קבלות טובות לאור האסונות ל"ג בעומר תשפ"א

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: קבלות טובות לאור האסונות ל"ג בעומר תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

shimon7323 האט געשריבן:אהבת הזולת


MicrosoftTeams-image.jpg

ס׳גאנץ קלאר װאס ס׳קװעטשט ׳באמת׳ פאר דעם יעניגן....., ער האט שטארק חושש געװען (און אפשר מיט רעכט) אז טעכנאלאגיע װעט גאנץ שנעל ארױפקומען אלס א נושא, ממילא האט ער זיך פריװענטעט....
קענסט די מעשה׳לע? דער קײזער איז געקומען פארהערן אין א שולע, אזױ אױספרעגנדיג אלע קינדער זיכערצומאכן אז זײ זענען טאקע געטרײ פאר מאמע רוסלאנד, קומט ער אן צו א קלײן קינד, און פרעגט: זאג, װאס װאלסטו געטוהן װען דו האסט גאלד מיט זילבער:
דאס קינד: געגעבן פאר מאמע רוסלאנד,
קײזער: זײער גוט, װאס טוט זיך, דו אקערסט אפ ריזיגע פעלדער און װעלדער, און דו האסט סחורה װערט טױזנטער רובל?
דאס קינד: ״מאמע רוסלאנד״
קײזער: און אױב למשל דו האסט נאר אײן קלײנע הינדעלע, װאס טוסטו מיט דעם?
דאס קינד: דאס װאלט איך געהאלטן פאר זיך,
פרעגט דער קײסער: אלעס אלעס ביסטו גרײט אװעקצוגעבן פאר מוטער רוסלאנד נאר נישט אײן קלײנע הינדעלע?
ענטפערט דאס קינד: זײן מאיאסטעט, איר פארשטײט נישט, די אלע גאלד און זילבער, סחורה וכו׳ וכו׳, פארמאג איך נישט, די אײנציגע זאך איז די אײן קלײנע הינדעלע, זאל איך דען דאס אװעקגעבן?....
והנמשל מובן.....
(איך מײן חס ושלום חס ושלום קײנעם נישט פערזענליך, אידן זענען הײליג און טײער און האבן פארשידענע נסיונות, ס׳נאר א בליק װיאזױ מענטשן פרובירן זיך צו פארדעקן דאס געװיסן װאס ציפט אײדעלערהײט....)
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: קבלות טובות לאור האסונות ל"ג בעומר תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

צ/ק
קבלה 1: נישט זאגען פאר קיינעם וואספארא קבלה מען זאל זיך נעמען
קבלה 2: נישט זאגען פאר יענעם וואספארא קבלה מען האט אויף זיך זעלבסט גענומען
קבלה 3: פארשטיין אנדערע וואס זעהן נישט פאר וויכטיג זיך נעמען א קבלה
קבלה 4: שרייבט אליין אריין
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
KEWL
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא

Re: קבלות טובות לאור האסונות ל"ג בעומר תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KEWL »

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:אהבת הזולת


MicrosoftTeams-image.jpg

ס׳גאנץ קלאר װאס ס׳קװעטשט ׳באמת׳ פאר דעם יעניגן....., ער האט שטארק חושש געװען (און אפשר מיט רעכט) אז טעכנאלאגיע װעט גאנץ שנעל ארױפקומען אלס א נושא, ממילא האט ער זיך פריװענטעט....
קענסט די מעשה׳לע? דער קײזער איז געקומען פארהערן אין א שולע, אזױ אױספרעגנדיג אלע קינדער זיכערצומאכן אז זײ זענען טאקע געטרײ פאר מאמע רוסלאנד, קומט ער אן צו א קלײן קינד, און פרעגט: זאג, װאס װאלסטו געטוהן װען דו האסט גאלד מיט זילבער:
דאס קינד: געגעבן פאר מאמע רוסלאנד,
קײזער: זײער גוט, װאס טוט זיך, דו אקערסט אפ ריזיגע פעלדער און װעלדער, און דו האסט סחורה װערט טױזנטער רובל?
דאס קינד: ״מאמע רוסלאנד״
קײזער: און אױב למשל דו האסט נאר אײן קלײנע הינדעלע, װאס טוסטו מיט דעם?
דאס קינד: דאס װאלט איך געהאלטן פאר זיך,
פרעגט דער קײסער: אלעס אלעס ביסטו גרײט אװעקצוגעבן פאר מוטער רוסלאנד נאר נישט אײן קלײנע הינדעלע?
ענטפערט דאס קינד: זײן מאיאסטעט, איר פארשטײט נישט, די אלע גאלד און זילבער, סחורה וכו׳ וכו׳, פארמאג איך נישט, די אײנציגע זאך איז די אײן קלײנע הינדעלע, זאל איך דען דאס אװעקגעבן?....
והנמשל מובן.....
(איך מײן חס ושלום חס ושלום קײנעם נישט פערזענליך, אידן זענען הײליג און טײער און האבן פארשידענע נסיונות, ס׳נאר א בליק װיאזױ מענטשן פרובירן זיך צו פארדעקן דאס געװיסן װאס ציפט אײדעלערהײט....)


שטארקע רייד, אבער דאס גייט ביידע וועגן.
דהיינו, איינער וואס נישט קיין סמארטפאון און יומען העיר, אבער האט יא געלעגענהייטן צו טרעטן אויף אנדערע, וכן להיפך. יעדער דארף טרעפן ביי זיך מיט וואס ער דארף א תיקון און נישט זיכען יענעם צו מתקן זיין, (ס'באקאנט די מעשה פון עימיצען וואס האט געהערט א דרשה איבער א געוויסע ענין, ער האט גלייך פארשטאנען אז זיין חבר קען זיך טאקע פארבעסערן מיט דעי זאך, האט ער אים געגבן די סידי אויס צוהערן, גייט נישט דורך קיין 2 וואכן און ער באקומט א פאון קאלל פון זיין קאזין, "איך האב א סידי פאר דיך וואס דו "מיזט" אויס הערן"... ודו"ק כי קצרתי )
חוץ פון די מנהיגי העדה וואס אויף זיי ליגט יא א חיוב מעורר צו זיין כלל ישראל
מיין חתימה איז ליידיג, אויב האסטו עפעס א געדאנק פאר מיין חתימה, שיק אין אישי
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: קבלות טובות לאור האסונות ל"ג בעומר תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

.
לעצט פארראכטן דורך טעארעטישע פאקטן אום מאנטאג מאי 03, 2021 1:56 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 2:06 pm

Re: קבלות טובות לאור האסונות ל"ג בעומר תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון ווייס »

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:
KEWL האט געשריבן:
טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:אהבת הזולת


MicrosoftTeams-image.jpg

ס׳גאנץ קלאר װאס ס׳קװעטשט ׳באמת׳ פאר דעם יעניגן....., ער האט שטארק חושש געװען (און אפשר מיט רעכט) אז טעכנאלאגיע װעט גאנץ שנעל ארױפקומען אלס א נושא, ממילא האט ער זיך פריװענטעט....
קענסט די מעשה׳לע? דער קײזער איז געקומען פארהערן אין א שולע, אזױ אױספרעגנדיג אלע קינדער זיכערצומאכן אז זײ זענען טאקע געטרײ פאר מאמע רוסלאנד, קומט ער אן צו א קלײן קינד, און פרעגט: זאג, װאס װאלסטו געטוהן װען דו האסט גאלד מיט זילבער:
דאס קינד: געגעבן פאר מאמע רוסלאנד,
קײזער: זײער גוט, װאס טוט זיך, דו אקערסט אפ ריזיגע פעלדער און װעלדער, און דו האסט סחורה װערט טױזנטער רובל?
דאס קינד: ״מאמע רוסלאנד״
קײזער: און אױב למשל דו האסט נאר אײן קלײנע הינדעלע, װאס טוסטו מיט דעם?
דאס קינד: דאס װאלט איך געהאלטן פאר זיך,
פרעגט דער קײסער: אלעס אלעס ביסטו גרײט אװעקצוגעבן פאר מוטער רוסלאנד נאר נישט אײן קלײנע הינדעלע?
ענטפערט דאס קינד: זײן מאיאסטעט, איר פארשטײט נישט, די אלע גאלד און זילבער, סחורה וכו׳ וכו׳, פארמאג איך נישט, די אײנציגע זאך איז די אײן קלײנע הינדעלע, זאל איך דען דאס אװעקגעבן?....
והנמשל מובן.....
(איך מײן חס ושלום חס ושלום קײנעם נישט פערזענליך, אידן זענען הײליג און טײער און האבן פארשידענע נסיונות, ס׳נאר א בליק װיאזױ מענטשן פרובירן זיך צו פארדעקן דאס געװיסן װאס ציפט אײדעלערהײט....)


שטארקע רייד, אבער דאס גייט ביידע וועגן.
דהיינו, איינער וואס נישט קיין סמארטפאון און יומען העיר, אבער האט יא געלעגענהייטן צו טרעטן אויף אנדערע, וכן להיפך. יעדער דארף טרעפן ביי זיך מיט וואס ער דארף א תיקון און נישט זיכען יענעם צו מתקן זיין, (ס'באקאנט די מעשה פון עימיצען וואס האט געהערט א דרשה איבער א געוויסע ענין, ער האט גלייך פארשטאנען אז זיין חבר קען זיך טאקע פארבעסערן מיט דעי זאך, האט ער אים געגבן די סידי אויס צוהערן, גייט נישט דורך קיין 2 וואכן און ער באקומט א פאון קאלל פון זיין קאזין, "איך האב א סידי פאר דיך וואס דו "מיזט" אויס הערן"... ודו"ק כי קצרתי )
חוץ פון די מנהיגי העדה וואס אויף זיי ליגט יא א חיוב מעורר צו זיין כלל ישראל

אמת


לאמיר קלארער פארשטיין.

יעדער דארף מאכן קבלות. יא קלאר.

אבער איינער וואס טרעט אויף די תורה בריש גלי, און איז עובר איסורים חמורים בראש כל חוצות, צו מיטן האבן אין די האנט א כלי וואס אויף וואטסעפפ האט ער "נישט קיין פילטער", ניין ער האט נישט קיין פילטער. אדער מיטן גיין מיט יומען העיר, וואס איז א פירצה נוראה בחומת יהדות, מען גייט מיט האר וואס זעהט אויס עכט! די גאנצע תקנה איז דאך אז מ'זאל נישט גיין מיט קיין האר, און דאס ווערט לענגער און צולאזט, ממש ככל הגוים. טאר מען נישט אויפהייבן א קול, און זאגן יא, איר זענט גורם עונשים אויף כלל ישראל???

אודאי דארף זיך יעדער מקבל זיין צו מאכן שלום, און ליב האבן אידן, און דאווענען פון אדון עולם ביז אדון עולם, און זאגן שיר השירים ערב שבת, און נאך זייער אסאך קבלות טובות.

אבער צום ערשט דארף מען עוקר זיין די פירצות גדולות וואס איז בכח חלילה צו אונטערברענגען אידישקייט! די וואס ברענגען אריין א קאלטקייט צו אידישקייט, דא דארף מען זיך הונדערט פראצענט אויפשטעלן און אויסשרייען בריש גלי, הרף!!! ווי לאנג וועט איר גורם זיין א חרון אף!

פארשטייט זיך מיט די גרעסטע אהבת ישראל, כדי צו מונע זיין חלילה א חרון אף אויף אידישע קינדער.
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

Re: קבלות טובות לאור האסונות ל"ג בעומר תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

אגב, רעדנדיג וועגן אהבת ישראל און אהבת חברים, האט שוין איינער אמאל באמערקט וואס דער ברטנורא טייטשט אויף די משנה אין אבות פ"ב "חבר טוב"?
שמוכיחו כשרואה אותו עושה דבר שאינו הגון

Screenshot 2021-05-03 144652.png
Screenshot 2021-05-03 144652.png (336.67 KiB) געזען 351 מאל
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: קבלות טובות לאור האסונות ל"ג בעומר תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

איך האב געהערט בשם א גדול ווען מ'האט אים געפרעגט וואס זיך פארצונעמען נאך א טראגעדיע, האט ער געזאגט כאטש איין זאך אין סור מרע און כאטשיג איין זאך אין עשה טוב..
אוועטאר
KEWL
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא

Re: קבלות טובות לאור האסונות ל"ג בעומר תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KEWL »

זבולון ווייס האט געשריבן:
לאמיר קלארער פארשטיין.

יעדער דארף מאכן קבלות. יא קלאר.

אבער איינער וואס טרעט אויף די תורה בריש גלי, און איז עובר איסורים חמורים בראש כל חוצות, צו מיטן האבן אין די האנט א כלי וואס אויף וואטסעפפ האט ער "נישט קיין פילטער", ניין ער האט נישט קיין פילטער. אדער מיטן גיין מיט יומען העיר, וואס איז א פירצה נוראה בחומת יהדות, מען גייט מיט האר וואס זעהט אויס עכט! די גאנצע תקנה איז דאך אז מ'זאל נישט גיין מיט קיין האר, און דאס ווערט לענגער און צולאזט, ממש ככל הגוים. טאר מען נישט אויפהייבן א קול, און זאגן יא, איר זענט גורם עונשים אויף כלל ישראל???

אודאי דארף זיך יעדער מקבל זיין צו מאכן שלום, און ליב האבן אידן, און דאווענען פון אדון עולם ביז אדון עולם, און זאגן שיר השירים ערב שבת, און נאך זייער אסאך קבלות טובות.

אבער צום ערשט דארף מען עוקר זיין די פירצות גדולות וואס איז בכח חלילה צו אונטערברענגען אידישקייט! די וואס ברענגען אריין א קאלטקייט צו אידישקייט, דא דארף מען זיך הונדערט פראצענט אויפשטעלן און אויסשרייען בריש גלי, הרף!!! ווי לאנג וועט איר גורם זיין א חרון אף!

פארשטייט זיך מיט די גרעסטע אהבת ישראל, כדי צו מונע זיין חלילה א חרון אף אויף אידישע קינדער.


דאס וואס דו שרייבסט איז וואס באלאנגט פאר די מנהיגים.
אבער יחידים דארפן טראכטן וואס קען איך פארבעסערן.

אז איך האב נישט קיין סמארט פאון, בין איך שוין גוט צו גיין? מ'מיינט נאר די מיט די וואטסעפ?

די פאונט איז, אז אנשטאטס דער וואס האט סיי ווי נישט קיין וואטסעפ זאל מוחה זיין אויף וואטסעפ און דער פון טשעפעט נישט אנדערע זאל מוחה זיין אויף שנאת ישראל זאל מען זיך טוישן...
מיין חתימה איז ליידיג, אויב האסטו עפעס א געדאנק פאר מיין חתימה, שיק אין אישי
אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 2:06 pm

Re: קבלות טובות לאור האסונות ל"ג בעומר תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון ווייס »

KEWL האט געשריבן:
זבולון ווייס האט געשריבן:
לאמיר קלארער פארשטיין.

יעדער דארף מאכן קבלות. יא קלאר.

אבער איינער וואס טרעט אויף די תורה בריש גלי, און איז עובר איסורים חמורים בראש כל חוצות, צו מיטן האבן אין די האנט א כלי וואס אויף וואטסעפפ האט ער "נישט קיין פילטער", ניין ער האט נישט קיין פילטער. אדער מיטן גיין מיט יומען העיר, וואס איז א פירצה נוראה בחומת יהדות, מען גייט מיט האר וואס זעהט אויס עכט! די גאנצע תקנה איז דאך אז מ'זאל נישט גיין מיט קיין האר, און דאס ווערט לענגער און צולאזט, ממש ככל הגוים. טאר מען נישט אויפהייבן א קול, און זאגן יא, איר זענט גורם עונשים אויף כלל ישראל???

אודאי דארף זיך יעדער מקבל זיין צו מאכן שלום, און ליב האבן אידן, און דאווענען פון אדון עולם ביז אדון עולם, און זאגן שיר השירים ערב שבת, און נאך זייער אסאך קבלות טובות.

אבער צום ערשט דארף מען עוקר זיין די פירצות גדולות וואס איז בכח חלילה צו אונטערברענגען אידישקייט! די וואס ברענגען אריין א קאלטקייט צו אידישקייט, דא דארף מען זיך הונדערט פראצענט אויפשטעלן און אויסשרייען בריש גלי, הרף!!! ווי לאנג וועט איר גורם זיין א חרון אף!

פארשטייט זיך מיט די גרעסטע אהבת ישראל, כדי צו מונע זיין חלילה א חרון אף אויף אידישע קינדער.


דאס וואס דו שרייבסט איז וואס באלאנגט פאר די מנהיגים.
אבער יחידים דארפן טראכטן וואס קען איך פארבעסערן.

אז איך האב נישט קיין סמארט פאון, בין איך שוין גוט צו גיין? מ'מיינט נאר די מיט די וואטסעפ?

די פאונט איז, אז אנשטאטס דער וואס האט סיי ווי נישט קיין וואטסעפ זאל מוחה זיין אויף וואטסעפ און דער פון טשעפעט נישט אנדערע זאל מוחה זיין אויף שנאת ישראל זאל מען זיך טוישן...


אודאי באלאנגט דאס פאר מנהיגים, און די מנהיגים שטייען און שרייען יארן און הערן נישט אויף, די סאטמאר און יענע סאטמאר, די באבוב און יענע באבוב, די משפיעים ווי רבי צבי מאיר זילבערבערג, יעדער שטייט און שרייט אן אויפהער, און יעצט קומט מען אן מיט א בלעכענעם פנים, אז דאס באלאנגט פאר די מנהיגים.

טאקע דערפאר זאג איך איבער די הייליגע ווערטער וואס אלע מנהיגים זאגן.

און אמת, עקסטער פון דעם דארף יעדער ביי זיך מפשפש זיין במעשים, און זעהן וואס 'ער' אליינס דארף מתקן זיין, און איין גרויסער יסוד וואס מ'דארף מפשפש זיין במעשים איז, אויף מען איז חלילה א "חונף לרשעים", אויב מען איז מחפה אויף מעשי רשע, אויב מ'זאגט פאר א איד וואס טוט א עולה, אחינו אתה, ס'איז גארנישט, מ'שמייכלט צו יענעם, און מ'איז נישט מוחה. דאס איז זייער א גרויסע עבירה, ווייל דאס איז גורם אז יענער זאל זיך נישט שעמען דערמיט. און וועגן דעם זאגט די גמרא איז ירושלים חרוב געווארן.

דערפאר, דו זעהסט א איד קומט אריין אין ביהמ"ד מיט א גרויסן סמארטפאון, שמייכל נישט צו אים, נאר גיי צו אים און זאג אים, דו ווייסט אז דו מאכסט א חורבן? און אויב קענסטו נישט זאגן, דאן עכ"פ ווייז ארויס א אומבאקוועמליכקייט. חנפע נישט.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”