ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 813
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
רעדנער האט געשריבן:
רוב כוס האט געשריבן:
20220513_141439.jpg

''שנעקד'' איז ר''ת שנהרג על קידוש ד' - די לשון פאסט נישט דא אריין, אפשר האבן זיי געוואלט שרייבן שנהרג, (נכתב בעיר צפת 3.51 סמוך לאשמורת הבוקר)

נעקד מיינט אויך פשוט פשט. 'שנעקד על גבי המזבח' וואס מ'זאגט ראש השנה ביי זכרונות מיינט אויך א ראשי תיבות?

פשוט פשט פון נעקד וואס מיינט געבונדן, קומט זיכער נישט אריין דא אדער ביי סיי וועלעכע הרוגים,

האט מען אויס געטראפן א וועג מזאל עס יא קענען נוצן ווען מרעדט פון הריגות על קידות השם מיטן עס מאכן פאר א ר"ת נעקד"ה/נעק"ד(נהרג על קדושת השם/נהרג על קדושת ד'), און אין איינוועגס טוט עס ווי סימבאליזירן אז דא איז אויך פארגעקומען אזא כעין עקידה מעשה פון קידוש השם,

די וואס שרייבן שנעקד על קידוש השם האט זיכער נישט קיין פשט, ממה נפשך, די טייטש שטימט נישט, און מיט די ר"ת איז עס א דאפלט לשון,

אגב, אין גמ' זענט מען יא." אתה עקדת מזבח אחד ואני עקדתי שבעה מזבחות" קוקט אויס ווי מקען זיך יא באנוצן מיט די לשון אפילו סשטימט נישט אינגאנצן.
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 813
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

סטאוו שרייבט ענליך, ערשט איצטער באמערקט.
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14687
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

ביתר - א האר אויפשטעלנדער סיפור ווערט דערציילט די טעג, דורך א קאלעגע פון הר"ר אלעזר מרדכי גאלדבערג ע"ה, מלמד ת"ת עטרת אליהו אין ביתר, וועלכער איז אומגעקומען אין די טראגעדיע אין מירון. דער מלמד איז געווען נאנט מיטן נפטר און האט אנגעהאלטן צו לערנען משניות לטובתו, און ווען דער נפטר איז צו אים געקומען איין נאכט אין חלום האט ער דאס אוועק געמאכט צוליב דעם וואס ער טראכט אסאך פון אים.

למעשה אבער האט ר' אלעזר ע"ה נישט נאכגעלאזט נאר געקומען צו אים אין חלום א גאנצע וואך, נאכט נאך נאכט, בעטנדיג ער זאל גיין בעטן מחילה פון א סופר אין ביתר - הר"ר אפרים זילבערמאן שליט"א, בן הגרי"ש זצ"ל - ווייל ער איז אים שולדיג געבליבן טינט. דאס אכטע מאל האט ער שוין מער נישט געשמייכלט צו אים נאר זיך אפגערעדט פארוואס ער קען נישט טון פאר אים די קלייניגקייט בעת פאר אים איז דאס א גרויסע טירחא "א לאנגער וועג מיט גרויסע אנשטרענגונג" צו דארפן קומען צו אים כסדר אין חלום דערוועגן!


בלית ברירה האט ער פארקוקט אויף די בושות און אומאנגענעמליכקייט און צוגעגאנגען צו דעם סופר דערציילן איבער דעם חלום. ר' אפרים זילבערמאן האט תיכף געוואוסט פון וואס ער רעדט, און האט דערציילט אז ער איז געקומען פארהערן אין ת"ת און שמועסנדיג מיטן נפטר ע"ה - וועלכער האט אליינס עוסק געווען אין סופרות - האט ער אים פארגעשלאגן צו אויספרובירן א נייער סארט טינט, און אים דערביי דערלאנגט א קליין פלעשל טינט אין ווערט פון 25 שקל. ר' אפרים האט בכלל נישט ערווארטעט דאס צוריק צו באקומען אבער דער נפטר ר' אלעזר מרדכי ע"ה האט דאס אנגענומען ווי א הלואה, און נישט געהאט קיין מנוחה בעולם העליון ווי לאנג מען האט דאס נישט מסדר געווען. ר' אפרים האט באלד צוזאמען גערופן עטליכע אינגעלייט און אויסגערופן אז ער איז מוחל במחילה גמורה ובלב שלם אויף דעם חוב
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
להחיות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3603
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 01, 2021 12:40 pm
לאקאציע: ביי די גמרא

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להחיות »

הרב_שלום האט געשריבן:
ביתר - א האר אויפשטעלנדער סיפור ווערט דערציילט די טעג, דורך א קאלעגע פון הר"ר אלעזר מרדכי גאלדבערג ע"ה, מלמד ת"ת עטרת אליהו אין ביתר, וועלכער איז אומגעקומען אין די טראגעדיע אין מירון. דער מלמד איז געווען נאנט מיטן נפטר און האט אנגעהאלטן צו לערנען משניות לטובתו, און ווען דער נפטר איז צו אים געקומען איין נאכט אין חלום האט ער דאס אוועק געמאכט צוליב דעם וואס ער טראכט אסאך פון אים.

למעשה אבער האט ר' אלעזר ע"ה נישט נאכגעלאזט נאר געקומען צו אים אין חלום א גאנצע וואך, נאכט נאך נאכט, בעטנדיג ער זאל גיין בעטן מחילה פון א סופר אין ביתר - הר"ר אפרים זילבערמאן שליט"א, בן הגרי"ש זצ"ל - ווייל ער איז אים שולדיג געבליבן טינט. דאס אכטע מאל האט ער שוין מער נישט געשמייכלט צו אים נאר זיך אפגערעדט פארוואס ער קען נישט טון פאר אים די קלייניגקייט בעת פאר אים איז דאס א גרויסע טירחא "א לאנגער וועג מיט גרויסע אנשטרענגונג" צו דארפן קומען צו אים כסדר אין חלום דערוועגן!


בלית ברירה האט ער פארקוקט אויף די בושות און אומאנגענעמליכקייט און צוגעגאנגען צו דעם סופר דערציילן איבער דעם חלום. ר' אפרים זילבערמאן האט תיכף געוואוסט פון וואס ער רעדט, און האט דערציילט אז ער איז געקומען פארהערן אין ת"ת און שמועסנדיג מיטן נפטר ע"ה - וועלכער האט אליינס עוסק געווען אין סופרות - האט ער אים פארגעשלאגן צו אויספרובירן א נייער סארט טינט, און אים דערביי דערלאנגט א קליין פלעשל טינט אין ווערט פון 25 שקל. ר' אפרים האט בכלל נישט ערווארטעט דאס צוריק צו באקומען אבער דער נפטר ר' אלעזר מרדכי ע"ה האט דאס אנגענומען ווי א הלואה, און נישט געהאט קיין מנוחה בעולם העליון ווי לאנג מען האט דאס נישט מסדר געווען. ר' אפרים האט באלד צוזאמען גערופן עטליכע אינגעלייט און אויסגערופן אז ער איז מוחל במחילה גמורה ובלב שלם אויף דעם חוב
והחי יתן אל לבו
ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
צינגעלע
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 2:49 pm

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צינגעלע »

wow
לשוני עט סופר מהיר
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19939
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

צווייטע יאהרצייט היינט
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”