ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נאך איינער

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:דאס האט מיך מורא'דיג באנומען
איינער ווייסט אויב עס איז אמת?

אזוי איז מעיד זיין חבר מיט וועם ער איז געווען ציזאמען, אין האא עס איבערגעלעבט בדרך נס,
טראוועי
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 1:52 pm

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראוועי »

קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:דאס האט מיך מורא'דיג באנומען
איינער ווייסט אויב עס איז אמת?

מלתא דעבידי לגלוי לא משקרא אינשי
'טרא' די אמת, 'וועי'- וועט ממילא ארויף פארן (ארויפשווימען).
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישוואסער »

טראוועי האט געשריבן:
קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:דאס האט מיך מורא'דיג באנומען
איינער ווייסט אויב עס איז אמת?

מלתא דעבידי לגלוי לא משקרא אינשי


קבלת עול מלכות שמים, מסתמא ביי די הדלקה פין תולדות אהרן
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

נאך איינער האט געשריבן:
קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:דאס האט מיך מורא'דיג באנומען
איינער ווייסט אויב עס איז אמת?

אזוי איז מעיד זיין חבר מיט וועם ער איז געווען ציזאמען, אין האא עס איבערגעלעבט בדרך נס,


יא.

איך ווייס ווער ס׳איז געווען מיט אים צוזאמען. יענער האט זיך געמוטשעט מיט׳ן אטעם און האט איבערגעלעבט בדרך נס
ישראל אשר בך אתפאר
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:דאס האט מיך מורא'דיג באנומען
איינער ווייסט אויב עס איז אמת?

דער זיידע הרב הגה"ח המקובל ר' בעריש קויפמאן שליט"א האט עס דערמאנט ביי זיין דברי הספד נעכטן נאכט
אוסף החסיל
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 7:19 pm

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוסף החסיל »

שעפעלע
sz.jpg
sz.jpg (63.61 KiB) געזען 4949 מאל
אוועטאר
מילה בסלע שתיקה בתרי
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 29, 2021 10:48 pm

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילה בסלע שתיקה בתרי »

From JDM:


בִּקְרֹבַי אֶקָּדֵשׁ: הימל שרייענדע ליסטע פון די 45 "הרוגי מירון" שוידערט אויף יעדע הארץ



1. הרה"ח ר' שרגא געשטעטנער ז"ל פון מאנסי מחשובי חסידי סקווירא. א זון פון ר' חיים הי"ו פון מאנטריאל און איידעם ביי ר' מרדכי דירענפעלד הי"ו מגדולי נגידי בית סקווירא. ר' שרגי ז"ל איז געווען א טייערקייט פון א אינגערמאן במלוא מובן במילה, אין תורה, עבודה און יר"ש. ער האט אויפגעגעבן זיין פאך פון נגינה נאר צו קענען זיך אפגעבן מער מיט די משפחה און מיט עבודת ה'. ער פלעגט לערנען 6 שעה א טאג און איז געווען א מוסטער פאר אלע זיינע באקאנטע. ער איז געפארן קיין מירון צו זיין ביי ר' שמעון און ליידער האט דאס ערגסטע פאסירט. ער איז נטמן געווארן ערב שב"ק אויפן הר המנוחות, 10 שורות פונעם הייליגן בעלזער רב זי"ע.

2. האברך החשוב ר' ישראל אלנקאווא ז"ל פון בית שמש, 24 יאר אלט, טאטע פון צוויי קינדער.


3. האברך החשוב ר' מנחם אשר זעקבאך ז"ל פון בראכפעלד, מודיעין עילית, 24 יאר אלט.


4. הבחור החשוב חיים ראק ז"ל פון בית שמש. ער איז געווען א תלמיד פון ישיבת מיר אין בראכפעלד. זיינע חברים די בני הישיבה רעדן איבער א ספעציעלע חשובע בחור וואס האט זיך איבערגעגעבן פאר תורה בכל לבו ונפשו.

5. הרה"ח ר' דוד קרויס ז"ל פון בית שמש, מחשובי חסידי תולדות אהרן. א איידעלער חסידיש'ער אינגעמאן וואס איז געזעצן על התורה ועבודה. ער האט ליידער איבערגעלאזט 9 יתומים אין שטוב, און א ערשיטערטע אלמנה. די לויה איז ארויס פון שמגר ערב שבת ממש פאר די זמן. חסידים געבן איבער א פלא'דיגע זאך אז דער תולדות אהרן רבי שליט"א האט געהייסן פאר די משפחה אז זיי זאלן פארזיכערן מיט מסירת נפש אז די נפטר קומט לקבורה נאך בעפאר שבת.

6. הבחור החשוב יוסף עמרם טויבער ז"ל פון מאנסי 20 יאר אלט. א זון פון רבי הערשל טויבער שליט"א, איידעם ביי הגה"צ רבי יוסף עמרם וייסמנדל זצ"ל, און א איר אייניקל פון הגה"ק מהרי"ם דושינסקיא זצ"ל. יוסף עמרם ע"ה איז געקומען די דאזיגע זומער זמן צום ערטשן מאל לערנען אין ארה"ק אין ישיבת 'יד הלוי' בריסק, און ליידער האט זיך דאס געענדיגט אזוי טראגיש ל"ע.

7. הבחור החשוב אליהו כהן ז"ל פון ביתר עילית. א 16 יעריגע בחור מחסידי ברסלב. ער איז געווען א תלמיד פון ישיבת היכל אברהם לעלוב. די חברים דערציילן אז ער איז געווען א לעכטיגע בחור, פון די מצטייני הישיבה אין אלע תחומים.

8. דער מחנך הרה"ח ר' שמעון מטלון זצ"ל מחשובי חסידי ברסלב, 37 יאר אלט, א מלמד אין תלמוד תורה 'חניכי הישיבות' נתיבות שלום. מען דערציילט אויף ר' שמעון ז"ל אז ער איז געווען מבני עלייה, א רודף צדקה וחסד און א אמת'ער עובד ה', וואס האט א גאנץ לעבן מיט מסירות נפש געדינט השי"ת מיט קדושה און דבקות, אהבת ישראל, שמחה און אמונה.

9. הרה"ח ר' שמחה בונים דיסקינד ז"ל פון רמה ג' בבית שמש, 23 יאר אלט, פון די חשוב'סטע אינגערלייט ד'חסידי גור אין בית שמש. ער איז געווען א באקאנטער שדכן. ער האט איבערגעלאזט א שטוב פיל מיט יתומים ל"ע.

10. הרה"ח האברך ר' אליעזר צבי יוזשעף ז"ל, 26 יאר אלט, מחשובי אברכי סאטמאר פון קרית יואל. ר' אליזער צבי איז געווען א זון פון ר' יום טוב הלוי יוזשעף. א טייערע אינגעמאן, פון די סלתה ושמנה פון די אינגערלייט אין קרית יואל. ער לאזט איבער 4 יתומים מיט זיין צובראכענע אלמנה. ער איז געקומען לקבורה מוצאי שבת אויף הר מירון, און די צובראכענע משפחה און גוטע פריינט האבן מיטגעהאלטן די לויה פונדערווייטענס אין קרית יואל.

11. הרה"ח ר' חנוך סלוד ז"ל מחשובי חסידי גור אין שטאט אשדוד, 52 יאר אלט. ער איז געווען באוויסט אלס א אינגעמאן א ירא שמים און א באקאנטע שדכן. ער איז געווען א פייערדיגע גורער חסיד, אדור ומקושר צום גורער רבי'ן שליט"א. ער איז געווען א שוואגער מיט ר' ישראל אייכלער נ"י חה"כ מטעם יהדות התורה.

12. הבחור החתן פנחס מנחם קנאבלאוויטש ז"ל פון בארא פארק, 23 יאר אלט. ער איז געווען א תלמיד פון ישיבת מיר אין ירושלים, און ער איז בלויז א חודש צוריק געווארן א חתן. די הימל שרייענדע לויה איז ארויס במעמד א גרויסן עולם פארנט פון בית המדרש הגדול גור אין ירושלים אויפן וועג צו הר המנוחות.

13. הרה"ח ר' אלעזר מרדכי גולדברג ז"ל, 37 יאר, פון ביתר עילית. ער איז געווען פון די חשובע שידלובצא חסידים, א מלמד אין ת"ת 'אדרת אליהו' אין ביתר. ער האט איבערגעלאזט 4 יתומים ל"ע.

14. הבחור החשוב משה בן-שלום ז"ל, 20 יאר, א תלמיד ישיבת פאניוועזש אין בני ברק. א אייניקל פון הגאון רבי ישראל ברוך בן-שלום זצ"ל ראש ישיבת פאניוועזש לצעירים.

15. האברך החשוב ר' יונתן חברוני ז"ל, 27 יאר, א יושב אוהל אין גבעת שמואל, א טאטע פון 3 קינדער. זיינע באקאנטע דערציילן איבער א טייערער אינגערמאן א צדיק מיט אויסערגעווענליכע מדות תרומויות.

16. הבחור החשוב ידידיה אשר פוגל ז"ל, 22 יאר, א תלמיד ישיבה אין רמת גן, און תושב פון קרית משה אין ירושלים.

17. הרה"ח ר' יהודה לייב רובין ז"ל, 27 יאר, פון בית שמש. איידעם ביי הרה"ג רבי יצחק מאיר האגער שליט"א אב"ד חניכי הישיבות רמת בית שמש ב'. ער האט איבערגעלאזט 3 יונגע קינדער, און ער איז באקאנט געווען אלס א תלמיד חכם עצום.

18. האברך החשוב ר' חיים עוזר סאלער ז"ל, 24 יאר, פון שכונת נוה יעקב אין ירושלים. בלויז 2 וואכן צוריק איז אים געבוירן זיין ערשטע - און איינציגסטע - טאכטער.

19. הרה"ג רבי שמואל צבי קלאגסבאלד ז"ל, 43 יאר, פון ביתר. ער איז געווען דער ראש כולל ראחמיסטריווקא און מגיד שיעור אין ישיבת 'מאור עיניים' ראחמסיטריווקא. ער האט איבערגעלאזט נאך זיך 8 קינדער.

20. הבחור החשוב משה נתן נטע אנגלארד ז"ל, 14 יאר אלט, און זיין ברודער - - -

21. הילד הנחמד יהושע'לע אנגלארד ז"ל, 12 יאר אלט.



צוויי הייליגע לעכטיגע נשמה'לעך אומגעקומען אזוי טראגיש רח"ל. הב' משה נתן נטע האט געלערנט אין ישיבת 'מאור עיניים' ראחמיסטריווקא אין ירושלים, און יהושע'לע אין ת"ת באבוב. די טאטע איז הרה"ג רבי יצחק מענדיל אנגלארד שליט"א ראש הכולל באבוב ירושלים, א זון פון דאברא רב הגה"צ רבי חיים מאיר אנגלרד זצ"ל, און איידעם ביי הגאון הגדול רבי נפתלי הירצקא פרענקל זצ"ל חבר ביד"צ עדה החרדית און נו"נ להרה"ק רבי שמואל מדאראג זי"ע. די משפחה האט געדארפט צו וויילן אויף שבת אין צפת, און די טאטע האט געזוכט די קינדער מיט לעכט א גאנצע נאכט, נאר אויסצוגעפינען אז זיי זענען ליידער ארויף לשמי מרום. די הארץ רייסענדע לויה פון ביידע אינאיינעם איז פארגעקומען ערב שבת בהשתתפות א גרויסן ציבור, מיט בכיות נוראות וואס האבן געשפאלטן די הימלען.

22. הבחור החשוב משה לוי ז"ל, 14 יאר אלט, פון בני ברק. א מתמיד עצום וועלכע איז געפארן קיין מירון אלס 'פרס' פאר זיין התמדה אין חדר.

23. הבחור החשוב נחמן קירשבוים ז"ל, 16 יאר אלט, פון בית שמש, מחשובי בחורי ברסלב.

24. הבחור החשוב יוסף דוד אלחדד-שארף ז"ל, 18 יאר, א תלמיד אין ישיבת 'עמלה של תורה' ירושלים, און זיין ברודער - - -

25. הילד הנחמד משה מרדכי אלחדד-שארף ז"ל, 12 יאר, געלערנט אין ת"ת מאחנובקא בעלזא אין ירושלים.



בחייהם ובמותם לא נפרדץ. צוויי נשמות טהורות אינגע צויייגלעך, חסידישע תמימות'דיגע קינדער בני עליה. די טאטע איז הרה"ח ר' מאיר נחמן אלחדד-שארף הי"ו, א באקאנטער איד אין ירושלים. די הארץ רייסענדע לויה פון ביידע ברודער אינאיינעם איז פארגעקומען מוצאי שבת אין מירון, ווי זיי זענען נטמן געווארן איינע נעבן צווייטן סמוך ונראה צום מערת רבי שמעון.

26. הבחור החשוב דובי שטיינמעץ ז"ל, 12 יאר, א תלמיד ישיבת מיר ירושלים, פון מאנטריאל קאנאדא.

27. הבחור החשוב יוסף מאסטאראב ז"ל, א תלמיד פון ישיבת 'רינה של תורה'.

28. הבחור יעקב אלחנן סטרקובסקי ז"ל פון אלעד, 20 יאר, ער האט געלערנט אין ישיבת 'באר ישראל'.

29. הבחור החשוב יוסף יהודה לוי ז"ל, 17 יאר אלט פון רכסים, א בן זקונים צו זיינע עלטערן. א תלמיד פון ישיבת אוהלי שמואל אין רכסים.

30. הבחור ישי מועלם ז"ל, 17 יאר אלט. אויך א תלמיד פון ישיבת אוהלי שמואל אין רכסים. א נאנטע חבר מיט יוסף יהודה לוי ז"ל.

31. הבחור אברהם דניאל אמבון ז"ל פון ארגענטינע, 21 יאר, א תלמיד פון ישיבת 'היכל יצחק' אין קרית יובל אין ירושלים.

32. הילד הנחמד אליעזר יצחק קולטי ז"ל, 13 יאר, פון ירושלים.

33. הרה"ח ר' אריאל צדיק ז"ל, 56 יאר, מחשובי חסידי חב"ד, און תושב אין בית וגן, ירושלים.

34. הרה"ח ר' יוסף גרינבוים ז"ל, א יונגע וויזניצער אינגערמאן פון חיפה, 22 יאר אלט. א זון פון הרה"ג ר' ברוך צבי גרינבוים שליט"א פון אלעד און א איידעם ביי הרה"ג ר' שמואל ווייס שליט"א פון אשדוד, א אייניקל פון הגר"א ווייס רב חסידי וויזניץ אין לאנדאן. ער האט איבערגעלאזט א 1 יעריגע יתומ'ל און א ערשיטעטע יונגע אלמנה.


35. הבחור החשוב אלקנה שילה ז"ל, 28 יאר, פון שכונת נווה יעקב אין ירושלים, א תלמיד פון ישיבת 'תפארת הלוי' און ישיבת 'קיבוץ חנניה'.

36. הרה"ח המחנך ר' אלעזר געפנער ז"ל פון די חשובע דזיקוב וויזניץ'ער חסידים, פון הר נוף געגנט אין ירושלים. ער איז געווען 52 יאר אלט. ר' אלעזר איז געווען א שטיק חסד, ער האט אנגעפירט מיט א קבוצה משמחים וואס פלעגן איבערגיין צו מענטשן אין שפיטעלער זיי משמח צו זיין. ער איז אויך געווען מקורב בלב ונפש צו כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א.

37. הבחור ידידיה משה חיות ז"ל, 13 יאר, פון קרית הערצאג אין בני ברק. זיין טאטע הרב אביגדור חיות, א מלמד אין תלמוד תורה 'אמרי דוד' אין קרית הערצאג, איז אויך געשעדיגט געווארן און ערהוילט זיך אין שפיטאל. ער איז געקומען צו די לויה מוצאי שבת מיט א אמבולאנס.

38. הבחור החשוב דניאל מאריס ז"ל, 19 יאר אלט, פון טינעק ניו זשורזי. א תלמיד שיעור א' אין קרית חינוך שעלבים. אין די ישיבה דערציילט מען אז דניאל ז"ל איז געווען א מצויין פון א תלמיד, א שקדן און שטארק באליבט ביי יעדן.

39. הבחור החשוב שלמה זלמן לעבאוויטש ז"ל, 19 יאר, פון צפת, א תלמיד פון ישיבת 'כנסת יחזקאל' אין אלעד.


40. הרב משה צרפתי ז"ל, 65 יאר אלט, א תלמיד מובה פון הגאון רבי שלום ארוש שליט"א ראש מוסדות 'חוט של חסד'. ער האט איבערגעלאזט 4 קינדער און 25 אייניקלעך. ביי די לויה מוצ"ש האט ר' שלום ארוש מספיד געווען מיט אומבאשרייבליכע בכיות נוראות.

41. הבחור החשוב אריאל אחדות ז"ל, 21 יאר, א תלמיד אין ישיבת 'יסודות התורה'.
.
42. הרה"ח האברך ר' מרדכי פעקעטע ז"ל, א 24 יעריגע סאטמארער אינגערמאן פון ירושלים. ער איז געבוירן אין ירושלים, און שפעטער געלערנט אין די סאטמארער ישיבה גדולה אין קווינס. באקאנטע דערציילן אז עס רעדט זיך פון א אויסנאם איידעלר אינגערמאן, פיל מיט תורה און יר"ש. ער לאזט איבער נאך זיך צוויי אומגליקליכע יונגע קינדער און א צובראכענע אלמנה. די הארץ רייסענדע לויה איז ארויס מוצאי שבת ביי ביהמ"ד סאטמאר אויף רחוב יואל אין ירושלים, וואו דער יונגע נפטר ע"ה איז געווען א קביעות'דיגע מתפלל, מיט די באטייליגונג פון הונדערטער סאטמארער חסידים פון ארה"ק.

43. הבחור החשוב חן דורון ז"ל, 41 יאר פון שכונת תל גיבורים אין חולון ווי ער האט זיך געלערנט הוראה.

44. האברך החשוב ר' משה בערגמאן ז"ל, 24 יאר, פון ענגאלנד. א בוגר פון ישיבת מיר אין ירושלים. אין אנהייב האט מען נאר געהערט אז ער פעלט, און ער איז געווען פון די לעצטע צו ווערן קאנפימירט אז ער איז ליידער אוועק ל"ע.


45. הבחור החשוב יוסף קאהן ז''ל, וועלכער איז קוים דאס יאר געקומען לערנען קיין ארץ ישראל פון זיין היימשטאט אין קליוולאנד, אהייא. עטליכע יאר צוריק האט ער ליידער פארלוירן זיין טאטע.


כלל ישראל בכל מקומות מושבותיהם נעמען זיך אונטער אין די טעג צו שטיין צו די האנט פאר די אומגליקליכע משפחות. כלל ישראל וועט טון אלעס נאר מעגליך זיי עטוואס גרינגער מאכן די אומגעהויערע יסורים. כלל ישראל וועט ווייטער אנגיין מיט א שטארקייט אויף די פיסטריט פון די עם הנצח אין אלע שווערע צייטן במשך די לאנגע גלות. כלל ישראל שרייט אויס צו אבינו שבשמים: אָבִינוּ מַלְכֵּנוּ עֲשֵׂה לְמַעַן הֲרוּגִים עַל שֵׁם קָדְשֶׁךָ; אָבִינוּ מַלְכֵּנוּ שְׁלַח רְפוּאָה שְׁלֵמָה לְחוֹלֵי עַמֶּךָ אכיה"ר.
איך האף
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 30, 2017 3:27 pm

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך האף »

די ציבור ביים מיטהאלטן די לוי' פון האברך ר׳ אליעזר הערש יוזשעף ע״ה און קרית יואל
אטעטשמענטס
IMG-20210502-WA0013.jpg
IMG-20210502-WA0013.jpg (216.61 KiB) געזען 4556 מאל
IMG-20210502-WA0012.jpg
IMG-20210502-WA0012.jpg (223.57 KiB) געזען 4556 מאל
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1592
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

ס'איז נעכטען דא געווען די ריקארדינג פון אפאר לויות אינקלודינג אנגלרד, קען איינער עס ברענגען אדער צוווייזען ווי עס איז? יישר כח
א_נייע_גרינער
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 17, 2017 12:14 pm

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א_נייע_גרינער »

עוג מלך הבשן האט געשריבן:ר׳ אברהם יעקב לעבט יא, נאר די מאמע פון מרדכי יואל האט שפעטער געהייראט ר׳ יואל הערש פעקעטע פון בית שמש. מען האט איהם שוין געזוכט אין אלע שפיטעלער, ליידער איז דא א גוף אין אבו-כביר וואס שטימט מיט בילדער פון איהם.


ר' אברהם יעקב קרויס בן ר' אהרן מארזי הבירה???
FREEDOM
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 16, 2014 2:50 pm

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FREEDOM »

א_נייע_גרינער האט געשריבן:
עוג מלך הבשן האט געשריבן:ר׳ אברהם יעקב לעבט יא, נאר די מאמע פון מרדכי יואל האט שפעטער געהייראט ר׳ יואל הערש פעקעטע פון בית שמש. מען האט איהם שוין געזוכט אין אלע שפיטעלער, ליידער איז דא א גוף אין אבו-כביר וואס שטימט מיט בילדער פון איהם.


ר' אברהם יעקב קרויס בן ר' אהרן מארזי הבירה???
יא
ר' אהרן קרויס נ"י איז א פוירסט קאזין מיט יבלח"ט ר' דוד קרויס ז"ל פון תו"א
מי כעמך ישראל!
צופרידן
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 11, 2013 12:21 pm

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צופרידן »

FREEDOM האט געשריבן:
א_נייע_גרינער האט געשריבן:
עוג מלך הבשן האט געשריבן:ר׳ אברהם יעקב לעבט יא, נאר די מאמע פון מרדכי יואל האט שפעטער געהייראט ר׳ יואל הערש פעקעטע פון בית שמש. מען האט איהם שוין געזוכט אין אלע שפיטעלער, ליידער איז דא א גוף אין אבו-כביר וואס שטימט מיט בילדער פון איהם.


ר' אברהם יעקב קרויס בן ר' אהרן מארזי הבירה???
יא
ר' אהרן קרויס נ"י איז א פוירסט קאזין מיט יבלח"ט ר' דוד קרויס ז"ל פון תו"א

א פעטער, נישט א קאזין.
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל טוב »

ווי וואוינט ר' אברהם יעקב היינט?
ממש
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 1:39 pm

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש »

איך האף האט געשריבן:די ציבור ביים מיטהאלטן די לוי' פון האברך ר׳ אליעזר הערש יוזשעף ע״ה און קרית יואל

Der Yid Daily
מוצאי שבת אין די גאר שפעטע שעהן איז פארגעקומען די טרויעריגע לוי' פון האברך החשוב ר' אליעזר צבי יאזשעף ע"ה פון קרית יואל. א ספּעציעלע הוק-אפּ איז צוגעשטעלט געווארן פאר די בני משפּחה אין קרית יואל, וואו דער חשוב'ער שווער פונעם נפטר איז נעבעך געפאלן אונמאכט פון שרעקליכן צער אינמיטן די הספּדים.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

הבחור החשוב משה נתן נטע אנגלרד ע"ה (14) האט געהאט אין זיין טאש א צעטעלע מיט בקשות פון זיינע חברים פון ישיבה מזכיר צו זיין אויפן ציון הקדוש.
אטעטשמענטס
20210502_174742.jpg
20210502_174742.jpg (11.65 KiB) געזען 3293 מאל
20210502_174745.jpg
20210502_174745.jpg (315.26 KiB) געזען 3293 מאל
שמע בני
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 11:27 pm

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמע בני »

2021-05-02.jpeg
2021-05-02.jpeg (97.56 KiB) געזען 2569 מאל
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

כל טוב האט געשריבן:ווי וואוינט ר' אברהם יעקב היינט?

מאנסי
זה הקטן גדול יהי'
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

היינט ביינאכט ביים סעודת סיום מס' תענית און התחלת מס' שבת בחבורת קנין תורה ד'באבוב, האט די רבי שליט"א דערמאנט אז די צווייי ענגלארד ברידער עליהם השלום זענען געווען חברי החבורה און גע'ענדיגט לעצטענס מס' בבא קמא וואס מען האט געלערנט די לעצטע יאר צייט און זיך געגרייט אנצוהייבן ל"ג בעומר מס' שבת.
די רב האט געזאגט אז זיי זענען יעצט אין א גאנץ אנדערע 'מסכת שבת', אין א יום שכולו שבת ומנוחה, ווי די תפארת שלמה זאגט מכין מחו"ל לשב"ת.

אויך האט די רב דערמאנט אז די בחור הנפטר ע"ה האט געלערנט מס' סוכה העכער 60 מאל (!!), און די יונגל ע"ה האט געלערנט משניות אויף א סדר צו ענדיגן ששה סדרי משנה ביים בר מצוה. אויפן וועג קיין מירון האט ער געלערנט מס' תמיד און זיין לעצטע משנה וואס ער האט געלערנט אויף דעם וועלט איז געווען מזמור שיר ליום השבת, שיר לעתיד לבוא ליום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים.

ת.נ.צ.ב.ה.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6209
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

מ׳האט גענומען ריינע ריינע נשמות פאר א כפרה פארן דור. די אלע מעשיות פון די נפטרים נעמט דאך איבער יעדעס אידיש הארץ. די הרהורי תשובה אליינס פון אזויפיל טויזענטע אידן ברענגט זיכער נענטער די גאולה שלימה. זאל שוין זיין ממש יעצט.

(געדארפט אויסגעבן די הרגשים)
אני הוא הנער, נער המדבר
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

צולייגער האט געשריבן:בד"ה, הב' נחמן דניאל מאריס ע"ה. טינעק - 19


קענענדיג די משפחה אביסל, און האבנדיג א שייכות מיטן פאטער ר' אריה צבי הי"ו, האב איך מיטגעהאלטן די לוי' היינט ווירטואל. פיינעלי האט עס גערירט מיינע סטרינעס וועלכע זענען שוין פארהאקט זייט פרייטאג אינדערפריה ווען כ'האב געהערט די בשורה.

זיין טאטע הי"ו, א איד פון YU חדר, אויף דעם שטייגער טאקע, אבער מיט א ערליכקייט און ישרות, א מדקדק בהלכה מיט א אמת'ע תמימות אן קיין חכמה, און האט שטענדיג געגארט צו הערן א גוטן גרוס פון זיין זוהן. הער איך ווי ער רעדט מיט אזא פעסטקייט און שטארקן כאראקטער ווי זיין זוהן איז געוואקסן וכו' אבער ווען ער קומט דערצו פארציילן אז אלס עלטערער בחור האט זיך דער נפטר גענומען אין די הענט אריין און געזעצט לערנען פלייסיג, האט דער פאטער ממש צאמגעבראכן און פארגאנגען אין א געוויין ווי אינגאנצן נישט זיין שטייגער. אם אבן היא נימוח.

מ'רעדט נישט פון קיין איד וועלכער דארף טוהן א שיינע שידוך מיט תורה וגדולה, ווער עס קען יענע קרייזן ווייסט זייער גוט וואס איך מיין. אבער עס קומט דערצו, א טאטע געזעגנט זיך פון א קינד נאך אזא שוידערליכע פטירה, די סטרונעס צעשפילן זיך און דעם אייבערשטנ'ס מוזיק דערהערט זיך פון די טיפענישן פון הארץ. נישט קיין מעשה'לעך מיט קיין ענינים, נאר וואס איז א גדולה צו פארציילן?! אז ער האט געלערנט, אויסגענוצט די צייט, און געשטיגן אין תורה ויראת שמים.

דאס איז א קלאסישע אויסשפיל פון אין מלוין לו לאדם אלא מעשים טובים בלבד. אלע חלומות פון קאלעדזש און סוקסעספולע קאריערע'ס, ווען עס קומט דערצו און דער כור המבחן קומט צושטאנד, קומט ארויס דאס פינטעלע איד, דאס ווערט נחשב און גערעכנט ביי יעדן מיט אביסקעלע שכל אין קאפ ווען מען איז אין א ניכטערן מאמענט.

דאס איז אונז דאך אזוי מחייב, מיר זענען טאקע חסיד'ישע אידן וואס פלאמען ביי בואי בשלום, אבער... דאס לעבן איז באגלייט פון טויזנטער חשבונות וואס א מענטש מאכט, באשלוסן ווערן פארדרייט פון אומצאליגע רצונות און סובקאנטשעס דברי הבאי פון קנאה תאוה וכבוד, אבער, אינעם עצם נפש הישראלי ווייסט מען גאנץ גוט וואס ווערט גערעכנט, בין תנור לכיריים ווייסט יעדער פונקטליך פארוואס השי"ת האט אים נאכאמאל צוריקגעגעבן די נשמה אינדערפריה.

אוי טאטע, דאס מאנט און פאדערט, און הלוואי זאלן מיר זיך דאס ארייננעמען אין קאפ, והחי יתן אל לבו.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
קאסאניער
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די פרידליכע שווארצע ראיאטן

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאסאניער »

אוסף החסיל האט געשריבן:אין ישיבת מיר, היינט:
מערקט: 'בית מנחם' איז נתנדב געווארן לע"נ דעם פאטער פון הב' יוסף קאהן ז"ל

זצ"ל שטייט אויף בחורים?
אין זידיטשוב ברענט א פייער אין קיינער קען דאס נישט פארלעשן...
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

קאסאניער האט געשריבן:
אוסף החסיל האט געשריבן:אין ישיבת מיר, היינט:
מערקט: 'בית מנחם' איז נתנדב געווארן לע"נ דעם פאטער פון הב' יוסף קאהן ז"ל

זצ"ל שטייט אויף בחורים?

זכרונו לברכה און זכר צדיק לברכה האבן ביידע א גרעסערע מקור ווי עליו השלום.
געשטימט פאר ראשעק הול
גיזוגט
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 05, 2015 1:09 am

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיזוגט »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
newschest79 האט געשריבן:א טרער אויפן פרישן נפטר האברך החשוב "מרדכי פעקעטע" ע"ה.




https://thechesedfund.com/mordechaifeke ... =JCNSTATUS
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

גיזוגט האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
newschest79 האט געשריבן:א טרער אויפן פרישן נפטר האברך החשוב "מרדכי פעקעטע" ע"ה.




https://thechesedfund.com/mordechaifeke ... =JCNSTATUS


איך וויל געבן. איז דאס א קראנטע זאך? פון וואו ווייס איך זיכער אז די געלט גייט אנקומען?
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

ממש אזוי האט געשריבן:
גיזוגט האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
newschest79 האט געשריבן:א טרער אויפן פרישן נפטר האברך החשוב "מרדכי פעקעטע" ע"ה.




https://thechesedfund.com/mordechaifeke ... =JCNSTATUS


איך וויל געבן. איז דאס א קראנטע זאך? פון וואו ווייס איך זיכער אז די געלט גייט אנקומען?

זיינס א פעטער האט געשיקט די לינק
געשטימט פאר ראשעק הול
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”