שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

נכד
שר חמש מאות
תגובות: 658
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך נכד » מאנטאג מאי 03, 2021 1:18 am

שווער נאכברענגן דאס גאנצע. אפשר איינער א קלארע בילד דערפין. וואס ברענגט דאס אעהער זענען די פאלגענדע ווערטער:
הוא בעצמו ית״ש מקדש שמו על ידינו על ידי מכות גדולות ונפלאות שלא נשמעו ולא נראו בעם מהאומות ובארץ מהארצות.
און אזוי ווייטער אין די פסוקים.

אויך איז דא אגעוואלידיגע כלי יקר אויפן פסוק פון די וואך בחקותי
ואין רודף. אז ווען משטיפט אנדערע און קיינער לויפט נישט נאך. מוראדיג.

פארט איז ענדערש דער זמן פון התעוררות.

אוועטאר
קאפעלע
שר האלפיים
תגובות: 2338
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 25, 2020 11:59 pm
לאקאציע: ביים ארבעט

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך קאפעלע » מאנטאג מאי 03, 2021 1:27 am

בר דעת האט געשריבן:אין דרשות חת"ס אויף סוכות ברענגט ער פחדימ'דיגע דיבורים אויף די פסוק פון לעצטע וואך פרשת אמור, ולא תחללו את שם קדשי ונקדשתי בתוך בני ישראל. אויב איינער קען אהער ברענגען די שטיקל חת"ס וואלט עס געווען לתועלת.

https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... 31&hilite=
צוגעלייגטע
20210503_012645.jpg
20210503_012645.jpg (659.22 KiB) געזעהן 1673 מאל

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26411
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מאי 03, 2021 7:47 am

"נאלמתי, לא אפתח פי, כי אתה עשית"
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26411
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מאי 03, 2021 9:30 am

קרייסלער האט געשריבן:אידן וועקטס אייך אויף! דער אייבערשטער האט אינז געוואלט שיקן א הילכיגן מעסעזש, א וועיקאפ קאל, אבער נישט סתם נאר עפעס וואס זאל אפקלינגען מדן ועד באר שבע ומסוף העולם ועד סופו, אלע שיכטן און קרייזן, ספרדים, אשכנזים,, חסידים, ליטאים

מגלגלין חוב ע"י חייב, צו זיי האבן עס געטוהן בשאט נפש אדער פון טיפשות, קיין נפק"מ, דאס האט געדארפט פאסירן וכאן מצא הבעל חוב לגבות את חובו

אבער פארוואס אין הימל ליגט די גאנצע קאפ אין ווער סיז יא אדער נישט שולדיג???

לאמיר דערהערן דעם רוף און זיך מקבל זיין יעדער איינער כפי השגתו תיקון המעשים
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

Ban Mazel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2019 2:36 am

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך Ban Mazel » מאנטאג מאי 03, 2021 9:47 am

איך וואונדער מיר אז איך האב נאך קיינעם נישט געזען אנרירן די נקודה, והגם אז איך בין נישט קיין נביא ולא בן נביא אבער מען ברויך משים לב זיין צו די ווערטער:
די לעצטע יאר שנת תש"פ האבען די ציוניסטישע רשעים פרובירט מיט אלע כוחות צו פארשטימען ר' שמעון'ס שמחה
אפילו די יאר ווייסט יעדער איינער ואס זיי האבן אלץ פרובירט צו טון עס צו באגרעניצן, הן קודם למעשה והן בשעת מעשה
נאט אייך די הייליגע ווערטער פון גרויסן חיד"א וואס ער ברענגט אויף מרן הבית יוסף ווען מען האט געוואלט באגרעניצן די שמחה צוליב הייליגע צוועקן, וכל שכן וכל שכן להבדיל וכו':

"בימי מרן הסכימו שלא יעשו ישראל הערביים מחול בל"ג לעומר על ציון הרשב"י, והבנין בנאו הרב קול בוכים, ונראה למרן ובית דינו שחס ושלום זלזול שאוכלים ומרקדים, ונכתב הסכמה ולא נחתמה, בלילה חלום מרן עם הרשב"י, ואמר לו שתבוא מגיפה גדולה בעבור זה ההסכמה, כי רצונו שישמחו בהילולא, ולמחר קרע ההסכמה"!!!

(קיצור זכרון מעשיות נסים נדפס מכת"י בקובץ ישורון דף ט"ו)

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1778
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך איש חמודות » מאנטאג מאי 03, 2021 11:28 am

אוי וועט זיך זאגן אנדערש קומענדיגע ימים נוראים "וכל באי עולם יעברון לפניך כבני מרון"...

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

שירו לו שיר חדש - הטיבו נגן בתרועה - כי ישר דבר ה' - וכל מעשיהו באמונה

תגובהדורך טעם וריח » מאנטאג מאי 03, 2021 11:29 am

בס"ד

אז מען שרייבט געפילן וועל איך שרייבן מיינע געפילן, איך האב ממש געשפירט ווי איך האלט עס מער נישט אויס, ווי אזוי גייט מען ווייטער, האב איך געמאכט טערעפ"י און זיך אראפגעזעצט צו קי-באורד און געלאזט די פינגער'ס לויפן...

ל"ג בעומר תשפ"א, די יאר וואס וועט קיינמאל קיינמאל פארגעסן ווערן פון כלל ישראל, אין דעם יאר איז פארגעקומען די שרעקליכע פאסירונג אין מירון עיר הקודש, בעצם יומא דהילולא פונם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי, בשעת טויזענטער אידן טאנצן און פרייען זיך מיט די שמחה פון רבי שמעון האט דאס שרעקליכסטע פאסירט און 45 אידן זענען צידריקט געווארן צום טויט דארט בהר הקודש.

עס איז א טראגעדיע וואס האט קיינמאל פאסירט פאר כלל ישראל זינטן צווייטע וועלט מלחמה,

עס האט קיין אנדערע הסבר בלויז אז רבי שמעון האט זיך אויסגעקליבן 45 טייערע הייליגע נשמות יקרות און ארויפגענומען מיט זיך, קיין הסבר בדרך הטבע איז נישט דא, פון הימל האט מען גענומען די הייליגע קרבנות מיט א חשבון מכפר צו זיין פאר כלל ישראל. (א רמז כדאי רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק איז אין די גמרא מס' שבת דף מ"ה!)

עס טוט וויי, זייער וויי, קיינמאל קיינמאל האט מען נישט אזוי גוט פארשטאנען די פסוק 'וידום אהרן' ווי יעצט נאך אזא טראגעדיע. קומסט אריין אין ביהמ"ד און באגעגענסט א קופקע, שטייען א רינדע מענטשן און זענען שטיל... וואס זאל מען דעבאטירן? וואס איז שייך צו דעבאטירן? די מוח באגרייפט נישט וואס דא האט פאסירט, מען קען אפילו נישט משיג זיין די
שוידערליכע פאסירונג.

ל"ג בעומר תש"פ איז געווען באשריבן אין אלע אויסגאבעס אלט'ס א יאר וואו געוויסע האבן זיך אויסגעדריקט "זיי וועלן קיינמאל פארגעסן" מירון איז געווען פארשפארט, אידן זענען אהינגעפארן מיט מסירת נפש, געמאכט חאלאקעס אינטער די שטעקענעס פון די פאליציי, קוים א יאר דעראויף און מירון תשפ"א שטעלט אין שאטן מירון תש"פ,

די קנעפלעך אויפן קי-באורד טאנצען נישט, זיין זענען פארשטייפט, זיי האבן נישט די ריכטיגע און פליסיגע שפראך ארויסצוהייבן וואס דא האט פאסירט.

שוד ושבר בגבולינו, נהפך לאבל מחולינו, איז די נארמאלע פראזע וואס ווערט געשריבן מיט ריזיגע אויתיות אויף אלע דעקלעך פון אלע אויסגאבעס, ווען ריכטיג איז דאס די בלאסטע פראז וואס מען קען פשוט מיט ווערטער ארויסשרייבן. און דערפאר נעמט מען אן די שווייגעניש אלט'ס אלטארנאטיוו.

די טראגעדיע האט אנגערירט די הארץ פון גאנץ כלל ישראל, עס איז אוועקגעריסן געווארן מסלתה ומשמנה פון אלע קהילות און קרייזן ארום די וועלט. פון אינגע קינדער ביז עלטער אידן און אלע אינצווישן. און דאס אלעס איז געשעהן ביים הארץ פון כלל ישראל אתרא קדישא מירון, די פלאץ וואו אלע תפילות ישראל גייען אריבער און ווערן נתקבל.

אט נישט לאנג צירוק האבן מיר געלערנט די הייליגע ווערטער פונם בית אהרן "מי שיש לו אמונה ברבי שמעון יש לו חיזוק ברבי שמעון" מיר האבן קיינמאל נישט גרינטלעך פארשטאנען די דאזיגע שורה, מער מפורסם איז די צווייטע און סוף שטיקל בית אהרן "כשם שהקב"ה לכל כך רבי שמעון לכל – אפילו לפחותים" און לעולם וואס האט א שייכות די צוויי מימרות.

היינט אבער נאך וואו האט עס א שייכות! די מוח פון א מענטש וועט אייביג פרובירן צו טרעפן די וועג ארויס פון יעדע טראמע, מען וועט זוכן הסברים לאגישע און נישט לאגישע צו פארענטפערן פארוואס דאס האט פונקט געדארפט געשעהן, לא כן יעצט! קיין געהעריגע הסבר איז נישט דא! בלויז אז מיר האבן אמונה אין השי"ת, אמונה אין רבי שמעון אז אזוי האט געדארפט פאסירן שוין פון די תחילת הבריאה, עס האט צוטוען מיט די עלום הנשמות וואס מיר פשוטע מענטשעלעך האבן קיין שום שייכות.

מען זעהט קלאר, אידן דערציילן ווי זיי אליינס זענען געלעגן צידריקט אינטער די מאסן מענטשן וואס האבן ארויסגעשטראמט פון די מערה, און זיי האבן איבערגעלעבט, אנדערע האבן עס ליידער נישט געמאכט, ווייל עס איז געווען אנגעשריבן פינקטליך מי חי און מי ימות. אלעס מיט א חשבון, מי שיש לו אמונה ברבי שמעון יש לו חיזוק ברבי שמעון ווייל דאס איז דער איינציגסטע טרייסט וואס מען קען געבן פאר'ן מענטש.

וְשָׁם נָשִׁיר שִׁיר חָדָשׁ, ווייל ווען משיח וועט קומען וועט נתחדש ווערן א נייע שיר, א נייע דערהער, היינט איז דא נאר 7 אופני השיר, זיבן טענער, אבער ווען משיח וועט קומען וועט זיין לַמְּנַצֵּחַ עַל הַשְּׁמִינִת, עס וועט צוקומען אן אכטער פאל.

אויב איינער זאל זיך ווען היינט ווילן פארשטעלן די אכטער טאן איז נישט מעגליך! ווייל די מציאות איז נאכנישט דא בעולם און מען קען זיך נישט מצייר זיין זאכן וואס איז נישט דא במציאות!
די זעלבע מיט'ן פארשטיין וואס דא האט פאסירט, ס'איז נישט במציאות, ווייל עס האט ציטון מיט'ן תיקון לעתיד לבוא,

שִׁירוּ לוֹ שִׁיר חָדָשׁ, הֵטִיבוּ נַגֵּן בִּתְרוּעָה, ווען עס איז תרועה, צובראכן, דארף מען נאך מער פארשטערקערן דעם ניגון, אז כִּי יָשָׁר דְּבַר ה' וְכָל מַעֲשֵׂהוּ בֶּאֱמוּנָה, און אז אלעס וועט מען קלאר פארשטיין לעתיד לבא.

עס נעמט חלילה נישט אוועק פון די וויכטיגקייט פון מפשפש זיין במעשים מעורר זיין כלל ישראל צו מתקן זיין די פירצות הדור און דאס איז טאקע די ארבעט פון אונזער גדולי ישראל און מנהיגים שליט"א, און יעדער פאר זיך ברויך מאכן א חשבון הנפש און מתקן זיין בשל מי בא הרעה הזאת, אבער אין די גרעסערע בילד גלייבן מיר אז עס האט ציטוען מיט די עלום הנשמות און מיט די תיקון העולם און אז השי"ת גרייט צו די וועלט לקראת משיח צדקינו וואס מיר האפן און ווארטן שוין אזוי לאנג עס זאל פאסירן במהרה בימינו אמן.
על "טעם וריח" אין להתווכח

גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך גיוואלדיג » מאנטאג מאי 03, 2021 11:33 am

פרידן האט געשריבן:נקודה למחשבה מען האלט נאך איין און א האלב יאר פין קאראנא מיט אזויפיל נפטרים אין דא ליידער ליידער זענען די אידן און מירון נפטר געווארן פין די זעלבע סארט מיתה ווי קאראנא נישט געקענט אטעמען

דאס האט עולה געווען על דעתי באלד ווי כ'האב געהערט פון די טראגעדיע רחמנא ליצלן.
איך האב מיר אבער נישט געוואגט דאס צו זאגן, וויסנדיג ווי האקל דאס איז...
און אז מען רעדט שוין יא וועל איך צולייגן נאך א נקודה למחשבה: אין קאנטראסט צו קאראנע וואו א מערהייט קרבנות זענען געווען עלטערע לייט איז אין ל"ג בעומר געווען א מערהייט דוקא פון א יונגערע עלטער

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9582
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שירו לו שיר חדש - הטיבו נגן בתרועה - כי ישר דבר ה' - וכל מעשיהו באמונה

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מאנטאג מאי 03, 2021 9:49 pm

טעם וריח האט געשריבן:בס"ד

אז מען שרייבט געפילן וועל איך שרייבן מיינע געפילן, איך האב ממש געשפירט ווי איך האלט עס מער נישט אויס, ווי אזוי גייט מען ווייטער, האב איך געמאכט טערעפ"י און זיך אראפגעזעצט צו קי-באורד און געלאזט די פינגער'ס לויפן....

זייער זייער שטארקע דיבורים, יישר כח!

אוועטאר
בדרך אפשר
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך בדרך אפשר » דינסטאג מאי 04, 2021 9:57 am

פון די גליון אז נדברו
צוגעלייגטע
אז נדברו.png
אז נדברו.png (176.11 KiB) געזעהן 1129 מאל

אוועטאר
טישטוך
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך טישטוך » דינסטאג מאי 04, 2021 9:14 pm

איך האב געשריבן אין פאעזיע מיינע פערזענליכע געפילן איבער דעם געפערליכן אומגליק. האלטנדיג שוין עטליכע טעג דערויף און זעענדיג וויאזוי מען נעמט דאס אויף.

ביטע קאמענטירט דערויף אין פאעזיע.

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=96&t=47450
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג מאי 04, 2021 10:23 pm

כ'האב געטראכט היינט ביי מעריב סוף שמו"ע:

ליידער אין לעצטן יאר מיט טשעינדזש, זענען מיר געווארן פארנומען מיט אזוי פיל נייע מושגים וואס האבן פשוט נישט געהערט צו אונז ביז יעצט, ווי: מגיפה, פענדעמיק, קאראונע וכו' וכו'. און גאנץ לעצטנס מיט סטעמפיעדס און קראָשעס וכו'.

אויף דעם בעטן מיר אז אנשטאט דעם זאל זיין 'שיבנה בית המקדש במהרה בימינו', און דורך דעם 'ותן חלקנו בתורתך' - אונז וועלן פארנומען ווערן מיט מושגים פון חלקי התורה וואס זענען ביז יעצט געווען ווייט פון אונזער רעאליטעט: עבודת בית המקדש, מצוות התלויות בארץ, הלכתא למשיחא וכו' וכו'.

במהרה בימינו אמן.
כ'גיי דאס יאר אנרייסן די ביינער פון ווער ס'זינגט "א גאנץ יאר פורים!" וואס וויל ער? כ'זאל גיין נאך א יאר מיטן מאסקע?

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5049
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דינסטאג מאי 04, 2021 10:51 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:כ'האב געטראכט היינט ביי מעריב סוף שמו"ע:

ליידער אין לעצטן יאר מיט טשעינדזש, זענען מיר געווארן פארנומען מיט אזוי פיל נייע מושגים וואס האבן פשוט נישט געהערט צו אונז ביז יעצט, ווי: מגיפה, פענדעמיק, קאראונע וכו' וכו'. און גאנץ לעצטנס מיט סטעמפיעדס און קראָשעס וכו'.

אויף דעם בעטן מיר אז אנשטאט דעם זאל זיין 'שיבנה בית המקדש במהרה בימינו', און דורך דעם 'ותן חלקנו בתורתך' - אונז וועלן פארנומען ווערן מיט מושגים פון חלקי התורה וואס זענען ביז יעצט געווען ווייט פון אונזער רעאליטעט: עבודת בית המקדש, מצוות התלויות בארץ, הלכתא למשיחא וכו' וכו'.

במהרה בימינו אמן.

אמן!!
לאמיר מפשפש זיין במעשים, נישט מפשפש זיין ברמזים (קרעדיט מעלות - אנדערע זאגן)

ahah
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 1:27 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך ahah » מיטוואך מאי 05, 2021 11:05 am

עם ה' חזקן ונחזקה איך האב א געפוהל פון העפענען א קמפיין פאר קבלות טובות וואס יעדער איד נעם זעך העפעס אונטער אויף זיך ווער סי קענען צו העלפען היאע קאנטען אין אישי

מי כעמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך מי כעמך » מיטוואך מאי 05, 2021 11:10 am

יעצט בייגעפאלן בדרך אפשר
'אמור' זאג פאר אידישע קינדער אז 'בהר' דאס וואס האט פאסירט אויפן בארג מירון איז 'בחוקותי' בבחי' חק בלי טעם וואס אי אתה רשאי להרהר אחריה..
אז מ'איז פארבינדען פון אויבן פאלט מען נישט פון אונטען 10x(כרובים עליונים)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26411
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מאי 05, 2021 11:13 am

שטימט פיין, הויב אן ביי אחרי מות קדושים.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26411
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מאי 05, 2021 2:38 pm

farshlufen האט געשריבן:ס'ווערט קלאר ווי דער טאג אז ס'איז "יא" געווען ערגעץ א פארשלאסענע געיט.

ליידער ליידער בעוה"ר, שערי שמים זענען געשלאסן געווען, אונזער תורה צדקה גמ"ח און תפילה האבן נישט גע'פועל'ט צו מבטל זיין אזא גרויסער דין פון כלל ישראל, איי איי איי, ווער ווייסט, ווען מיר וואלטן זיך ווען מער צוגעפלייסט אביסל ערליכער געדאווענט אביסל מער צדקה געגעבן זיך מער געהיטן דער עינים אזניים און לב וואלטן מיר ווען יא געקענט אדורך ברעכן אט דעם געיט.

"וכשלו איש באחיו" אין ווירקליכן זין פון ווארט.

אבל אשמים אנחנו.

כ'רעד בלויז צו מיר אליין.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4451
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: שירו לו שיר חדש - הטיבו נגן בתרועה - כי ישר דבר ה' - וכל מעשיהו באמונה

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך מאי 05, 2021 2:41 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:בס"ד

אז מען שרייבט געפילן וועל איך שרייבן מיינע געפילן, איך האב ממש געשפירט ווי איך האלט עס מער נישט אויס, ווי אזוי גייט מען ווייטער, האב איך געמאכט טערעפ"י און זיך אראפגעזעצט צו קי-באורד און געלאזט די פינגער'ס לויפן....

זייער זייער שטארקע דיבורים, יישר כח!
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
הייליג
שר האלף
תגובות: 1167
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך הייליג » מיטוואך מאי 05, 2021 2:45 pm

מי כעמך האט געשריבן:יעצט בייגעפאלן בדרך אפשר
'אמור' זאג פאר אידישע קינדער אז 'בהר' דאס וואס האט פאסירט אויפן בארג מירון איז 'בחוקותי' בבחי' חק בלי טעם וואס אי אתה רשאי להרהר אחריה..

וואו זייער שטארק
איך נעם אן וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרוביר איך צו ווערן בעסער

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26411
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מאי 05, 2021 3:40 pm

געלויבט האט געשריבן:אנכי הקטן האב נאך נישט געשריבן ביז יעצט כמעט א וואך פון די שרעקליכע טראגדיע וואס האט אונז באטראפן,
אבער איך וויל אייך זאגן איין זאך, אנכי הייתי במקום פלוני ובשעה פלונית יא. איך האב זוכה געווען צו זיין אין אתרא קדישא מירון אפאר שעה בליל ההילולא תשפ"א, און נאכן מתפלל זיין און טאנצן אין חצר המערה בין איך אראפ געגאנגען צו די הדלקה פון תו"א ווען אומגעפעהר 12.42 בין איך ארויף געגאנגען די טרעפ וואס דארט האט עטליכע מינוט ארום פאסירט דאס שרעקליכע געשעהעניש, איך בין ארויף געגאנגען אן קיין שום שטערונג, נאר ארויף קומענדיג העכער אויפן דרך ר' דוב, האבן עטליכע געזאגט אז סאיז פארמאכט (ד.ה. אז לויט זיי איז געווען גאר פארמאכט אויבן ביים אריינגאנג צום חצר פון תו"א) האב איך זיך צוריק אויסגעדרייט און אנגעהויבן אראפגיין, אבער זיך געפינענדיג אין אזא געדרענג האב איך זיך מער צוגעדריקט צום וואנט און דורך דעם בין איך נישט פארשוועמט געווארן צוזאמען מיטן המון, וואס האט געשטראמט אראפ צו די טרעפ רח"ל, נאך עטליכע מינוטן האבן די פאליציי אאראפגענומען א בלעכענע וואנט וואס פון דארט זענען צענדליגע ארויס צו די אונטערשטע דורכגאנג, און ב"ה אנחנו אלה פה היום כולנו חיים.
אבער וואס איך קען זיך נישט איינהאלטן פון צו ארויס געבן רגשי לבי, אויף די גרויסע נסיון וואס אונז דארפן מיטמאכן, אז נאך אזא שטארקע טרייסל וואס אונז האבן באקומען, ווען אין די מקום קדוש וואס עיניהם ולבם של ישראל נשואות שם, אין דעם הייליגן לעכטיגן טאג וואס יעדער גיסט זיך אויס דאס הארץ פארן בוכ"ע בזכותו פונעם גרויסן תנ"א רשב"י זיע"א, איז געשען אזא אומגליק וואס מיר קענען נישט באגרייפן, מיטן אוועק נעמען 45 נשמות בישראל, קינדער בחורים און יונגעלייט, דודי ירד לגנו ללקוט שושנים ומרקחים, און וואס טוהט דער שטן? ער נעמט אונזערע חושים און די התעוררות און לייגט דאס אריין אין אשכולות און דעבאטעס פון יא אדער נישט א געיט.
איך בין נישט א מוכיח און הלוואי זאל איך טוהן וואס איך דארף,
אבער מיט דעם האט דאס דאך א גרעניץ און א שיעור.
לאמיר זיך אלע מחזק זיין יעדער מיט וואס ער דארף און מי יתן שלא ישמע שוד ושבר בגבולינו, אונז גלייבן אז סאיז געווען א גרויסע תיקון און א קירוב גאולה, לאמיר צוזאמען מתפלל ונזכה כולנו יחד במהרה לאורו אמן.
מיט אנטשולדיגונג
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

לפי עניות דעתי
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך לפי עניות דעתי » מיטוואך מאי 05, 2021 8:24 pm

קלערנדיג ארויסצוברענגן מיינע געפילן, פאנג איך אן טראכטן וועל איך דא צולייגן עפעס וואס אנדערע האבן נאכנישט געשריבן? צו האב איך א נקודה וואס אנדערע האבן מעגליך פארפאסט? איז דען כדאי אויסצווואשן פארן ברייטן פובליק וואס עס דרוקט מיר אויפן הארצן?
זייענדיג אזוי מסופק צו איך זאל שרייבן, טראכט איך צו מיר אזוי,
איך ברויך נישט שרייבן אנדערש וואו אנדערע, ווייל מיין געפיל איז נישט זיינס, און וואס מיין הארץ שפירט, האט ער נישט געשפירט!
איך דארף נישט צולייגן קיין נקודה, ווייל איך זאג פשוט אז איך בין שוין א שבר כלי פאר אפאר טאג.
און יא ס'איז כדאי זיך אויסצושמועסן, וויל חזל ללערנען אונז דאגה בלב איש ישיחנה

ובזאת החלי מיין ערשטן תגובה אויפן וועלטל

איך בין נישט טרויעריג, טרויעריג בין איך געווען, אנהייב נאכט ווען מען האט גערעדט פון עטליכע פארוואונדעטע און מעגליך טייל ....
איך וויין נישט, געוויינט האב איך ווען ס'האט זיך אנגעפאנגן רעדן אז עפעס ערנסטער איז געשען.
איך שריי נישט, דיקא די שטילקייט מאכט מיר טויב.
איך האב קיין כח צו עסן, די בילדער וואו זקנים אם נערים בעטן זיך פאר לופט גייט נישט אוועק פון דו אויגען.
איך האב קיין מח צו ארבעטן, דו אויגשורה'טע מתים אויפן בארג גייט נישט ארויס פון קאפ.
ניטאמאל א קרעכץ בין איך ביכולת צו געבן!


נאלמתי דומיה, וכאבי נעכר

איך הייב אויף דו אויגן צום הימעל און בעט, טאטע לאז מיך וויינען, רבוש"ע איך וויל שרייען, טאטע איך וויל שפירן צער, אנדערש גיי איך פון זין.

דאס איז געווען די געפיל מיינע, ביז מאנטאג נאכט
איך האב אנגערופן א ידיד, זיך אויסגערעדט דאס הארץ, נאכן רעדן האב איך שוין געקענט וויינען, אין נאר נאכדעם האב איך זיך געקענט מחזק זיין אז אונז האב מיר א טאטע אין הימל
איך פארשטיי טאקע נישט, אבער ער פארשטייט יא!

טאלאנטי
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 06, 2017 12:37 am

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך טאלאנטי » מיטוואך מאי 05, 2021 11:24 pm

שטורעמישע געפילן אין מירון ביי ר' שמעון
viewtopic.php?p=2754428#p2754428

כמים שאין להם סוף
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 18, 2019 4:30 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך כמים שאין להם סוף » דאנארשטאג מאי 06, 2021 12:47 am

400187400459_63286.jpg
400187400459_63286.jpg (141.08 KiB) געזעהן 229 מאל

https://www.sefaria.org.il › Benayah...
בניהו על ראש השנה ל״א ב - ספריא
https://www.google.com/url?sa=t&source= ... i2MF_HqvIk

חבצלת השרון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 31, 2014 10:45 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך חבצלת השרון » דאנארשטאג מאי 06, 2021 1:23 am

וַיֶּחֱרַד כָּל הָהָר מְאֹד | ל"ג בעומר תשפ"א לפ"ק


וַהֲבִיאוֹתִים אֶל הַר קָדְשִׁי
זקנים עם נערים בנים על אבות, בקול רנה ותודה המון חוגג,
במקהלות רבבות עמך, מרוב כל בשמחה וטוב הלב מתמוגג,
חסידים ופשוטי עם, בישורין מלך יחד שבטי ישראל מאד נעלה,
כל ההר כמדורת אש, שמן משחת קודש במנורה היתה מעלה,
מרקדין באבוקות של אש בלב שלם, שם שואבים רוח הקודש.

וְשִׂמַּחְתִּים בְּבֵית תְּפִלָּתִי
כיום הקדוש, בהיותם במערה תפלה בסילודין ורתיחות הדמעות,
שופכים לב כמים נוכח פני האדון ה' - דא רשב"י, באלו השעות,
הרי יכול לפטור את כל העולם מן הדין, תורתו מגן לגדור בפרץ,
בר יוחאי בקודש הקדשים, מַלְכִּי מִקֶּדֶם פֹּעֵל יְשׁוּעוֹת בְּקֶרֶב הָאָרֶץ,
התנא רבי שמעון לכל - אף לפחותים באשר הוא שם, כן בקודש.

עוֹלֹתֵיהֶם וְזִבְחֵיהֶם לְרָצוֹן עַל מִזְבְּחִי
אהה! במעלות קדושים טהורים כשלו איש באחיו ונגלשים כנהר,
עד שהמלך במסיבו יד ה' היתה בנו להמם, יקוב הדין את ההר,
כיסתנו יגון ואנחה, נסו ששון ושמחה, כאשר הרימות מעם בחור,
הה"ד מַה לְּךָ פֹה וּמִי לְךָ פֹה כִּי חָצַבְתָּ לְּךָ פֹּה קָבֶר, בנקרת הצור,
קלני מראשי קלני מזרועי הוא אשר דבר ה' לאמר בקרובי אקדש.

כִּי בֵיתִי בֵּית תְּפִלָּה יִקָּרֵא לְכָל הָעַמִּים
בכל זאת באומנת אמונתך נחיה שבמידת הרחמים עליהם נגלית,
על אף שאין אתנו יודע עד מה, אנחנו מקבלים דא גזירת אורייתא,
אנו ליה עינינו ליה, ואין לנו על מי להישען אלא על אבינו שבשמים,
זה השם שַׂבַּרְנָא לֵיהּ בְּשִׁבְיָן, תְּקוֹף הֵמָנוּתָא, הוא ינחמנו בכפליים,
תַּשְׁמִיעֵנִי שָׂשׂוֹן וְשִׂמְחָה תָּגֵלְנָה עֲצָמוֹת דִּכִּיתָ, הנותר הכתוב לחיים,
עליהם השלם כל הקרבנות כולם, ונשמע קולו בבואו אל הקודש.

זְכֹר ה' מֶה הָיָה לָנוּ...
~איש צמח ואחיעזר מצפים לישועה

אוועטאר
טישטוך
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך טישטוך » דאנארשטאג מאי 06, 2021 2:14 am

חבצלת השרון האט געשריבן:וַיֶּחֱרַד כָּל הָהָר מְאֹד | ל"ג בעומר תשפ"א לפ"ק


וַהֲבִיאוֹתִים אֶל הַר קָדְשִׁי
זקנים עם נערים בנים על אבות, בקול רנה ותודה המון חוגג,
במקהלות רבבות עמך, מרוב כל בשמחה וטוב הלב מתמוגג,
חסידים ופשוטי עם, בישורין מלך יחד שבטי ישראל מאד נעלה,
כל ההר כמדורת אש, שמן משחת קודש במנורה היתה מעלה,
מרקדין באבוקות של אש בלב שלם, שם שואבים רוח הקודש.

וְשִׂמַּחְתִּים בְּבֵית תְּפִלָּתִי
כיום הקדוש, בהיותם במערה תפלה בסילודין ורתיחות הדמעות,
שופכים לב כמים נוכח פני האדון ה' - דא רשב"י, באלו השעות,
הרי יכול לפטור את כל העולם מן הדין, תורתו מגן לגדור בפרץ,
בר יוחאי בקודש הקדשים, מַלְכִּי מִקֶּדֶם פֹּעֵל יְשׁוּעוֹת בְּקֶרֶב הָאָרֶץ,
התנא רבי שמעון לכל - אף לפחותים באשר הוא שם, כן בקודש.

עוֹלֹתֵיהֶם וְזִבְחֵיהֶם לְרָצוֹן עַל מִזְבְּחִי
אהה! במעלות קדושים טהורים כשלו איש באחיו ונגלשים כנהר,
עד שהמלך במסיבו יד ה' היתה בנו להמם, יקוב הדין את ההר,
כיסתנו יגון ואנחה, נסו ששון ושמחה, כאשר הרימות מעם בחור,
הה"ד מַה לְּךָ פֹה וּמִי לְךָ פֹה כִּי חָצַבְתָּ לְּךָ פֹּה קָבֶר, בנקרת הצור,
קלני מראשי קלני מזרועי הוא אשר דבר ה' לאמר בקרובי אקדש.

כִּי בֵיתִי בֵּית תְּפִלָּה יִקָּרֵא לְכָל הָעַמִּים
בכל זאת באומנת אמונתך נחיה שבמידת הרחמים עליהם נגלית,
על אף שאין אתנו יודע עד מה, אנחנו מקבלים דא גזירת אורייתא,
אנו ליה עינינו ליה, ואין לנו על מי להישען אלא על אבינו שבשמים,
זה השם שַׂבַּרְנָא לֵיהּ בְּשִׁבְיָן, תְּקוֹף הֵמָנוּתָא, הוא ינחמנו בכפליים,
תַּשְׁמִיעֵנִי שָׂשׂוֹן וְשִׂמְחָה תָּגֵלְנָה עֲצָמוֹת דִּכִּיתָ, הנותר הכתוב לחיים,
עליהם השלם כל הקרבנות כולם, ונשמע קולו בבואו אל הקודש.

זְכֹר ה' מֶה הָיָה לָנוּ...
~איש צמח ואחיעזר מצפים לישועה

יצירתי!!
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”