אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

כלל וכלל
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 4:43 am

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובהדורך כלל וכלל » דינסטאג מאי 11, 2021 11:45 pm

פון ׳ממש נעבן ציון׳ האלט עס שוין יעצט ׳ביים צענטראלן וועג ארויף׳..

ואין אדם משים עצמו רשע, כוויס נישט צו כמעג גלייבן אז די גייסט דורך יענע ווועג כשאיכא דרכא אחרינא.



רבותי, אזוי גייט עס מיט לשון הרע. מטאר נישט גלייבן אפילו ספיט אייער נערעטיוו. מיט דעם בין איך פארטיג

רואה חשבונות
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 22, 2019 2:41 pm

Re:

תגובהדורך רואה חשבונות » דינסטאג מאי 11, 2021 11:51 pm

סטיטשינער האט געשריבן:
כלל וכלל האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
כלל וכלל האט געשריבן:
הײמישער זײגער האט געשריבן:אסאך האבן עס געזאגט, און איך האב עס געזעהן אויף צעטליך אין ביהמ"ד.
אגב צו אנקומען צו באיאן איז כמעט נישט במציאות אן דורכגיין שרעקליכע תערובות, זיי וואלטן געדארפט ממשיך זיין די אווערפעס ביז די שטח באיאן און די תערובות זאל זיין אינטער דעם.





מזאגט עס איבער געניג מאל, און מהאפט יודן וואס קענען נישט די מקום וועלן עס קויפן.

איז אזוי די פאקטן, די ערשטע מאל כבין געפארן קיין מירון, האבעך נישט געמאכט קיין סך ריסורטש בעפאר, נישט געוויסט פין קיין דרך מהדרין, אין כבין ארויף די בארג אויפן דרך המלך, און געווען סופרייזד אז דאס איז די איינציגסטע וועג. כוואלט שטארק נישט געראטן א חסידיש יוד וואס פארט זיך אויסבעטן צי רבי שמעון זאל דארט גיין.

גלייך נאך לג בעומר האמיר זיך אנגעהויבן נאכפרעגן, אויסגעפינען פינעם דרך מהדרין, און שוין געווען כמה פעמים זייט דעמאלטס מיט זירא תערובת ב״ה.
מדארף נעמען די וועג פון גאנץ אינטען, ביי חיים לייב ווייס טענט/קארסבורג ביהמ״ד ביז תולדות א״י שטח, און פין דארט זיך צירוקדרייען צום חצר. נישט קיין חילוק ווי איר מקום מושב איז איבערן יאר בינעך ברור אז אויף די וועג איז דא ווייניגער צי זעהן אדער נכשל ווערן ווי דארט.

די איינציגסטע פלאץ וואס דארף א תיקון, איז אויפן וועג אראפ צום בריק אקעגן די חצר נאך די באיאן הדלקה. געהערט האב איך אז מקען גיין דורך תולדות אהרן שטח, כהאב עס נאכנישט מצליח געווען אויסציפיגערן. איז אדער גייט מען נישט צי באיאן, אדער גייט מען אוועק פון די הדלקה צוויי שעה נאכן צינדן ווען די וועגן זענען אסאך שיטערער.

כהאב שוין גערעדט צי די עסקנים, און געאפערט 30 אלפים צו ציען די מענער בריק ווייטער אריין ביז די אריינגאנג צי באיאן שטח, זיי זאגן מיר אז אפילו די יעצטיגע בריק הרגעט מען זיך יערליך מיט די משטרה, און עס לענגער מאכן וועלן זיי קיינמאל נישט צילאזן. (סאיז א קרישקעלע וואס אלע וואס זענען דערפאר אז מדינה זאלן איבערנעמען דאס פלאץ אינגאנצן, זאלן נעמען אין באטראכט)


יודן וואס פארן יערליך ווייסן פון די אויסגעהאלטענע וועגן, און רבנים וואס פארן מיט זייער עולם ווייסן אויך דערפון, אז נישט וואלטן זיי נישט געפארן מיט ציבור. חזקה על חבר.

סטיהט מיר לייד אז יודן וואס זענען נאך נישט דארט געווען קויפן די לשון הארע׳ס פאר גוט געלט, און ווייסן שוין אנצילייגן עונשים דערויף.

איר האט פשוט נישט פארשטאנען די שמועס דא. ליידער זענען די אידן וואס ווייסן פון דעם לשון הרע צו גוט באהאווענעט אינעם נושא.. קיינער רעדט נישט פון די תערובות אויפן דרך מהדרין. דארט איז אלעס 100 פראצענט אויסגעהאלטן, חוץ באיאן, ווי אויסגעשמועסט. אגב, די באיאנע חסידים פארלאזן נישט די מתחם דורך די נארמאלע וועג, נאר זיי גיין ארויף צו בני עקיבא, און זיי פארמיידן די גאנצע תערובות. דעריבער זאל מען זיי נישט חושד זיין ח''ו מיט זיין שוואך אין די ענין.

די שמועס דא איז בנוגע די עצם ציון. אויב טראכט מען אריין, איז נישט דא נאך אמקום קדוש אין די גאנצע וועלט וואס האט אזא תעריבות ווי מירון אויף ל''ג בעומר. אפשר ביים תנא ר' עקיבא. עס איז א בושה און א חרפה, אבער ליידער קען מען גארנישט טוהן דערצו. אנשים ונשים טאנצן ממש נעבן דעם ציון. אפשר אויב די מדינה וואלט איבער גענומען וואלט געווען בעסער די חלק, לפחות אזוי ווי די כותל.


כווייס באמת נישט וואס איר ווילט. אנשים ונשים טאנצן נעבן ציון? וועלעכע ציון רעדט איר? כבין שוין דארט געווען מער ווי צען מאל, כזיץ דארט 24 שעה במשך ל״ג בעומר, און דאס קיינמאל בייגעוואונט.

לא ראינו אינו ראיה. אבער דע שרייבסט אז דאס איז נעבן ציון. כגגיי דורך דעם מקום צוואנציג מאל א לג בעומר און כהאב נישט געזעהן לא מינייה ולא מיקצתייה

מעוררים שרייען אז די וועג ארויף איז געמישט, האב איך געשריבן אז 1) איכא דרכה אחרינא וואס רוב יראים ושלמים ניצן. 2) אפילו די מעין וועג קיקט פשוט אויס ווי בעדפארד עוועניו ר״ה נאכט ביי לשנה טובה. כוואלט געראטן א חסידיש יונגערמאן נישט צי גיין דארט, אבער פין דאס ביז ׳מערת פריצים׳ דעמאגאגיע, איז פאלג מיר א גאנג.

דאנק די באשעפער אז לא ראינו. ודי בזה.

(נעבען די ציון איז זייער א ברייטע לאקאציע, איך רעד פון די צענטראלע וועג ארויף)


יארן צוריק פון ווען איך געווען דאס ערשטע מאל ביז היצטערט האבן זיך זאכן היפש געטוישט.

1) אסאך מער פרייע פלעגן קומען און אסאך ווייניגער פרומע. וואס א יאר שפעטער קומען ווייניגער פרייע און אסאך מער פרומע.

2) אחינו בני ישראל מארץ הספרד מיט זייערע קרבנות האט מען אינגאנצען אוועקגערוקט.

3) מ'האט מתקן געווען דעם דרך מהדרין. דערנאך פארבעסערט דעם דרך מהדרין. מער און מער פרומע נוצן דעם דרך מהדרין.

קנדה
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 12, 2017 5:10 pm

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובהדורך קנדה » דינסטאג מאי 11, 2021 11:52 pm

ביטע ציטירן די שטייערן פון די די מעשה פון תרעא ווי די גדולים האבן געזאגט אז עס איז בעונש תערובות

הײמישער זײגער
שר חמש מאות
תגובות: 864
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובהדורך הײמישער זײגער » דינסטאג מאי 11, 2021 11:54 pm

מען גייט אין סירקלעס, די דרך מהדרין איז אויסגעהאלטן אויב מען הייבט עס אן פון גאנץ אינטן, די אנדערע וועג איז מלא תערובות פון 25 יאר צוריק ביז היינט, מען קען זיך נישט טעהנען אויף פאקטן.

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 348
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובהדורך קרעטשמער » דינסטאג מאי 11, 2021 11:56 pm

ווי נאר ס'דא עפעס נייעס, זאל מען מעלדן פאר איינעם פון די באהערדע און מ'וועט אויפשליסן דעם אשכול


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot, אויפן שפיץ גאפל, אזוי וויל איך, אלי' מקוה יוד, באמת ובתמים, מי שברך און 33 געסט