנדערש האט געשריבן:
פון אמעריקע האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:כוחי ועוצם ידי (ידי! למעט ידי אחרים) עשה לי את החיל הזה... וואו נעמט נאך אזא וואנזיניגן... ער האט פארגעסן צו זאגן אז ווען ער האט פארלאזט דעם אפיס איז געווען א צושפליטערטע וואונד צווישן די רעכטע און די לינקע, דאס לאנד איז טעגליך געווען אריינגעשלעפט אין כאאס. ער איז ביזי מיט 'זיינע' וואקסינען און 'זיינע' דערגרייכונגען...

אזוי אויך האט ער פארגעסן צו זאגן אז דאס איז שוין געווען ווען ער איז אריינגעקומען אין אפיס, קורדעסי אויף אבאמא.

און ווי כאילו די וואונד האט מיט אים. ווער האט געמאכט די צושפליטערונג? די לינקע וואס קענען נישט פארנעמען קיין דיפיעט, און קענען נישט אננעמען די הנחה אז עס איז נאך דא נארמאלע מענטשן אויך אינ'ם לאנד וואס נעמען נישט קיין ארדערס ביי די מידיע, און נוצען זייער אייגענע שכל און טראכטן אליינס וואס איז גוט פארן לאנד. און נישט האבנדיג עכט קיין פלאטפארמע אויף וואס צו בויען, זעענדיג אז די לאנד ווערט טאקע בעסער, און זייער גאנצע הארוואניע פון יארן צו סעיווען די ארימעלייט פאר מתנות לאביונים ווערט צובלאזן, האבן זיי זיך גענומען צו זייער לאנג יעריגען טאקטיק פון צושפליטערן די לאנד. עס איז אינגאנצען אויף זיי, עס האט גארנישט מיט טראמפ.

ממש אזוי, די רעכטע, טראמפ צום ביישפיל, האט טאקע אנגענומען זיין פארלוסט וווי היראו נוסח בוש קארטער און פארד..
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

תגובה דורך עפעס אנדערש »

צל עובר האט געשריבן:

מען רעדט פון נאך 2016 ווען די דעמאקראטן האבן נאך נישט געוואוסט ווי שטארק מען דארף זיכער מאכן אז טראמפ געווינט נישט, און האבן זיך נאך פארלאזט אויף עפעס אן אינשורענס פאליסי.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29325
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אבער פון וואנעט האט איר די חוצפה צו רעדן פון אנערקענען פארלוסטן?

דאס פארשטיי איך נישט.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

איך פארשטיי עס אויך נישט, פון ווי נעמען די לינקע די חוצפה פון אראפרייסן טראמפ פארן נישט אננעמען די וואל רעזולטאטן, נאכן זיין פארנומען 4 יאר נאט מיי פרעזידענט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29325
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ווען ער ענדיגט ביים אראפרייסן און נישט אננעמען, החרשתי.

האט ער אבער געטון כל מה שביכלתו העכער און אונטער דעם טיש צו מאכן א קופ.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

צל עובר האט געשריבן:ווען ער ענדיגט ביים אראפרייסן און נישט אננעמען, החרשתי.

יא, דאס איז טאקע געווען די פאראויסגעשטעלטע פלאן פון די דעמאקראטן. ער וועט שרייען אביסל, און נאכדעם בעק טו ביזנעס. מישען אקאמפלישט.
אבער וואס פאר א גוט יאר טוט ער דא נאך אלץ? און מען מאכט נאך אודיטס אויך? אונז האבן דאס אינגאנצען נישט גענומען אין באטראכט ביים אויסשטעלן דעם מעיל-אין בעללאטס פלאן.
וואספארא סורפרייזעס דער טראמפ שטעלט אונז דא צו?
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

צל עובר האט געשריבן:ווען ער ענדיגט ביים אראפרייסן און נישט אננעמען, החרשתי.

האט ער אבער געטון כל מה שביכלתו העכער און אונטער דעם טיש צו מאכן א קופ.

יא אזוי ווי די דעמאקראטן האבן געטוהן פיר יאר געארבעט שווער אים אראפצומאלן אלס א נישט לעגעטימע פרעזידענט, אין אים פראבירען מיט אלע כוחות אראפצוברענגען.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29325
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

עפעס אנדערש האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ווען ער ענדיגט ביים אראפרייסן און נישט אננעמען, החרשתי.

האט ער אבער געטון כל מה שביכלתו העכער און אונטער דעם טיש צו מאכן א קופ.

יא, דאס איז טאקע געווען די פאראויסגעשטעלטע פלאן פון די דעמאקראטן. ער וועט שרייען אביסל, און נאכדעם בעק טו ביזנעס. מישען אקאמפלישט.
אבער וואס פאר א גוט יאר טוט ער דא נאך אלץ? און מען מאכט נאך אודיטס אויך? אונז האבן דאס אינגאנצען נישט גענומען אין באטראכט ביים אויסשטעלן דעם מעיל-אין בעללאטס פלאן.
וואספארא סורפרייזעס דער טראמפ שטעלט אונז דא צו?

אוידיטס איז אויך א צודרייטע זאך, אבער איך רעד פון די ראיאטן און די פראוון צו נוצן דעם יוסטיץ און דעפענס דעפארטמענטס, און די פרעשור אויף די רעפאבליקאנער באאמטע אין די סטעיטס צו סובווערטן די וואל רעזולטאטן.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

צל עובר האט געשריבן:די פראוון צו נוצן דעם יוסטיץ דעפארטמענטס.

פון וועם רעדטסטו? פון אבאמא אין ביידען?
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

צל עובר האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ווען ער ענדיגט ביים אראפרייסן און נישט אננעמען, החרשתי.

האט ער אבער געטון כל מה שביכלתו העכער און אונטער דעם טיש צו מאכן א קופ.

יא, דאס איז טאקע געווען די פאראויסגעשטעלטע פלאן פון די דעמאקראטן. ער וועט שרייען אביסל, און נאכדעם בעק טו ביזנעס. מישען אקאמפלישט.
אבער וואס פאר א גוט יאר טוט ער דא נאך אלץ? און מען מאכט נאך אודיטס אויך? אונז האבן דאס אינגאנצען נישט גענומען אין באטראכט ביים אויסשטעלן דעם מעיל-אין בעללאטס פלאן.
וואספארא סורפרייזעס דער טראמפ שטעלט אונז דא צו?

אוידיטס איז אויך א צודרייטע זאך, אבער איך רעד פון די ראיאטן און די פראוון צו נוצן דעם יוסטיץ און דעפענס דעפארטמענטס, און די פרעשור אויף די רעפאבליקאנער באאמטע אין די סטעיטס צו סובווערטן די וואל רעזולטאטן.

יא טאקע, אונז האבן דאס אלעס אינגאנצען נישט ערווארטעט. אונז האבן שוין טאקע געפייערט אונזער סטראטעגיסטן וואס האבן אונז נישט אנגעגרייט פאר אזא סיטואציע. זיי האבן אונז טאקע געזאגט אז די גאנצע מידיע וועט שטיין צו אונזער זייט, אזוי ווי אייביג, די קארטס גייען זיך נישט וואגען ארויסצושטעלן לטובת טראמפ, זיי וועט וויכטיגער זיין זייערס און זייער פאמיליע'ס וואוילזיין ווי אז טראמפ זאל זיין פרעזידענט.
אבער די סינעריא אז טראמפ וועט עס פייטען, און אז רוב רעפאבליקאנער וועלן נאך אסאך צייט אריין אין די נייע אדמיניסטראציע, נישט אנהייבן צו גלייבן אז אלעס איז געווען כשר וישר, ווייל די מידיע גייט איבער זאגן יעדן טאג טויזענט און איין מאל ביג ליי, דאס איז עפעס וואס מיר זענען נישט געווארן געווארענט. איז וויאזוי זעט מען זיך ארויס דערפון?
זאגן די דעמאקראטן.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29325
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

גראדע איז עס מיר יא איינגעפאלן, און איך האב עס שוין געשריבן חדשים פאר די וואלן.

איך בין נאר נישט געווען אז עס וועט אים נישט געלונגען.
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

עפעס אנדערש האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ווען ער ענדיגט ביים אראפרייסן און נישט אננעמען, החרשתי.

האט ער אבער געטון כל מה שביכלתו העכער און אונטער דעם טיש צו מאכן א קופ.

יא, דאס איז טאקע געווען די פאראויסגעשטעלטע פלאן פון די דעמאקראטן. ער וועט שרייען אביסל, און נאכדעם בעק טו ביזנעס. מישען אקאמפלישט.
אבער וואס פאר א גוט יאר טוט ער דא נאך אלץ? און מען מאכט נאך אודיטס אויך? אונז האבן דאס אינגאנצען נישט גענומען אין באטראכט ביים אויסשטעלן דעם מעיל-אין בעללאטס פלאן.
וואספארא סורפרייזעס דער טראמפ שטעלט אונז דא צו?

כ'האף דו מיינסט עס נישט ערענסט. דו אריזאונא אודיט איז עפעס א מין ליצנות על גבי ליצנות. יעדן טאג איז דארט דא פרישע נייעס, אין יום שאין ליצנות גדול מחברתה.

פאר מער דיטעילס קען מען ליינען דא: אריזאונא אודיט
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:

יא אוודאי אזוי. וואס האסטו געמיינט? אז די דעמאקראטן וועלן צוזען ווי מען כאפט זיי ביי די מעשה, און זיי וועלן עס אויסלויבן? אודאי מאכן זיי ליצי ליצנות פון דעם, איינצורעדן דעם עולם אז עס איז סתם א דזשויק. אבער ווי שטארק זיי ווילן, וועט עס זיי גארנישט העלפן און עס טוישט גארנישט מיט זייער ליצנות מאכן דערפון. זיי האבן ליצנות געמאכט פון טראמפ פיר יאר אויך, און ער האט באקומען סאך מער (עכטע) שטימען ווי פיר יאר פריער.
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4048
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

צל עובר האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:
פון אמעריקע האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:כוחי ועוצם ידי (ידי! למעט ידי אחרים) עשה לי את החיל הזה... וואו נעמט נאך אזא וואנזיניגן... ער האט פארגעסן צו זאגן אז ווען ער האט פארלאזט דעם אפיס איז געווען א צושפליטערטע וואונד צווישן די רעכטע און די לינקע, דאס לאנד איז טעגליך געווען אריינגעשלעפט אין כאאס. ער איז ביזי מיט 'זיינע' וואקסינען און 'זיינע' דערגרייכונגען...

אזוי אויך האט ער פארגעסן צו זאגן אז דאס איז שוין געווען ווען ער איז אריינגעקומען אין אפיס, קורדעסי אויף אבאמא.

און ווי כאילו די וואונד האט מיט אים. ווער האט געמאכט די צושפליטערונג? די לינקע וואס קענען נישט פארנעמען קיין דיפיעט, און קענען נישט אננעמען די הנחה אז עס איז נאך דא נארמאלע מענטשן אויך אינ'ם לאנד וואס נעמען נישט קיין ארדערס ביי די מידיע, און נוצען זייער אייגענע שכל און טראכטן אליינס וואס איז גוט פארן לאנד. און נישט האבנדיג עכט קיין פלאטפארמע אויף וואס צו בויען, זעענדיג אז די לאנד ווערט טאקע בעסער, און זייער גאנצע הארוואניע פון יארן צו סעיווען די ארימעלייט פאר מתנות לאביונים ווערט צובלאזן, האבן זיי זיך גענומען צו זייער לאנג יעריגען טאקטיק פון צושפליטערן די לאנד. עס איז אינגאנצען אויף זיי, עס האט גארנישט מיט טראמפ.

ממש אזוי, די רעכטע, טראמפ צום ביישפיל, האט טאקע אנגענומען זיין פארלוסט וווי היראו נוסח בוש קארטער און פארד..

מען רעדט דאך דא ווער עס האט אנגעהויבן די שפאלט אין אמעריקע, ווי קומט דא אריין טראמפ'ס אנעמען די עלעקשין ריזאלטס???
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4048
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

צל עובר האט געשריבן:אבער פון וואנעט האט איר די חוצפה צו רעדן פון אנערקענען פארלוסטן?

דאס פארשטיי איך נישט.

ביז צום גרויסן קאמפיין האט איר געהאט אין אייער אונטערשריפט אז טראמפ האט געטשיט אין 2016, ווילסט רעדן ווער עס אנערקענט נישט קיין פארלוסטן?
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29325
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פון אמעריקע האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:אבער פון וואנעט האט איר די חוצפה צו רעדן פון אנערקענען פארלוסטן?

דאס פארשטיי איך נישט.

ביז צום גרויסן קאמפיין האט איר געהאט אין אייער אונטערשריפט אז טראמפ האט געטשיט אין 2016, ווילסט רעדן ווער עס אנערקענט נישט קיין פארלוסטן?

איך האלט נאך אלץ אז טראמפ האט געטשיעדט, און עס איז נאך אלץ פאני אז דו רייסט אראפ די דעמאקראטן פארן נישט אנערקענען, ווען 2020 איז די גרעסטע נישט אנערקענונג אין די היסטאריע.

פון די אנדערע זייט, איך רייס נישט אראפ טראמפ פארן נישט אנערקענען בשיטה, נאר פארן רעוואלטירן און פרובירן צו נוצן די רעגירונג מבטל זיין די רעזולטאטן, א זאך וואס איז פאר אבאמע בכלל נישט איינגעפאלן, און קלינטאן האט גערופן טראמפ בו בלילה, און גערעדט ברבים דעם נעקסטן טאג, זאכן וואס דער וואנעבי פאשיסטישער דיקטאטור האט נאך נישט געטון עד היום.

--------

זעה דא ווי איך שרייב זעקס וואכן פאר די וואלן אז טראמפ וועט טון וואס ער האט געטון, און אז אויב ביידן געווינט נישט פלארידע, יתכן אז עס וועט אים געלונגען.

אויב עס איז דא עני ברעקל עווידענס פון טראמפ'ס טשיטען אין 2016, איז עס שוין געווארן דורכגעקייט און אינוועסטיגעטעד מיליאן מאל, מען האט געשטעלט א ספעשיל קאונסיל, עד היום איז מען נאך ביזי אים צו איוועסטיגעטן און דערגיין די יארן, און מיט דעם אלעם איז קיינער נישט אויפגעקומען מיט קיין פרוף אויף גארנישט, אבער די האלסט נאך אלס 5 יאר שפעטער אז ער האט געשטידט, און ס'איז דיר גאר פאני אז איך פארשטיי נישט די וואס האלטן אזוי.

און 2020 אבער - ווייניגער ווי א יאר צוריק - ווי עס איז דא בערג מיט קשיות אויף די עלעקשינס וואס זענען קיינמאל נישט געווארן אפי' אנגעקוקט געהעריג, קענסטו נישט פארשטיין אז טראמפ פארלאנגט דורך ליגאלע וועגן עס זאל ווערן אינוועסטיגעטיג, דא איז עס פלוצים בלשונך "רעוואלטירן און פרובירן צו נוצן די רעגירונג מבטל זיין די רעזולטאטן" , דא הייסט עס שוין נישט אינוועסטיגעשאן.

איך זעה נישט וויאזוי איין מענטש קען האלטן די צוויי פארקערטע זאכן עט די סעים טיים.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29325
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מען רעדט נישט בנוגע 2016 פון טשיעדן אויף אן אופן אז עס איז שייך איבערצודרייען די וואלן, נאר פון מעשים אשר לא יעשו.

וואס מען האט יא אדער נישט געטראפן נאכן איבערקערן אלע שטיינער, הלא המה דעבאטירט אין מאסן אשכולות.

בנוגע 2020, ווען דו וואלסט ווען געליינט מיינע תגובות דא שוין פאר אפאר חדשים פאר די וואלן, וואלט דיר גארנישט געווען שווער, נישט דא גארנישט גארנישט גארנישט, אזוי ווי מאסן ריכטער אריינגערעכנט טראמפ עפוינטיס זענען מעיד.

יאנואר 6, און בעפאר, און דערנאך, האט גארנישט קיין שייכות מיט אינוועסטיגאציעס.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום פרייטאג אוגוסט 06, 2021 1:00 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

צל עובר האט געשריבן:מען רעדט נישט בנוגע 2016 פון טשיעדן אויף אן אופן אז עס איז שייך איבערצודרייען די וואלן, נאר פון מעשים אשר לא יעשו.

וואס מען האט יא אדער נישט געטראפן נאכן איבערקערן אלע שטיינער, הלא המה דעבאטירט אין מאסן אשכולות.

בנוגע 2020, ווען דו וואלסט ווען געליינט מיינע תגובות דא שוין פאר אפאר חדשים פאר די וואלן, וואלט דיר גארנישט געווען שווער, נישט דא גארנישט גארנישט גארנישט, אזוי ווי מאסן ריכטער אריינגערעכנט טראמפ עפוינטיס זענען מעיד.

סאמהאוי, זענען א מערהייט רעפאבליקאנער נישט אזוי קלוג ווי דיר, און ווערן נישט איבערגענומען פון איבערגעזאגטע ליגנטס, אז דזאדזשעס "האבן איבערגעקוקט די עווידענס און גארנישט געטראפן". יא, יעדער ווייסט אז די דזשאדזשעס האבן זיך ארויסגעדרייעט פון צו דארפן מישן די קאשע, אבער דעיס מאכט עס נאכנישט אויס קוועשטענעבל.
אינטערעסאנט אז אין א לעצטערע ראסמוסאן אנקעטע זאגן 60% אמעריקאנער, נישט רעפאבליקאנער דוקא, נאר אמעריקאנער אווער אלל, אז די אפאזיציע צו וואויטער איי די'ס ביי די דעמקראטן איז ווייל זיי ווילן קענען טשידן די וואלן.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29325
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

עפעס אנדערש האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:מען רעדט נישט בנוגע 2016 פון טשיעדן אויף אן אופן אז עס איז שייך איבערצודרייען די וואלן, נאר פון מעשים אשר לא יעשו.

וואס מען האט יא אדער נישט געטראפן נאכן איבערקערן אלע שטיינער, הלא המה דעבאטירט אין מאסן אשכולות.

בנוגע 2020, ווען דו וואלסט ווען געליינט מיינע תגובות דא שוין פאר אפאר חדשים פאר די וואלן, וואלט דיר גארנישט געווען שווער, נישט דא גארנישט גארנישט גארנישט, אזוי ווי מאסן ריכטער אריינגערעכנט טראמפ עפוינטיס זענען מעיד.

סאמהאוי, זענען א מערהייט רעפאבליקאנער נישט אזוי קלוג ווי דיר, און ווערן נישט איבערגענומען פון איבערגעזאגטע ליגנטס, אז דזאדזשעס "האבן איבערגעקוקט די עווידענס און גארנישט געטראפן". יא, יעדער ווייסט אז די דזשאדזשעס האבן זיך ארויסגעדרייעט פון צו דארפן מישן די קאשע, אבער דעיס מאכט עס נאכנישט אויס קוועשטענעבל.
אינטערעסאנט אז אין א לעצטערע ראסמוסאן אנקעטע זאגן 60% אמעריקאנער, נישט רעפאבליקאנער דוקא, נאר אמעריקאנער אווער אלל, אז די אפאזיציע צו וואויטער איי די'ס ביי די דעמקראטן איז ווייל זיי ווילן קענען טשידן די וואלן.

נישט נאר א מערהייט רעפאבליקאנער זענען נישט אזוי קלוג ווי מיר, סארי, אבער דאס איז דער מציאות, כביכול האט נישט געזען פאר גוט צו געבן פאר יעדן אזויפיל איי קיו.

דאס איז נאמבער איינס.

נאמבער צוויי, טויזנטער אידן און להבדיל צענדליגער מיליאנען גוים, זענען יא גאר קלוג און פארשטענדליך, ליגן פשוט נישט בעובי הענינים, איך ליידער יא. ברענג מיר איין דעטע גורו פון עני זייט ספעקטרום וואס לאכט נישט פון, און שעלט נישט אויף, דעם ביג ליי.
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4048
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

שוין כמה פעמים ארויסגעברענט, ווען א קעיס ווערט ארויסגעווארפן אלס לעק אוו סטענדינג, אדער צוליב א מאשען טו דיסמיס, מיינט עס אז די עצם קעיס איז אפיציעיל נישט געווארן באהאנדעלט בכלל.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29325
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

וואס דאס איז נישט געווען די מעשה ביי כמה וכמה קעיסעס.
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

ווי איז די לעק אוו סטענדונג? אדער די מאשען טו דיסמיס?

3rd-trump.pdf
(58.4 KiB) געווארן דאונלאודעד 45 מאל
pa-canvass-majority.pdf
(153.35 KiB) געווארן דאונלאודעד 31 מאל
gov.uscourts.pamd_.127057.202.0_1-1.pdf
(145.47 KiB) געווארן דאונלאודעד 30 מאל

גענוג? אדער איר דארפט נאך?
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29325
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

וואס מיינט איר טייטש "ביי כמה וכמה קעיסעס"?

אז גענוג און נאך קעיסעס זענען געווארן גע'משפט אויף די מעריטס, אבער דאס מיינט נישט אז עס זענען נישט געברענגט געווארן קיין קלאגעס אן סטענדינג...

יא, די אלע פארשידענארטיגע סארטן משוגעים למיניהם, ווי אויך די 17 סטעיט צום סופרים קארט קלאגע, איז ארויסגעפלויגן פון געריכט אלס נישט האבן קיין סטענדינג.

אבער פארשטייט זיך אז דער אפיציעלער טראמפ קאמפיין, האט נישט פארלוירן גארנישט אויף סטענדינג, נאר אויף די מעריטס, כמבואר אין די @נקדימון תגובות בשעתם.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”