בד"ה: האדמו"ר הישיש רבי משה אליקים בריעה כהנא מספינקא בני ברק

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

שמחה ונחת
שר חמש מאות
תגובות: 645
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: בד"ה: האדמו"ר הישיש רבי משה אליקים בריעה כהנא מספינקא בני ברק

תגובהדורך שמחה ונחת » דינסטאג מאי 04, 2021 9:09 am

מה הפשט אז קול מבשר האט דאס בכלל נישט געמאלדן?

אוועטאר
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

Re: בד"ה: האדמו"ר הישיש רבי משה אליקים בריעה כהנא מספינקא בני ברק

תגובהדורך יישר כח » דינסטאג מאי 04, 2021 9:55 am

שמחה ונחת האט געשריבן:מה הפשט אז קול מבשר האט דאס בכלל נישט געמאלדן?


זיי האבן יא ביי די (3 1 1) בולעטין אפטייליגן (די ענדערע האבעך נישט געהערט ווייס איך נישט)
שר וגדול נפל בישראל: כ"ק אדמו"ר רבי משה אליקים בריעה כהנא, מספינקא בני ברק זצ"ל

ישראל_הלוי
שר האלף
תגובות: 1708
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: בד"ה: האדמו"ר הישיש רבי משה אליקים בריעה כהנא מספינקא בני ברק

תגובהדורך ישראל_הלוי » דינסטאג מאי 04, 2021 1:03 pm

.
צוגעלייגטע
100078100436_20752.jpg
100078100436_20752.jpg (76.9 KiB) געזעהן 924 מאל

ליפשיטץ
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 23, 2017 8:54 am
לאקאציע: israel

Re: בד"ה: האדמו"ר הישיש רבי משה אליקים בריעה כהנא מספינקא בני ברק

תגובהדורך ליפשיטץ » דינסטאג מאי 04, 2021 1:41 pm

שירו לו האט געשריבן:זיינע קינדער:
חתנו הרה''צ ר' דוד אייכענשטיין שליט''א אדמו''ר מבורשטין
בנו הרב יוסף ירחמיאל שליט''א ראה''כ קרית טאהש חתן כ''ק אדמו''ר מטאהש זצ''ל
חתנו הרה''צ ר' אהרן פאללאק שליט''א אדמו''ר מבערעגסאז
בנו הרב מנחם יהודה שליט''א חתן כ''ק אדמו''ר מפאריסוב שליט''א
בנו הרב מאיר יעקב ישראל ישורון שליט''א חתן הרה''צ ר' יחיאל לייפער זצ''ל אדמו''ר מטעמעשוואר ירושלים
בנו הרב יקותיאל שליט''א חתן הרה''צ ר' יהודה אליעזר דוד ניישלאס שליט''א אבד''ק סערדאהעלי בית שמש
חתנו [הרה''צ ר' יוסף נפתלי ראזענבוים שליט''א אדמו''ר מנאדווארנא אלעד ]

בנו הרב ברוך צבי שליט"א מקאלאמייא
ליפשיטץ

אוועטאר
פעטער יעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:40 am

Re: בד"ה: האדמו"ר הישיש רבי משה אליקים בריעה כהנא מספינקא בני ברק

תגובהדורך פעטער יעקל » דינסטאג מאי 04, 2021 1:54 pm

אינטערעסאנט אז דער רבי זצ"ל איז געוועהן אן איידעם ביי הרה"ח ר' חיים אלי' ביטמאן ע"ה מלמד דרדקי רבות בשנים באה"ק און שפעטער אין ב"פ וואס איז נישט געוועהן דוקא פון א רבישע משפחה,
געהערט אמאל אז מהאט אנגעטראגן עטליכע שידוכים אבער נישט מיט די גאנצע לבוש, און מהאט געפרעגט הרה"ק מבעלזא זי"ע וואס האט געזאגט מזאל ענדערש טוען דעם שידוך וואס זי האט יא מסכים געוועהן צו גיין מיטן גאנצן לבוש,

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26367
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: בד"ה: האדמו"ר הישיש רבי משה אליקים בריעה כהנא מספינקא בני ברק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג מאי 04, 2021 2:13 pm

וכן באחיו.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
פעטער יעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:40 am

Re: בד"ה: האדמו"ר הישיש רבי משה אליקים בריעה כהנא מספינקא בני ברק

תגובהדורך פעטער יעקל » דינסטאג מאי 04, 2021 2:14 pm

farshlufen האט געשריבן:וכן באחיו.

ווער פארשטייט דיינע רמזים...?

ישראל_הלוי
שר האלף
תגובות: 1708
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: בד"ה: האדמו"ר הישיש רבי משה אליקים בריעה כהנא מספינקא בני ברק

תגובהדורך ישראל_הלוי » מיטוואך מאי 05, 2021 6:35 pm

.
צוגעלייגטע
100053700425_96126.jpg
100053700425_96126.jpg (168.63 KiB) געזעהן 678 מאל

אוועטאר
וועלוועל קליינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2016 6:27 pm

Re: בד"ה: האדמו"ר הישיש רבי משה אליקים בריעה כהנא מספינקא בני ברק

תגובהדורך וועלוועל קליינער » מיטוואך מאי 05, 2021 7:51 pm

איינער ווייסט אויב אחיו הרה"צ מקארלסבורג שליט"א זיצט שבעה?
אויב יא, ווען? וואו?
פארוואס האט קיינער נישט ארויסגעשטעלט א מודעה??

אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: בד"ה: האדמו"ר הישיש רבי משה אליקים בריעה כהנא מספינקא בני ברק

תגובהדורך אידישע מוח » מיטוואך מאי 05, 2021 8:23 pm

וועלוועל קליינער האט געשריבן:איינער ווייסט אויב אחיו הרה"צ מקארלסבורג שליט"א זיצט שבעה?
אויב יא, ווען? וואו?
פארוואס האט קיינער נישט ארויסגעשטעלט א מודעה??

הרה״צ מקרלסבורג ווייסט נאכנישט אז זיין ברודער איז אוועק
מען האט איהם נאכנישט געזאגט ווייל ער האט א חולשה

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3836
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

Re: בד"ה: האדמו"ר הישיש רבי משה אליקים בריעה כהנא מספינקא בני ברק

תגובהדורך שמו » מיטוואך מאי 05, 2021 8:29 pm

אידישע מוח האט געשריבן:
וועלוועל קליינער האט געשריבן:איינער ווייסט אויב אחיו הרה"צ מקארלסבורג שליט"א זיצט שבעה?
אויב יא, ווען? וואו?
פארוואס האט קיינער נישט ארויסגעשטעלט א מודעה??

הרה״צ מקרלסבורג ווייסט נאכנישט אז זיין ברודער איז אוועק
מען האט איהם נאכנישט געזאגט ווייל ער האט א חולשה

אריבער א פראצעדור.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/


צו זעהן וואס מען באהאלט פון דיר

השקדן
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 14, 2010 8:22 am

Re: בד"ה: האדמו"ר הישיש רבי משה אליקים בריעה כהנא מספינקא בני ברק

תגובהדורך השקדן » מיטוואך מאי 05, 2021 10:13 pm

ר' יוסף ירחמיאל נישט געפארן?
זיצט שבעה בביתו?

גדל
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: בד"ה: האדמו"ר הישיש רבי משה אליקים בריעה כהנא מספינקא בני ברק

תגובהדורך גדל » מיטוואך מאי 05, 2021 10:36 pm

בילד
צוגעלייגטע
Burshtien Chasuna 7.jpg
Burshtien Chasuna 7.jpg (103.31 KiB) געזעהן 514 מאל
Sheve Bruchas Dometz BP 1.jpg
Sheve Bruchas Dometz BP 1.jpg (110.12 KiB) געזעהן 514 מאל

בעל מנוחה
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: בד"ה: האדמו"ר הישיש רבי משה אליקים בריעה כהנא מספינקא בני ברק

תגובהדורך בעל מנוחה » מיטוואך מאי 05, 2021 10:38 pm

השקדן האט געשריבן:ר' יוסף ירחמיאל נישט געפארן?
זיצט שבעה בביתו?

ניין נישט געפארן
ער זיצט ביי זיך אינדערהיים
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
baalmenucha@gmail.com

די הייליגע זיידע'ס
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 4:58 am

Re: בד"ה: האדמו"ר הישיש רבי משה אליקים בריעה כהנא מספינקא בני ברק

תגובהדורך די הייליגע זיידע'ס » דאנארשטאג מאי 06, 2021 4:52 am

פעטער יעקל האט געשריבן:אינטערעסאנט אז דער רבי זצ"ל איז געוועהן אן איידעם ביי הרה"ח ר' חיים אלי' ביטמאן ע"ה מלמד דרדקי רבות בשנים באה"ק און שפעטער אין ב"פ וואס איז נישט געוועהן דוקא פון א רבישע משפחה,
געהערט אמאל אז מהאט אנגעטראגן עטליכע שידוכים אבער נישט מיט די גאנצע לבוש, און מהאט געפרעגט הרה"ק מבעלזא זי"ע וואס האט געזאגט מזאל ענדערש טוען דעם שידוך וואס זי האט יא מסכים געוועהן צו גיין מיטן גאנצן לבוש,

די מעשה לויט וויפיל איך ווייס איז אז מ’האט געהאט גירעדט א שיינע רעבישע שידוך אבער נישט מיט די גאנצע לבוש וואס ביי די ספינקא גזע און נאך שטייט מען דערויף....

און אויך האט מען גערעדט דעי שידוך וואס איז נישט אזוי מיוחס אבער גרייט נאך צוגעבן לבוש...

איז דער טאטע הרה”ק רבי נחמן אריין אדער געשיקט פרעגן דעם הייליגן בעלזא’ער רב ז”ל

און די תשובה איז געווען;

”היינט (יענע יארן פון נאכן קריג....) א מיידל וואס איז גרייט נאכצוגעבן לבוש - איז די גרעסטע יחוס”...


(אפשר נישט די לשון פונקט, אבער דעי משמעות...)
די גאלדענע קייט זאל זיך ווייטער ציה’ען מעתה ועד עולם... אא א איי איי איי די הייליגע זיידע’ס זאלן זיך מיהע’ן וכ”ו

לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

Re: בד"ה: האדמו"ר הישיש רבי משה אליקים בריעה כהנא מספינקא בני ברק

תגובהדורך לייבעלע הירש » דאנארשטאג מאי 06, 2021 6:00 am

אין די העברעישע ארטיקל אנהויב פינעם אשכול שטייט אז רבי חיים אלי' איז געווען עפעס א רב אין אונגארן
דער באשעפער איז נישט דיין זיידע... ער איז דיין טאטע!

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: בד"ה: האדמו"ר הישיש רבי משה אליקים בריעה כהנא מספינקא בני ברק

תגובהדורך ווערעצקי » דאנארשטאג מאי 06, 2021 6:53 am

פעטער יעקל האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:וכן באחיו.

ווער פארשטייט דיינע רמזים...?

מסתמא מיינט ער צו מרמז זיין, אז זיינע ברידער (עכ"פ א חלק פון זיי) זענען אויך נישט געווארן קיין איידעמער ביי רבי'שע משפחות, נאר ענדערש מיט אזעלכע וואס האבן געטראגן (אדער זיך אנגעטוהן) די פרומע לבוש.
ואלו הן:
אחיו להבחל"ח הגה"צ ר' ברוך שליט"א, אדמו"ר מקארלסבורג, חתן הרה"ח ר' ... יאקאב ז"ל
אחיו הרה"צ ר' אשר ישעי' זצ"ל, אדמו"ר מספינקא קרית יואל, חתן ....

דוכט זיך אז אחיו הרה"צ ר' מענדל זצ"ל אדמו"ר מספינקא לאנדאן, איז יא א איידעם ביי א רבני'שע משפחה, ביי בעל שרגא המאיר זצ"ל.
אסדר: ווילאנג ביידן איז פרעזידענט וועט זיין וואס צו שרייבן, און ווילאנג ער טיילט סטימיולעס און אנעמפלוימענט וועל איך האבן צייט...

אוועטאר
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

Re: בד"ה: האדמו"ר הישיש רבי משה אליקים בריעה כהנא מספינקא בני ברק

תגובהדורך יישר כח » דאנארשטאג מאי 06, 2021 7:46 am

ווערעצקי האט געשריבן:
פעטער יעקל האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:וכן באחיו.

ווער פארשטייט דיינע רמזים...?

מסתמא מיינט ער צו מרמז זיין, אז זיינע ברידער (עכ"פ א חלק פון זיי) זענען אויך נישט געווארן קיין איידעמער ביי רבי'שע משפחות, נאר ענדערש מיט אזעלכע וואס האבן געטראגן (אדער זיך אנגעטוהן) די פרומע לבוש.
ואלו הן:
אחיו להבחל"ח הגה"צ ר' ברוך שליט"א, אדמו"ר מקארלסבורג, חתן הרה"ח ר' משה יאקאב ז"ל
אחיו הרה"צ ר' אשר ישעי' זצ"ל, אדמו"ר מספינקא קרית יואל, חתן ....

דוכט זיך אז אחיו הרה"צ ר' מענדל זצ"ל אדמו"ר מספינקא לאנדאן, איז יא א איידעם ביי א רבני'שע משפחה, ביי בעל שרגא המאיר זצ"ל.

אן איידעם ביים בעל שרגא המאיר'ס טאטע, דער וויזשניצע דיין ר' דוד צבי שנעבאלג ז"ל

אוועטאר
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

Re: בד"ה: האדמו"ר הישיש רבי משה אליקים בריעה כהנא מספינקא בני ברק

תגובהדורך יישר כח » דאנארשטאג מאי 06, 2021 8:05 am

די הייליגע זיידע'ס האט געשריבן:
פעטער יעקל האט געשריבן:אינטערעסאנט אז דער רבי זצ"ל איז געוועהן אן איידעם ביי הרה"ח ר' חיים אלי' ביטמאן ע"ה מלמד דרדקי רבות בשנים באה"ק און שפעטער אין ב"פ וואס איז נישט געוועהן דוקא פון א רבישע משפחה,
געהערט אמאל אז מהאט אנגעטראגן עטליכע שידוכים אבער נישט מיט די גאנצע לבוש, און מהאט געפרעגט הרה"ק מבעלזא זי"ע וואס האט געזאגט מזאל ענדערש טוען דעם שידוך וואס זי האט יא מסכים געוועהן צו גיין מיטן גאנצן לבוש,

די מעשה לויט וויפיל איך ווייס איז אז מ’האט געהאט גירעדט א שיינע רעבישע שידוך אבער נישט מיט די גאנצע לבוש וואס ביי די ספינקא גזע און נאך שטייט מען דערויף....

און אויך האט מען גערעדט דעי שידוך וואס איז נישט אזוי מיוחס אבער גרייט נאך צוגעבן לבוש...

איז דער טאטע הרה”ק רבי נחמן אריין אדער געשיקט פרעגן דעם הייליגן בעלזא’ער רב ז”ל

און די תשובה איז געווען;

”היינט (יענע יארן פון נאכן קריג....) א מיידל וואס איז גרייט נאכצוגעבן לבוש - איז די גרעסטע יחוס”...


(אפשר נישט די לשון פונקט, אבער דעי משמעות...)

די מעשה לויט וויפיל איך ווייס איז אז די ספינקא רבי הרה"ק ר' נחמן האט געזאגט פארן בעלזא'ער רב זי"ע אז
"א מיידל וואס איז גרייט נאכצוגעבן לבוש - איז די גרעסטע יחוס"
שפעטער איז איינער געווען ביים בעלזער רב ז"ל מיט אזא שאלה האט די בעלזער רב געזאגט אז
מאסמעי רב (וואס די ספינקא רבי ר' נחמן איז געווען דעמאלטס רב אין בני רעם - מאסמעי) האט דאך געזאגט אז "א מיידל וואס איז גרייט נאכצוגעבן לבוש - איז די גרעסטע יחוס"
האט מען געזען אז די בעלזער רב ז"ל איז געווען סבור וקיבל פון די סברה

(אזוי ליגט מיר אין קאפ געהערט פון קארלסבארגע רב)

נישטאמת
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: בד"ה: האדמו"ר הישיש רבי משה אליקים בריעה כהנא מספינקא בני ברק

תגובהדורך נישטאמת » דאנארשטאג מאי 06, 2021 10:38 am

ווי איז די רבי געווען ביים קריג? די גאנצע משפחה האט איבער געלעבט?
פנימחדשות האט געשריבן:מען דארף געדענקען אז ס'שטייט א מענטש אונטער יעדער ניק

nishtames@gmail.com

veltsman
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 03, 2014 8:48 pm

Re: בד"ה: האדמו"ר הישיש רבי משה אליקים בריעה כהנא מספינקא בני ברק

תגובהדורך veltsman » דאנארשטאג מאי 06, 2021 1:50 pm

השקדן האט געשריבן:ר' יוסף ירחמיאל נישט געפארן?
זיצט שבעה בביתו?

פרובירט צוויי וואכן צו פארן, נישט באקומען ערלויבעניש פון די איזראעלישע אינסטאנצען
נעכטן געווען א ברית פון אן אייניקל בביתו בקרית טאהש
כ״ק אדמו״ר מספינקא נתכבד באמירת הברכות ויקרא שמו בישראל משה אליקים בריעה
נאכן ברית האט גיסו שליט״א געגעבן א קוויטל והתברך בברכת ישועה ורחמים

מחצה''ק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2019 7:28 pm

Re: בד"ה: האדמו"ר הישיש רבי משה אליקים בריעה כהנא מספינקא בני ברק

תגובהדורך מחצה''ק » דאנארשטאג מאי 06, 2021 2:17 pm

ווערעצקי האט געשריבן:
פעטער יעקל האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:וכן באחיו.

ווער פארשטייט דיינע רמזים...?

מסתמא מיינט ער צו מרמז זיין, אז זיינע ברידער (עכ"פ א חלק פון זיי) זענען אויך נישט געווארן קיין איידעמער ביי רבי'שע משפחות, נאר ענדערש מיט אזעלכע וואס האבן געטראגן (אדער זיך אנגעטוהן) די פרומע לבוש.
ואלו הן:
אחיו להבחל"ח הגה"צ ר' ברוך שליט"א, אדמו"ר מקארלסבורג, חתן הרה"ח ר' ... יאקאב ז"ל
אחיו הרה"צ ר' אשר ישעי' זצ"ל, אדמו"ר מספינקא קרית יואל, חתן ....

דוכט זיך אז אחיו הרה"צ ר' מענדל זצ"ל אדמו"ר מספינקא לאנדאן, איז יא א איידעם ביי א רבני'שע משפחה, ביי בעל שרגא המאיר זצ"ל.

איינע פון ר' נחמן' שוואגער'ס לבית רובין האט אמאל פארגעהאלטען ר' נחמן פארוואס ער טיט נישט מיוחסדיגע שידוכים האט ר' נחמן געזאגט אז יעדער ברענגט עפעס צים שידוך ער ברענגט יוחס ער האט געניג
(בערך אזוי האב איך געהערט פון א אייניקל)

גדל
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: בד"ה: האדמו"ר הישיש רבי משה אליקים בריעה כהנא מספינקא בני ברק

תגובהדורך גדל » דאנארשטאג מאי 06, 2021 2:21 pm

veltsman האט געשריבן:
השקדן האט געשריבן:ר' יוסף ירחמיאל נישט געפארן?
זיצט שבעה בביתו?

פרובירט צוויי וואכן צו פארן, נישט באקומען ערלויבעניש פון די איזראעלישע אינסטאנצען
נעכטן געווען א ברית פון אן אייניקל בביתו בקרית טאהש
כ״ק אדמו״ר מספינקא נתכבד באמירת הברכות ויקרא שמו בישראל משה אליקים בריעה
נאכן ברית האט גיסו שליט״א געגעבן א קוויטל והתברך בברכת ישועה ורחמים

גיסו האדמו"ר מטאהש ?

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3836
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

Re: בד"ה: האדמו"ר הישיש רבי משה אליקים בריעה כהנא מספינקא בני ברק

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג מאי 06, 2021 3:07 pm

מחצה''ק האט געשריבן:
ווערעצקי האט געשריבן:
פעטער יעקל האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:וכן באחיו.

ווער פארשטייט דיינע רמזים...?

מסתמא מיינט ער צו מרמז זיין, אז זיינע ברידער (עכ"פ א חלק פון זיי) זענען אויך נישט געווארן קיין איידעמער ביי רבי'שע משפחות, נאר ענדערש מיט אזעלכע וואס האבן געטראגן (אדער זיך אנגעטוהן) די פרומע לבוש.
ואלו הן:
אחיו להבחל"ח הגה"צ ר' ברוך שליט"א, אדמו"ר מקארלסבורג, חתן הרה"ח ר' ... יאקאב ז"ל
אחיו הרה"צ ר' אשר ישעי' זצ"ל, אדמו"ר מספינקא קרית יואל, חתן ....

דוכט זיך אז אחיו הרה"צ ר' מענדל זצ"ל אדמו"ר מספינקא לאנדאן, איז יא א איידעם ביי א רבני'שע משפחה, ביי בעל שרגא המאיר זצ"ל.

איינע פון ר' נחמן' שוואגער'ס לבית רובין האט אמאל פארגעהאלטען ר' נחמן פארוואס ער טיט נישט מיוחסדיגע שידוכים האט ר' נחמן געזאגט אז יעדער ברענגט עפעס צים שידוך ער ברענגט יוחס ער האט געניג
(בערך אזוי האב איך געהערט פון א אייניקל)

זיין ברודער רבי יוסף מאיר (ספינקא ירושלים) פלעגט זאגן, יחוס האב איך גענוג, יעצט זוך איך סחורה.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/


צו זעהן וואס מען באהאלט פון דיר

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3313
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: בד"ה: האדמו"ר הישיש רבי משה אליקים בריעה כהנא מספינקא בני ברק

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » דאנארשטאג מאי 06, 2021 3:45 pm

בילד


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], Rak Tov, Toyota, אברך, אזוי וויל איך, בינוני, געפרואווטער, געשמאקע קוקיס, וואס עפעס?, כרם, קוק אויף דיך אליינס, שרייזשע, תיקו און 71 געסט