קבלות טובות לאור האסונות ל"ג בעומר תשפ"א

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

קעדילעק
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

קבלות טובות לאור האסונות ל"ג בעומר תשפ"א

תגובהדורך קעדילעק » פרייטאג אפריל 30, 2021 9:39 am

טייערע הייליגע ברידער! די טרערן רינען מאין הפוגות, איך זיץ פשוט און איך וויין, יעדע פאר מינוט א פרישע פלייץ פון טרערן, אזוי טוען אויך הונדערטער אנדערע אידן אין די מינוטן, די ווייטאג איז שרעקליך די וואונדן זענען אפן, א היסטארישע פרעצעדענטלאזער אומליק האט באטראפן דאס שענסטע פון כלל ישראל אין אזא געהויבענע און פרייליכע זמן, עיני עיני יורדה מים על שבר בת עמי, וויפיל צובראכענע אומשולדיגע קינדעלעך ווערן יעצט געוואר אז זיי זענען געווארן פרישע יתומים'לעך, נעכטן נאך געטאנצן מיט'ן פרייליכן ליבליכן טאטן, און יעצט איז ער ליידער שוין ביים טאטן אין הימל, די קינדערלעך גייען שוין זייער טאטן נישט זען מער ביז תחיית המתים שיהי' בקרוב, וויפיל פרישע אלמנות זיצן און וויינען מיט ביטערע טרערן על בעל נעוריהם, צוריסענע צופיצלטע הערצער! וויפיל טאטעס און מעמעס באוויינען זייערע אינגע קינדער, אינגעלייטלעך וואס האבן קוים אנגעהויבן זייער לעבן, בחורים, נאך נישט אנגעיאגט צו אויפשטעלן קיין שטיבער, די עלטערן האבן זיי אפגעשיקט אין ישיבה מיט א טרערן דורכגעווייקטע ווארעמע געזעגונגס קוש, נישט חלום'נדיג אז דאס איז דער לעצטער געזעגונג, מער וועט מען זיך נישט זען, אזוי אינג און פלוצלינג געווארן אוועקגעריסן, אזעלכע אינגע פרישע ביימעלעך אין בעסטן צייט פון בליען געווארן אפגעריסן און אוועקגענומען, און אזוי טראגיש..

וויפיל אידן ראנגלען זיך נאך מצווישן לעבן און טויט, וויפיל דארפן סתם א רפואה, מ'האט ארייינגעפירט איבער הונדערט פארוואונדעטע אין שפיטאל, משפחות וויינען און בלוטיגן, מ'קוקט ארויס אויף רחמי שמים..

מ'קען זיך נישט צוזאמען קלויבן, מיר זענען אין א נעפל, אזא הסתר פנים, נישט דא די וועטער, בלויז טערען, די שטומע שפראך וואס רעדט מער ווי מיליאן וערטער, אידן זיצן איבער די וועלט און די קוואל פון די אויגן רינט און רינט, עד מתי, טאטע האב שוין רחמנות און ברענג שוין אויף גאנץ כלל בלויז רחמים וחסדים מגולים, מיר האבן שוין נישט קיין כוח, כשל כוח הסבל!

און דאס אלעס נאך אזא ביטערע און שווערע קאראנע דורכגאנג וואס האט ליידער געקאסט אזא טייערן פרייז, אזויפיל הייליגע נפשות מישראל, און וויפיל רוחניות'דיגע קרבנות אלס סייד אפעקט ה"י, אונז שפיר שוין נאך פאר דעם אומגליק ווי אויסגעקלאפטע הושענות, און יעצט אזא אומגליק, אזויפיל נפשות טהורות וקדושת, וואס גייט דא פאר?..

אבער נישט קיין ספק, ווי דער רמב"ם שרייבט אז מ'טאר זאגן אז עס איז א צופאל, אדער דער איז שולדיג און דאס איז שולדיג, מ'פאדערט און מ'מאנט פון אונז, ווער בין אין צו אויפברענגען אזא ענין? אבער עס איז א שעת חירום, עת מלחמה, און יעדער וואסער טרעגער קען ווערן א פייער לעשער, קבל את האמת ממי שאמרו, ווייל ס'איז קלאר אז דאס איז יעצט וואס מ'ווארט פון אונז, מ'וועקט אונז און מ'רופט אונז פון הימל אן קיין רמזים, מ'שאקעלט אונז אויף אן רחמנות..

מיר מוזן אלע כאיש אחד בלב אחד זיך עפעס מקבל זיין כאטשיג איין גוטע זאך מתקן צו זיין, איך געב נישט קיין משלים, דאס לאז איך פאר אנדערע חברים, דא, ס'איז דא אזויפיל אין בין אדם למקום און בין אדם לחבירו וואס מ'קען פארריכטן, איך אלס כיבוד פון פתיחה גיי שוין זיךנעמען צו מיינע שוואכקיין, און דער אויבערשטער זאל מקבל זיין אונזערע רצונות און קבלות ויאמר למשחית הרף, וישים סוף וקץ לכל צרותינו, און עס זאל זיין לע"נ די הייליגע נעדרים, און לרפואה שלימה פאר די צענדליגער וואס ווארטן אויף א רפואה שלימה..

Kodak
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 5:37 pm

Re: קבלות טובות לאור האסונות ל"ג בעומר תשפ"א

תגובהדורך Kodak » פרייטאג אפריל 30, 2021 10:51 am

האסט מיך געברענקט טרערען, קיינע פון די געליטענע איז נישט פון מיינע קרובים, אבער דו האבסט מיך געלעכערט, אזוי גיט שטארק ארויסגעברענקט, איך וויין מיט, איך וועל זיך איר"ה פארבעסערען
Say cheese, it's a Kodak film

מחנך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

Re: קבלות טובות לאור האסונות ל"ג בעומר תשפ"א

תגובהדורך מחנך » פרייטאג אפריל 30, 2021 1:58 pm

ווער ס'גידענקט נאך די באמבע אויף די באס ביי שמואל הנביא, האטבען אלע רבנים מעורר געוועהן אויף אסאך זאכען וואס דארפען א תיקון, און אז יעדער זאל זיך עפעס מקבל זיין, איז יעצט נאך א קל וחומר אויף אזא גרויסע אומגליק, ס'דא אזויפיל זאכען ווי שמירת עינים, שמירת הלשון, כשרות, ביטול תורה, יעדער קען צולייגען,

איך רעדט צו מיך אליין, איך שרייב עס דא אפשר וועלען אנדערע אויכעט קענען צוגעבען נאך, ישמע החכם ויוסיף

אוועטאר
shimon7323
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: קבלות טובות לאור האסונות ל"ג בעומר תשפ"א

תגובהדורך shimon7323 » פרייטאג אפריל 30, 2021 2:05 pm

אהבת הזולת


MicrosoftTeams-image.jpg
MicrosoftTeams-image.jpg (151.83 KiB) געזעהן 1595 מאל
פעיק ניוז האט געשריבן:עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדזשיוקעטעד חכם ווי אן עדזשיוקעטעד טיפש

ווען איר קויפט אויף אמעזאן, קויפט דורך דא און שטיצט א איד בדרך כבוד

געדענקסט נאך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm

Re: קבלות טובות לאור האסונות ל"ג בעומר תשפ"א

תגובהדורך געדענקסט נאך » פרייטאג אפריל 30, 2021 2:38 pm

shimon7323 האט געשריבן:אהבת הזולת


MicrosoftTeams-image.jpg

די אהבת ישראל דערקענט זיך גאר שטארק אין די ווערטער פון דעם וואטס עפפ מעורר...

וואס מען וויל פון הימל , צו (פאלשע) אהבת ישראל צו אוועקווארפן די סמארט פאון, העמיר לאזן גדולי ישראל מעורר זיין, מיר ברויכן נישט די וואטס עפפ לאווערס זאלן אונז עס שרייבן אויף סטעטוס און צוענדיגן מיט עטליכע רויטע הערצילעך.....

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9582
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: קבלות טובות לאור האסונות ל"ג בעומר תשפ"א

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » פרייטאג אפריל 30, 2021 2:40 pm

ס'איז קלאר אז יעצט איז די צייט צי הערן און מקבל זיין וואס די אויסגעהארעוועטע סטאטוס לייגער האלטן בשל מה הצרה הזאת. און ווער רעדט נאך ווען ס'איז נאך מיט אזא ווינדערליכע צישטעל, ממש קלארע סימנים מן השמים..

פאראויס
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

באשערט געווען א טראגעדיע, פארוואס אבער 'אינמיטן הייליגע ריקודים של מצוה' אין אזא אתרא קדישא?

תגובהדורך פאראויס » פרייטאג אפריל 30, 2021 2:44 pm

נעכטן נאכט גיי איך אריין אין ראדני סט., צוקלאפט אין צושוידערט. אלע פנים'ער זענען פארקלעמט אין צושאקלט.

די ביהמ''ד איז הערליך אויסגעשטעלט און אויסגעצירט פאר די הילולות הרשב''י.
און פלוצלינג נהפך לאבל מחולינו. די בילקעלעך אויסגעשטעלט אויף יעדן פלאץ שטייען פארשעמט. זיי ווערן צוביסלעך אראפגענומען איינס ביי איינס פון די טישן..

און איך טראכט ביי מיר. רבש''ע? דו ווילסט דען נישט א סעודה של מצוה? דו האסט דען נישט קיין נחת רוח פון א סעודה של מצוה??

פונקט איז דורך א חשוב'ער אינגערמאן וואס לערנט אסאך בספרי חסידות. פרעג איך עם גראד צום פינטל ''זאג מיר וואס דו טראכטס יעצט". דער אייבירשטער וויל דען נישט די סעודה??"

ער האט מיר געזאגט א פשוט'ער געדאנק. דער אייבירשטער האט געוואלט (געוואלט? ח''ו! 'געדארפט') געבן פאר כלל ישראל א זעץ. און א זעץ וואז שפירט זיך צום מאקסימום. אויב וואלט די טראגעדיע געווען אין א וואכן טאג אויף א פארנומענע גאס וואלס עס אונז נאר בארירט אויף 95 גראד. דער אייבירשטער וויל אונז דא שיקן עפעס א מעסעדש, א זעץ וואס מיר זאלן שפירן אויף די מאקסימום גראד. בעוונותינו הרבים.

ח''ו צו טראכטן אז דער אייבירשטער וויל נישט אונזער עבודה.

ואין כל חדש תחת השמש. וכבר הי' לעולמים. בחויז יענע ויאך האבן מיר געליינט וועגן אן ענליכע פרשה פון א צושטערטע הייליגע פרייליכע מעמד!

אין מדבר. גאנץ כלל ישראל איז דערהויבן און מרוגש צום מעמד חנוכת בית ה' ווי דער אייבירשטער גייט צום ערשטן טאג היינט מאכן זיין דירה בתחתונים אין א מקו' מיוחד ווי מ'וועט זוכה זיין צו אפענע התגלות פון ''וירא כבוד ה' אל כל העם''. דער הייליגער משכן.

די פייערונג איז געוואלדיג. משה רבינו און אהרן הכהן בראש וכו' וכו'. און.

ותצא אש.
פון איין רגע צום צווייטן. נהפך לאבל מחולינו ווען די 'צוויי הייליגע ברידער' זענען נסתלק געווארן דארט באתרא קדישא אין איין טאג. אינמיטן די הייליגע פרייליכע מעמד פון זיך פרייען מיט די שמחה פון השי''ת.

ס'איז שרעקליך געווען. דער אייבירשטער אליין זאגט "וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'."

דער אייבירשטער האט געזעהן אז כדי כלל ישראל זאל שפירן די מעסעדש מיטן גאנצן קראפט, קען מען עס נישט אפשטופן. ס'מוז נעבעך זיין אינמיטן 'יום חתונותו' כביכול אליין. 'זה בנין בית המקדש'.

און דאס איז קלאר אז דער אייבירשטער האט אונז ליב אהבת נפש. וועם דען האט דער אייבירשטער דא אין 2021? הייליגע אידן וואס זענען גוט און ווילן זיין גוט.

אויב ס'איז נישט מתוך אהבה, וואלט דער אייבירשטער געטראפן בעסערע שונאים ווי אונז!!

)אפשר אויב מ'מעג טראכטן און אזא מצב איז די מעסעדש פון אייבירשטער ענליך צו דארט אין משכן.
בפרט אז ס'איז קוים א יאר וואס דער טאטע אים הימל האט אונז גע'פאנישט ארויסצוגיין פון די בתי מדרשים בעווה''ר.
אונזער כובד ראש אין הייליגע ערטער האט געכאפט א גרויסע גליטש די לעצטע יארן. מקו' למחשבה: בלויז זיבן יאר צוריק צו אפילו ווייניגער וואלט מען נישט גע'חלומ'ט צו זעהן וואילע אינגעלייט נישט ארפאלייגן די קעמרעס פון די הענט ביי יעדע מקו' קדוש וואו מ'גייט. ועוד ועוד. אין עכשיו המקו' להאריך. והוא רחום יכפר עון אם שגיתי. און אויב כ'האב גערעדט במקו' שאמרו וידום אהרן.)

מסתמא
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 09, 2021 6:59 am

Re: קבלות טובות לאור האסונות ל"ג בעומר תשפ"א

תגובהדורך מסתמא » פרייטאג אפריל 30, 2021 2:45 pm

געדענקסט נאך האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:אהבת הזולת


MicrosoftTeams-image.jpg

די אהבת ישראל דערקענט זיך גאר שטארק אין די ווערטער פון דעם וואטס עפפ מעורר...

וואס מען וויל פון הימל , צו (פאלשע) אהבת ישראל צו אוועקווארפן די סמארט פאון, העמיר לאזן גדולי ישראל מעורר זיין, מיר ברויכן נישט די וואטס עפפ לאווערס זאלן אונז עס שרייבן אויף סטעטוס און צוענדיגן מיט עטליכע רויטע הערצילעך.....

סהאט מיך אויכעט אויפגערעגט די קורצקעפיגע א"ג אהבת ישראל פון יענעם "מעורר"

אין די צייטן פון די בעלי תוספת האבן טאטעס געהארגעט זייערע קינדער נישט אריינציפאלן אין די הענט פון די קרייציגלער, אמתע אהבת ישראל איז מאכן א צווייטע איד טון דעם רצון השם
די פראבלעם איז נאר ווען מפארלאנגט פון יענעם עפעס וואס מאיז אליינס נישט דערביי, אדער ווען אפילו לגבי דעם נקודה איז מען אויסגעהארבעט איז מען אבער אנגעפיקעוועט מיט מידות מושחתות אין אנדערע הינזיכטן

בקיצור, סאיז צייט אנציהייבן קוקן אויף זיך אליינס

אוועטאר
זבולון ווייס
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 2:06 pm

Re: קבלות טובות לאור האסונות ל"ג בעומר תשפ"א

תגובהדורך זבולון ווייס » פרייטאג אפריל 30, 2021 2:56 pm

איין גרויסע קבלה וואס מ'דארף מאכן איז צו מוחה זיין ווען א צווייטער איד איז עובר על דברי תורה. אזוי ווי עס שטייט אין די תורה "הוכח תוכיח את עמיתיך"

עס איז א ליבעראלע וועלט, יעדער וויל זיין אנגענומען און שעמט זיך צו מעורר זיין אצווייטן אויף א עוולה, און דאס דארף א גרויסער תיקון.

אויב האט איינער א פראבלעם מיט די מצוה אין די תורה אדער מיט סיי וועלכע אנדערע מצוה, דארף זיך נישט גיין זוכן א צווייטע רעליגיע, ווייל ער איז שוין אין א צווייטע רעליגיע.

--

זיכער דארף יעדער זיך אליינס מתקן זיין, און טאקע איינס פון די חלקים זיך צו מתקן זיין איז צו מוכיח זיין א צווייטן. וואס דאס איז א גאר גאר שווערע מצוה.
--

און בנוגע סמארטפאון, דארף איך נישט מער פון די ווידעאוס וואס האבן זיך דא ארומגעדרייט פון דעם מצב אין מירון. אויב אויף סאושעל מידיא דרייט זיך ארום אזעלכע ווידעאוס, דאן איז דאך קלאר אז אויך אנדערע סארט ווידעאוס וואס איז נישט געמאכט פאר א איד צו זעהן דרייט זיך אויך ארום דארט. און קיינער זאל מיר נישט לייקענען, ווייל דאס איז דאך א פאקט.

אינטערסאנט אז באבוב'ער רבי האט אויך אזוי פארשטאנען צו רעדן וועגן סאושעל מידיא. און אייגנטליך איז ער דער ערשטער ארויסצוקומען רעדן וועגן חילול שבת.

רבותי, סמארטפאון און סאושעל מידיא איז גורם א ברייטע חילול שבת צווישן די אינגווארג. אויך צווישן אינגעלייט.

איך זאג נישט אז יעדער סמארטפאון איד איז א מחלל שבת. אבער יעדער סמארטפאון איד, ובפרט וואס אינגער, איז ליידער א קאנדידאט פאר חילול שבת, דוק ותשכח.

רבותי, האטס ליב יעדן איד, און ווען איר זעהט א איד מיט א סמארטפאון זייט אים מעורר, אז זיין סמארטפאון קען גורם זיין א א צווייטער זאל ווערן א רואה דברים אסורים און א מחלל שבת, און אויך א כופר.

*אהבת ישראל*

פאראויס
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

Re: קבלות טובות לאור האסונות ל"ג בעומר תשפ"א

תגובהדורך פאראויס » פרייטאג אפריל 30, 2021 2:58 pm

אמת. זייער גוט געשריבן.
אבער אוודאי געדענקן עס צו טון אויף אן אופן 'ולא תשא עליו חטא'. תוכחה מתוך אהבה באמת!

אוועטאר
זבולון ווייס
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 2:06 pm

Re: קבלות טובות לאור האסונות ל"ג בעומר תשפ"א

תגובהדורך זבולון ווייס » פרייטאג אפריל 30, 2021 2:59 pm

פאראויס האט געשריבן:אמת. זייער גוט געשריבן.
אבער אוודאי געדענקן עס צו טון אויף אן אופן 'ולא תשא עליו חטא'. תוכחה מתוך אהבה באמת!


געוויס אזוי
איך רעד נישט חלילה פון שרייען אין די גאסן, נאר פרובירן צו האבן א פערזענליכן שמועס, און פשוט אויפקלערן.

עס איז דא גענוג אויפקלערונג אינפארמאציע היינט.

אוועטאר
shimon7323
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: קבלות טובות לאור האסונות ל"ג בעומר תשפ"א

תגובהדורך shimon7323 » פרייטאג אפריל 30, 2021 3:19 pm

אידישקייט, אמונה
אידישקייט, אמונה
אידישקייט, אמונה
דאס איז וואס איך פלאן צי חזרן, דער איבריגער קומט זייער שנעל נאך ווען מען איז בקוי און דעם.
פעיק ניוז האט געשריבן:עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדזשיוקעטעד חכם ווי אן עדזשיוקעטעד טיפש

ווען איר קויפט אויף אמעזאן, קויפט דורך דא און שטיצט א איד בדרך כבוד

אוועטאר
שפע רב
שר חמש מאות
תגובות: 887
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

Re: קבלות טובות לאור האסונות ל"ג בעומר תשפ"א

תגובהדורך שפע רב » פרייטאג אפריל 30, 2021 3:22 pm

shimon7323 האט געשריבן:אידישקייט, אמונה
אידישקייט, אמונה
אידישקייט, אמונה
דאס איז וואס איך פלאן צי חזרן, דער איבריגער קומט זייער שנעל נאך ווען מען איז בקוי און דעם.


וואס מיינט אמונה?

וואס דארף מען 'מוסיף' זיין אין אמונה?

אדרבה אז דו קענסט מסביר זיין.

אוועטאר
שפע רב
שר חמש מאות
תגובות: 887
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

Re: קבלות טובות לאור האסונות ל"ג בעומר תשפ"א

תגובהדורך שפע רב » פרייטאג אפריל 30, 2021 3:27 pm

זבולון ווייס האט געשריבן:איין גרויסע קבלה וואס מ'דארף מאכן איז צו מוחה זיין ווען א צווייטער איד איז עובר על דברי תורה. אזוי ווי עס שטייט אין די תורה "הוכח תוכיח את עמיתיך"

עס איז א ליבעראלע וועלט, יעדער וויל זיין אנגענומען און שעמט זיך צו מעורר זיין אצווייטן אויף א עוולה, און דאס דארף א גרויסער תיקון.

אויב האט איינער א פראבלעם מיט די מצוה אין די תורה אדער מיט סיי וועלכע אנדערע מצוה, דארף זיך נישט גיין זוכן א צווייטע רעליגיע, ווייל ער איז שוין אין א צווייטע רעליגיע.

--

זיכער דארף יעדער זיך אליינס מתקן זיין, און טאקע איינס פון די חלקים זיך צו מתקן זיין איז צו מוכיח זיין א צווייטן. וואס דאס איז א גאר גאר שווערע מצוה.
--

און בנוגע סמארטפאון, דארף איך נישט מער פון די ווידעאוס וואס האבן זיך דא ארומגעדרייט פון דעם מצב אין מירון. אויב אויף סאושעל מידיא דרייט זיך ארום אזעלכע ווידעאוס, דאן איז דאך קלאר אז אויך אנדערע סארט ווידעאוס וואס איז נישט געמאכט פאר א איד צו זעהן דרייט זיך אויך ארום דארט. און קיינער זאל מיר נישט לייקענען, ווייל דאס איז דאך א פאקט.

אינטערסאנט אז באבוב'ער רבי האט אויך אזוי פארשטאנען צו רעדן וועגן סאושעל מידיא. און אייגנטליך איז ער דער ערשטער ארויסצוקומען רעדן וועגן חילול שבת.

רבותי, סמארטפאון און סאושעל מידיא איז גורם א ברייטע חילול שבת צווישן די אינגווארג. אויך צווישן אינגעלייט.

איך זאג נישט אז יעדער סמארטפאון איד איז א מחלל שבת. אבער יעדער סמארטפאון איד, ובפרט וואס אינגער, איז ליידער א קאנדידאט פאר חילול שבת, דוק ותשכח.

רבותי, האטס ליב יעדן איד, און ווען איר זעהט א איד מיט א סמארטפאון זייט אים מעורר, אז זיין סמארטפאון קען גורם זיין א א צווייטער זאל ווערן א רואה דברים אסורים און א מחלל שבת, און אויך א כופר.

*אהבת ישראל*

גוט געשריבן.

פון די פאר מנהיגי ישראל וואס האבן שוין גערעדט, האב איך שוין געהערט כאטש צוויי פון זיי דערמאנען די כלים אלס די הויפט נסיון/קטרוג אויף כלל ישראל.

האדמו''ר מ'סאטמאר מהרי''י האט ארויסגעברענגט אויף די כלים אז אפילו די הייליגע תנא רשב''י וואס ''יכול לפטור העולם'' האט דאס פאסירט.

ואוסיף,
אז אפשר אלס אהבת ישראל זאל דער אינגערמאן וואס דארף עס טאקע האבן, און נוצט עס באמת אויף אן אופן וואס עם שאדט עס נישט, זאל זיך צוריקהאלטן אלס אהבת ישראל, מתוך אהבת ישראל אויף דעם בינוני בחור וואס וואקלט זיך צו ער זאל יא זיך איינהאנדלן די כלי צו נישט, און יעדע וואוילע מענטש אין ביהמ''ד מיט אזא כלי מאכט עם טראכטן אז ס'איז נישט געפערליך.

אוועטאר
shimon7323
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: קבלות טובות לאור האסונות ל"ג בעומר תשפ"א

תגובהדורך shimon7323 » פרייטאג אפריל 30, 2021 3:35 pm

שפע רב האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:אידישקייט, אמונה
אידישקייט, אמונה
אידישקייט, אמונה
דאס איז וואס איך פלאן צי חזרן, דער איבריגער קומט זייער שנעל נאך ווען מען איז בקוי און דעם.


וואס מיינט אמונה?

וואס דארף מען 'מוסיף' זיין אין אמונה?

אדרבה אז דו קענסט מסביר זיין.



איך רעד פון מיר מוסף זיין קען מען אייביג. אבער איך האב געשריבן "חזרן"
פעיק ניוז האט געשריבן:עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדזשיוקעטעד חכם ווי אן עדזשיוקעטעד טיפש

ווען איר קויפט אויף אמעזאן, קויפט דורך דא און שטיצט א איד בדרך כבוד

מתקן2021
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 14, 2021 10:38 pm

Re: קבלות טובות לאור האסונות ל"ג בעומר תשפ"א

תגובהדורך מתקן2021 » פרייטאג אפריל 30, 2021 3:35 pm

איך בין נאך אינטערן רושם, נאכדעם וואס איך האב געהאט די זכיה פאר בערך א שעה ציריק, צו הערן פון די פייערדיגע דברות קודש פינעם וויזניצ'ע רבי פין מאנסי, ביים עריכת השלחן,
ווי די רבי האט שטארק ארימגערעדט בעניני העומדים על הפרק,
קודם האט די רבי ארימגערעדט איבער די שעדליכקייט פינעם אינטערנעט, און אז ס'איז א חידוש אז סאיז נאך דא עלטערין, וואס פארשטייען עס נאך נישט,
און דערציילט אז פארגאנגנע וואך איז פארגעקימען אן אסופה פאר די בנות ישראל בענין טעכנעלאגיע, אין נאך דעם האבן די מיידלעך געקענט אריינשיקן שאלות וואס זיי האבן אדער וואס באדערט זיי, בנוגע די נושא,
אין די רבי האט אויסגעפירט, אז איך האב געזעהן די אלע שאלות, און רובא דרובא זענען געוועהן, פשוט וואס מ'דארף צו טוהן ווען די אייגנע עלטערין, ווייזן זיי זאכן אויפ די כלים,
דערנאך האט די רבי ארויסגעברענגט מיט ווייטאג, אויפן שרעקליכן פירצה וואס איז פארגעקימען, ווען א געוויסע ארגנעזאציע האט געמאכט א געוויסע שפיל אויפן אינטערנעט, אין געזאגט אז ''זיי פארריפן זיך נאך אז זיי זענען מציל אנדערע און דערצייט וואס זיי טיען פינקט דאס פארקערטע מיטן מכשיל זיין אזוי פיהל קינדער'',
דערנאך האט די רבי געזאגט, אז קען זיין, אז דאס האט שייכית מיט די נעכטיגע מעשה, אז פינקט דער זמן וואס ס'האט זיך אנגעהויבן דעם שפיל איז ליידער געשעהן דעם ביטערן אימגליק, ווען אזויפיהל זענען ליידער אוועקגעריסן געווארן אזוי טראגיש, און אזוי ביטער, און אזא הייליגן טאג,
און ציגענדיגט אז עס מיט דעם זאל שוין זיין דעם השלם כל הקרבנות כולם, און אלע וואס דארפן רפיאות זאלן געהאלפן ווערן, ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבלינו ביז משיח'ס טאג,

אוועטאר
sheetrock
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4417
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: קבלות טובות לאור האסונות ל"ג בעומר תשפ"א

תגובהדורך sheetrock » פרייטאג אפריל 30, 2021 4:13 pm

shimon7323 האט געשריבן:אהבת הזולת


MicrosoftTeams-image.jpg

כ'מיין אז דער שרייבער האט נישט קיין שטארקע אהבת ישראל
שטיצט א יוד

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

טענקס חוח'ל פארן אריינטאנצן פון דאך לכבוד מיר/פורים
טענקס קנאפער פארן עס צופאסן ס'זאל אריינפיטן אין מיין מח

מטעמים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8099
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: קבלות טובות לאור האסונות ל"ג בעומר תשפ"א

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג אפריל 30, 2021 5:14 pm

איך גיי מיר שיידען פון דעם וועלטעל אלס א קבלה טובה פאר כאטש פערציג טאג, די קבלה טובה איז נישט בבחינת סור מרע נאר א בלויזע גדר נישט צו וויי טוהן א צווייטע איד אדער שרייבען עפעס וואס עס פעהלט נישט אויס, מיר קענען זיין א טייל וואס גייען בדרך פון אהרן הכהן בבחינת ״וידום אהרן״

א פרייליכע שבת בביאת גואל צדק במהרה בימינו.
שרייב שוין עפעס

גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

Re: קבלות טובות לאור האסונות ל"ג בעומר תשפ"א

תגובהדורך גליטשעדיג » פרייטאג אפריל 30, 2021 5:20 pm

האב איך געהערט די דרשה פון סאטמאר רבי מהרי"י, ער ברענגט ארויס וועגן סאשעל מידיע אז ס'איז "רבים חללים הפילה", און דער חרון אף איז ליידער אויך געווען רבים חללים הפילה.

מצפים
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 18, 2021 2:36 pm

Re: קבלות טובות לאור האסונות ל"ג בעומר תשפ"א

תגובהדורך מצפים » פרייטאג אפריל 30, 2021 5:29 pm

מטעמים האט געשריבן:איך גיי מיר שיידען פון דעם וועלטעל אלס א קבלה טובה פאר כאטש פערציג טאג, די קבלה טובה איז נישט בבחינת סור מרע נאר א בלויזע גדר נישט צו וויי טוהן א צווייטע איד אדער שרייבען עפעס וואס עס פעהלט נישט אויס, מיר קענען זיין א טייל וואס גייען בדרך פון אהרן הכהן בבחינת ״וידום אהרן״

א פרייליכע שבת בביאת גואל צדק במהרה בימינו.

דבר טוב מאוד

מצפים
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 18, 2021 2:36 pm

וואס איז דיין גוטע קבלה לאור האסון מירון השנית - תשפ’’א

תגובהדורך מצפים » פרייטאג אפריל 30, 2021 5:40 pm

לאור די שרעקליכע כלל ישראל טראגעדיע
וואס איז שוין יארן לאנג נישט געהערט געווארן ביים אידישן פאלק
נעמט יעדער אויף זיך גוטע קבלות אויף להבא,
ווי די גדולי הרבנים טוען דאס משמיע זיין דעם לעצטן מעת לעת
א שיינע דוגמא
viewtopic.php?p=2742654#p2742654

וואס איר ’’אייער’’ גיטע קבלה פאר ’’זיך’’ לאור די שרעקליכע טראגעדיע?

זייטס מזכה אנדערע מיט גיטע געדאנקן !!!

מצפים נעמט אויף זיך פאר פערציג טאג בל’’נ
צו זאגן טעגליך כאטש 5 גיטע קאמפלימענטען פאר א צווייטען איד
דאס קען צומאל ראטעווען לעבנס אין א נויטפאל.

אוועטאר
sheetrock
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4417
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: וואס איז דיין גוטע קבלה לאור האסון מירון השנית - תשפ’’א

תגובהדורך sheetrock » פרייטאג אפריל 30, 2021 5:43 pm

גראד בשעת מעשה האבעך געטון א געוויסע זאך לטובת פון יענע יודן
שטיצט א יוד

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

טענקס חוח'ל פארן אריינטאנצן פון דאך לכבוד מיר/פורים
טענקס קנאפער פארן עס צופאסן ס'זאל אריינפיטן אין מיין מח

מצפים
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 18, 2021 2:36 pm

וואס איז דיין קבלה ????

תגובהדורך מצפים » פרייטאג אפריל 30, 2021 5:51 pm

א שאאד אז מען האט צוזאמגעשטעלט די 2 אשכולות
געוואלט האב איך אין קורצע תגובות מען זאל שרייבן די אייגענע קבלה
אין דער אשכול שרייבט דער עולם לאנגע דרשות איבער דעם און יענעם

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1843
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: קבלות טובות לאור האסונות ל"ג בעומר תשפ"א

תגובהדורך zugurnish » זונטאג מאי 02, 2021 9:23 am

https://www.charidy.com/cmp/amechad

לינק צו א קמפיין פאר החלטות טובות לזכר ההרוגים - ניט געלט נאר מעשים טובים

אוועטאר
כ'וויל
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2020 3:19 pm

Re: קבלות טובות לאור האסונות ל"ג בעומר תשפ"א

תגובהדורך כ'וויל » מאנטאג מאי 03, 2021 9:30 am

יעך האב מיר אינטער גענימען בל"נ לאור המצב צו פראבירן שטיין אויף איין פלאץ פון אנהייב דאווענען ביז'ן סוף
די לעצטע צוויי טעג וואס איך טי עס שוין זע איך אז עס איז גאר שווער (נישט קענען ליינען און מיט'ן דאווענען אלע מודעות, צוגיין צו קרעמלעך וכו' וכדו')
אבער די דאוונען דאווענט זיך בעסער
ויה"ר שיהא לעילוי נשמת הנפטרים לרפאות החולים, ולזכות כלל ישראל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”