דברי הרבנים הגאונים והצדיקים על האסון הנורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

קוואל וואסער
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 5:44 pm

Re: דברי הרבנים הגאונים והצדיקים על האסון הנורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובהדורך קוואל וואסער » מאנטאג מאי 03, 2021 2:58 pm

שקויך פאר די הייליגע כלי יקר ווערטיר
סייעתא דשמיא איז די ערשטע זאך

פרישטאג
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2021 3:54 pm

Re: דברי הרבנים הגאונים והצדיקים על האסון הנורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובהדורך פרישטאג » מאנטאג מאי 03, 2021 3:04 pm

איינע מיט די רעקארדינג פין דעם אין פון די אנדערע מעמדים אויב מען האט ארום גערעדט פון פון דעם

באנאנא האט געשריבן:באבוב, איידער אמירת כל ספר תהלים בביהמ"ד הגדול במעמד אלפי איש[image][/image]
פרישטאג

פרישטאג
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2021 3:54 pm

Re: דברי הרבנים הגאונים והצדיקים על האסון הנורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובהדורך פרישטאג » מאנטאג מאי 03, 2021 3:07 pm

און צו ווייסט וואס אדמו"ר מבאבוב 45 האט געזאגט אויב יא קען איינער ארויף לייגן די רעקארדינג
פרישטאג

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3834
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

אדמו"ר מראזלא שליט"א

תגובהדורך שמו » מאנטאג מאי 03, 2021 3:37 pm

דברו''ק מכ''ק מרן רבינו שליט''א שבת אמור תשפ''א לאור המצב_Page_1.jpg
דברו''ק מכ''ק מרן רבינו שליט''א שבת אמור תשפ''א לאור המצב_Page_1.jpg (432.41 KiB) געזעהן 2104 מאל



דברו''ק מכ''ק מרן רבינו שליט''א שבת אמור תשפ''א לאור המצב_Page_2.jpg
דברו''ק מכ''ק מרן רבינו שליט''א שבת אמור תשפ''א לאור המצב_Page_2.jpg (444.68 KiB) געזעהן 2104 מאל
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/


צו זעהן וואס מען באהאלט פון דיר

וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

Re: דברי הרבנים הגאונים והצדיקים על האסון הנורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובהדורך וויל וועלן » מאנטאג מאי 03, 2021 4:15 pm

ל.רוזן האט געשריבן:
קוואל וואסער האט געשריבן:

ביידע בלאקירט אפשר קען איינער כשרן


די וועלט שטייט שאקירט און מען קען נישט צו זיך קומען פון די שרעקליכע טראגעדיע וואס האט פאסירט ל"ע אין מירון פארגאנגענעם ל"ג בעומר העעל"ט. עס גלייבט זיך נישט ווען מען הערט די שוידערליכע שמועות, אומשולדיגע אידישע קינדער זענען נעבעך צודריקט און צעטרעטן געווארן. פינף און פערציג טייערע הייליגע לויטערע נשמות האבן זיך צוריקגעקערט צום כסא הכבוד אינעם הייליגן טאג ל"ג בעומר אין מירון.
זיצנדיג אין מירון, האט דער ראש ישיבה געזאגט עטליכע קורצע חיזוק שמועסן. צוליב די וויכטיגקייט דערפון וועלן מיר אראפ ברענגען די תוכן פונעם ראש ישיבה'ס ווערטער.

מענטשן זענען זייער צומישט, מענטש פרעגן "וואס גייט פאר"? דער הייליגער רבי זאגט אין ליקוטי מוהר"ן ח"ב, סימן נ"ב: דאס וואס ס'איז דא קשיות אויפן אייבערשטן; דאס איז זיין שיינקייט. אונזער שכל זאל פארשטיין דעם אייבערשטן וואלט געמיינט אז דער אייבערשטער איז אונזער שכל. קומט אויס אז דאס וואס מען פארשטייט נישט, ס'איז דא קשיות "וואס, וואס?" - דאס ווייזט ווי גרויס דער אייבערשטער איז. דער רבי פירט אויס "וואויל איז דער מענטש וואס האט נישט קיין קשיות". דער אייבערשטער פירט די וועלט מיט א פונקטליכקייט. "אל אמונה ואין עול, צדיק וישר הוא".
מ'האט געפרעגט א צדיק 'במה הארכת ימים', האט ער געענטפערט, 'איך האב נישט געפרעגט קיין קשיות'. אז מ'פרעגט קשיות, אויבן אין הימל איז אלעס קלאר, זאגט מען אים 'קום ארויף אויבן, און דו וועסט שוין אלעס פארשטיין'.
מ'דארף אסאך חזר'ן די אמונה, מיט זיך מיט די ווייב מיט חברים. עס איז דא א באשעפער. איך ווייס נישט, איך פארשטיי נישט, איך וויל נישט פארשטיין, און איך קען נישט פארשטיין. איך וויל האבן אמונה. נישט קיין חילוק וואס פאסירט. מ'ווייסט גארנישט וואס פארא גזירה רבי שמעון בר יוחאי האט אראפגענומען.

ליידער מ'הערט די שרעקליכע טראגעדיע וואס איז געשען אין מירון, עס קומט אריין שרעקליכע שוידערליכע נייעס; אומשוליגע טייערע בחורים און אינגעלייט, אזוי אומגעקומען אין אזא הייליגע טאג, אזוי סאך אידישע קינדער ליגן נעבעך אין שפיטאל יעצט.
דער הייליגער רמב"ם זאגט, ווען דער אייבערשטער שיקט עפעס א צרה, איז דא א מצות עשה א מענטש זאל זיך מתבונן זיין 'וואס דארף איך פאררעכטן'; דער רמב"ם זאגט אין הלכות תענית: אויב א מענטש זאגט "ס'איז א פאסירונג, ס'געשען", "דרכי העולם, ס'געשעט, משטופט זיך, מ'פאלט", "ס'געשעט אזוי, ס'געשעט אהער", "יעצט רעגן נישט, יעצט רעגנט יא", "יעצט קומט גוט, יעצט קומט שלעכט", איז עס מדרכי אכזריות! פארוואס? ווייל דער אייבערשטער שיקט אונז רמזים מ'זאל תשובה טון, און אויב ח"ו מ'זאגט אז דאס איז מדרכי העולם, "ס'געשעט זאכן", "ס'פאסירט עקסידענטן", ברענגט מען ח"ו נאך שלעכטס. ווייל דער אייבערשטער דארף שיקן נאך רמזים.
על כל פנים, מענטשן פרעגן, "וואס זאל איך טון?", אזא מעשה, מ'איז צומישט, מ'ווייסט נישט וואס צו טראכטן. וואס מיר דארפן ארויסנעמען איז, אכטונג געבן זיך נישט קריגן מיט אנדערע, זיך נישט שטופן מיט אנדערע, נישט טרעטן אויף אנדערע, נישט באגראבן אנדערע, נישט שטויסן אנדערע. אידישע קינדער זענען זייער חשוב ביים אייבערשטן. דער יצר הרע קומט און וויל מאכן פרודים "אונזער, ענקער", "מיר זענען גרעסער, ענק זענען קלענער", "מיר זענען די עכטע, דו ביסט נישט די עכטע"; אדער ח"ו מענטשן זענען פארנומען מיט א צווייטן; מ'זוכט ווי אזוי מ'קען וויי טון א צווייטן, שטעכן א צווייטן, טרעטן אויף א צווייטן. אז מ'זעט מענטשן ווערן צוקוועטשט און מ'טרעט זיך אן, דאס קומט אונז ווייזן אז "וואס דארף איך וויי טון א צווייטן?", "פארוואס זאל איך נישט לעבן בשלום יעדער איינער צוזאמען?".
על כל פנים, טייערע תלמידים, טייערע בחורים, טייערע אינגעלייט, אז עטס פרעגטס וואס מ'קען ארויסנעמען פון דעם אינעם הייליגן טאג ל"ג בעומר; רבי שמעון בר יוחאי הייבט אן דעם "אידרא": "אנן בחביבותא תליא מילתא" - אונזער הצלחה איז אז מ'האט זיך ליב, אז מ'לעבט אינאיינעם און מ'איז בשלום. בפרט אין די טעג פון ספירה, ל"ג בעומר; ביז ל"ג בעומר איז דאך טעג פון אבלות, וואס איז געשען אזעלעכע טראגעדיעס אין צייטן פון רבי עקיבא, אזוי סאך תלמידים זענען נעבעך אומגעקומען, ווייל "שלא נהגו כבוד זה בזה". מ'מוז תשובה טון, מ'מוז שוין אפלאזן די אלע קריגערייען, מ'מוז אפלאזן די אלע מחלוקת'ן. מ'רעדט נישט דא פון מענטשן וואס רח"ל גייען נישט על פי תורה, מ'רעדט דאך פון אידישע קינדער, אלע חסידות'ן, אלע גזע'ן, אלע אפשטאמען. וואס א חילוק? חסידישע, נישט חסידישע, אשכנזישע, ספרדיש, וואס א חילוק? מיר זענען דאך אלע אידישע קינדער!


https://breslevcenter.com/letters/אזא-ש ... ארקן-אמונה:

בעזרת ה' יתברך

יום א' פרשת בהר-בחוקותי, כ' אייר, ל"ה לעומר, פה אתרא קדישא מירון, שנת תשפ"א לפרט קטן

מרת ... תחי', אשת ר' ... נרו יאיר

עס איז זייער שווער צו טרייסטן נאך אזא שוידערליכע טראגעדיע וואס האט פאסירט אין מירון אינעם הייליגן טאג ל"ג בעומר, ווען אזויפיל אומשולדיגע טייערע אידן זענען אומגעקומען, ובתוכם אייער טייערער ברודער ... עליו השלום. וואס קען מען זאגן? ווי אזוי קען מען טרייסטן די חשוב'ע משפחה; די טאטע, מאמע, די ווייב, די ברודער שוועסטער און קינדער; נישטא קיין ווערטער וואס צו זאגן, מיר קענען זאגן נאר די ווערטער: "המקום", דער הייליגער באשעפער, "ינחם אתכם", זאל אייך טרייסטן, "בתוך שאר אבלי ציון וירושלים".

עס איז א גזירה מן השמים, דער אייבערשטער האט אויסגעקליבן די טייערע אידן אין אזא הייליגע טאג ל"ג בעומר. אזוי איז געווען ווען אידישע קינדער האבן אויפגעשטעלט די הייליגע משכן, דעמאלט איז געווען אזא גרויסע שמחה, די גאנצע וועלט האט זיך געפריידט, פלוצלונג האט דער אייבערשטער אוועקגענומען אהרן הכהן'ס קינדער; אינמיטן די שמחה, אינמיטן די טענץ. שטייט אין די תורה אז אהרן הכהן האט געשוויגן, "וַיִּדֹּם אַהֲרֹן (ויקרא י, ג)", ער האט נישט געהאט קיין תרעומות אויפ'ן אייבערשטן, ער האט דאס מקבל געווען מיט גרויס שמחה, ער האט געוויסט אז דער אייבערשטער מאכט אלעס מיט א חשבון, אהרן הכהן האט ווייטער געדינט דעם אייבערשטן אזוי ווי פריער.

איך האב געהערט זייער א שטארקע חיזוק פון מוהרא"ש. די הייליגע חכמים זאגן (סוכה כח:) אויב עס רעגנט יום טוב סוכות איז דאס אזוי ווי א הַאר בעט זיין קנעכט ברענג מיר וואסער, און ווען דער קנעכט ברענגט די וואסער נעמט דער הַאר די וואסער און שפריצט דאס אן דעם קנעכט, אזוי איז יום טוב סוכות ווען עס גייט א רעגן; יום טוב סוכות ווען מיר אלע זיצן אין די סוכה, מיר טוען דעם רצון ה', און דער אייבערשטער גיסט אונז אן; אויבנאויף זעט דאס אויס ווי א שלעכטע זאך, אבער מוהרא"ש זאגט אונז אז עפעס טיפערס ליגט אין דעם משל.

ווען א הַאר קויפט זיך א קנעכט ווייסט ער נאכנישט אויב דער קנעכט איז אים באמת געטריי, ווי אזוי קען דער הַאר וויסן אויב זיין קנעכט איז אים באמת געטריי? ער בעט אים ברענג מיר וואסער און ער נעמט די וואסער און גיסט אים אפ אין פנים אריין; איז דער קנעכט נישט געטריי – וועט ער אנטלויפן פון אזא הַאר, אויב אבער דער קנעכט בלייבט ווייטער געטריי – איז א סימן אז דער קנעכט האט נישט קיין שום ווילן, ער האט נאר איין ווילן, טון דעם רצון פון זיין הַאר.
אזוי אויך, עס קומט דער יום טוב ראש השנה און יום הכיפורים ווען אלע אידן זאגן פאר'ן אייבערשטן: "מיר זענען דיר געטריי, מיר ווילן נאר טון דיין ווילן"; נאכדעם קומט דער יום טוב סוכות, אלע בויען סוכות, אלע גיין אריין אין די סוכה; דער אייבערשטער וויל זען ווי געטריי זיינע קינדער, זיינע קנעכט - זענען, גיסט ער זיי אן מיט וואסער, דעמאלט זעט מען ווער מיר זענען; מיר בלייבן ווייטער קנעכט פאר'ן אייבערשטן.

אנדערש ווי די אומות העולם, וואס ביי זיי שטייט (עבודה זרה ג.) אז ווען משיח וועט קומען וועלן זיי האבן א טענה צום אייבערשטן פארוואס מען האט זיי נישט געגעבן די תורה, וועט דער אייבערשטער זיי געבן די מצוה פון סוכה און די גויים וועלן צעברעכן די סוכות, זיי וועלן ארויסלויפן פון די היצן; דאס איז א גוי, ווען עפעס גייט אים נישט גוט, שטויסט ער גלייך אלעס אוועק. ווידער, אידישע קינדער, בני א-ל חי, זיי בלייבן געטריי.

מיר זענען געקומען צו פארן צו רבי שמעון בר יוחאי, יעדער איינער איז געקומען אויס'פועל'ן ישועות און פלוצלונג איז אלעס צעשטערט געווארן, מען האט אונז אנגעגאסן מיט די וואסער וואס מיר האבן געברענגט; דאך בלייבן מיר געטריי, מיר האבן נישט קיין קשיות, מיר פרעגן נישט, מיר ווייסן נישט, מיר קענען סיי ווי נישט פארשטיין דרכי המקום, מיר וועלן ווייטער טון דעם רצון ה'.

שטארקט אייך און שטארקט אייערע טייערע עלטערן; זיי זענען דאך אזוי צעבראכן אויף שברי שברים. עס איז נישטא נאך אזא צער ווי די צער פון עלטערן וואס דארפן באגלייטן א קינד צו די קבורה. זייט מחזק אייער שוועגערין די אלמנה, זי דארף דאך אזויפיל כח זי זאל קענען ווייטער זיין א מאמע פאר די אומשולדיגע יתומים'לעך. זייט מחזק אלע געשוויסטער, יעצט איז א צייט וואס מען מוז זיך שטארקן, מען מוז אנגיין מיט עבודת השם יתברך, מען דארף ווייטער אויפציען דורות פאר'ן אייבערשטן.

דער אייבערשטער זאל שוין רחמנות האבן אויף אונז; מיר זענען אלע אזוי צעבראכן, יעדער איד אין די גאנצע וועלט איז צעקלאפט, דאס איז א קלאפ פאר אונז אלע בכלל און בפרט פאר די משפחות ה' ירחם.

דער אייבערשטער זאל אונז שוין אלע טרייסטן, אונז שיקן משיח צדקינו און מיר וועלן זוכה זיין צו תחיית המתים; מיר וועלן זיך טרעפן מיט אלע אידן אינאיינעם, מיט אלע צדיקים; אמן.

ישראל_הלוי
שר האלף
תגובות: 1691
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: דברי הרבנים הגאונים והצדיקים על האסון הנורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובהדורך ישראל_הלוי » מאנטאג מאי 03, 2021 4:46 pm

דבקי חיזוק והתעוררות פון האדמו"ר מסקולען יום א' בה"ב

https://www.dropbox.com/s/ogve4rzb3q1yk ... 6.mp3?dl=0

לאדז'ער
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 02, 2019 12:26 am

Re: דברי הרבנים הגאונים והצדיקים על האסון הנורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובהדורך לאדז'ער » מאנטאג מאי 03, 2021 4:57 pm

האדמו"ר מגור כתב מכתב לכל משפחות האבלים שיקיריהם נהרגו במירון. מחר ילדיו יגיעו לכל בתי האבלים עם המכתב שבמקום החותם כותב "אני שותף בצערכם"

אוועטאר
קאפעלע
שר האלפיים
תגובות: 2256
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 25, 2020 11:59 pm
לאקאציע: ביים ארבעט

Re: דברי הרבנים הגאונים והצדיקים על האסון הנורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובהדורך קאפעלע » מאנטאג מאי 03, 2021 5:07 pm

מצלמה האט געשריבן:
chicken האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:א שרעקליכע אסון נורא (הנקרא ״סטעמפיד״) וואס האט ליידער פאסירט בימי חז״ל - און וויאזוי חז״ל האבן רעאגירט דערצו - און ס׳איז נאך אסור עד היום הזה!

10677DC9-547C-4079-AAEA-D6033F6A5317.jpeg


E12BD0AD-C522-483B-ACB6-262B3A6C19A5.jpeg


די וואס ווילן צומאכן די אויגן און נישט רעדן פון דעם שרעקליכן מקום סכנה וואס דארט גייט אן - פארשטייען בעסער פון חז״ל.


לדעתי ביי ר' שמעון איז אנדערש... אוודאי דארף מען טון השתדלות. אבער ר' שמעון היט.
און ווער זאגט אז מהאט נישט דעמאלטס מעורר געווען?


איך וויל טאקע פארשטיין פארוואס איז היינט אסור צו גיין מיט א סנדל המסומר?
פארוואס איז א שיך מיט נעגל אסור כהיום יום?

ווייל אזוי האבן חז”ל דעמאלטס פארשטאנען. און יעצט וועלן מיר אויך ווארטן צו הערן וואס אונזערע גדולים, די חכמי דורינו וועלן זאגן

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3487
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: דברי הרבנים הגאונים והצדיקים על האסון הנורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מאנטאג מאי 03, 2021 5:12 pm

ר' דן סגל - לשון הקודש

חלק ראשון הכל היה חסדי השם, חלק שני בענין המחלוקת
לעצט פאראכטן דורך הרבטייטעלבוים אום מאנטאג מאי 03, 2021 5:50 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
כתיבה וחתימה טובה. הכ"ד המצפה לישועה קרובה.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות
בעמ"ח אשכולות התמרים

וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

Re: דברי הרבנים הגאונים והצדיקים על האסון הנורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובהדורך וויל וועלן » מאנטאג מאי 03, 2021 5:46 pm

רמב.jpg
רמב.jpg (135.9 KiB) געזעהן 1651 מאל

רבאב.jpg
רבאב.jpg (223.44 KiB) געזעהן 1651 מאל

שאראש-פאטאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: דברי הרבנים הגאונים והצדיקים על האסון הנורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובהדורך שאראש-פאטאק » מאנטאג מאי 03, 2021 6:04 pm

אוהב ציון האט געשריבן:דברי חיזוק מהאב ששיכל שני ילדיו
https://drive.google.com/file/d/1QcsISb ... p=drivesdk

קען איינער עס איבער שרייבען אין אידיש

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26328
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: דברי הרבנים הגאונים והצדיקים על האסון הנורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מאי 03, 2021 6:40 pm

ביטע זיך האלטן צום קעפל.

א דאנק.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

גדל
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: דברי הרבנים הגאונים והצדיקים על האסון הנורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובהדורך גדל » מאנטאג מאי 03, 2021 7:20 pm

פון פיינע נייעס
א שארפע שמועס האט האדמו''ר רבי ברוך מאיר יעקב שוחט מקארלין-סטאלין ארויסגעטרעטן קעגן די וואס לאזן נישט צו אז די באאמטע זאלן מאכן ריכטיגע סדר אין מירון, וואו ס'קומען זיך צוזאם אזויפיל טויזנטער מענטשן.

אונז האמיר ערהאלטן די רעקארדירונג, אבער מיר זענען נישט געווען זיכער אויב דאס איז א ריכטיגע רעקארדירונג. האבן מיר זיך פארבינדן מיט א נאנטער, וואס האט אונז באשטעטיגט די רעקארדירונג, און וויאזוי דער רבי ווייטאגט אויף די שרעקליכע צרה וואס איז באפאלן דעם אידנטום.

דער רבי שטעלט זיין שמועס איבער דעם וואס מ'דארף זיך ארויסלערנען וועלכע זאך פון רוחנית מ'דארף זיך פארבעסערן און זיך ארויסלערנען, ווי דער רבי ברענגט ארויס אהבת ישראל. דערנאך זאגט דער רבי, אז חוץ פון רוחנית דארף מען זען וועלכע תקנת מ'דארף פאררעכטן אז ס'זאל נישט פאסירן נאכאמאל אזא שרעקליכע געשעעניש.

"די וואס ווייסן דערפון ווייסן גאנץ גוט אז ס'איז שוין געווען דורכאויס די יארן אסאך וואס האבן געוואלט טון אויף צו גרעסער מאכן דאס פלאץ אין מירון, און צו פאררעכטן די תשתיות (אינפראסטראקטור) ס'איז נישט דא וואס צו רעדן, כדי נאר אז דער עולם וואס קומט איז די תשתיות נישט ווי ס'דארף זיין. ליידער ס'קומט פון אונזערע קרייזן, איז געווען אסאך שטערונגען צו טון זאכן וואס מ'האט געדארפט צוליב אייגנארטיגע סיבות, צוליב שמאלע סיבות. ס'איז צייט מיר זאלן זיך אנפאנגען פירן ווי מענטשן, ס'איז נישט קיין קליינער ציבור וואס איז אמאל געווען, ס'איז קיין יחם הרע א שיינער ציבור, ס'איז דא אסאך ערליכע אידן, ס'איז דא ישיבות, ס'איז דא כוללים, ס'זענען דא רבנים. ס'דא אין אסאך שטעט שיינע גרויסע קהילות, ס'שוין צייט מ'זאל זיך פירן ווי ערוואקסענע מענטשן, ס'איז צייט זיך צו אויסטון די קינדערישע שיכלעך. אנשטאט מ'זאל שטערן וואלט מען געדארפט זען צו העלפן ווי מ'קען. ווי מ'קען פארבעסערן ווי מ'קען פארבעסערן.

מירון איז א פלאץ ווי ס'קומען דאך א געוואלד אידן, מ'רעדן דאך טאקע אזא טאג ווי ל"ג בעומר, וואס אין א געווענליכע יאר קומען דאך הונדערטער טויזנטער אידן, ס'מוז דאך זיין א נארמאלער תשתית. יעדער איינער ווייסט סומכים על הנס, דער אויבערשטער האט געהאלפן ביזן היינטיגן יאר איז געווען ניסים, איז עס נישט קיין סיבה מ'זאל ווייטער פארנאכלעסיגן אין דעם, מ'דארף טון וואס איז נארמאל, מ'דארף זיין מענטשן. אז מ'דארף דארט בויען אמת'ע גרויסע תשתיות, דארף מען זען ס'זאל זיין, דארף מען טון וועגן דעם, און מ'קען טון וועגן דעם. אוודאי יעדער יחיד קען נישט טון וועגן דעם, ס'איז דא גענוג אין אונזער ציבור וואס קען טון וועגן דעם, ס'זאל זיין איבער א יאר, ס'זאל אויסזען אינגאנצן אנדערש.

ס'איז נישט דא קיין איין סיבה פארוואס יעדע קלייניגקייט דארף מען זיך שלאגן ארום אלע סארטן קליינע נארישע סיבות. ס'איז שוין צייט מ'זאל טון אלעס באהבה ואחוה ושלום וריעות, ווי דער ווארט פונעם קארלינער, הלואי וואלט ער ליב געהאט דעם גרעסטן צדיק ווי דער אויבערשטער האט ליב דעם גרעסטע רשע. ס'איז דאך דא די פארשידענע לימודים וואס מ'דארף אלס טאן ווי דער אויבערשטער וויל. מדארף באמת ליב האבן אידן, מ'דארף מקדש זיין שם שמים מיטן לעבן. מ'דארף נישט אוועקגיין צו מקדש זיין שם שמים. מ'קען עס טון אויף די וועלט פשוט'ערהייט, זיין אן ערליכע איד אז ווער ס'זעט זאל זיך וועלן אויסלערנען וויאזוי עס צו זיין".

ס'איז צום האפן אז די ווערטער פון רבי'ן וועלן אויפטון אויף וואס ס'איז געצילט.




ביטע שיקט אריין א מעסעדזש מיט ערשט-האנטיגע אינפארמאציע, און א נומער צוריקצורופן, בכדי מיר זאלן קענען מיט א קראנטקייט באריכטן וואס ס'האט באמת פאסירט אין יענע טונקעלע מינוטן.

שיקט אן אימייל צו yiddishnews@jpupdates.com

אוועטאר
עכט נארמאל
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 03, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אין כולל

Re: דברי הרבנים הגאונים והצדיקים על האסון הנורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובהדורך עכט נארמאל » מאנטאג מאי 03, 2021 7:28 pm

ישראל_הלוי האט געשריבן:.

סאטמאר מהרי"י??
\

גאב''ד
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 29, 2021 1:35 am

Re: דברי הרבנים הגאונים והצדיקים על האסון הנורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובהדורך גאב''ד » מאנטאג מאי 03, 2021 9:09 pm

איינער ווייסט איבער הרה''צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט''א אויב עפעס גערעדט? אויב יא ביטע אריינשיקן

איתמר
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 24, 2018 10:58 pm

Re: דברי הרבנים הגאונים והצדיקים על האסון הנורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובהדורך איתמר » מאנטאג מאי 03, 2021 10:03 pm

שאראש-פאטאק האט געשריבן:
אוהב ציון האט געשריבן:דברי חיזוק מהאב ששיכל שני ילדיו
https://drive.google.com/file/d/1QcsISb ... p=drivesdk

קען איינער עס איבער שרייבען אין אידיש

דאס איז א צער פון כלל ישראל, די זענען טאקע מיינע קינדער אבער דאס איז א צער פון כלל ישראל, ס'זענען דא 45 נפשות ישראל וואס זענען אוועקגעריסן געווארן, 45 איז בגמטריא 'מה', מה איז אן ענין פון ביטול צום בורא יתברך, משה רבינו ע"ה האט געזאגט 'ואנחנו מה', אונז דארפן וויסן אז מיר זענן זין אינגאנצן מבטל צום בורא כל העולמים, מיר האבן נישט קיין שום 'ישות' אויפן וועלט.

אפי' ווען עס געשעהט שווערע זאכן וואס מיר פארשטייען נישט, ווי אזוי קען זיין יודן וואס זענען געקומען זיך פרייען ביי די שמחה ביי די הילולא פון רבי שמעון בר יוחאי איז געשען אזא טראגעדיע?

אבער הוא הנותנת, דער אייבערשטער האט אויסגעוועלט בהשגחה פרטית יעדע נפש וואס איז דארט געווען.

איך בין דארט געווען מיט 5 קינדער, און פון זיי זענען 3 געראטעוועט געווארן און 2 זענען נפטר געווארן, דער אייבערשטער האט אויסגעוועלט פינקטלעך וועלכע נשמות שייכים...

איך האב געבעטן דעם אייבערשטען א גאנצע נאכט וואס איך בין געלעגן בחוסר אונים, איך האב געזאגט רבש"ע איך בעט דיר איין זאך "נעם מיך נישט אוועק מיין אמונה, די אמונה נעם מיך נישט אוועק פון מיר, געב מיך אמונה, איך דארף כוחות, געב מיך אמונה, געב מיך אמונה" דאס האב איך געוויינט א גאנצע נאכט.

ב"ה די באשעפער האט נישט אוועקגענומען פון מיר די אמונה, און דאנק דער באשעפער דערפאר, און איך בעט אויף ווייטער שכל זמן שהנשמה בקרבי זאל איך וויסן און גלייבן אז דער אייבערשטער ער איז עשה ועושה ויעשה לכל המעשים, אין עוד מלבדו.

למדן וחסיד
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 25, 2017 9:07 am

Re: דברי הרבנים הגאונים והצדיקים על האסון הנורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובהדורך למדן וחסיד » דינסטאג מאי 04, 2021 1:35 am

https://www.jdn.co.il/j_world/1521174/
האדמור מקרלין סטולין
גאר שארף

גרינע
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2017 10:21 am

הרב אברהם מרדכי מלאך שליט"א

תגובהדורך גרינע » דינסטאג מאי 04, 2021 4:52 am

"יענעמס גראז איז נישט גרינע"

אוועטאר
אל תדאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע: אינעם הארץ פון די באטראפענע

Re: דברי הרבנים הגאונים והצדיקים על האסון הנורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובהדורך אל תדאג » דינסטאג מאי 04, 2021 5:44 am

https://www.yiddish24.com/interviews/12/38650
אינטערוויו: "אנא אני בא מצערו של אבא", אמונה-פעלזן שמועס מיטן געהויבענעם טאטן פון איינע פון די הרוגי מירון האברך החשוב ר' יוסף גרינבוים ז"ל מיט א הימלישע צידוק הדין איך האב אנגערופן מיין מחותן און געזאגט "מיר זענען געווארן מחותנים מיט רבי שמעון!", די שרעקליכע שעות ביזן אינדענטיפיצירן סמוך לכניסת השבת, "איך דאנק דעם באשעפער אז איך האב די זכי', מיין זוהן האט דעם שבת געמאכט א קידוש (השם), אמונה איז נישט טייטש אז אלעס גייט גוט", באגלייט מיט די שטורעמישע הספד לפני מיטתו וואס איז דער געשפרעך פון טאג.
געהויבענער טאטע הרב ברוך הערש גרינבוים

יא, כ'האב עס געהערט און כ'קען אייך זאגן, ס'נישט צום באשרייבן די אמונה פשוטה און גייסטישע כוחות וואס אידן פאַרמאָגן אין אזעלכע שווערע אומשטענדען,
מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ!

פנימחדשות
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 4:33 pm

Re: דברי הרבנים הגאונים והצדיקים על האסון הנורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובהדורך פנימחדשות » דינסטאג מאי 04, 2021 5:50 am

WOW WOW און נאכאמאל WOW!

זאל מען נישט געפרובט ווערען.

ישראל_הלוי
שר האלף
תגובות: 1691
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: דברי הרבנים הגאונים והצדיקים על האסון הנורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובהדורך ישראל_הלוי » דינסטאג מאי 04, 2021 6:58 am

האדמו"ר מגור
צוגעלייגטע
IMG-20210504-WA0005.jpg
IMG-20210504-WA0005.jpg (38.11 KiB) געזעהן 579 מאל

אוועטאר
זיידע ומומחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 12, 2012 11:09 am

Re: דברי הרבנים הגאונים והצדיקים על האסון הנורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובהדורך זיידע ומומחה » דינסטאג מאי 04, 2021 7:14 am


יודלייב
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 3:00 pm

Re: דברי הרבנים הגאונים והצדיקים על האסון הנורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובהדורך יודלייב » דינסטאג מאי 04, 2021 7:30 am

הגה''ח רא''ב זילבערבערג מקורבו פון אדמו''ר שליט''א מגור האט גירעדט ליל ל''ג בעומר אין ישיבת שפתי צדיק חצור
ער האט נאך געזגט אגאנצער שמועס פון רבי'ן שליט''א.
תוכן הענינים (נישט פונקטליך):
רבי שמעון יכול לפטור את כל העולם מן הדין, כדאי רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק, סאיז דא זמני דוחק צו יודע'ן, סאיז דא אמאהל דוחק ליחיד, אמאהל אין גשמיות, בריאות, דוחק פרנסה, אסונות ל''ע, אמאהל אין רוחניות, הסתרות, נסיונות, דוחק פון אלע זייטען, כדאי רבי שמעון לסמוך עליו, אגאנץ יאהר, ובפרט ביומא דהלולא, פון הימל וויל מען טובת ישראל, מ'קען נישט פארשטיין חשבונות שמים פארוואס ווערט 'שעת הדחק', תפילה איז אשטארקע אמצעי, יגולו רחמיך על מידותיך, לעורר מדת הרחמים, רבי שמעון האט אשטארקע כח און הימל, בפרט ביומא דהלולא, יכול אני לפטור את העולם כולו מן הדין, סאיז אגרויסע זמן וואס מדארף אסאך דאווענען און מתחנן זיין און פויעל'ן. סאיז יארצייט פון רמ''א אויך.

ישראל_הלוי
שר האלף
תגובות: 1691
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: דברי הרבנים הגאונים והצדיקים על האסון הנורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובהדורך ישראל_הלוי » דינסטאג מאי 04, 2021 7:31 am

הגר"ש כהן נשיא מועצת חכמי התורה
צוגעלייגטע
20210504_072928.jpg
20210504_072928.jpg (132.09 KiB) געזעהן 539 מאל

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26328
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: דברי הרבנים הגאונים והצדיקים על האסון הנורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג מאי 04, 2021 9:50 am

farshlufen האט געשריבן:
יין האט געשריבן:
4g קאפ האט געשריבן:הרה"ג ר' ישראל דוד שלעזינגער בתוך הדברים היינט ביים שיעור אויף תפילה מיט חיזוק אין מוסר לאור האסון הנורא, האט געזאגט אז געווענטליך איז ר שמעון לכל אף לפחותים, אבער וויבאלד מיר נעמען נישט אן אין די ישיבות נאר די מצוינים האט ר שמעון אויך גענומען די מצוינים צי זיך

איינער קען דאס ביטע ברענגען דא

ביי 47:00 בערך
https://www.kolhalashon.com//New/Media/ ... glish=True

און דאס איז פון ליל שישי ל"ג בעומר:
https://www.kolhalashon.com//New/Media/ ... glish=True
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”