שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ביציקל
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:47 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביציקל »

די מצב איז טאקע געפערליך. זייער שלעכט.

יעדער איז שוין גענוג אראפגעשלעפט, שוין ביים גרעניץ פון דעפרעסט...

איך מיין אז יעצט איז שוין די צייט צו זיך אביסל אויפהייבן און זיך משמח זיין.

און ס'נישט קיין שום פגיעה אין די כבוד פון די נפטרים. וואס האבן זיי פון דעם אז אונז וועלן זיך דרייען מיט די נאז אראפ?

די אייבערשטער פארדינט גארנישט פון אונזערע דאגות און פחדים און עצבות, ס'נישט דא קיין שום ענין צו זיך ווייקן אין די נייעס און שלעכטע בשורות. פארקערט, ס'קעגן די רצון ה'.

מ'דארף זיך דערמאנען אז די אמת דער אייבערשטער איז א גוטער, א רחום וחנון, אלעס האט א חשבון.

און אוודאי איז דא געווען גרויסע הסתרות, אבער די תיקון פון א הסתרה איז נישט צו בלייבן אין די הסתרה, פארקערט, די אייבערשטער וויל אז מען זאל מגלה זיין אז באמת איז ער א רחום וחנון און דא איז ער אויך באהאלטן און ווייטער אנגיין.

און דאס איז 'סתרי תורה', וואס ר' שמעון טאקע האט מגלה געווען, אז מען איז מגלה די אמונה אינעם אייבערשטן און אין די תורה אפילו אין די הסתרות.

דער אייבערשטער וויל מען זאל וויסן ער איז רחום, טוב ה' לכל ורחמיו על כל מעשיו, הטוב כי לא כלו רחמיך, און נאך אן א שיעור פסוקים אויף דעם.

און יא, ס'איז א ארבעט, אבער מען דארף טון דער ארבעט צו זיך אויפהייבן און אריינגיין אין די שמחה בה', און אדרבה, זיך טאקע נעמען מיט א פרישקייט אין עבודת ה', דאס איז זיכער די רצון ה'!!
אוועטאר
ביציקל
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:47 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביציקל »

איינער האט מיך גראדע אנגעוויזן אז ביי נדב ואביהוא זעט מען אז די אייבערשטער האט געזאגט אז מען זאל ארויסטראגן נדב ואביהוא און ווייטער אנגיין מיט די ימי המילואים און זען אז די אבילות אויף זיי זאל נישט שטערן די שמחה פון יענע טעג.

קען זיין אז מען דארף טאקע קלאגן און וויסן דעם חורבן, אבער נישט צושטערן דורך דעם די גאנצע יום טוב פון ל''ג בעומר. ריק עס אין א זייט און גיי צוריק צו די שמחה.
מצפים
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 18, 2021 2:36 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצפים »

ביציקל האט געשריבן:די מצב איז טאקע געפערליך. זייער שלעכט.

יעדער איז שוין גענוג אראפגעשלעפט, שוין ביים גרעניץ פון דעפרעסט...

איך מיין אז יעצט איז שוין די צייט צו זיך אביסל אויפהייבן און זיך משמח זיין.

און ס'נישט קיין שום פגיעה אין די כבוד פון די נפטרים. וואס האבן זיי פון דעם אז אונז וועלן זיך דרייען מיט די נאז אראפ?

די אייבערשטער פארדינט גארנישט פון אונזערע דאגות און פחדים און עצבות, ס'נישט דא קיין שום ענין צו זיך ווייקן אין די נייעס און שלעכטע בשורות. פארקערט, ס'קעגן די רצון ה'.

מ'דארף זיך דערמאנען אז די אמת דער אייבערשטער איז א גוטער, א רחום וחנון, אלעס האט א חשבון.

און אוודאי איז דא געווען גרויסע הסתרות, אבער די תיקון פון א הסתרה איז נישט צו בלייבן אין די הסתרה, פארקערט, די אייבערשטער וויל אז מען זאל מגלה זיין אז באמת איז ער א רחום וחנון און דא איז ער אויך באהאלטן און ווייטער אנגיין.

און דאס איז 'סתרי תורה', וואס ר' שמעון טאקע האט מגלה געווען, אז מען איז מגלה די אמונה אינעם אייבערשטן און אין די תורה אפילו אין די הסתרות.

דער אייבערשטער וויל מען זאל וויסן ער איז רחום, טוב ה' לכל ורחמיו על כל מעשיו, הטוב כי לא כלו רחמיך, און נאך אן א שיעור פסוקים אויף דעם.

און יא, ס'איז א ארבעט, אבער מען דארף טון דער ארבעט צו זיך אויפהייבן און אריינגיין אין די שמחה בה', און אדרבה, זיך טאקע נעמען מיט א פרישקייט אין עבודת ה', דאס איז זיכער די רצון ה'!!

תרע’’א ווען ס’געווען א פערטל הרוגים פון יעצט
האט מען געמאכט א געדענקעניש א שיינע פאר יאר
לאז כאטש א פאר טאג קלאגן
אוועטאר
ישראלי
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 3:26 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראלי »

מיכל האט געשריבן:קיינער זאל נישט גיין נוקלעאר, כ'פרוביר פשוט צו פארשטיין.

בשנת תרפ"ג איז אויך נישט געווען קיין פריצות אין די מערה זעלבסט, און די הרוגים זענען געווען מסלתה ומשמנה.

הגם מען האט עס נישט גענצליך גע'אסר'ט דעמאלטס אויף אייביג, קוקט אבער אויס אז די דעת פון די דעמאלטסדיגע חכמי ירושלים איז געווען אז מען זאל זיך מונע זיין פון גיין אויפ'ן פלאץ בשעת עס איז דא פריצות (כנראה שלא יחשב כהסכמה)

די פריצות מחוץ למערה איז לכאורה נישט בעסער געווארן מיט די יארן.

כמדומה אז די בני ירושלים הותיקים גייען טאקע נאר לפנות ערב (כן נהג הרמ"א פריינד ועוד) בשעת עס איז ליידיגער.

בני חו"ל גייען יא במשך היום. ואולי צריך הדבר תיקון לפי דעת חכמי ירושלים מלפני מאה שנה.

כמובן שהדבר מסור להכרעת גדולים וטובים, ולא כתבתי רק להעיר ולהפיג צערי...

\יעדע ווארט א בריליאנט, נאר איין קליינע תיקון: אין תרפ"ג איז געווען די נס תחיית המתים אין מירון, מיינסטו תרע"א.
ישראלי איז די נאמען, יהודי איז די מהות
אוועטאר
ביציקל
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:47 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביציקל »

מצפים האט געשריבן:תרע’’א ווען ס’געווען א פערטל הרוגים פון יעצט
האט מען געמאכט א געדענקעניש א שיינע פאר יאר
לאז כאטש א פאר טאג קלאגן

קלאגן איז נישט קיין סתירה מיט וואס איך האב גערעדט.

איך האב בעיקר ארויסגעברענגט אז מען דארף מבחין זיין צווישן די לב נשבר און די עצבות אין וואס מען קען זייער שנעל אריינפאלן.

עצבות איז קעגן רצון ה', ס'פשוט מרחק די מענטש פונעם אייבערשטן און קיום התורה, און לב נשבר איז מקרב די מענטש און העלפט אים אין עבודת ה'.

דארף יעדע מענטש זיכער מאכן ער איז נישט אין עצבות און דאגות און פחדים חלילה וואס איז פשוט פארקערט פון אמונה און בכלל אנגיין אין אידישקייט.

קלאגן איז א אנדערע זאך, 'סמיינט נישט מען דרייט זיך ארום אראפגעשלעפט און אן קיין שום מוט.
אוועטאר
פוטין
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 22, 2019 10:49 am
לאקאציע: רוסלאנד

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוטין »

מלאך אינטערעסאנט-page-001.jpg
מלאך אינטערעסאנט-page-001.jpg (293.46 KiB) געזען 1992 מאל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

די נומערן האלטן שוין קרוב צו פופציג. ווי האלט מען דאס אויס?!




אין עוד מלבדו!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

ביציקל האט געשריבן:איינער האט מיך גראדע אנגעוויזן אז ביי נדב ואביהוא זעט מען אז די אייבערשטער האט געזאגט אז מען זאל ארויסטראגן נדב ואביהוא און ווייטער אנגיין מיט די ימי המילואים און זען אז די אבילות אויף זיי זאל נישט שטערן די שמחה פון יענע טעג.

קען זיין אז מען דארף טאקע קלאגן און וויסן דעם חורבן, אבער נישט צושטערן דורך דעם די גאנצע יום טוב פון ל''ג בעומר. ריק עס אין א זייט און גיי צוריק צו די שמחה.

געוואלדיגע געדאנק ביציקל,

יעצט גערעדט מיט א איד וואס איז געוועהן ביי די הדלקה פון כ״ק אדמו״ר מקאסוב שליט״א אין ב״פ,
די רבי האט טאקע גערעדט פון נדב ואביהוא ארויסברענגנדיג אז אפי׳ אין די גרעסטע שמחה פון חנוכת המשכן אין די גרעסטע השראת השכינה
האט נאכאלץ געקענט פאסירן אזא אומגליק, מזעהט אז סקען געשעהן דינים אפי אין אזא מקום קדוש ושמחה.

נאכדעם האט די רבי נאכגעזאגט כ'מיין פון קאמארנער, אז די תורה זאגט וידם אהרן אז אהרן הכהן האט עס אנגענומען באהבה אז ס׳איז זיכער
לטובה און ער האט זיך נישט אפגערעדט, אויב אזוי פארוואס האט אהרן נישט זינגען פארן אויבערשטן סאיז דאך געוועהן לטובה?

זאגט די תורה אז ניין סאיז געוועהן וידם אהרן, ער האט עס טאקע אנגענומען לטובה, אבער למעשה אז דער אויבערשטער האט געמאכט
א ווייטאגליכע זאך וויל ער אונז זאלן שפירן די ווייטאג און נישט זינגען קיין שירה.

די הדלקה אין קאסוב איז טאקע געוועהן אן מוזיק.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

לאמיר אלע אינאיינעם תשובה טאן.

וואויל זענען די אידן וואס האבן ברוך השם נישט די כלים און נישט געזען די אייסגעלייגטע בילדער.

שוין, דאס איז אלעס וואס איך בין מסוגל אויסצוטראכטן, מיינע אויגן ווערן שוין נאכאמאל נאס.

------

זעה איך אויבן איבער נישט ווערן צו דעפרעסט, גאר א וויכטיגע נקודה.

א גוטע נאכט אלע אידן.
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

ביציקל שכח דיינע ווערטער זענען כמים קרים
מזאל מער קיינמאל וויסען פון קיין צער
כי טוב ה'
טאטע מיר בעטען דיר הראנו חסדיך
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

טייערע ברודער! עס איז אן עת נסיון, מ'פארשטייט נישט, דעי אידן זענען נישט געגאנגען הויליען, זיי האבן אין די לעצטע מינוטן פון זייער לעבן געטאנצן בחדווה עילאה לכבוד התנא אלוקי, נישט לאנג בעפאר זיך שופך שיח געווען ביים מערה און באותו מקום ובאותו זמן אזא שרעקליכע טראגעדיע רח"ל

אין אזא זמן דארף מען רעדן פשוטע אמונה ווערטער, כי טוב השם זינגט מען נישט נאר ווען א איד קומט אהיים פון שפיטאל נאכן אפליגען עטליכע וואכן מיט קאראנע, כי טוב השם "לעולם חסדו" אייביג, און יא אפילו יעצט אין אזא שווערע מצב!!!

איך מוסר נישט קיינעם, כ'רעד צו מיר אליינס, ולאחיו יאמר חזק
נסתרים דרכי השם, אבער מיר גלייבן אז עס איז אלעס חסדים ווייל מאיתו לא תצא הרעות והטובות
הצור תמים פעלו כי כל דרכיו משפט, אבער צומאל איז קל אמונה! מ'דארף גלייבן אז עס איז דא א באשעפער! ואין עול, צדיק וישר הוא!

ווען איר זיצט היינט נאכט מיט די קינדערלעך ביים שבת טיש, אנשטאט צו איבערקייען די נייעס און א
זיך אריינלאזן אין א פאלעמיק פארוואס און וויאזוי, לייגטס אריין אמונה ווערטער אין זייער אויער, סיז א שכת הכושר, זייער הארץ איז אפען און פיל מיט נייגער צו הערן פון טאטי וואס דא האט פאסירט, אל תחמיצו את הזמן

פארציילטס וויאזוי אהרן הכהן האט אויפגענומען די בשורה האיומה אז צוויי פון זיינע הייליגע קינדער זענען אומגעקומען בבואם אל הקודש, נישט אז עס איז גלייך אבער טראגט אן ענליכע כאראקטער צו אינזער מצב הזמן, דייקא אין אזא געהויבענע זמן, הייליגע פלאץ, נאכן מקבל זיין עול מלכות שמים באהבה האבן זיי אויסגעהויכעט זייערע נשמות בקרב עם קדושים

וידום אהרן!!!!!!

פארוואס? כאטש א ברוך דיין האמת, א הספד אויף זיינע הייליגע קינדער???

זאגט דער חתם סופר א פחד'יגע ווארט, אהרן הכהן האט מורא געהאט אויב ער וועט רעדן וועט ער רעדן צופיל און זאגן דיבורים וואס טויגט נישט, האט ער פארמאכט זיין מויל און גארנישט געזאגט, לא מיניה ולא מקצתיה

הגאון הצדיק ר' מיכאל בער זצ"ל האט געזאגט: עת לחשות ועת לדבר, אמאל איז די שווייגעניש א הילכיגע שטילשווייגעניש, עס פארציילט שוין אלעס וואס ווערט נישט געזאגט

רבותי! לאמיר אינאיינעם זיך מחזק זיין אין אמונה אינעם באשעפער, האמנתי כי אדבר
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

אינעם אנדערן אשכול שרייבט איינער א געדאנק בשם א געוויסע רב אז יעדע געשעניש ווערט דאך דן און גע'פסק'נט ביים בית דין של מעלה, און ר' שמעון אידאך דא א בעל דין און מיט געזעצן ביים בית דין של מעלה

א סקרוך לויפט אדרוך די ביינער, עס זענען אריין אין דעם מקום סכנה טויזענטער אידן און מ'האט דן געווען אלה לחיי ואלה...
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
מרגניתא
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 9:24 am

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגניתא »

כ׳הער אז כ״ק צאנז (קלויזענבורגער) רבי פון ארה״ק האט און א גאר אומגעווענליכע מאדנע ערשיינונג אפגעשטעלט זיין הדלקה ביים זינגען אמר ר׳ עקיבא נעכטן נאכט (אפאר שעה פאר די שוידערליכע טראגעדיע) און אויסגערופן בערך אזוי ״אשריכם טייטשט רש״י אויף א פלאץ איז א לשון פון שטארקייט, וואס ס׳זאל נאר נישט זיין אשריכם ישראל שטארקטס אייך אידן! ווייל לפני מי אתם מטהרין - די הייליגע באשעפער.״

יעדע טראפ חיזוק איז נחוץ מאוד.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

איך פיל שוין זייט נעכטן אז איך וויל וויינען און וויינען, איך האב אבער נאכנישט פארלאזט קיין איין טרער..

איך בין נאם
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4255
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

איך בין אזוי צושאקלט זייט נעכטן, געוואלט וויינען און ממש נישט געקענט, געווען נאם און פארגליווערט.

יעצט ווען ס'האט אנגעהויבן אריינקומען נעמען האט די גאנצע פעקל אויסגעפלאצט... איך זיץ שוין אויפן רעקליינער פאר א שעה צייט מיט בכיות

נאך א מזל מיינע קינדער שלאפן נאך...
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

געלייגט אינעם אסון מירון נייעס אשכול. איך לייג עס דא איבער, אפשר איז דא א בעסערע פלאץ.

עצה:

פאר אלע (און ווער נישט) וואס שפירן צוריסן און צופליקט און ווייסן נישט וואס צו טון מיט זיך פון דעם הימל שרייענדן בראך:

גייט אין א שטילן פלאץ, טוט אויס די שיך, און זעצט אייך אראפ אויפן ערד אדער אויף א קליין בענקל, און זעצט אייך שבעה. פשוטו כמשמעו. דאס קען אייך העלפן מיטשפירן מיט די צער פון די פאמיליע און אייער אייגענע צער און פראצעסירן די אומגלויבליך טראומאטישע געפילן וואס גייט אריבער אויף אייך. זיצט אביסל מיט די Pain.

אויב עס קומט טרערן לאזט עס קומען. אויב עס קומט נישט איז אויך גוט. אלעס איז גוט. אלעס איז נארמאל אין אזא מצב. עס איז נארמאל אז מיר זאלן פארשטיינערט און פארפרוירן ווערן ביי אזעלכע טראומאטישע טראגעדיעס. די מח ווייזט נשיט וויאזוי דאס צו פארנעמען.

בעפאר איר מאכט דאס אוועק אלס ׳מאדנע׳ אומדערהערטע זאך, טוט עס און פרובירט עס.

המקום ינחם אתכם בתוך המשפחות המתאבלות בתוך שאר אבלי ציון וירושלים.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הערטס אויס, מ'איז טאקע אויפגעשוידערט אבער מ'דארף זיך קענען גובר זיין, ס'איז ל"ג בעומר און ערב שבת קודש, לאמיר פרובירן מסיח דעת זיין און אריינגיין אינעם שב"ק מיט א רואיגקייט.

כ'רעד צו מיר אליין.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
zibala
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2010 5:19 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zibala »

ס'ברויזט אין מיר לבי לבי על חלליהם עיני יורדים דמעה על שבר בת עמי, סיז זיכער א צייט וואס יעדער פון אונז זאל זיך מפשפש במעשים זיין און זיך מקבל זיין א דבר טוב לסור מרע ולעשות טוב ויתקדש שמו של השם יתברך,
-----

פון די אנדערע זייט אפשר וואלט געווען כדאי אז מירון זאל צוריק ווערן א נחלת כלל, ווי אידן קומען ארויף און בעטן זיך אויס ישועות גייען ארויס אין חצר כאפן א טענצל לכבוד התנא אלוקי און גייען אהיים אנגעשעפט מיט קדושה און חיזוק,
אפשר וואלט געווען כדאי אז די רבישע פרעזענטאציאס זאל ווערן געפראוועט בחצר החסידות, די שטאטע ניגינים מיט די שנעלע ארויף און אראפ פארקויפן און די נגידים כיבודים וכדומה, די פארענטשעס וכל שם וחניכא דיליה קען ןוערן געפראוועט אין ירושלים בית שמש וכו, און פריי מאכן דאס פלאץ פאר אידן וואס קומען לכבוד רבי שמעןן?

מקודה למחשבה ואתכם הסליחה, אין אדם נתפס על צערו
שבעה מי יודע!?
כמים שאין להם סוף
שר האלף
תגובות: 1310
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 18, 2019 4:30 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כמים שאין להם סוף »

.
לעצט פארראכטן דורך כמים שאין להם סוף אום זונטאג מאי 02, 2021 11:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

zibala האט געשריבן:ס'ברויזט אין מיר לבי לבי על חלליהם עיני יורדים דמעה על שבר בת עמי, סיז זיכער א צייט וואס יעדער פון אונז זאל זיך מפשפש במעשים זיין און זיך מקבל זיין א דבר טוב לסור מרע ולעשות טוב ויתקדש שמו של השם יתברך,
-----

פון די אנדערע זייט אפשר וואלט געווען כדאי אז מירון זאל צוריק ווערן א נחלת כלל, ווי אידן קומען ארויף און בעטן זיך אויס ישועות גייען ארויס אין חצר כאפן א טענצל לכבוד התנא אלוקי און גייען אהיים אנגעשעפט מיט קדושה און חיזוק,
אפשר וואלט געווען כדאי אז די רבישע פרעזענטאציאס זאל ווערן געפראוועט בחצר החסידות, די שטאטע ניגינים מיט די שנעלע ארויף און אראפ פארקויפן און די נגידים כיבודים וכדומה, די פארענטשעס וכל שם וחניכא דיליה קען ןוערן געפראוועט אין ירושלים בית שמש וכו, און פריי מאכן דאס פלאץ פאר אידן וואס קומען לכבוד רבי שמעןן?

מקודה למחשבה ואתכם הסליחה, אין אדם נתפס על צערו

מה ענין שמיטה אצל הר סיני?

ווי אויך, די אלע 'פרעזענטאציעס' זענען לכבוד רבי שמעון.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
zibala
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2010 5:19 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zibala »

בוידעם האט געשריבן:
zibala האט געשריבן:ס'ברויזט אין מיר לבי לבי על חלליהם עיני יורדים דמעה על שבר בת עמי, סיז זיכער א צייט וואס יעדער פון אונז זאל זיך מפשפש במעשים זיין און זיך מקבל זיין א דבר טוב לסור מרע ולעשות טוב ויתקדש שמו של השם יתברך,
-----

פון די אנדערע זייט אפשר וואלט געווען כדאי אז מירון זאל צוריק ווערן א נחלת כלל, ווי אידן קומען ארויף און בעטן זיך אויס ישועות גייען ארויס אין חצר כאפן א טענצל לכבוד התנא אלוקי און גייען אהיים אנגעשעפט מיט קדושה און חיזוק,
אפשר וואלט געווען כדאי אז די רבישע פרעזענטאציאס זאל ווערן געפראוועט בחצר החסידות, די שטאטע ניגינים מיט די שנעלע ארויף און אראפ פארקויפן און די נגידים כיבודים וכדומה, די פארענטשעס וכל שם וחניכא דיליה קען ןוערן געפראוועט אין ירושלים בית שמש וכו, און פריי מאכן דאס פלאץ פאר אידן וואס קומען לכבוד רבי שמעןן?

מקודה למחשבה ואתכם הסליחה, אין אדם נתפס על צערו

מה ענין שמיטה אצל הר סיני?

איך האלט אןיך אזוי,
אראפנעמען די בלעיטשערס ס'באלאנגט נישט אין הר סיני, דאס פלאץ איז רבי שמעון' ס אין נישט קיין אדמורים'ס לאז דעם עולם אהיים פארן און מאכטס פלאץ פאר אנדערע מענטשן, וואסערע געקוקאכטצער איז דאס אין מירון בימא דהילולא, ס' האט א מקור?
שבעה מי יודע!?
מיכל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 23, 2011 3:25 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל »

[quote="ביציקל"]די מצב איז טאקע געפערליך. זייער שלעכט.

יעדער איז שוין גענוג אראפגעשלעפט, שוין ביים גרעניץ פון דעפרעסט...

איך מיין אז יעצט איז שוין די צייט צו זיך אביסל אויפהייבן און זיך משמח זיין.

/quote]


פון א בארעכטיגטע ווייטאג דארף מען נישט זוכן צו אנטלויפן.
אידישקייט איז פול מיט עניני אבילות במקום ובזמן הנכון.
אבער פארשטייט זיך אז פונקט ווי אלעס איז דאס אויך נישט בלי גבול.
אין אידישקייט איז יעדע זאך במדה במשקל ובמשורה, און מען ברויך צולייגן דעת צו יעדן מצב.
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

zibala האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:
zibala האט געשריבן:ס'ברויזט אין מיר לבי לבי על חלליהם עיני יורדים דמעה על שבר בת עמי, סיז זיכער א צייט וואס יעדער פון אונז זאל זיך מפשפש במעשים זיין און זיך מקבל זיין א דבר טוב לסור מרע ולעשות טוב ויתקדש שמו של השם יתברך,
-----

פון די אנדערע זייט אפשר וואלט געווען כדאי אז מירון זאל צוריק ווערן א נחלת כלל, ווי אידן קומען ארויף און בעטן זיך אויס ישועות גייען ארויס אין חצר כאפן א טענצל לכבוד התנא אלוקי און גייען אהיים אנגעשעפט מיט קדושה און חיזוק,
אפשר וואלט געווען כדאי אז די רבישע פרעזענטאציאס זאל ווערן געפראוועט בחצר החסידות, די שטאטע ניגינים מיט די שנעלע ארויף און אראפ פארקויפן און די נגידים כיבודים וכדומה, די פארענטשעס וכל שם וחניכא דיליה קען ןוערן געפראוועט אין ירושלים בית שמש וכו, און פריי מאכן דאס פלאץ פאר אידן וואס קומען לכבוד רבי שמעןן?

מקודה למחשבה ואתכם הסליחה, אין אדם נתפס על צערו

מה ענין שמיטה אצל הר סיני?

איך האלט אןיך אזוי,
אראפנעמען די בלעיטשערס ס'באלאנגט נישט אין הר סיני, דאס פלאץ איז רבי שמעון' ס אין נישט קיין אדמורים'ס לאז דעם עולם אהיים פארן און מאכטס פלאץ פאר אנדערע מענטשן, וואסערע געקוקאכטצער איז דאס אין מירון בימא דהילולא, ס' האט א מקור?
געקוקאכטצער? פון וואס רעדסטו?.

טויזענטער אידן שטייען אינאיינעם און טאנצן פאר'ן הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי, דאס אז עס שטייט א רבי בראש טוישט נישט די מציאות קיין כי הוא זה.
רצונינו לעשות רצוניך.
סענסיטיוו
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 20, 2021 11:49 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סענסיטיוו »

מי יתן ראשי מים ואבכה יומם ולילה על שבר בת עמי

אני הק' האב געשפירט היינט אן התעוררות ביי די ברכה פון:
השיבה שופטינו כבראשונה
ויועצינו כבתחילה
והסר ממנו
יגון
ואנחה

אכי"ר
למען לא ניגע לניק (ליפא)
נארפאקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 26, 2014 5:37 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארפאקטן »

viewtopic.php?p=2729760#p2729760

לאנטשבאקס האט געשריבן:nuthing personal
געהערט פון א יוד דעם שבת, אז זיין ברודער א חסיד פון כ"ק מאכניבקא שליט"א פון ב"ב, האט גערופן זיין רבי'ן שליט"א מיטוואך און געפרעגט וואס ער זאל טוען, ער פארט שוין יארן קיין מירון איבער 20 יאר, און פאריאר איז בכלל נישט געוען קיןן מציאות צו פארן, אבער וואס זאל ער טוען דעי יאר,
האט ער געענפערט ברוב קדושתו - און איך מיין אז אסאך איינשטענדיגע רעכט דענקיגע יודן טראכטן אבער מורא עס צו זאגן -
די מיינסט אז בנימין (מיינט דעם פרעמיער) שפארט אויף אדער שפארט צו דעם מקום קדוש מירון?
דער הייליגער רבי שמעון איז דער וואס שפארט עס אויף אדער שפארט עס צו: דהיינו ל"ג בעומר איז אייביג געווען א יו"ט פאר בני ארץ ישראל - (נ.ב. צדיקים האבן געזאגט סאיז במקום יו"ט שני-) איז אזוי "ווילאנג די בני חו"ל זענען געקומען ווי געסט, פארשטאנען און נוהג כבוד געווען אין די בני אר"י, געקומען מיט דרך ארץ, האט זיי רבי שמעון אריינגעלאזט, אבער היינט קומען זיך אהן די בני חו"ל ווי די גרעסטע מחותנים כאילו זיי וואלטן געווען הויפט, בעה"ב, אנגעפאשעט, (די רבי האט געזאגט נאך צוויי ווערטער.....) שטופן מאכן קאמאנדעווען, זאגט רבי שמעון, מוחל טובות, בלייבטס אונדערהיים, לאזטס עס בלייבן א יו"ט פאר בני אר"י (די רבי האט געזאגט נאך ווערטער ...בתוכם ...ביזנעס קלעס...סטעיק....ים המלח...)


זעט אויס רבי שמעון וויל נישט אין מירון די בני אר"י אויך נישט

כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו מאנסי האט נעכטן געפראוועט די הדלקה און געזאגט אז דאס יאר איז זעט אויס די יו"ט באשערט געווען נאר פאר די בני חו"ל.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”