שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
עוג מלך הבשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל
פארבינד זיך:

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך עוג מלך הבשן » פרייטאג אפריל 30, 2021 10:37 am

@zibala
גא"מ.
נאר איך וויל גיין א שטאפל ווייטער. נניח אז מען דארף יא לאזען די בליטשערס, מענטשן האבן דאך א גרויס התעוררת וכדומה. אבער ציווישן פיר אויגן איז דאך יעדער מודה אז דאס האט א דין פון א דיספלעי/שפיל וואס געהערט אין א סטעדיאם. זאל מען לכה"פ בויען א איצטדיון כהלכת אצטדיון!
1. א קלארע נוממער וויפוהל מענטשן געהערט דארט
2. פייער/עמערדזענסי עקסיטס
3. אלע הלכות ׳העלט ענד סעיפטי׳ למיניהם
4. פערסד אייד, דיפיברולייטערס, מיט הצלה מעמבערס לרחצה
5. אן אייזענע מקוה געיט - נאך די נוממער ווערט אנגעפילט אין נכנס
ואחרון אחרון - פארקויפן/טיילען ענטרי טיקעטס...

יא איך רעד פון ווייטאג, אבער די מנהג הנ"ל איז אפאר יאר אלט
לעצט פאראכטן דורך עוג מלך הבשן אום פרייטאג אפריל 30, 2021 10:45 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מכון לחקר יוחסין "אבותינו"
Email: info@yichus.net

אוועטאר
עוג מלך הבשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל
פארבינד זיך:

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך עוג מלך הבשן » פרייטאג אפריל 30, 2021 10:40 am

בוידעם האט געשריבן:געקוקאכטצער? פון וואס רעדסטו?.

טויזענטער אידן שטייען אינאיינעם און טאנצן פאר'ן הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי, דאס אז עס שטייט א רבי בראש טוישט נישט די מציאות קיין כי הוא זה.


מען קען פונקט אזוי טאנצן אין א ליידיגע גיגאנטישע פעלד... הייבט אהן שניידן די ביימער פונ׳ם וואלד, ס׳דא גענוג פלאץ
לעצט פאראכטן דורך עוג מלך הבשן אום פרייטאג אפריל 30, 2021 10:41 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
מכון לחקר יוחסין "אבותינו"
Email: info@yichus.net

אוועטאר
לייטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4607
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך לייטער » פרייטאג אפריל 30, 2021 10:40 am

עוג מלך הבשן האט געשריבן:גא"מ.
נאר איך וויל גיין א שטאפל ווייטער. נניח אז מען דארף יא לאזען די בליטשערס, מענטשן האבן דאך א גרויס התעוררת וכדומה. אבער ציווישן פיר אויגן איז דאך יעדער מודה אז דאס האט א דין פון א דיספלעי/שפיל וואס געהערט אין א סטעדיאם. זאל מען לכה"פ בויען א איצטדיון כהלכת אצטדיון!
1. א קלארע נוממער וויפוהל מענטשן געהערט דארט
2. פייער/עמערדזענסי עקסיטס
3. אלע הלכות ׳העלט ענד סעיפטי׳ למיניהם
4. פערסד אייד, דיפיברולייטערס, מיט הצלה מעמבערס לרחצה
5. אן אייזענע מקוה געיט - נאך די נוממער ווערט אנגעפילט אין נכנס
ואחרון אחרון - פארקויפן/טיילען ענטרי טיקעטס...

יא איך רעד פון ווייטאג, אבער די מנהג הנ"ל איז אפאר יאר אלט

איך האב געטראכט נעכטן פון עפענען א אשכול וועגן סעפטי ביי מאסן פארזאמלונגען,גענוג ארויסגענג, סטעפס אראפ און נאך

פיין געשריבן
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 16, 2020 3:45 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך פיין געשריבן » פרייטאג אפריל 30, 2021 10:45 am

האב איך מיר נישט געקענט בארואיגן, ביז איך האב גענומען די געוואלדיגע תפילה פון ל''ג בעומר, ציגעלייגט אביסל מיינע אידישע ווערטער. איך בין א נייע מענטש!
פאלגענט איז די באקאנטע תפילה נוראה, וואס איז א יעדעס יאר פארשפרייט אוין מירון.
צוגעלייגטע
תפילה-ללג-בעומר (1) (1).pdf
(48.75 KiB) דאונלאודעד 87 מאל

פיין געשריבן
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 16, 2020 3:45 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך פיין געשריבן » פרייטאג אפריל 30, 2021 10:45 am

(איך האב עס שוין געלייגט אין א אנדערע אשכול מען האט מיר מעורר געווען אז איך זאל עס לייגן דא)

חסד השם
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך חסד השם » פרייטאג אפריל 30, 2021 10:49 am

zibala האט געשריבן:ס'ברויזט אין מיר לבי לבי על חלליהם עיני יורדים דמעה על שבר בת עמי, סיז זיכער א צייט וואס יעדער פון אונז זאל זיך מפשפש במעשים זיין און זיך מקבל זיין א דבר טוב לסור מרע ולעשות טוב ויתקדש שמו של השם יתברך,
-----

פון די אנדערע זייט אפשר וואלט געווען כדאי אז מירון זאל צוריק ווערן א נחלת כלל, ווי אידן קומען ארויף און בעטן זיך אויס ישועות גייען ארויס אין חצר כאפן א טענצל לכבוד התנא אלוקי און גייען אהיים אנגעשעפט מיט קדושה און חיזוק,
אפשר וואלט געווען כדאי אז די רבישע פרעזענטאציאס זאל ווערן געפראוועט בחצר החסידות, די שטאטע ניגינים מיט די שנעלע ארויף און אראפ פארקויפן און די נגידים כיבודים וכדומה, די פארענטשעס וכל שם וחניכא דיליה קען ןוערן געפראוועט אין ירושלים בית שמש וכו, און פריי מאכן דאס פלאץ פאר אידן וואס קומען לכבוד רבי שמעןן?

מקודה למחשבה ואתכם הסליחה, אין אדם נתפס על צערו

וואס און די וועלט האקסטו און קאפ אריין???

וויפעל צענדליגער טויזענטער אידן וויינען זיך אויס מיט א התעוררות ביי ר' מיילעךס הדלקה די שמחה און טענץ וואס סאיז נישטא ערגעץ אנדערש אויף קיין שום מקום און זמן....
נעכטען געזען די קליפ פון אני מאמין ביי תולדות אהרן הדלקה דערמאנט זיך צוריק ווי כבין געשטאנען דארט 2 יאר צוריק די התעוררות לתשובה וצופי' לגאולה און דערנאך די שמחה של מצווה איז עפעס וואס ברעגנט צענדליגער טויזענטער אידן אדער גאר הונטערטער טויזענטער נענטער צו רשב"י נענטער צום באשעפער!!!

טרעף ביטע אנדערע זאכן מתקן צו זיין!!!

כווייס נישט פארוואס יעדער מוז דווקא נתעורר ווערן די זעלבע וועג ווי דיר, סדא זייער אסאך מענטשען וואס ווילן דווקא יא דעיס....

און וואס הייסט סאיז נישט א נחלת הכלל ווי מקען זיך קומען אויסבעטן און טאנצן, דא גענוג פלאץ פארדעים אויך ב"ה דא צוגעשטעלט פאר אלע סארטן
לעצט פאראכטן דורך חסד השם אום פרייטאג אפריל 30, 2021 10:52 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

אוועטאר
עוג מלך הבשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל
פארבינד זיך:

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך עוג מלך הבשן » פרייטאג אפריל 30, 2021 10:52 am

חסד השם האט געשריבן:
zibala האט געשריבן:ס'ברויזט אין מיר לבי לבי על חלליהם עיני יורדים דמעה על שבר בת עמי, סיז זיכער א צייט וואס יעדער פון אונז זאל זיך מפשפש במעשים זיין און זיך מקבל זיין א דבר טוב לסור מרע ולעשות טוב ויתקדש שמו של השם יתברך,
-----

פון די אנדערע זייט אפשר וואלט געווען כדאי אז מירון זאל צוריק ווערן א נחלת כלל, ווי אידן קומען ארויף און בעטן זיך אויס ישועות גייען ארויס אין חצר כאפן א טענצל לכבוד התנא אלוקי און גייען אהיים אנגעשעפט מיט קדושה און חיזוק,
אפשר וואלט געווען כדאי אז די רבישע פרעזענטאציאס זאל ווערן געפראוועט בחצר החסידות, די שטאטע ניגינים מיט די שנעלע ארויף און אראפ פארקויפן און די נגידים כיבודים וכדומה, די פארענטשעס וכל שם וחניכא דיליה קען ןוערן געפראוועט אין ירושלים בית שמש וכו, און פריי מאכן דאס פלאץ פאר אידן וואס קומען לכבוד רבי שמעןן?

מקודה למחשבה ואתכם הסליחה, אין אדם נתפס על צערו

וואס און די וועלט האקסטו און קאפ אריין???

וויפעל צענדליגער טויזענטער אידן וויינען זיך אויס מיט א התעוררות ביי ר' מיילעךס הדלקה די שמחה און טענץ וואס סאיז נישטא ערגעץ אנדערש אויף קיין שום מקום און זמן....
נעכטען געזען די קליפ פון אני מאמין ביי תולדות אהרן הדלקה דערמאנט זיך צוריק ווי כבין געשטאנען דארט 2 יאר צוריק די התעוררות לתשובה וצופי' לגאולה און דערנאך די שמחה של מצווה איז עפעס וואס ברעגנט צענדליגער טויזענטער אידן אדער גאר הונטערטער טויזענטער נענטער צו רשב"י נענטער צום באשעפער!!!

טרעף ביטע אנדערע זאכן מתקן צו זיין

אויפ׳ן פרייז פון איבער 40 קרבנות טהורות?? ס׳לוינט נישט דאס גאנצע געשעפט!!!
התעוררות לחוד - סכנה לחוד - אסונות לחוד
מכון לחקר יוחסין "אבותינו"
Email: info@yichus.net

חסד השם
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך חסד השם » פרייטאג אפריל 30, 2021 10:53 am

עוג מלך הבשן האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:
zibala האט געשריבן:ס'ברויזט אין מיר לבי לבי על חלליהם עיני יורדים דמעה על שבר בת עמי, סיז זיכער א צייט וואס יעדער פון אונז זאל זיך מפשפש במעשים זיין און זיך מקבל זיין א דבר טוב לסור מרע ולעשות טוב ויתקדש שמו של השם יתברך,
-----

פון די אנדערע זייט אפשר וואלט געווען כדאי אז מירון זאל צוריק ווערן א נחלת כלל, ווי אידן קומען ארויף און בעטן זיך אויס ישועות גייען ארויס אין חצר כאפן א טענצל לכבוד התנא אלוקי און גייען אהיים אנגעשעפט מיט קדושה און חיזוק,
אפשר וואלט געווען כדאי אז די רבישע פרעזענטאציאס זאל ווערן געפראוועט בחצר החסידות, די שטאטע ניגינים מיט די שנעלע ארויף און אראפ פארקויפן און די נגידים כיבודים וכדומה, די פארענטשעס וכל שם וחניכא דיליה קען ןוערן געפראוועט אין ירושלים בית שמש וכו, און פריי מאכן דאס פלאץ פאר אידן וואס קומען לכבוד רבי שמעןן?

מקודה למחשבה ואתכם הסליחה, אין אדם נתפס על צערו

וואס און די וועלט האקסטו און קאפ אריין???

וויפעל צענדליגער טויזענטער אידן וויינען זיך אויס מיט א התעוררות ביי ר' מיילעךס הדלקה די שמחה און טענץ וואס סאיז נישטא ערגעץ אנדערש אויף קיין שום מקום און זמן....
נעכטען געזען די קליפ פון אני מאמין ביי תולדות אהרן הדלקה דערמאנט זיך צוריק ווי כבין געשטאנען דארט 2 יאר צוריק די התעוררות לתשובה וצופי' לגאולה און דערנאך די שמחה של מצווה איז עפעס וואס ברעגנט צענדליגער טויזענטער אידן אדער גאר הונטערטער טויזענטער נענטער צו רשב"י נענטער צום באשעפער!!!

טרעף ביטע אנדערע זאכן מתקן צו זיין

אויפ׳ן פרייז פון איבער 40 קרבנות טהורות?? ס׳לוינט נישט דאס גאנצע געשעפט!!!
התעוררות לחוד - סכנה לחוד

ווער רעדט פון די סכנה חלק? אוואדי מוז עס האבן א תיקון, ער רעדט פון די חלק פשוט אז סדא רבישע הדלקות
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

אוועטאר
עוג מלך הבשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל
פארבינד זיך:

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך עוג מלך הבשן » פרייטאג אפריל 30, 2021 10:55 am

זעה מיין אויבענ-דעראנטע פלאן. בויען א פארזיכיטע סטעידיאם וועט ביידער צופרידן שטעלן..
מכון לחקר יוחסין "אבותינו"
Email: info@yichus.net

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9564
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » פרייטאג אפריל 30, 2021 11:07 am

פארוואס האקט מען נישט קעגן באסעס וואס פירן די הינדערטער טויזענטער אידן קיין מירון?

אוועטאר
zibala
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך zibala » פרייטאג אפריל 30, 2021 11:08 am

האט דאס א מקור? דאס פראווענען רביסטעווע במקום רבי שמעון?

ביטע נישט דערמאנען נעמען פון ווי די ביסט נתעורר געווארן מיר רעדן נישט פון קיין ספעציפישע חסידות וכו'

פשוט און גראד אנו לא גרים ולא בני גרים, פון ווי שטאמט דאס, די גאנצע שפיל, די ווארעמע קומזיץ די שנעלע די שטאטע דער נגיד דער גבאי ארויף אראפ וכו' איז דעס מנהגי מירון ביומא דהילולא?

ובנוסף לזה איז א פאקט אז דע גרויסע פרעזענטאציעס קענען נישט במציאות ווערן ארגענעזירט אנע מיטארבעט פון די פארשאלטענע משטרה, א שאנדע
לעצט פאראכטן דורך zibala אום פרייטאג אפריל 30, 2021 11:19 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
שבעה מי יודע!?

מיכל
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 23, 2011 3:25 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך מיכל » פרייטאג אפריל 30, 2021 11:13 am

zibala האט געשריבן:האט דאס א מקור? דאס פראווענען רביסטעווע במקום רבי שמעון?

ביטע נישט דערמאנען נעמען פון ווי די ביסט נתעורר געווארן מיר רעדן נישט פון קיין ספעציפישע חסידות וכו'

פשוט און גראד אנו לא גרים ולא בני גרים, פון ווי שטאמט דאס, די גאנצע שפיל, די ווארעמע קומזיץ די שנעלע די שטאטע דער נגיד דער גבאי ארויף אראפ וכו' איז דעס מנהגי מירון ביומא דהילולא?



יפה דברת ובזמנו דברת.

דאס זעלבע איז גילטיג ביי אנדערע קברי צדיקים.

ס'איז א ווייטאג און א שאנדע.

ר' יענקל'ע דערציילט אויפ'ן קאלאשיצער רב (כמדומה) אז אנקומענדיג אויף ליזענסק פלעגט ער אוועקגעבן דעם שטעקן: דא בין איך נישט קיין רבי!

אוועטאר
נאכמיטאג
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2021 2:32 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך נאכמיטאג » פרייטאג אפריל 30, 2021 11:23 am

ווער קען דען וויסען וואס סטוט זיך אין הימל קיינער פארשטייט נישט וואס דא האט פאסירט נסתרים דרכי השם
א איד דארף געדענקען אז די אייבערשטער איז גוט ער פירט שוין די וועלט קרוב צו 6000 יאר אין אלעס איז זיכער לטובה

אויב מ'מעג זאגען
אפשר איז נגזר געווארן א שווערערע גזירה רח"ל אסאך מער פון 45 און נאר בזכות רבי שמען בר יוחאי און נאר בזכות וואס אזויפל אידן זענען געקומען איינרייסען פאר א שנת ישועות ורפואת וואס האט איינגעריסען וועלטען פאר זיי זענען געראטעוועט געווארן אזויפל אידן
דאס קען אפשר זיין א שטיקל אור בתוך חושך אריינצושיינען אין אידישע הערצער א גוטע בליק אין א חיזוק אויף ווייטער

זאל דער אייבערשטער העלפען אלע אידישע קינדער זאלן זיך קענען מחזק זיין אין מזאל הערען נאר גיטע בשורות

אוועטאר
שטומפיג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4454
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך שטומפיג » פרייטאג אפריל 30, 2021 11:26 am

די אלוקי נשמה האט זיך מיר געזאגט אנדערש היינט אינדערפרי. ליידער לייג איך נישט צו קיין קאפ מדי יום ביומו צו די ווערטער. היינט האב איך עס נישט געקענט דורכמורמלען.

נאך א התבוננות-געפיל וואס איך האב איז ווי דעם מדרש "לקו בכפלים שנאמר כי לקחה מיד ה' כפלים בכל חטאתיה".
איין קלאפ איז געווען ווען די נייעס איז אריינגעקומען ולב מי לא יחרד אויף די שמועה מבהילה. אבער א צווייטע קלאפ איז אנגעקומען ווען די נעמען הייבן אן אריינקומען און מ'זעהט ליידער ווי מנערינו ומזקיננו הלכו רח"ל חשוב'ע טייערע אידן פון יעדע סארט פון כלל ישראל.
זאל מען שוין זוכה זיין צום נחמה בכפלים פון נחמו נחמו עמי, עורי עורי, התעוררי התעוררי, אנכי אנכי הוא מנחמכם, שוש אשיש בה'!
להראות בנפשנו החפץ הגדול אל היום הנכבד הנכסף ללבנו, כעבד ישאף צל וימנה תמיד מתי יבוא העת הנכסף אליו שיצא לחרות, כי המנין מראה לאדם כי כל ישעו וכל חפצו להגיע אל הזמן ההוא.
(ספר החינוך, מצוה ש"ו, ספירת העומר)

נישטאמת
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך נישטאמת » פרייטאג אפריל 30, 2021 11:27 am

איך האב געקלערט אז דא קומט אריין די ווארט אז "די מענטשן פין די עראפלאן האבן יעצט געדארפט אומקומען און די עראפלאן איז מיט געפאלן"
אוי טאטע, וויזוי נעמט מען זיך צוזאם
פנימחדשות האט געשריבן:מען דארף געדענקען אז ס'שטייט א מענטש אונטער יעדער ניק

nishtames@gmail.com

בניהו
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך בניהו » פרייטאג אפריל 30, 2021 11:31 am

נישטאמת האט געשריבן:איך האב געקלערט אז דא קומט אריין די ווארט אז "די מענטשן פין די עראפלאן האבן יעצט געדארפט אומקומען און די עראפלאן איז מיט געפאלן"
אוי טאטע, וויזוי נעמט מען זיך צוזאם

איך מיין אז דאס קומט פונעם הייליגען חזון איש, ניין?

לייקוס
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2020 10:45 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך לייקוס » פרייטאג אפריל 30, 2021 11:35 am

ווער זעמיר צוזאגען און וויסען אבער טראכטען ברויך מען אלע וועגען וויאזוי זיך צו וועקען.
אזא מאורע איז א כרוז פון אונזער טאטע און הימעל אונז זאלען זיך וועקען.

סאיז די צווייטע יאר וואס אונזער טאטע און הימעל האט צושטערט די מירון געפארעכץ, סאיז געווען א קאראנא וואס אונזער טאטע האט צושטערט אונזערע צאמקומען.
אפשר וויל די אויבערשטער אביסעל מער פון יעדע פרטיות׳דיגע יוד, אפשר וויל ער אונז זאלען עם דינען מיטען גאנצען הארץ און אונזער שטיבער על משכבי בלילות, און אין אונזערע הערצער ״בלבבי משכן אבנה״ אונז זאלען באמת זיך צובינדען צו עם און נאר צו עם מיט א נאמנות, און א שטארקייט, אהן דיע אלע קולות
לא ברוח ולא ברעש קול דממה דקה.
ליידער איז יודישקייט זייער שטארק א דבר כללי, אז מנעמט אוועק דעם עולם פון זייער שוואונג פעלט די קשר פרטי און די פריוואטע קשר מיטען אוירבעשטען, די פריוואטע פרינציפען.
די אויבערשטער האט אויס געשריגען צו אונז אלע פארגעסטס נישט אז איך בין דא!
און איך פיהר די וועלט און אלעס וואס מטוט ברויך מען טוהן פאר עם און ״נאר פאר עם״
אזעלכע גרויסע צאקומען ברויך זיין אך ורק פארען בוכ״ע אליין אן א געמישאכץ פון קיין רעביסטעוועס.
פארשטייט זיך איך זאג נאר באופן אפשר.
לעצט פאראכטן דורך לייקוס אום פרייטאג אפריל 30, 2021 11:44 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
ממוצע
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 20, 2020 11:07 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך ממוצע » פרייטאג אפריל 30, 2021 11:36 am

היתה לי דמעתי לחם. ושקוי בבכי מסכתי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26400
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג אפריל 30, 2021 11:39 am

בניהו האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:איך האב געקלערט אז דא קומט אריין די ווארט אז "די מענטשן פין די עראפלאן האבן יעצט געדארפט אומקומען און די עראפלאן איז מיט געפאלן"
אוי טאטע, וויזוי נעמט מען זיך צוזאם

איך מיין אז דאס קומט פונעם הייליגען חזון איש, ניין?

געוויס.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1818
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך דניאל אויערבאך » פרייטאג אפריל 30, 2021 11:51 am

שטומפיג האט געשריבן:די אלוקי נשמה האט זיך מיר געזאגט אנדערש היינט אינדערפרי. ליידער לייג איך נישט צו קיין קאפ מדי יום ביומו צו די ווערטער. היינט האב איך עס נישט געקענט דורכמורמלען.

איך האב דאס געטראכט היינט ביי מודה אני... שהחזרת בי נשמתי!
וויפיל מאל האב איך אינזין די ווערטער בשעת איך זאג עס?

אויך נעכטן ביי מעריב, האב איך ממש געוויינט ביי "והסר ממנו יגון ואנחה..... ושמור צאתנו ובואנו לחיים ולשלום מעתה ועד עולם"......
מיר האבן דאך אזעלכע טייערע תפלות, מען דארף נאר בעטן און בעטן און אינזין האבן, יעדע תפילה טוט אויף!

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1818
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך דניאל אויערבאך » פרייטאג אפריל 30, 2021 11:57 am

ישרן האט געשריבן:מיין געפיל איז אז דער אויבערשטער זעהט אז מיר שלאפן א זיסן רואיגן שלאף. מוויל זיך נישט אויפוועקן.
איז נישט דא קיין אנדער ברירה נאר אונז שטארק צו שאקלען. אבער שטארק.
העלאוווווווו?????
יעצט הערסטו????
אוטש.

איי עם ווערי סארי....... איך ווייס נישט פארוואס, אבער די סארט תגובות מאכט מיך זייער אויפגערעגט!!
וואס שלאפט? ווער שלאפט? זיס און רואיג? מיר ווערן משוגע פון צרות און מיר וויינען צו השי"ת יעדן טאג!
וואס וויל ער פון אונז? יעצט האמיר געהערט וואס? וואס גייט ווערן בעסער מארגן??

איך האב אסאך צו זאגן, אבער מען וועט מיר מעןקן אויב וועל איך צופיל מוחה זיין דא......

אונטערשטע שורה: השי"ת איז א ק-ל רחום וחנון, זיינע וועגן זענען זייער שווער צו משיג זיין מיט אונזערע מילעכיגע אויגן, כי לא מחשבותי מחשבותיכם, אודאי דארפן מיר זיך מתבונן זיין און תשובה טון, אבער צו זאגן אז פונקט דא, באותו מקום ובאותו זמן, נאך וואס הונדערטער טויזענטער אידן האבן מקדש געווען שם שמים ברוב עם הדרת מלך און גורם געווען א המתקה (כדברי האדמו"ר מתו"א), אין אזא זמן שמחה און התרוממות, אויף אזא הייליג פלאץ פון א תנא וואס האט געזאגט יכולני לפטור את כל העולם כולו, האט השי"ת אונז געגעבן אזעלכע פראסקעס פאר אומשולדיגע אידן קדושים וטהורים מיט קינדערלעך שלא טעמו טעם חטא נאר כדי אונז "שטארק צו שאקלען", איז אביסל איבערגעטריבן.......

Good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2008 4:29 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך Good » פרייטאג אפריל 30, 2021 12:03 pm

יעדער איד האט א ברירה צו מקדש שם שמים זיין מיטן טראכטען אז איך בין נישט מהרהר אחר מידותיו של הקב''ה, און פונקט ווי א 8 יעריג קינד קען נישט האבן קיין טענות צום פילאט פארוואס ער האט יעצט געמאכט א שטארקע דריי, די זעלבע קענען אונז אויך נישט האבן קיין טענות צו די בעה''ב פון די וועלט! [איך רעדט צו מיר אליין]
נא גוט...

לייקוס
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2020 10:45 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך לייקוס » פרייטאג אפריל 30, 2021 12:13 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן:מיין געפיל איז אז דער אויבערשטער זעהט אז מיר שלאפן א זיסן רואיגן שלאף. מוויל זיך נישט אויפוועקן.
איז נישט דא קיין אנדער ברירה נאר אונז שטארק צו שאקלען. אבער שטארק.
העלאוווווווו?????
יעצט הערסטו????
אוטש.

איי עם ווערי סארי....... איך ווייס נישט פארוואס, אבער די סארט תגובות מאכט מיך זייער אויפגערעגט!!
וואס שלאפט? ווער שלאפט? זיס און רואיג? מיר ווערן משוגע פון צרות און מיר וויינען צו השי"ת יעדן טאג!
וואס וויל ער פון אונז? יעצט האמיר געהערט וואס? וואס גייט ווערן בעסער מארגן??

איך האב אסאך צו זאגן, אבער מען וועט מיר מעןקן אויב וועל איך צופיל מוחה זיין דא......

אונטערשטע שורה: השי"ת איז א ק-ל רחום וחנון, זיינע וועגן זענען זייער שווער צו משיג זיין מיט אונזערע מילעכיגע אויגן, כי לא מחשבותי מחשבותיכם, אודאי דארפן מיר זיך מתבונן זיין און תשובה טון, אבער צו זאגן אז פונקט דא, באותו מקום ובאותו זמן, נאך וואס הונדערטער טויזענטער אידן האבן מקדש געווען שם שמים ברוב עם הדרת מלך און גורם געווען א המתקה (כדברי האדמו"ר מתו"א), אין אזא זמן שמחה און התרוממות, אויף אזא הייליג פלאץ פון א תנא וואס האט געזאגט יכולני לפטור את כל העולם כולו, האט השי"ת אונז געגעבן אזעלכע פראסקעס פאר אומשולדיגע אידן קדושים וטהורים מיט קינדערלעך שלא טעמו טעם חטא נאר כדי אונז "שטארק צו שאקלען", איז אביסל איבערגעטריבן.......


און גמרא און רמב״ם שטייט אז ווען אזא מאורע פאסירט ברויך מען טראכטען וואס דער אויבערשטער וויל פון אונז און מברויך זיך פארעכטען.
פארשטייט זיך זיך אליינס נישט דווקא אצווייטען.
עפען א נביא אלע נביאים האבען געשריגען די זעלבע לשון
קרעו לבבכם ואל בגדיכם
החפץ ד בעולה וזבחים
הנה שמוע מזבח טוב
זיי האבען נישט געמיינט אוועקצומאכען די ענין פון קרבנות זיי האבען ארויסגעברענגט אז דאס עיקר איז א בייג צום באשעפער.
קיינער מאכט נישט אוועק די התעוררות די הדלקה און די הרגשות און בכיות,אבער דאס עיקר איז אן עכטע בייג.

זאגען אז משלאפט נישט הלוואי שלאף מיר נישט
אויב משלאפט וועין נישט וואלט מען נישט געברויכט בלאזען דעם שופר און אלול
לעצט פאראכטן דורך לייקוס אום פרייטאג אפריל 30, 2021 12:19 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14143
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג אפריל 30, 2021 12:15 pm

רבוש"ע, מיר זענען שטום, מיר זענען נאמב. מיר קענען גארנישט, מיר פארשטייען נישט דיין הנהגה. מיר זענען דיינע און דו ביזסט דער בעה"ב,
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אשריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2019 7:10 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך אשריך » פרייטאג אפריל 30, 2021 12:24 pm

די מצב איז ביטער
אידישע קינדער געדענקן אז כל מה דעביד רחמנא לטב עביד!
אלעס איז פון אינזער געטרייע טאטע און עס ליגט זיכער א טובה אין דעם
אלעס איז מיט א קלארע חשבון !!
די באשעפער איז די מקור הטוב פון אים קומט נישט ארויס קיין שלעכטס !
טוב השם לכל ורחמיו על כל מעשיו
אפילו מ'פארשטייט נישט דארף מען כסדר געדענקן אז גם זו לטובה קיינער פארשטייט נישט וואספארא טובה ליגט אין די טראגעדיע אבער עס איז ברור אז עס ליגט אין דעם געוואלדיגע חסדים
איין טאג וועט מען זיך קלאר איבערצייגן אז אלעס איז געווען מיט א פינקטלעכע חשבון
לאמיר זיך אינאיינעם שטארקן קוה אל השם חזק ויאמץ לבך וקוה אל השם


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”