צולייגער האט געשריבן:צולייגער האט געשריבן:בד"ה, הב' נחמן דניאל מאריס ע"ה. טינעק - 19
קענענדיג די משפחה אביסל, און האבנדיג א שייכות מיטן פאטער ר' אריה צבי הי"ו, האב איך מיטגעהאלטן די לוי' היינט ווירטואל. פיינעלי האט עס גערירט מיינע סטרינעס וועלכע זענען שוין פארהאקט זייט פרייטאג אינדערפריה ווען כ'האב געהערט די בשורה.
זיין טאטע הי"ו, א איד פון YU חדר, אויף דעם שטייגער טאקע, אבער מיט א ערליכקייט און ישרות, א מדקדק בהלכה מיט א אמת'ע תמימות אן קיין חכמה, און האט שטענדיג געגארט צו הערן א גוטן גרוס פון זיין זוהן. הער איך ווי ער רעדט מיט אזא פעסטקייט און שטארקן כאראקטער ווי זיין זוהן איז געוואקסן וכו' אבער ווען ער קומט דערצו פארציילן אז אלס עלטערער בחור האט זיך דער נפטר גענומען אין די הענט אריין און געזעצט לערנען פלייסיג, האט דער פאטער ממש צאמגעבראכן און פארגאנגען אין א געוויין ווי אינגאנצן נישט זיין שטייגער. אם אבן היא נימוח.
מ'רעדט נישט פון קיין איד וועלכער דארף טוהן א שיינע שידוך מיט תורה וגדולה, ווער עס קען יענע קרייזן ווייסט זייער גוט וואס איך מיין. אבער עס קומט דערצו, א טאטע געזעגנט זיך פון א קינד נאך אזא שוידערליכע פטירה, די סטרונעס צעשפילן זיך און דעם אייבערשטנ'ס מוזיק דערהערט זיך פון די טיפענישן פון הארץ. נישט קיין מעשה'לעך מיט קיין ענינים, נאר וואס איז א גדולה צו פארציילן?! אז ער האט געלערנט, אויסגענוצט די צייט, און געשטיגן אין תורה ויראת שמים.
דאס איז א קלאסישע אויסשפיל פון אין מלוין לו לאדם אלא מעשים טובים בלבד. אלע חלומות פון קאלעדזש און סוקסעספולע קאריערע'ס, ווען עס קומט דערצו און דער כור המבחן קומט צושטאנד, קומט ארויס דאס פינטעלע איד, דאס ווערט נחשב און גערעכנט ביי יעדן מיט אביסקעלע שכל אין קאפ ווען מען איז אין א ניכטערן מאמענט.
דאס איז אונז דאך אזוי מחייב, מיר זענען טאקע חסיד'ישע אידן וואס פלאמען ביי בואי בשלום, אבער... דאס לעבן איז באגלייט פון טויזנטער חשבונות וואס א מענטש מאכט, באשלוסן ווערן פארדרייט פון אומצאליגע רצונות און סובקאנטשעס דברי הבאי פון קנאה תאוה וכבוד, אבער, אינעם עצם נפש הישראלי ווייסט מען גאנץ גוט וואס ווערט גערעכנט, בין תנור לכיריים ווייסט יעדער פונקטליך פארוואס השי"ת האט אים נאכאמאל צוריקגעגעבן די נשמה אינדערפריה.
אוי טאטע, דאס מאנט און פאדערט, און הלוואי זאלן מיר זיך דאס ארייננעמען אין קאפ, והחי יתן אל לבו.
איז דא ערגעץ א לינק וואו מ׳קען הערן די לויה?