אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15463
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » דינסטאג מאי 04, 2021 2:46 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:גוט געשריבן, "פראבירט". און דעס טאקע איז מיין נקודה. אין די יעצטיגע מצב איז ענדישע צו לאזן אזוי ווי צו "פראבירן" און אזוי אנזייען סך מער קרבנות

----

סקרינשאט פון מיין טשעט. יא מיין טשעט, נישט עפעס וואס פארט ארום אויף וואטסעפ. פאר ווער עס פארשטייט נישט, ער זאגט קלאר אז ער האט געזעהן די מחסום, וויזוי מען האט עס אויפגעבראכן, משטרה האט געלייגט א פרישע און אפילו געסטראשעט מיט פעפער ספרעי אויפן עולם.
Annotation 2021-05-04 012231.png
Annotation 2021-05-04 012919.png


איין זאך זאגט ער יא אז דעמאלטס איז שוין געווען צו שפעט צו עפענען ווייל ווען יא וואלט יעדער געטראסקעט. די בראך איז נאר אז מען האט נישט פארמאכט פון אויבן.

עטליכע קשיות, ביטע פרעג אים.

די מחסום האט גענצליך בלאקירט אדער טיילווייז?
וואו גענוי איז געווען די מחסום? וועלכע זייט האט עס בלאקירט?
מ'האט געעפנט די מחסום 12:30?
גראד האט מען אנגעהויבן צו טראסקענען?
עס האט גענומען א האלבע שעה די טראגעדיע זאל פאסירן?

איך גלייב סטוטשינער'ס ווערסיע. ווייל אנדערע זאגן אויך אזוי און ס'שטומט די מערסטע. [געוויסע זאגן אז ס'איז געווען צוליב קאראנע, שיטת הקפסולים...]

ס'איז געווען א צוים פארדעם, נישט ממש ביים טרעפ, נאר אביסל ווייטער. די צוים איז אוועקגענומען געווארן נישט לאנג פריער, בערך 12:30 ווי יענער שרייבט, משום איזה סיבה. צי די צוים האט גורם געווען אז דער עולם זאל אנהייבן פאלן? גאנץ מעגליך.

מ'קען אבער זאגן פארקערט אויך. יעדע יאר פלעגט רב"צ קופערשטאק זצ"ל [וואס האט געבויט די שביל] לייגן סטיקערס מ'זאל נישט גליטשן אויף דעם רעמפ, היי יאר איז עס נישט געווען. דאס האט געמאכט אז די רעמפ זאל זיין גליטשיגער ווי געווענליך.

ווילאנג די געיט איז געווען דארט, איז געווען צושטופט אונטער די טרעפ און ס'נישט געווען וואו די שטראם זאל פארן אן קאנטראל. מ'האט זיך געשטופט, די שטראם איז געגאנגען לאנגזאם, אבער מ'האט נישט געקענט גליטשן ווייל אלעס איז געפארן גאר שטאט. איינמאל מ'האט אוועקגענומען די געיט האט אלעס אנגעהויבן פארן אן קיין שטער, און מ'האט אנגעהויבן מער צו גליטשן און פאלן וואס האט גורם געווען די טראגעדיע. איך זאג נישט אז דאס האט פאסירט, אבער איך געב עס א קליינע שאנס.

איך האלט אז די פאליציי זענען רוצחים און אכזריים, א גרויס חלק פון זיי זיכער, אבער ס'שווער צו זאגן אז זיי זאלן מאכן אזעלכע פאטאלע אומפארשטענדליכע טעותים אדער גאר בזדון, אן קיין באווייזן.

יאפ. געריבן די זעלבע דא viewtopic.php?p=2750043#p2750043

גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובהדורך גליטשעדיג » דינסטאג מאי 04, 2021 2:50 pm

פרישוואסער האט געשריבן:
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:און חצר איז נישט געווען קיין גרויסער עולם סיי ווי.


ווער זאגט?


גראדע האט פארציילט אז ס'איז געווען בערך צוויי טויזנט מענטשן אין די חצר און די גאלעריען, און די פאליס האט אים צוגענומען די מייק און געהייסן אפשטעלן די מוזיק ספאנטאן, ער האט זיך צוריקגעשלאגן און צוגעזאגט אויסצולעשן צוביסלעך, אז ס'זאל נישט ווערן קיין פרישע פאניק. ער האט צוביסלעך שטיל געמאכט די מוזיק, און געמאלדן עס מענטשן זענען געפאלן און מען בעט דער עולם זאל בלייבן זאגן תהילים. און דער עולם האט בהדרגה פארלאזט דעם פלאץ.

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15463
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » דינסטאג מאי 04, 2021 3:06 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:גוט געשריבן, "פראבירט". און דעס טאקע איז מיין נקודה. אין די יעצטיגע מצב איז ענדישע צו לאזן אזוי ווי צו "פראבירן" און אזוי אנזייען סך מער קרבנות

----

סקרינשאט פון מיין טשעט. יא מיין טשעט, נישט עפעס וואס פארט ארום אויף וואטסעפ. פאר ווער עס פארשטייט נישט, ער זאגט קלאר אז ער האט געזעהן די מחסום, וויזוי מען האט עס אויפגעבראכן, משטרה האט געלייגט א פרישע און אפילו געסטראשעט מיט פעפער ספרעי אויפן עולם.
Annotation 2021-05-04 012231.png
Annotation 2021-05-04 012919.png


איין זאך זאגט ער יא אז דעמאלטס איז שוין געווען צו שפעט צו עפענען ווייל ווען יא וואלט יעדער געטראסקעט. די בראך איז נאר אז מען האט נישט פארמאכט פון אויבן.

עטליכע קשיות, ביטע פרעג אים.

די מחסום האט גענצליך בלאקירט אדער טיילווייז?
וואו גענוי איז געווען די מחסום? וועלכע זייט האט עס בלאקירט?
מ'האט געעפנט די מחסום 12:30?
גראד האט מען אנגעהויבן צו טראסקענען?
עס האט גענומען א האלבע שעה די טראגעדיע זאל פאסירן?

אים געשיקט. ווארטן מיר נאר ער זאל ארויף קומען. ווער עס האט נאך פראגעס איז געלאדנט.

אוועטאר
ממוצע
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובהדורך ממוצע » דינסטאג מאי 04, 2021 3:07 pm

ישראל_הלוי האט געשריבן:
ער האט געלט??? האט געשריבן:ס׳דא א קליפ ווי הרב מאיר אלחדד שליט״א וואס האט פארלוירען צוויי קינדער אין מירון רעדט צו זיי פאר מ׳פירט זיי אוועק קיין אבו כביר...
קען איינער ביטע אהערברענגען


https://www.dropbox.com/s/tms3h2mevqmke ... 3.mp4?dl=0

שרעקליך! אם אבן הוא נימוח!

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15463
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » דינסטאג מאי 04, 2021 3:22 pm

מאדנע פרשה געווען היינט אין מירון.

א חרדי איז אנגעקומען און געזעצן אויפן טרעפ און צאם געוויינט שעות אריכות וויזוי ער איז דארט געווען און געלעגן אויפן ערד און א שוטר האט אים געראטעוועט. פאר יעדער וואס האט אים נאר אינטערוויוט האט ער געזאגט זייער קלאר אז עס איז נישט געווען קיין שום געיט.
עפעס האט געשמעקט מאדנע מיט אים, מען האט אים געפרעגט וועלכע פרשה גייט די וואך האט ער גענטפערט אמור... נאך אביסל פארש איז מען געוואר געווארן אז ער איז די באקאנטע עקטאר גיל אלון, וואס האט שוין אסאך מאל געארבט פארן משטרה.
2021-05-04.png
2021-05-04.png (89.39 KiB) געזעהן 1570 מאל
גיל אלון
2021-05-04 (1).png
2021-05-04 (1).png (116.79 KiB) געזעהן 1570 מאל
דא ארבעט ער פאר די משטרה
2021-05-04 (2).png
2021-05-04 (2).png (55.01 KiB) געזעהן 1570 מאל
און דא שפילט ער חרדי אין מירון.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7503
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג מאי 04, 2021 3:32 pm

וואאאף!
מקום חותם הבד"ץ

פרא-חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2016 12:42 am

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובהדורך פרא-חסיד » דינסטאג מאי 04, 2021 3:36 pm

סאיז דא אינטערוויוס מיט עם פאריגן פרייטיג, אין שפיטאל.
רעכטע = פיינט אידן
לינקע = פיינט אידישקייט

הֲלוֹא מְשַׂנְאֶיךָ ה׳ אֶשְׂנָא וּבִתְקוֹמְמֶיךָ אֶתְקוֹטָט.

איפכא מיסתבר
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 25, 2019 4:47 pm

Re:

תגובהדורך איפכא מיסתבר » דינסטאג מאי 04, 2021 3:37 pm

סטיטשינער האט געשריבן:מאדנע פרשה געווען היינט אין מירון.

א חרדי איז אנגעקומען און געזעצן אויפן טרעפ און צאם געוויינט שעות אריכות וויזוי ער איז דארט געווען און געלעגן אויפן ערד און א שוטר האט אים געראטעוועט. פאר יעדער וואס האט אים נאר אינטערוויוט האט ער געזאגט זייער קלאר אז עס איז נישט געווען קיין שום געיט.
עפעס האט געשמעקט מאדנע מיט אים, מען האט אים געפרעגט וועלכע פרשה גייט די וואך האט ער גענטפערט אמור... נאך אביסל פארש איז מען געוואר געווארן אז ער איז די באקאנטע עקטאר גיל אלון, וואס האט שוין אסאך מאל געארבט פארן משטרה.
2021-05-04.png
גיל אלון
2021-05-04 (1).png
דא ארבעט ער פאר די משטרה
2021-05-04 (2).png
און דא שפילט ער חרדי אין מירון.

קאמענטארן זענען איבריג.
פאר א סיבה דארף מען אראפ ברענגן אן עקטער צו איבערצייגן די מענטשן אז ס'איז נישט געווען א געיט!
נישט ווייל יענער שרייט הויך אדער זאגט עס איבער אפאר מאל, מיינט אז עס איז אזוי - ס'קען גאר זיין קאפויער

אוועטאר
קענדי'ס
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובהדורך קענדי'ס » דינסטאג מאי 04, 2021 3:37 pm


zugurnish
שר האלף
תגובות: 1824
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובהדורך zugurnish » דינסטאג מאי 04, 2021 3:38 pm

גוטער איד האט געשריבן:איינער געהערט די מעשה?

https://anash.org/in-final-note-meron-v ... ositivity/

פארוואס זאל ער געבען אזא מעסידז אין א פארמאכטען קאנווערט און זאגן מען זאל עס נישט עפענען פאר זונטאג?! הערט זיך קאמיש.


דער מעשה איז געבראכט אויף מערערע וועבזייטלאך
https://ch10.co.il/news/668599/#.YJGiKbVKjcs


https://www.bhol.co.il/news/1215019

https://www.kipa.co.il/%D7%97%D7%93%D7% ... %96%D7%9C/


https://kore.co.il/viewArticle/81197

ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובהדורך ישרן » דינסטאג מאי 04, 2021 3:38 pm

אויב האט אים די פאליציי געדינגען איז דאס די גרעסטע ראיה אז עס טאקע יא געווען א געיט.

ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובהדורך ישרן » דינסטאג מאי 04, 2021 3:38 pm

    zugurnish האט געשריבן:
    גוטער איד האט געשריבן:איינער געהערט די מעשה?

    https://anash.org/in-final-note-meron-v ... ositivity/

    פארוואס זאל ער געבען אזא מעסידז אין א פארמאכטען קאנווערט און זאגן מען זאל עס נישט עפענען פאר זונטאג?! הערט זיך קאמיש.


    דער מעשה איז געבראכט אויף מערערע וועבזייטלאך
    https://ch10.co.il/news/668599/#.YJGiKbVKjcs


    https://www.bhol.co.il/news/1215019

    https://www.kipa.co.il/%D7%97%D7%93%D7% ... %96%D7%9C/

    https://kore.co.il/viewArticle/81197

    ובכן?

    zugurnish
    שר האלף
    תגובות: 1824
    זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

    Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

    תגובהדורך zugurnish » דינסטאג מאי 04, 2021 3:42 pm

    ער האט געפרעגט אויב איינער האט געהערט

    ענפער איך יא געהערט, עס איז געווען אין מערערע וייבזייטלאך.

    zugurnish
    שר האלף
    תגובות: 1824
    זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

    Re:

    תגובהדורך zugurnish » דינסטאג מאי 04, 2021 3:42 pm

    סטיטשינער האט געשריבן:מאדנע פרשה געווען היינט אין מירון.

    א חרדי איז אנגעקומען און געזעצן אויפן טרעפ און צאם געוויינט שעות אריכות וויזוי ער איז דארט געווען און געלעגן אויפן ערד און א שוטר האט אים געראטעוועט. פאר יעדער וואס האט אים נאר אינטערוויוט האט ער געזאגט זייער קלאר אז עס איז נישט געווען קיין שום געיט.
    עפעס האט געשמעקט מאדנע מיט אים, מען האט אים געפרעגט וועלכע פרשה גייט די וואך האט ער גענטפערט אמור... נאך אביסל פארש איז מען געוואר געווארן אז ער איז די באקאנטע עקטאר גיל אלון, וואס האט שוין אסאך מאל געארבט פארן משטרה.
    2021-05-04.png
    גיל אלון
    2021-05-04 (1).png
    דא ארבעט ער פאר די משטרה
    2021-05-04 (2).png
    און דא שפילט ער חרדי אין מירון.

    ער האט ארופגעלייגט א בארד? אדער ער האט א בארד?

    אוועטאר
    Yitzchok Shmiel
    שר מאה
    תגובות: 150
    זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 28, 2016 9:37 am
    לאקאציע: Misplaced

    Re:

    תגובהדורך Yitzchok Shmiel » דינסטאג מאי 04, 2021 3:45 pm

    סטיטשינער האט געשריבן:מאדנע פרשה געווען היינט אין מירון.

    א חרדי איז אנגעקומען און געזעצן אויפן טרעפ און צאם געוויינט שעות אריכות וויזוי ער איז דארט געווען און געלעגן אויפן ערד און א שוטר האט אים געראטעוועט. פאר יעדער וואס האט אים נאר אינטערוויוט האט ער געזאגט זייער קלאר אז עס איז נישט געווען קיין שום געיט.
    עפעס האט געשמעקט מאדנע מיט אים, מען האט אים געפרעגט וועלכע פרשה גייט די וואך האט ער גענטפערט אמור... נאך אביסל פארש איז מען געוואר געווארן אז ער איז די באקאנטע עקטאר גיל אלון, וואס האט שוין אסאך מאל געארבט פארן משטרה.
    2021-05-04.png
    גיל אלון
    2021-05-04 (1).png
    דא ארבעט ער פאר די משטרה
    2021-05-04 (2).png
    און דא שפילט ער חרדי אין מירון.

    פארדינט א באזינדערע אשכול
    די מאדנע חלק דערפון וויאזוי ער האט אזוי שנעל באקומען אזא גרויסע בארד אין פארווואס אזויפיהל טעלעוויזיע סטאנציעס האבן געליפטערט זיין אינטערוויו

    פרא-חסיד
    שר חמישים ומאתים
    תגובות: 467
    זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2016 12:42 am

    Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

    תגובהדורך פרא-חסיד » דינסטאג מאי 04, 2021 3:48 pm

    זאל איך נאכאמאל איבערזאגן, עס איז דא בילדער פון עם פאריגן דאנערשטיק נאכט מיט א בארד און שפיטאל קליידער, אונדרויסן פון חיפה רמב"ם שפיטאל,
    פון ווי נעמטסטו אז ער "האט מערערע מאל געארבעט פאר די פאליציי"?
    רעכטע = פיינט אידן
    לינקע = פיינט אידישקייט

    הֲלוֹא מְשַׂנְאֶיךָ ה׳ אֶשְׂנָא וּבִתְקוֹמְמֶיךָ אֶתְקוֹטָט.

    מי שברך
    שר מאה
    תגובות: 163
    זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

    Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

    תגובהדורך מי שברך » דינסטאג מאי 04, 2021 3:50 pm

    גליטשעדיג האט געשריבן:
    פרישוואסער האט געשריבן:
    הרבטייטעלבוים האט געשריבן:און חצר איז נישט געווען קיין גרויסער עולם סיי ווי.


    ווער זאגט?


    גראדע האט פארציילט אז ס'איז געווען בערך צוויי טויזנט מענטשן אין די חצר און די גאלעריען, און די פאליס האט אים צוגענומען די מייק און געהייסן אפשטעלן די מוזיק ספאנטאן, ער האט זיך צוריקגעשלאגן און צוגעזאגט אויסצולעשן צוביסלעך, אז ס'זאל נישט ווערן קיין פרישע פאניק. ער האט צוביסלעך שטיל געמאכט די מוזיק, און געמאלדן עס מענטשן זענען געפאלן און מען בעט דער עולם זאל בלייבן זאגן תהילים. און דער עולם האט בהדרגה פארלאזט דעם פלאץ.

    איך האב געהערט דאס וואס די שרייבסט פון ר’ יצחק בערנאטה

    קלוגער
    שר האלף
    תגובות: 1267
    זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

    Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

    תגובהדורך קלוגער » דינסטאג מאי 04, 2021 4:00 pm

    איך בין געווען שטיל אגאנצען צייט, איך בין געווען ביזי באוויינען די הייליגע אבידות די הייליגע נפשות פון מירון, איך האב נישט אריינגערעדט גארנישט, איך האב יעצט געקוקט דעם קליפ פון זונטאג, ווי די מיונישע פאליס מערדערט א יונגערמאן קאלטבלוטיגערהייט, איך קען עס נישט אויסהאלטען, אזעלעכע רוצחים די איזרעלישע פאליס, רשעים ארורים, און דאס איז ווען די בלוט פון די הרוגי המשטרה איז נאך הייס, דעס קאכט און זידט, די גאנצע וועלט האט מיטלייד מיט די חרדים וואס האבען געליטען אזעלעכע פארלוסטען, אבער די הארטנעקיגע ציוני'שע פאליס, ערעגר ווי די אומות העולם, דארט באותו מקום פון די טראגעדיע ווייזען זיי נאך זייער טיפע שנאה און ברוטאלישע אכזריות, אן קיין ברעקעל געפיל, זיי זענען גרייט צו הארגענען א יונגערמאן אויף טויט רחמנא ליצלן,

    אויב האט איינער געהאט א ספק צו די רוצחים האבען נישט אפגעשפארט די שביל ר' דוב אפילו זיי האבען געוויסט אז מענטשען קענען דארט אויסגיין זאלען זיך איבערזוכען, רוצחים מיט טיפע שנאת ישראל,די זעלבע וואס האבען פארמאכט שביל ר' דוב וואס האט געקאסט 45 הייליגע נפשות טהורות, די זעלביגע רוצחים רצח'ענען א יונגערמאן ווייל ער האט געשטערט פון פארמאכען א צוים, רוצחים זענען זיי, נישט גענוג די 45 נשמות וואס איר האט גערצח'ענט?

    הייליגער באשעפער, נקום נקמת דם עבדיך השפוך!!!

    אוועטאר
    סטיטשינער
    שר עשרת אלפים
    תגובות: 15463
    זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
    לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

    תגובהדורך סטיטשינער » דינסטאג מאי 04, 2021 4:01 pm

    יעצט זעה איך אז ער איז טאקע געווארן לעצטנס א בעל תשובה, און איז טאקע געווען דארט (אזוי זאגט ער). די מאדנע חלק איז זיין היינט צוריק קומען דערציילן פאר ווער עס איז נאר דארט געווען אז עס איז נישט געווען קיין געיט, און היות ער האט שוין געארבעט מיט די משטרה איז מסתבר אז דאס איז באצאלט.

    האקט

    אוועטאר
    נישט פשוט
    שר האלפיים
    תגובות: 2415
    זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

    Re: Re:

    תגובהדורך נישט פשוט » דינסטאג מאי 04, 2021 4:13 pm

    Yitzchok Shmiel האט געשריבן:
    סטיטשינער האט געשריבן:מאדנע פרשה געווען היינט אין מירון.

    א חרדי איז אנגעקומען און געזעצן אויפן טרעפ און צאם געוויינט שעות אריכות וויזוי ער איז דארט געווען און געלעגן אויפן ערד און א שוטר האט אים געראטעוועט. פאר יעדער וואס האט אים נאר אינטערוויוט האט ער געזאגט זייער קלאר אז עס איז נישט געווען קיין שום געיט.
    עפעס האט געשמעקט מאדנע מיט אים, מען האט אים געפרעגט וועלכע פרשה גייט די וואך האט ער גענטפערט אמור... נאך אביסל פארש איז מען געוואר געווארן אז ער איז די באקאנטע עקטאר גיל אלון, וואס האט שוין אסאך מאל געארבט פארן משטרה.
    2021-05-04.png
    גיל אלון
    2021-05-04 (1).png
    דא ארבעט ער פאר די משטרה
    2021-05-04 (2).png
    און דא שפילט ער חרדי אין מירון.

    פארדינט א באזינדערע אשכול
    די מאדנע חלק דערפון וויאזוי ער האט אזוי שנעל באקומען אזא גרויסע בארד אין פארווואס אזויפיהל טעלעוויזיע סטאנציעס האבן געליפטערט זיין אינטערוויו

    טראוועי
    שר מאה
    תגובות: 201
    זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2020 1:52 pm

    Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

    תגובהדורך טראוועי » דינסטאג מאי 04, 2021 4:28 pm

    בעל מדרגה האט געשריבן:
    הרבטייטעלבוים האט געשריבן:און חצר איז נישט געווען קיין גרויסער עולם סיי ווי.


    עס דארף נישט זיין קיין גרויסע עולם אז ווען מען נעמט זיך ארויסלויפן פון די קליינע טיר זאלן זיין פארוואנדערטע אדער ר"ל

    @איתמר טייטלבוים איך זע אז די ביסט נישט באקאנט מיט לג בעומר אין מירון, לג בעומר איז דא 500ק מענטשען דארט. Just for the records.

    גלות איד
    שר חמישים ומאתים
    תגובות: 472
    זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

    Re:

    תגובהדורך גלות איד » דינסטאג מאי 04, 2021 4:32 pm

    סטיטשינער האט געשריבן:יעצט זעה איך אז ער איז טאקע געווארן לעצטנס א בעל תשובה, און איז טאקע געווען דארט (אזוי זאגט ער). די מאדנע חלק איז זיין היינט צוריק קומען דערציילן פאר ווער עס איז נאר דארט געווען אז עס איז נישט געווען קיין געיט, און היות ער האט שוין געארבעט מיט די משטרה איז מסתבר אז דאס איז באצאלט.

    האקט

    האסטו אמאל געהערט פון אזא זאך 'טערעפי'? פון די זאכן וואס מ'טוט נאך אזא טראמא איז צוריק קומען צו די פלאץ און זיך אויסגעבן די געפילן.

    עס זענען דרייען זיך יעצט אסאך בילדער פון הצלה מעמבערס און מענטשן וואס זענען דארט געליגן ווי זיי קומען צוריק זיך בארואיגן.

    אוועטאר
    farshlufen
    שר עשרים אלפים
    תגובות: 26328
    זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
    לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

    Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

    תגובהדורך farshlufen » דינסטאג מאי 04, 2021 4:33 pm

    ישרן האט געשריבן:
      zugurnish האט געשריבן:
      גוטער איד האט געשריבן:איינער געהערט די מעשה?

      https://anash.org/in-final-note-meron-v ... ositivity/

      פארוואס זאל ער געבען אזא מעסידז אין א פארמאכטען קאנווערט און זאגן מען זאל עס נישט עפענען פאר זונטאג?! הערט זיך קאמיש.


      דער מעשה איז געבראכט אויף מערערע וועבזייטלאך
      https://ch10.co.il/news/668599/#.YJGiKbVKjcs


      https://www.bhol.co.il/news/1215019

      https://www.kipa.co.il/%D7%97%D7%93%D7% ... %96%D7%9C/

      https://kore.co.il/viewArticle/81197

      ובכן?

      מן הסתם איז וואר אז ס'איז דא אזא צעטל, די איבריגע פרטים איז שוין צוגעוואקסן.
      זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

      איפכא מיסתבר
      שר חמש מאות
      תגובות: 680
      זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 25, 2019 4:47 pm

      Re: Re:

      תגובהדורך איפכא מיסתבר » דינסטאג מאי 04, 2021 4:37 pm

      גלות איד האט געשריבן:
      סטיטשינער האט געשריבן:יעצט זעה איך אז ער איז טאקע געווארן לעצטנס א בעל תשובה, און איז טאקע געווען דארט (אזוי זאגט ער). די מאדנע חלק איז זיין היינט צוריק קומען דערציילן פאר ווער עס איז נאר דארט געווען אז עס איז נישט געווען קיין געיט, און היות ער האט שוין געארבעט מיט די משטרה איז מסתבר אז דאס איז באצאלט.

      האקט

      האסטו אמאל געהערט פון אזא זאך 'טערעפי'? פון די זאכן וואס מ'טוט נאך אזא טראמא איז צוריק קומען צו די פלאץ און זיך אויסגעבן די געפילן.

      עס זענען דרייען זיך יעצט אסאך בילדער פון הצלה מעמבערס און מענטשן וואס זענען דארט געליגן ווי זיי קומען צוריק זיך בארואיגן.

      יא, עס איז דא אסאך וואס קומען צוריק זיך בארואיגן, אבער ס'קען נאך אלס זיין אז ער האט דא אן אגענדע. איא?
      נישט ווייל יענער שרייט הויך אדער זאגט עס איבער אפאר מאל, מיינט אז עס איז אזוי - ס'קען גאר זיין קאפויער

      כ'לאך
      שר חמישים ומאתים
      תגובות: 348
      זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 13, 2019 11:40 am

      Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

      תגובהדורך כ'לאך » דינסטאג מאי 04, 2021 4:48 pm

      farshlufen האט געשריבן:
      ישרן האט געשריבן:
        zugurnish האט געשריבן:
        גוטער איד האט געשריבן:איינער געהערט די מעשה?

        https://anash.org/in-final-note-meron-v ... ositivity/

        פארוואס זאל ער געבען אזא מעסידז אין א פארמאכטען קאנווערט און זאגן מען זאל עס נישט עפענען פאר זונטאג?! הערט זיך קאמיש.


        דער מעשה איז געבראכט אויף מערערע וועבזייטלאך
        https://ch10.co.il/news/668599/#.YJGiKbVKjcs


        https://www.bhol.co.il/news/1215019

        https://www.kipa.co.il/%D7%97%D7%93%D7% ... %96%D7%9C/

        https://kore.co.il/viewArticle/81197

        ובכן?

        מן הסתם איז וואר אז ס'איז דא אזא צעטל, די איבריגע פרטים איז שוין צוגעוואקסן.

        איך האב געהאט א פילינג פון ווען כ׳האב געהערט די מעשה אז ס׳איז נישט אמת אבער דער וואס האט מחבר געווען די מעשה האט זייער גוט געטון ער האט פשוט געוואלט מחזק זיין כלל ישראל אבער ס׳פעלט נישט אויס מיט ליגנט ווייל ס׳מאכט אז מ׳זאל נאכדעם נישט גלייבן קיין אמת׳ע מעשיות
        כ׳לאך ווען ס׳איז מיר גוט. נישט ווען דער פאטאגריפער הייסט


        צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

        ווער איז אונליין

        באנוצערס וואס דרייען זיך דא: דברים אלו, והיתם נקיים, חלה לכבוד שבת, חנוך, לפנות בוקר, מה שמו, נא_שכל, עכטע מבקש, צהלתו בפניו און 55 געסט