ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

איש חמודות
שר האלפיים
תגובות: 2604
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

תגובהדורך איש חמודות » מאנטאג מאי 31, 2021 11:37 am

פון JD מידיא:
מירון - נאך די שווערע טראגעדיע זענען ליידער געבליבן הויפענעס ברילן, היטן און אנדערע פערזענליכע חפצים וואס אידן האבן פארלוירן אין דעם גרויסן געדרענג. סיי די וועלכע האבן באלאנגט צו די נפטרים, די פארוואונדעטע און בכלל אלע וועלכע זענען געווען פארכאפט אין די מאסן צודריקעניש. די פאליציי האט אצינד אונטערגענומען א פרואוו צוריק צו געבן די חפצים צו זייערע אייגענטומער און האבן געעפנט א ספעציעלן האט ליין אריינצורופן צו קלעימען די פארלוירענע אביעקטן.

איך גלויב אז די נפטרים ברויכן נישט קיין ברילן, און זייערע יורשים ברויכן עס אויך נישט.
און די לעבעדיגע האבן שוין לאנג נייע, און אפילו ווען זיי באקומען ווען עס צוריק עטליכע וואכן צוריק וואלטן זיי אויך געקויפט נייע, היות די דאזיגע איז אינגאנצן צוקריצט און געשעדיגט (בלויז איין איינציגע ברילן פון די אלע אויפן בילד האט וואונדערליך איבערגעלעבט און געבליבן כמעט אומבארירט).
צוגעלייגטע
unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (311.12 KiB) געזעהן 7243 מאל

מיסתפינא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 24, 2019 12:24 pm

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

תגובהדורך מיסתפינא » מאנטאג מאי 31, 2021 5:31 pm

פרישע ווידיאו פון די טראגעדיע

https://ahblicklive.com/post.php?u_id=K ... u0YNaHvFnC

eller
שר ששת אלפים
תגובות: 6663
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

תגובהדורך eller » מאנטאג מאי 31, 2021 5:32 pm

ירושלים - א וואונדערליכע פאסירונג איז באקאנט געווארן די טעג איבע אחד מהרוגי מירון האברך ר' יהודה לייב רובין ז"ל, זון פון הרה"ח ר' יו"ט הי"ו, עורך אחראי פון די חרדי'שע טעגליכע צייטונג "המבשר". ר' יהודה לייב איז געווען צווישן די 45 אומגעקומענע אין מירון און איז געקומען לקבורה הארט בעפאר כניסת השבת אויפן הר הזתים, צופיסנס פונעם קבר פון זיין זיידן ר' יוסף בנימין רובין ז"ל וועלכער איז נפטר געווארן העכער 40 יאר צוריק.

ביי די שבעה, האט זיין חברותא דערציילט פאר די אבלים א אינטערעסאנטע אנעקדאט, אז שמועסנדיג מיט ר' יהודה לייב פאר 2 וואכן פאר ל"ג בעומר האט ער זיך אויסגעדרוקט אז ער וויל זייער ליגן אויפן הר הזתים וואס הט א געוואלדיגן חשיבות, און בעיקר ווייל ער וויל ליגן נעבן דעם זיידן ר' יוסף בנימין. אויף די פראגע פונעם חברותא אז דאס איז דאך מן הנמנע וויבאלד ער איז דאך א יונגערמאן און עס איז דא פילע קרובי המשפחה עלטערע פון אים, און ווען עס וועט קומען זיין צייט וועט דאך שוין לאנג נישט זיין קיין פלאץ פאר אים? האט ר' יהודה לייב בלויז געענטפערט: "איך ווייס נישט וויאזוי עס קען געשען פראקטיש, אבער דאס איז וואס איך וויל".

ווי עס שטעלט זיך ארויס האט דעם נפטר'ס פאטער און די ארומיגע משפחה געשפירט א אומפארשטענדליכן, אינערליכן דראנג צו באערדיגן ר' יהודה לייב אויפן הר הזתים דוקא טראץ דעם וואס עס זענען געווען אנדערע, מער מסתבר'דיגע אפציעס. וואונדערליך איז די חברא קדישא צוריק געקומען נישט לאנג דערויף אז זיי האבן געטראפן א פלאץ פאר אים אויפן הר הזתים, וועלכע האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין ממש צופיסנס פון זיין זיידן, ווי זיין שטרעבונג איז געווען!

(דורשי רשומות האבן צוגעצייכנט דעם באקאנטן אוהח"ק אז ווען מען איז מתפלל אויף עפעס זאל מען קלאר ארויס זאגן און מפרש זיין די כוונה, און ער ברענגט א מדרש פון א פיסגייער וואס האט מתפלל געווען עס זאל אים אונטערקומען א קעמל, ער האט געמיינט צו רייטן דערויף אבער אנשטאט האט מען אים געשיקט א קעמל פון א פריץ צו שלעפן וויבאלד ער האט נישט מפרש געווען וואס ער מיינט. ד.ה. אז מען בעט אויף עפעס וואס קען אויך ווערן אפגעטייטשט אויף א נישט גוטן אופן, זאל מען קלאר ארויס זאגן בשעת מעשה וואס די כוונה איז).
JD MEDIA
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן דעם באשעפער און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

ענדרויד פען
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 04, 2012 5:16 pm

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

תגובהדורך ענדרויד פען » מאנטאג יוני 07, 2021 8:15 pm

איז דא ערגעץ א ליסטע פון אלע אומגעקומענע, מיט די טאטעס נעמען

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18664
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג יוני 08, 2021 12:46 am

ענדרויד פען האט געשריבן:איז דא ערגעץ א ליסטע פון אלע אומגעקומענע, מיט די טאטעס נעמען

viewtopic.php?p=2757344#p2757344

אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 11203
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

תגובהדורך moishy56 » מאנטאג יוני 14, 2021 6:46 am

די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

Geni

https://www.geni.com/projects/Meron-Sta ... le/4477016

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1451
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

תגובהדורך שטייגען » פרייטאג יוני 25, 2021 12:02 am

ביי די אריינגאנג צו די מערה
צוגעלייגטע
5BAE7543-CD82-4D65-8E28-7B1FAD6A0F76.jpeg
5BAE7543-CD82-4D65-8E28-7B1FAD6A0F76.jpeg (85.4 KiB) געזעהן 5427 מאל
..

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3250
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג יוני 25, 2021 12:14 am

שטייגען האט געשריבן:ביי די אריינגאנג צו די מערה

ס'שרייעט ארויס איזראעליטעט דערפון...
שוין. ס'דארף מען רעדן.
פאר 'חוח' דרוקט נומער 6. אויב קיין ענטפער, זייט וויסן אז כ'בין אויף וואקאציע.

אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 11203
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

תגובהדורך moishy56 » דינסטאג יוני 29, 2021 12:33 pm

הרב דוד קלעצקין

ג' פנחס

די אנדעקטע רעקארדירונגען פון האברך ר' יוסף גרינבוים ז"ל מקדושי מירון, וואס ער האט איבערגעלאזט מעסיטשעס איבער זיינע לעבעדיגע השגחה פרטית,
און איבער זיין שוידערליכע פרייטאג און מוצאי שבת אלס יו"ר חברה קדישא

https://www.yiddish24.com/interviews/38/42044
https://cloudfront.yiddish24.com/KM3123 ... 982285.mp3

נברא
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 3:02 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

תגובהדורך נברא » מיטוואך יוני 30, 2021 4:07 pm

אומגעקומענער אין מירון טראגדיע זאגט פאר איר שוועסעטער אין חלום "עס איז מיר זייער גוט דא אין הימל"דא איז די לינק

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

תגובהדורך טראק דרייווער » מאנטאג יולי 12, 2021 2:04 pm

אין איינע פון די אויסגאבעס די פאריגע וואך פרשת מטו"מ איז געשטאנען אז צוויי אינגע מענטשן פון די מירון טראגעדיע זענען נאך אין א קאומא, און זיי מיטשענען זיך פאר זייער לעבן, עס איז געווען דארט א קאמפיין צו געבן 5 מינוט פאר יאסי (עפעס אזוי), אריינצוגיין צו עפעס א וועבסייט און געבן געלט, געבן מינוטן. סאמטינג לייק דעט.

איז נאך טאקע דא פון די מירון טראגעדיע וואס זענען נאך אלס קריטיש?? ווי איך האב פארשטאנען ביז אהער, זענען שוין אלע ארויס מכלל סכנה.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

IMBZ
שר האלף
תגובות: 1626
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

תגובהדורך IMBZ » מאנטאג יולי 12, 2021 2:09 pm

נברא האט געשריבן:אומגעקומענער אין מירון טראגדיע זאגט פאר איר שוועסעטער אין חלום "עס איז מיר זייער גוט דא אין הימל"דא איז די לינק

אינטערוויו: "וַיֹּאמֶר לָהֶם חֲלוֹם חָלָמְתִּי וַתִּפָּעֶם רוּחִי לָדַעַת אֶת הַחֲלוֹם", האברך ר' אליעזר צבי יאזשעף ז"ל מהרוגי מירון איז געקומען אין חלום צו זיין שוועסטער און געבעטן אז מען זאל זיך נישט זארגן "ווייל אלעס האט א חשבון", און די עידות וואס א געראטעוועטער האט געשילדערט ביי ניחום אבלים : שוואגער הרב יואל מנחם גרשון שניטצלער :
https://www.yiddish24.com/interviews/12/42952

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3988
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » פרייטאג יולי 16, 2021 8:48 am

2021-07-16.jpg
2021-07-16.jpg (130.71 KiB) געזעהן 2918 מאל
די נאנטע רופן מיר טאקע ביים נאמען, אבער בלויז די גאר נאנטע רופן מיך 'יאסעלע'.

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3690
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

תגובהדורך נאר מיט שמחה » פרייטאג יולי 16, 2021 10:09 am

א הארץ רייסנדע בריוו וואס הגה"ח ר' מענדל אנגלארד שליט"א, דער טאטע פון די אנגלארד ברודער וואס זענען ליידער אומגעקומען אין מירון, האט געשריבן אין די'ע טעג.
(פון המבשר)

https://drive.google.com/drive/folders/ ... yn2m0twjuK

אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11121
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג יולי 19, 2021 1:47 pm

מזל טוב!!!

שמחה גדולה במודיעין עילית: אלמנת הרוג מירון, האברך החשוב הרב מנחם אשר זקבך ז"ל, מאברכי כולל 'עטרת שלמה' במודיעין עילית, חבקה בת בשעה טובה ומוצלחת
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2776
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

תגובהדורך להודיע » מאנטאג יולי 19, 2021 1:58 pm

נאר מיט שמחה האט געשריבן:א הארץ רייסנדע בריוו וואס הגה"ח ר' מענדל אנגלארד שליט"א, דער טאטע פון די אנגלארד ברודער וואס זענען ליידער אומגעקומען אין מירון, האט געשריבן אין די'ע טעג.
(פון המבשר)

https://drive.google.com/drive/folders/ ... yn2m0twjuK


מורא'דיג רירנד

mee
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:18 pm

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

תגובהדורך mee » מאנטאג יולי 19, 2021 3:19 pm

איינער קען עס איבערזעצן אין יודיש?
\

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

תגובהדורך טראק דרייווער » דינסטאג יולי 20, 2021 5:22 pm

טראק דרייווער האט געשריבן:אין איינע פון די אויסגאבעס די פאריגע וואך פרשת מטו"מ איז געשטאנען אז צוויי אינגע מענטשן פון די מירון טראגעדיע זענען נאך אין א קאומא, און זיי מיטשענען זיך פאר זייער לעבן, עס איז געווען דארט א קאמפיין צו געבן 5 מינוט פאר יאסי (עפעס אזוי), אריינצוגיין צו עפעס א וועבסייט און געבן געלט, געבן מינוטן. סאמטינג לייק דעט.

איז נאך טאקע דא פון די מירון טראגעדיע וואס זענען נאך אלס קריטיש?? ווי איך האב פארשטאנען ביז אהער, זענען שוין אלע ארויס מכלל סכנה.


קיינער ווייסט נישט?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
הבעש''ט
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

תגובהדורך הבעש''ט » דינסטאג יולי 20, 2021 7:37 pm

געהערט אז ת"ב האט אויפגעטרויטן מיט א מורא'דיגע דרשה איינע פין די טאטעס אין ביהמ"ד הגדול בעלזא ירושת"ו, איינער מיט מער פרטים זאל ביטע איבערגעבן.

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3988
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » דינסטאג יולי 20, 2021 7:42 pm

הבעש''ט האט געשריבן:געהערט אז ת"ב האט אויפגעטרויטן מיט א מורא'דיגע דרשה איינע פין די טאטעס אין ביהמ"ד הגדול בעלזא ירושת"ו, איינער מיט מער פרטים זאל ביטע איבערגעבן.

כ'האב נישט געהרט די דרשה - אבער מ'קען עס דא זעהן - https://www.kolhalashon.com/new/Media/P ... Lang=Idish
די נאנטע רופן מיר טאקע ביים נאמען, אבער בלויז די גאר נאנטע רופן מיך 'יאסעלע'.

אוועטאר
הבעש''ט
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

תגובהדורך הבעש''ט » דינסטאג יולי 20, 2021 7:59 pm

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
הבעש''ט האט געשריבן:געהערט אז ת"ב האט אויפגעטרויטן מיט א מורא'דיגע דרשה איינע פין די טאטעס אין ביהמ"ד הגדול בעלזא ירושת"ו, איינער מיט מער פרטים זאל ביטע איבערגעבן.

כ'האב נישט געהרט די דרשה - אבער מ'קען עס דא זעהן - https://www.kolhalashon.com/new/Media/P ... Lang=Idish

ייש"כ ר' יוסל, עוד יקראו ואני אענה

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3690
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

תגובהדורך נאר מיט שמחה » מיטוואך יולי 21, 2021 2:55 pm

טראק דרייווער האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:אין איינע פון די אויסגאבעס די פאריגע וואך פרשת מטו"מ איז געשטאנען אז צוויי אינגע מענטשן פון די מירון טראגעדיע זענען נאך אין א קאומא, און זיי מיטשענען זיך פאר זייער לעבן, עס איז געווען דארט א קאמפיין צו געבן 5 מינוט פאר יאסי (עפעס אזוי), אריינצוגיין צו עפעס א וועבסייט און געבן געלט, געבן מינוטן. סאמטינג לייק דעט.

איז נאך טאקע דא פון די מירון טראגעדיע וואס זענען נאך אלס קריטיש?? ווי איך האב פארשטאנען ביז אהער, זענען שוין אלע ארויס מכלל סכנה.


קיינער ווייסט נישט?

געזעהן אין די המבשר צייטונג אז מ'זאל מתפלל זיין אויף צוויי אידן וואס געפינען זיך אין זייער א שווערן מצב, איינער פון די מירון טראגעדיע, און די צווייטער פון די קארלין טראגעדיע. ביידע זענען בחורים.
בתשוח"י.

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3988
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » מיטוואך יולי 28, 2021 4:31 pm

6113dfd0b097ab2d9a8f.jpg
6113dfd0b097ab2d9a8f.jpg (73.53 KiB) געזעהן 706 מאל
די נאנטע רופן מיר טאקע ביים נאמען, אבער בלויז די גאר נאנטע רופן מיך 'יאסעלע'.

קנקן חדש
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 22, 2021 5:38 am

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

תגובהדורך קנקן חדש » מיטוואך יולי 28, 2021 5:23 pm

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
6113dfd0b097ab2d9a8f.jpg

היום בר מצוה שלו


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Potus, בלינצע, זבד, חלה לכבוד שבת, כאפצעם, מַחְכִּימַת פֶּתִי, מחשבהטובה, פאטעיטא טשיפס, שווערע שטופער און 89 געסט