ישרן האט געשריבן:איש חמודות האט געשריבן:הגה"צ רבי יחזקאל דייטש שליט"א אבדק"ק מקור חיים פריימאן האט געזאגט ביי של"ס:
דער רבי זי"ע (מרן מהר"י ט"ב) האט געזאגט אמאל שנת תשכ"ו אז אלע צרות וואס אידן ליידן היינט צוטאגס ברוחניות ובגשמיות קומט פון זיי [די ציונים ימ"ש].
מענטשן פרעגן ווער איז שולדיג? מ'זאגט דער מ'זאגט יענער...
ס'איז קיין ספק נישט אז זיי זענען שולדיג!!!
איך בין נישט בכח צו זיין מחולק מיט אזא גברא רבה. אבער תורה הוא וללמוד אני צריך.
ווי לאנג אז גילטיג דער כלל אז אלעס זענען די ציונים שולדיג?
מה"ת אז וואס דער רבי האט געזאגט 55 יאר צוריק איז נאך נוגע היינט?
וואס טוט דער אויבערשטער אויב ער וויל "אונז" שיקן א מעסעדש?
אויב איר קאלט ווי מ'האט אייך געצה'ט, פרעג אויך צי ,אלע צרות כו' "היינט ציטאגס"כו' וואס די רבי האט געזאגט "תשכ"ו" צי "היינט צי טאגס" איז א נביאה עד כי יבוא שילו...
אין מ'וועט מיזען טייטשען אזויוי אסאך טייטשען "עד היום הזה" אין ספרי נביאה מיינט אייביג ממש ווען מ'ליינט נאר די פסוק "עד היום הזה" ( הגם אפילו בתורה יש שכתבו שהכונה עד שנכתב בתורה ולא לעולם)
בכלל איך האב שוין געהערט מער פין איין הספד סיי פון אדמורי סאטמאר און אויך פון דייני סאטמער ביי פארשידענע טראגעדיעס קיינער האט נישט געמאכט אזא שאר"ט קא"ט
און געזאגט מיט א פשטות די ציונים זענען שולדיג אין פארטוג
מסתבר אזויווי "ליבי ובשרי" שרייבט אז דאס'יז ארויסגענמענע קוואוי"ד פונ'ם שמוס!
אפילו ווען סאטמערע רב האט'ס געזאגט איז זייער מסתבר אז ס'געקימען מתוך א ווייטאג פונ'ם מצב אין אויך געמיינט "רוב" צרות קימען פון זיי! מ'קענ'ס שוין אנריפען "אלעס" .אין חז"ל טרעפט מען אויך אז אפילו סשטייט "כל" דאך מיינט'ס נישט אייביג אלע נאר אפילו "רוב" רופט די ברייתא כל...
די רבי האט אסאך געוויינט אויף אונזערע חטאים ווי שובבים ועוד! א נער איז א קאמפלימענ"ט אויף די וואס טראכטען אז די אייגינע עוונות ברעגען נישט צרות... ( איך וויל נישט שרייבען א פשוטע כופר וואס גלייבט נישט אין דעהם "ומעניש לעוברי מצותיו")
אבער איך מיין לענ"ד איר זאלט אים נישט קאלען ס'איז פשוט אז ער מיינט נישט ( אויב בלויז טאקע געזאגט ווי מ'האט אים אראפגעברענגט) אז אלע צרות(אלע הרוגי קאראנע אריינגערעכנט אזעלכע וואס זענן מתנגד לציונות - וואס שטעלט אפ די חרון אף ווי די רבי האט אסאך געזאגט... אלע קינדער מיט די ביטערע מחלה וכו' וכו' ווי אויך די יעצטיגע טראגעדיא "איז בלויז" א ציונות עונש!
בפשטות מיינט ער אויך אז זיי ברענגען אסאך צרות! און קיין שאלא, מיינע עוונות איך אויך דיינע ברענגען אויך!