שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

עולם האמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 01, 2017 12:25 pm

שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך עולם האמת » פרייטאג אפריל 30, 2021 12:10 am

אזוי ווי די צענטראלע אשכול איבער די אסון נורא אין מירון איז בלויז פאר נייעס און אלע אנדערע תגובות ווערן געמעקט
עפענען מיר דעם אשכול פאר שמועסן - געפילן - אנאליזן ארום די אויסנאמליכע אומדערהערטע פאסירונג

מיט רשות פון די הנהלה
לעצט פאראכטן דורך עולם האמת אום פרייטאג אפריל 30, 2021 12:12 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך בוידעם » פרייטאג אפריל 30, 2021 12:11 am

זייער טראגי קאמיש די אז די פותח האשכול איז עולם האמת.
רצונינו לעשות רצוניך.

פנימחדשות
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 4:33 pm

אסון מירון - תשפ"א, הרגשים און התחזקות לאור המצב הנורא ואיום

תגובהדורך פנימחדשות » פרייטאג אפריל 30, 2021 12:13 am

צ"ק

וויי צו די אויגען וואס האבען צוגעזען וואס זיי האבען צוגעזען.

דא א באקאנטע ווארט, געדענק נישט מקור, די שטן האט זיך אפגערעדט צו ה' אלע וועלען אים פיינט האבען, האט אייבערשטער געזאגט אלע וועלען זאגען דער מחלה, דער סיבה, יענער סיבה, קיינער וועט נישט זאגען "די שטן", ה"ה לענינייוו, באלד הייבט אן די סיבות און באשולדיגונגען, אויף דער יענער, און קען זיין גערעכט אויך, אבער מיר אידען ווייסען סיז א גזירה מן השמים, נישט פארגעסען פון דעם, און מחזק זיין לפ"ז.

טשולדיגט פאר נישט קלארע שריפט, נאך אונטער רושם, אויגען גיסען טרערען.

שנשמע ונתבשר בשורות טובוית.

עולם האמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך עולם האמת » פרייטאג אפריל 30, 2021 12:16 am

.
צוגעלייגטע
meron 1.jpeg
meron 1.jpeg (139.57 KiB) געזעהן 4028 מאל

אוועטאר
פון אמעריקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 17, 2021 1:42 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך פון אמעריקע » פרייטאג אפריל 30, 2021 12:19 am

די פעין איז צו גרויס, מיין קליינע קאפ קען זיך בכלל נישט מסדר זיין צו וויסן וויאזוי איך פיל, און זיכער נישט פארשטיין וואס דא איז געשען, ס'וועט מיר לכאורה היטן מארגן אדער אפאר טעג ארום.

איין זאך ווייס איך, גארנישט געשענט נישט אין גאט'ס וועלטל בטעות, אלעס האט א חשבון, נישט קיין חילוק ווי שטארק עס טוט וויי.

זאל זיך דער אייבישטער מרחם זיין אויף אונז אלע.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » פרייטאג אפריל 30, 2021 12:20 am

נישט לייגן קיין גראפישע בילדער ביטע
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

א תושב
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2021 10:11 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך א תושב » פרייטאג אפריל 30, 2021 12:21 am

באשעפער געב אונז די כח עס צו קענען דורך טראגן.... ביסט א כל יכול נאר דו קענסט אין וועסט אונז אלע געבן די כוחות, אן אמונה איז נישט שייך עס אדורך צו טראגן....................

מיכל
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 23, 2011 3:25 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך מיכל » פרייטאג אפריל 30, 2021 12:21 am

קיינער זאל נישט גיין נוקלעאר, כ'פרוביר פשוט צו פארשטיין.

בשנת תרפ"ג איז אויך נישט געווען קיין פריצות אין די מערה זעלבסט, און די הרוגים זענען געווען מסלתה ומשמנה.

הגם מען האט עס נישט גענצליך גע'אסר'ט דעמאלטס אויף אייביג, קוקט אבער אויס אז די דעת פון די דעמאלטסדיגע חכמי ירושלים איז געווען אז מען זאל זיך מונע זיין פון גיין אויפ'ן פלאץ בשעת עס איז דא פריצות (כנראה שלא יחשב כהסכמה)

די פריצות מחוץ למערה איז לכאורה נישט בעסער געווארן מיט די יארן.

כמדומה אז די בני ירושלים הותיקים גייען טאקע נאר לפנות ערב (כן נהג הרמ"א פריינד ועוד) בשעת עס איז ליידיגער.

בני חו"ל גייען יא במשך היום. ואולי צריך הדבר תיקון לפי דעת חכמי ירושלים מלפני מאה שנה.

כמובן שהדבר מסור להכרעת גדולים וטובים, ולא כתבתי רק להעיר ולהפיג צערי...

אוועטאר
זייטיגע צוקוקער
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 4:09 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך זייטיגע צוקוקער » פרייטאג אפריל 30, 2021 12:25 am

ניין.. איך האלט עס נישט אויס..
מיין הארץ איז נישט קיין שטיין..

עני עני ירדו מים!
איך קוק צו פון די זייט
אז כ'האב וואס צוצולייגן ווארפיך אריין מיינע צוויי צענט

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך צולייגער » פרייטאג אפריל 30, 2021 12:27 am

מיין מח לאזט מיר ניטאמאל אנאליזירן דעם מצב. ווער רעדט נאך פון האבן געפילן.

פון וועמענס שולד עס איז טעכניש געווען, ביז בשל מי הרעה הזאת, ביזן טראכטן וואס אזוינס האט פאסירט פונקט היי יאר, ביז די פשוטע פאקט אז פאר אריבער אכצן חדשים אין לך יום שאין קללתו מרובה מחברתה - און אלעס מיט אזא מאדנע און אומגעווענליכע שוידערליכקייט.

קען זיין איך בין נאאיוו, אבער משום מה האלט איך נישט אז הקב"ה וויל יעצט דירעקט מיר זאלן שוין היינט נאכט מחליט זיין וואס פונקטליך ער וויל יעצט, וועלכע סעיף אין שו"ע ספעציפיש האט געטריגערט אזא שרעקליכע חרון אף.

דאס איז זיכער א פרישע שטאפל אינעם כור ההיתוך וואס דארף אויסלייטערן כלל ישראל און זיי דערנענטערן צו הקב"ה.

יהא רעוא מן קדם עתיקא קדישא, אז דער טאטע אין הימל זאל זיך באווייזן צו אונז מתוך רחמים וחסדים, קורא לה והיא באה, וחוסה נא על בן אהובך.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
הייליג
שר האלף
תגובות: 1163
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך הייליג » פרייטאג אפריל 30, 2021 12:27 am

רבונו של עולם
חוס ורחם עלינו
מיין הארץ איז צושאקעלט איך קען נישט אריינעמען די נייעס
האב שוין רחמנות און שיק שוין משיח
איך נעם אן וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרוביר איך צו ווערן בעסער

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 11783
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך איינס » פרייטאג אפריל 30, 2021 12:31 am

די מח איז פשוט פארמאכט

איך פראביר מיר טראכטן, ווי 40 טעג שטייט מען אויף און יעדן צופרי הערט מען נאך איינער איז געהרגעט געווארן צום טויט.
שטעל דיר פאר זונטאג צופרי איינער איז טויט, מאנטאג צופרי איינער איז טויט, דינסטאג צופרי און מיטוואך צופרי און דאנארשטאג און ... 40 טעג! וויפל וואלט דער מח געקענט אריבער טראגן.

דער רמב"ם שרייבט אין אבות ואחר כך אמר שהמעלות לא יגיעו לאדם לפי רוב גודל המעשה אבל לפי רוב מספר המעשים והוא שהמעלות אמנם יגיעו בכפול המעשים הטובים פעמים רבות ועם זה יגיע קנין חזק לא כשיעשה אדם פעל אחד גדול מפעולות הטובות כי בזה לבדו לא יגיע לו קנין חזק והמשל בו כשיתן האדם למי שראוי אלף זהובים בבת אחת לאיש א' ולאיש אחר לא נתן כלום לא יעלה בידו מדת הנדיבות בזה המעשה האחד הגדול כמו שמגיע למי שהתנדב אלף זהובים באלף פעמים ונתן כל זהוב מהם על צד הנדיבות מפני שזה כפל מעשה הנדיבות אלף פעמים והגיע לו קנין חזק וזה פעם אחת לבד התעוררה נפשו התעוררות גדולה לפעל טוב ואח"כ פסקה ממנו.

דער מח קען דאס נישט באגרייפן, און איז נישט אויסגעשטעלט צו באגרייפן ווען סקומט אויף איינמאל, אבער די טראגעדיע איז שרעקליך! איבער 40 וואס זענען נמחץ געווארן למוות!

זאל נאר רשב"י זיין א מגין און מציל זיין די לחוצים וואס לעבן נאך און דארפן א רפואה
מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

אוועטאר
ראש לימבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 8:48 am

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך ראש לימבא » פרייטאג אפריל 30, 2021 12:34 am

היינט נאכט בינעך געגאנגען פוקד זיין דעם ציון פונעם ריבניצער זי"ע און זאגן אביסל תהילים פאר די באטראפענע... אריינקומענדיג צום ביה"ח - א קילע ווינטעל בלאזט - אויסגעלייגט הונדערטער מציבות - כ'געב מיך א שטעל אפ ביים טויער, כ'מאך די ברכה אשר יצר אתכם בדין... והמית אתכם בדין...שטיקעלע מחשבה... בדין... יא, בדין.... יא, אלעס האט א חשבון א קלארע... דין וחשבון.... אינז מיזען נישט אלעס פארשטיין....

זאל מען אינגיכן זוכה זיין צי ועתיד להחיותכם בדין, ברות אתה ה' מחיה המתים.
שנהיה לראש ולא לזנב

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג אפריל 30, 2021 1:10 am

איך בין נאם, איך בין נאם, דערנאך וויין איך און איך וויין. רבוש"ע וואס האט דא פאסירט?
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג אפריל 30, 2021 1:19 am

געשריבן בשעת דער מצב איז נאך געווען אנגייענד

פעיק ניוז האט געשריבן:עיני עיני יורדה מים
על שבר עמי לקתה רבים
קינה ארימה בשאגה
ממעמקי לבי בנהמה

קול נהי מציון אוי ואבוי
נהפכה לאבל אורו
מבית המשתה אבל הלכתי
מרבי שמעון למות הסתובבתי

הלכו לרנן
ושכבו לעולמן
מביתם לחונן
ועכשיו לקונן

על כן ציון במר תבכה והילילה
לבי לבי על חלליה
אבי שבשמים הבט הנה
ותוציאנו ממרה
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

Idea
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 08, 2018 1:20 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך Idea » פרייטאג אפריל 30, 2021 1:21 am

מיינע געפילן שטורעמען די הארץ איז צעשפליטערט,
ווער זענען מיר צו זאגן על מה עשה ה' ככה, דאס וועלן מיר לאזן פאר אונזערע גדולים צו פסקענע'ן,
אבער איין שטארקע געפיל וואס איך האב זוך געכאפט אביסל נאך די טראגעדיע, זוך ארום דרייענדיג אין בית מדרש, אין רעדנדיג מיט מענטשען,
נישט איך אין נישט קיינער דא ווייסן ווער די אומגעקומענע אדער געשעדיגטע זענען, כלל ישראל ביישטייט פון ארום א מיליאן שומרי תורה ומצוות כל אחד לפום דרגא דיליה, מען רעדט דא פון ארום 100 מענטשן ארויס פון א מיליאן, וואס קיינער ווייסט נישט ווער אין רובא דרובא מענטשן ווייסן קלאר אז ס'איז נישט קיין נאנטע קרוב, מיט דעם אלעם איז יעדע אבער יעדע יודיש הארץ צובראכן צעשוידערט און צו טראגן, פארוואס? פארוואס? קען מיר איינער געבן א לאגישע סיבה דערצו?
איך גיי עס אויך נישט פרובירן מסביר צו זיין נאר א תפילה צום הייליגן באשעפער אין טאקע מיטן כח פונעם הייליגען תנא שיכול לפטור את העולם מן הדין, קוק אראפ פון אויבן אויפן הייליגען עם הנבחר א פאלק וואס איז שוין 2000 יאר אין גלות, א פאלק וואס לעבט אונעם שפלותדיגסטען מצב וואס איז נאר געווען מימות עולם מיט די גרעסטע נסיונות, און ואר 2021 זענען דא טויזענטער טויזענטער טויזענטער יודן וואס קענען נישט שלאפן, וועגן צרה וואס האט באטראפן אחינו בני ישראל
שוין גענוג מיין קיבארד. איז שוין נאס
א גוטע נאכט

אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 809
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך כתמר יפרח » פרייטאג אפריל 30, 2021 1:23 am

עולם האמת האט געשריבן:.

דאס זענען שיך דאס זענען לעצטע עדות
דאס זענען שיך פין אייניקלעך אין זיידעס
פין ירושלים בני ברק אין ניו יארק

אוועטאר
קאפעלע
שר האלפיים
תגובות: 2323
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 25, 2020 11:59 pm
לאקאציע: ביים ארבעט

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך קאפעלע » פרייטאג אפריל 30, 2021 1:25 am

פעיק ניוז האט געשריבן:איך בין נאם, איך בין נאם, דערנאך וויין איך און איך וויין. רבוש"ע וואס האט דא פאסירט?

רט

ווי א מינוט ס’גייט פארביי הייב איך צוביסלעך אן כאפן ווי ווייט אונז הייבן נישט אן באגרייפען וואס האצעך מיט אונז היינט אפגעשפילט. אוי טאטע!

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7536
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » פרייטאג אפריל 30, 2021 1:27 am

קאפעלע האט געשריבן:ווי א מינוט ס’גייט פארביי הייב איך צוביסלעך אן כאפן ווי ווייט אונז הייבן נישט אן באגרייפען וואס האצעך מיט אונז היינט אפגעשפילט. אוי טאטע!
מקום חותם הבד"ץ

אוועטאר
זייטיגע צוקוקער
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 4:09 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך זייטיגע צוקוקער » פרייטאג אפריל 30, 2021 1:28 am

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
קאפעלע האט געשריבן:ווי א מינוט ס’גייט פארביי הייב איך צוביסלעך אן כאפן ווי ווייט אונז הייבן נישט אן באגרייפען וואס האצעך מיט אונז היינט אפגעשפילט. אוי טאטע!
איך קוק צו פון די זייט
אז כ'האב וואס צוצולייגן ווארפיך אריין מיינע צוויי צענט

ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך ישרן » פרייטאג אפריל 30, 2021 1:30 am

מיין געפיל איז אז דער אויבערשטער זעהט אז מיר שלאפן א זיסן רואיגן שלאף. מוויל זיך נישט אויפוועקן.
איז נישט דא קיין אנדער ברירה נאר אונז שטארק צו שאקלען. אבער שטארק.
העלאוווווווו?????
יעצט הערסטו????
אוטש.

מצפים
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 18, 2021 2:36 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך מצפים » פרייטאג אפריל 30, 2021 1:36 am

מען דארף נאכאמאל מאכן די ח’ ר’ וואס מען האט געמאכט תרע’’א
עס איז ממש א פחד און א שרעק
ס’נישט צום אויסהאלטען.

חסידי קמאי
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 16, 2020 8:41 am

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך חסידי קמאי » פרייטאג אפריל 30, 2021 1:37 am

ד' עוז לעמו יתן, די אייבישטער געט כח אויסצוהאלטן די שווערע מאמענטן, וואס יודען ליידן ליידער און גלות, מיר וויסן נישט חשבונות שמים אין מיר קענען נישט וויסן, אוודאי דארף יעדער זיין מפשפש במעשיו, אבער דאס איז נישט די סיבה פארוואס עס איז געשען, עס איז נאר א חיוב בעת צרה לפשפש במעשיו, אבער פארוואס עס איז געשען האט גארנישט מיט אינז צו טראכטן און זיכער נישט זאגען.

הצור תמים פעלו

אוועטאר
ממוצע
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 20, 2020 11:07 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך ממוצע » פרייטאג אפריל 30, 2021 1:38 am

דא האב איך בעז"ה געשריבן א שטיקל חיזוק געדאנק, אין פאעזיע.

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 1f44e625fb
--

ס'איז נישט געפיליש. געוויינט האב איך אסאך. זייער אסאך.

אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 809
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך כתמר יפרח » פרייטאג אפריל 30, 2021 1:42 am

כ'בין נישט קיין מיינונג זאגער אדער מוסר זאגער, ס"ה וואס מיין הארץ פילט אין די אסון נורא ואיום.
די גרויסע שמחה אין ל"ג בעומר וויבאלט עס איז אפגעשטעלט געווארן די מגיפה פין די תלמידים פין ר' עקיבא וואס שלא נהגו כבוד זה בזה.
ליידער תשפ"א האט די מגיפה זיך נישט אפגעשטעלט אין עס איז נפטר געווארן פין די וועלט 44 קרבנות,
די באשעפער זעהט זיינע קינדער באחדות, מיר וויינען אויף אונזער ברודער, נישט קיין חילוק צו זיי זענען ליטוויש, מזרחיש, חסידיש, קיינער פרעגט נישט צו ס'איז גר אדער פאפא, זיי זענען אונזער ברודער, אין מיר וויינען צוזאמען.
לאמיר בלייבן מיט די אחדות, לאמיר נישט דן זיין אנדערע וואס האבן אנדערע מיינונגן ווי מיר, מיר זענען אלע א חלק אלוקי ממעל, בני אברהם יצחק ויעקב, לאמיר ווייטער ליב האבן "יעדע" איד.
ובזכות אהבת חינם זאלן מיר שוין זוכה זיין אויף די גאולה, ועליה השלם כל הקרבנות כולם


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Toyota, א גוטן, אזוי וויל איך, בלייב געזונט, ברעחדך קאפ, פוילישער קארגער, שתקן און 56 געסט