אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

סענסיטיוו
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 20, 2021 11:49 pm

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובה דורך סענסיטיוו »

farshlufen האט געשריבן:איבערהויפט ווען מ'בויעט נאך אויף היינטיגע, ואינו מבחין צווישן ראשונים כמלאכים און די היינטיגע חכמים בעיניהם.

די אלצווייסערס פארלאזן זיך כנראה אויף דער אור-אלטער דרש פון "אין לך אלא שופט שבימיך"
(ובאתי רק להעיר ומתנצל אלף פעמים)
למען לא ניגע לניק (ליפא)
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2035
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובה דורך loyodea »

farshlufen האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:דער דא, שניידט שטיקער......
היות נישט איינגעשריבענע האבן נישט קיין ציטריט, האב איך עס גע'פדפ'ט, פאר ווער ס'וויל עס ליינען....

https://forum.otzar.org/viewtopic.php?f=51&t=56073

https://drive.google.com/file/d/15J_0ZR ... sp=sharing

זייזשע מוחל, נישט אלעס וואס שטייט דארט דארף מען אהערברענגען.

לאו דוקא די תגובה, נאר אין די אנדערע שנירל דארט, לולא וואס ער איז ווער ער איז וואלט ער געקריגן א "קיתון של שופכין", נישט יעדער וואס קען אלעס קען טאקע אלעס און צומאל רירט מען עקרי האמונה מיט א קלייניגקייט, איבערהויפט ווען מ'בויעט נאך אויף היינטיגע, ואינו מבחין צווישן ראשונים כמלאכים און די היינטיגע חכמים בעיניהם.

די אונטערשטע שורה, ס'פארהאן ענינים און וואס מ'דארף זיין אויסגעקאכט אייביג און אלעמאל, נאר ווען מ'דארף עס האבן נעמט מען ארויס פון שופלאד, קיין צייט איצט זיך צו זעצן לערנען [סוירטשן..].

איך מיין נישט כבודו הרמה, אבער ווען עס טוט וויי שרייט מען.

אנטשולדיגט טויזענט מאל נאכאמאל.

נאכדעם האט ער אויסגעטראפן דער חכם דארט, אז נישט מער און נישט ווייניגער, נאר דער סאטמארער רב איז גאר שולדיג אין די גאנצע מעשה. לא יאומן
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8353
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

השקדן האט געשריבן:
שאשא האט געשריבן:
השקדן האט געשריבן:און ווער זאגט אז מיר דארפן זיך שלאגן דאס אפצוהיטן? אפשר איז עס א חלק פון די גזירת הגלות?
וואלט סאטמאר רב געמאכט הפגנות און זיך געהייסן שלאגן אפצוהיטן די קבר רחל פון אריינפאלן אין זייערע הענט?.
איך פרעג ווייל איך ווייס נישט נישט ווייל איך וויל א געוויסע מסקנא

איינער האט פריער אין די אשכול אראפגעברענגט א קול קורא פון כמעט אלע פריעדיגע רבנים אז מען זאל עס נישט צו לאזן

נישט אונטערגעשריבן קיין איין רב פון סאטמארע חדר..... זיי גייען אויך וועלן פאר זייערער פארשטייער..... זיי האבן נישט מקבל געווען די עול הגלות צווישן אידן.....


דו מיינסט טאקע אז עס איז נישט ארויסגעקומען קיין קו"ק פונעם 'סאטמערע חדר'?!
זארג נישט, עס איז דא א עקסטערע קו"ק פון זיי, משום התחברות...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19934
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובה דורך moishy56 »

א מודעה ביים ריזיגע עצרת
נעכטן אין ביתר יצ''ו

#ונשמרתם
אטעטשמענטס
03qfpkmr.jpg
03qfpkmr.jpg (82.43 KiB) געזען 3172 מאל
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22691
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובה דורך סטיטשינער »

רעבעלע האט געשריבן:בס"ד אפאר נקודות.

1. ווער עס רעדט אויף א "הפקעה" אדער מיינט ער איינעם אפצוהטוהן, אדער ווייסט ער נישט וואס ער רעדט.

דער גאנצע נושא פון די הפקעה איז געווען אויפן בניין אליין, וואס דארט איז שוין געווארן סדר זייט מען האט געגרונדעט די ועדת החמישה.

2. די פראבלעמען זענען בעיקר אויף די באדענס ארום דעם ציון הק', וואס לכאורה געהערט דאס פאר מנהל מקרקעי ישראל (א טייל פון די גאווערמענט וואס מענעדזשט די באדענס וואס געהערן נישט פריוואט) , און דארט דארף מען מאכן סדר מיט חזקות און כל מיני משפחות מיט ארגאניזאציעס, וואס ווען מען האט זיי געוואלט אנרורען האבן זיי באקומען שוץ פון די געריכטליכע קרייזן, און צומאל אויכעט פון פאליטישע (און אפשר אייך אונטערוועלט) קרייזן.

3. די מדינה האט גרויס חשק צו לייגן דעם פולען האנט אויף דעם פלאץ (דעם ציון הק' וואס אללעס איז ארום דעם) , אין עס צושטעלען פאר מליאנען טוריסטען וואס לערנען ליידער "קאבאלא" (מכאן תצא הקריאה אז אונז זאל מער לערנען ר' שמעון חיבורים..., ביה יפקון מן גלותא איז ר' שמעון צוואה!).
דאס איז א אינטערעס פון געלט און אסאך געלט (נאר לסבר עס האוזן ווען ... איז געקומען א קאבאלא באזוך מיט 2000 טוריסטען האט עס אריינגעברענגט צענדליגע מליאנען), און עס האט וייניגער צו טהון מיט רעפארמער, הגם וואס עס ווארט אויך א סכנה פון זיי ווייל זיי זוכן לעגעטעמאצי און יעדער "אפיציעלע" ארט.
חסדי ה' אז כיום קומען זיי נישט ארגאניזירט קיין מירון, און ווען זייער פירער בערג איז געשטארבן האט מען באערדיגט און צפת און נישט און מירון.
אזוי אויך פראווען זיי ל"ג בעומר און מערת האידרא און נישט אין מירון.

4. אויף דעם צעטל זענען טאקע נישט אונטער געשריבן רבני העד"ח וכדו', אבער עס זענען דא נאך צעטלעך, און דעם גרויסן קאמפף איז געפירט געווארן דורך היימישע עסקנים פון עד"ח קרייזן מיט גרויסע לויערס, ביז די געוואונס בס"ד.

5. היות די מדינה האט געזעהן אז געלט גייט זי נישט מאכן פון מירון, און עס בלייבט א היימישע מקום, האט זי זיך ארויסגעדרייט פון דעם פלאץ.
און דארט שטייט מען יעצט ...
זאל מען נאר הערן גוטע בשורות בע"ה!

זייער קלאר! איך האב מיך פשוט נישט ערלויבט צו שרייבן אזוי ברייט..
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2609
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובה דורך גדל »

פון Yiddish 24
מדינת ישראל וועט האלטן אתרא קדישא מירון אפגעשפארט מארגן ערב ראש חודש אין שאטן פון ל"ג בעומר טראגעדיע‎

דער ציון וועט זיין אָפּגעשפּאַרט אָנגעהויבן פון מאָרגן דינסטאָג צוויי אַזייגער נאָכמיטאָג און וועט זיך צוריקעפענען מיטוואָך פאַרטאָגס. די באַאַמטע האָבן נישט אָנגעגעבן א קלאָרע סיבה פאַרוואָס זיי וועלן דאָס אָפּשפּאַרן, אָבער עסקנים זאָגן אַז דאָס האָט וואַרשיינליך שייכות מיט די ל"ג בעומר טראַגעדיע ווייל זיי ווילן דערווייל נישט ערלויבן קיין שום גרעסערע ציבור אויפאַמאָל אין מירון.
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובה דורך Who knows »

גדל האט געשריבן:פון Yiddish 24
מדינת ישראל וועט האלטן אתרא קדישא מירון אפגעשפארט מארגן ערב ראש חודש אין שאטן פון ל"ג בעומר טראגעדיע‎

דער ציון וועט זיין אָפּגעשפּאַרט אָנגעהויבן פון מאָרגן דינסטאָג צוויי אַזייגער נאָכמיטאָג און וועט זיך צוריקעפענען מיטוואָך פאַרטאָגס. די באַאַמטע האָבן נישט אָנגעגעבן א קלאָרע סיבה פאַרוואָס זיי וועלן דאָס אָפּשפּאַרן, אָבער עסקנים זאָגן אַז דאָס האָט וואַרשיינליך שייכות מיט די ל"ג בעומר טראַגעדיע ווייל זיי ווילן דערווייל נישט ערלויבן קיין שום גרעסערע ציבור אויפאַמאָל אין מירון.

וויפיל מענטשן איז דען דא ערב ר"ח? איז דאס טאקע א מצב סכנה אדער נאך א פרואוו זיך אריינצושטעקן די נאז?
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובה דורך פנימחדשות »

אויב איז עס וועגען די ל"ג בעומר טראגעדיע, איז עס פשוט א עקעל, כאטש מען קען אריינטראכטען טאמער אנדערע לענדער וואלטען זיך אנדערש אויפגעפירט, איז עס מ"מ נישט בסדר.

אבער אפשר איז עס צוליב די ראקעטען.
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובה דורך אוהב ספרים »

גדל האט געשריבן:פון Yiddish 24
מדינת ישראל וועט האלטן אתרא קדישא מירון אפגעשפארט מארגן ערב ראש חודש אין שאטן פון ל"ג בעומר טראגעדיע‎

דער ציון וועט זיין אָפּגעשפּאַרט אָנגעהויבן פון מאָרגן דינסטאָג צוויי אַזייגער נאָכמיטאָג און וועט זיך צוריקעפענען מיטוואָך פאַרטאָגס. די באַאַמטע האָבן נישט אָנגעגעבן א קלאָרע סיבה פאַרוואָס זיי וועלן דאָס אָפּשפּאַרן, אָבער עסקנים זאָגן אַז דאָס האָט וואַרשיינליך שייכות מיט די ל"ג בעומר טראַגעדיע ווייל זיי ווילן דערווייל נישט ערלויבן קיין שום גרעסערע ציבור אויפאַמאָל אין מירון.


נישט פונקטליך

די פאליציי האט פארלאנגט אז אזוי ערב ראש חדש כמעט געווענטליך א גרעסערע עולם ווי געפלאנט, זאל מען האבען א אישור פון א מהנדס און די פייער דעפט. אז אלעס איז כהוגן, די פייער דעפט. האט געמאלדען אז זיי געבען נישט קיין אישור. און די מהנדס האט געמאלדען אז די צייט איז צו קורץ בודק זיין אלעס גרונטליך, האט ער ועדת החמשה געמאלדען אז אי לזאת וועלן זיי אפשפארען די מערה.

סתם למען הדיוק.
ששון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2008 3:55 pm

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובה דורך ששון »

צל עובר האט געשריבן:כפי ידיעתי מעג מען מחלל שבת פאר א איד וואס חלש'ט.

זוי מיין איך, ביטע אויפקלערן אויב עס איז א טעות.



חמירא סכנתא מאיסורא

לע"נ די 45 נהרגים ל"ע און לכבוד התנא אלוקי רבן שמעון בר יוחאי:

מען דארף זיכער מאכן אז מען איז נישט אין א סכנה פון צעקוועטשט ווערן!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
מען דארף זיכער מאכן אז מען איז נישט בתערובות אין מירון מראשית עד אחרית !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
און אזוי זיכער מאכן אז רבי שמעון האט הנאה פון דער הילולא וואס מען קען זאגן שהשמחה במעונו.
ששון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2008 3:55 pm

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובה דורך ששון »

צל עובר האט געשריבן:
רואה חשבונות האט געשריבן:
בעל מדרגה האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:@רואה מיט אלע אנדערע וואס רעדן איבער די שטארקייט פון דעם מנהג.

דער מנהג איז ביהרג ואל יעבור?

אדער עס איז נישט הארבער ווי שבת קודש די יסוד פון א איד?

איך פאנג נישט אן צו פארשטיין וואס די אלע שטארקע מקורות פאר ל"ג בעומר קומען דא אריין. שבת קודש האט אסאך מער שטערקערע שטיקלעך בנגלה ובנסתר, בהלכה ובחסידות. און מען איז פארט מחלל שבת צו ראטעווען א איד.

והנראה לפענ"ד: אויב קען מען נישט מאכן ל"ג בעומר אין מירון סעיף, טאר מען עס נישט מאכן ביז מען קען.


גא"מ אפילו אויב איז עס אויפן חשבון אז די משטרה זאל מאכן סדר.


איז וועגן דעם דארף מען כלשונו "ביטול האירוע כליל"?

קען מען דען נישט צולייגן זיכערהייט באווארענונוגען און ווייטער פראווענען ל"ג בעומר אין מירון?

איך גיי נישט אריין צו די באווארענונוגען מיינען אוועקפירן עטליכע הדלקות, אויסברייטערן אדער אויסגראדן דאס פלאץ.

רק לא "ביטול האירוע כליל" ישתקעו הדברים ולא יואמרו.

מנהג מבטל דין (תרתי משמע).

אודאי איז בעסער צו ווייטער פראווען מיט די זיכערהייט באווארענונגען.

אבער, איז דא א עכטע מעגליכקייט אז מען וועט עס מאכן אויף א אופן אז מענטשן זאלן נישט כסדר חלש'ן?


חלש'ן צומאל קען זיין דער פראבלעם פון דעם גע'חלש'טער, נישט צוליב'ן געדרענג אז מען קען זיך נישט רירן ווי עס איז געווען היי יאר ביים הדלקת תו"א, נאר ווייל ער איז אויפ'ן בריערדיגער זון א זייער לאנגער צייט און צווישן א ציבור און צומאל טאנצט מען נאך מיט שווייס אן א דעם וואס מען זאל האבן געטרונקן וואסער.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29325
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובה דורך צל עובר »

blue moon האט געשריבן:שלא מן הענין אביסל, קען אפשר איינער אריין קומען קלאר פון וואנעט עס נעמט זיך דאס גאנצע ענין פון הדלקות? און נאך מער וואס דאס האט מיט התערורות אדער שמחה של מצוה?

מיר ווייסען פון מקורות אז עס ווערט געברענגט ״ועושין שם הדלקות״ אבער דאס קען זיין אפשר עס איז געווען א בחינה ווי צינדען ליכט פאר א נשמה, אדער צום מערסטענס אזוי ווי די אבוקות ומנורות של אור וואס איז געווען ביים שמחת בית השואיבה?

פון וואנעט שטאמט די אלע מאדנע געפירעכצער וואס שטייגט פון יאר צו יאר בנוגע די הדלקות? דהיינו, דאס ברעטשענען פאר די הדלקה, יעדער גיסט אויל וואס מען קויפט פאר א ספעציעלען טייערן פרייז, איינער קויפט די זכות פארן מנהיג צו צינדען, מען טאנצט ארום דעם פייער כאילו די פייער איז עפעס חתן וואס מען דארף אים משמח זיין, מען פארגלייזט זיך אויפן פייערל כאילו מען שעפט דערפון רוה״ק? ועוד ועוד, איך קען מיך גארנישט פארשטעלען וואס די פראפעשענעל מארגנים האבען נאך און פלאן.

טאר מען אפשר קלערן אז די התעררות און בכיות ווערט געטריבן פון די זעלבע חושים וואס ווערט דערהיצט ווען מען שניידט צוויבל?

תורה היא וללמוד אני צריך..

דער חת"ס שרייבט דאך גראדע בערך דאס...

פארט האט מען עס געהאַלטן הייליג.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22691
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובה דורך סטיטשינער »

אוהב ספרים האט געשריבן:
גדל האט געשריבן:פון Yiddish 24
מדינת ישראל וועט האלטן אתרא קדישא מירון אפגעשפארט מארגן ערב ראש חודש אין שאטן פון ל"ג בעומר טראגעדיע‎

דער ציון וועט זיין אָפּגעשפּאַרט אָנגעהויבן פון מאָרגן דינסטאָג צוויי אַזייגער נאָכמיטאָג און וועט זיך צוריקעפענען מיטוואָך פאַרטאָגס. די באַאַמטע האָבן נישט אָנגעגעבן א קלאָרע סיבה פאַרוואָס זיי וועלן דאָס אָפּשפּאַרן, אָבער עסקנים זאָגן אַז דאָס האָט וואַרשיינליך שייכות מיט די ל"ג בעומר טראַגעדיע ווייל זיי ווילן דערווייל נישט ערלויבן קיין שום גרעסערע ציבור אויפאַמאָל אין מירון.


נישט פונקטליך

די פאליציי האט פארלאנגט אז אזוי ערב ראש חדש כמעט געווענטליך א גרעסערע עולם ווי געפלאנט, זאל מען האבען א אישור פון א מהנדס און די פייער דעפט. אז אלעס איז כהוגן, די פייער דעפט. האט געמאלדען אז זיי געבען נישט קיין אישור. און די מהנדס האט געמאלדען אז די צייט איז צו קורץ בודק זיין אלעס גרונטליך, האט ער ועדת החמשה געמאלדען אז אי לזאת וועלן זיי אפשפארען די מערה.

סתם למען הדיוק.

פניצחדשות טענה איז אבער נאך אלץ אמת. וואס איז יעצט געשעהן אז מען דארף פלוצלינג א מהנדס? קיינער האלט נישט אז פאר די ערווארטעטע עולם איז דא אפילו א מינימאלע חשש סכנה, איז צו וואס משוגע מאכן? אויב איז נישט דא קיין אישור פונען מהנדס, פארוואס קען עס היינט יא זיין אפען?
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובה דורך maybeeynot »

וואס מיינט "מהנדס" ?
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובה דורך אוהב ספרים »

maybeeynot האט געשריבן:וואס מיינט "מהנדס" ?


Architect
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובה דורך כל טוב »

אוהב ספרים האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:וואס מיינט "מהנדס" ?


Architect

Engineer

אַדְרִיכָל מיינט architect
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובה דורך אוהב ספרים »

׳ישראל היום׳ על חקירת המהנדס ויועץ הבטיחות של מירון - בחקירתם הם מספרים שבמכתב ששלחו לקצין הרישוי של המשטרה, התריעו גם על מקום האסון! כך כתוב במכתב: "בעקבות מרפסת שהקימה אחת המשפחות, צומצם פתח יציאת החירום המוביל לתולדות אהרן, בחירום מכשול זה מהווה סכנה ולצוואר בקבוק. בשל כמות הקהל הצפויה - יש לשמור על כל יציאות החירום פנויות".
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובה דורך אוהב ספרים »

כל טוב האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:וואס מיינט "מהנדס" ?


Architect

Engineer

אַדְרִיכָל מיינט architect


גערעכט
פארטוישט
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובה דורך נפשי חמדה »

טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובה דורך טראק דרייווער »

צל עובר האט געשריבן:
blue moon האט געשריבן:שלא מן הענין אביסל, קען אפשר איינער אריין קומען קלאר פון וואנעט עס נעמט זיך דאס גאנצע ענין פון הדלקות? און נאך מער וואס דאס האט מיט התערורות אדער שמחה של מצוה?

מיר ווייסען פון מקורות אז עס ווערט געברענגט ״ועושין שם הדלקות״ אבער דאס קען זיין אפשר עס איז געווען א בחינה ווי צינדען ליכט פאר א נשמה, אדער צום מערסטענס אזוי ווי די אבוקות ומנורות של אור וואס איז געווען ביים שמחת בית השואיבה?

פון וואנעט שטאמט די אלע מאדנע געפירעכצער וואס שטייגט פון יאר צו יאר בנוגע די הדלקות? דהיינו, דאס ברעטשענען פאר די הדלקה, יעדער גיסט אויל וואס מען קויפט פאר א ספעציעלען טייערן פרייז, איינער קויפט די זכות פארן מנהיג צו צינדען, מען טאנצט ארום דעם פייער כאילו די פייער איז עפעס חתן וואס מען דארף אים משמח זיין, מען פארגלייזט זיך אויפן פייערל כאילו מען שעפט דערפון רוה״ק? ועוד ועוד, איך קען מיך גארנישט פארשטעלען וואס די פראפעשענעל מארגנים האבען נאך און פלאן.

טאר מען אפשר קלערן אז די התעררות און בכיות ווערט געטריבן פון די זעלבע חושים וואס ווערט דערהיצט ווען מען שניידט צוויבל?

תורה היא וללמוד אני צריך..

דער חת"ס שרייבט דאך גראדע בערך דאס...

פארט האט מען עס געהאַלטן הייליג.

פאר א סיבה האט דער הייליגער ריזשינער אפגעקויפט די זכות ההדלקה פאר טייער געלט
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4313
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובה דורך בלייב געזונט »

Engineers Who Approved Meron Plans Detained By Police


Two safety engineers who approved the plans for the gathering at Meron on Lag B’Omer were detained for questioning on Monday morning at the police’s Lahav 433 unit.

The interrogation, which comes 11 days after the disaster, is one of the first steps into an investigation of the tragedy in which 45 people were killed and over 150 people were injured.

At the end of the interrogation, a decision will be made whether to release the suspects or request an extension of their detainment from the court.


Last week, Attorney-General Avichai Mandelblit announced that a joint investigation of the Meron disaster will be carried out by the Israel Police and the Justice Ministry’s Police Internal Investigations Department.
Both investigative teams will be guided by the State Attorney’s Office through lawyers appointed by the State Attorney.
Lahav 433, known as the Israeli FBI, is an organization within the Israel Police that investigates national crimes and corruption.


(YWN Israel Desk – Jerusalem)
בניסן נגאלו בניסן עתידין ליגאל
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובה דורך אוהב ספרים »

דערווייל איז היינט אפען נארמאל
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19934
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובה דורך moishy56 »

קאפ און אקסל האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:
Thank you האט געשריבן:די רגע די מוזיק ווערט אפגעשטעלט, עסקנים הייבן אן דירעקטירן דעם ציבור אוועקצוגיין פונעם 'שביל-רבי-דוב' נישט 'שטיין אויף די טרעפ,' און הצלה וואולענטירן לויפן דורך דעם ריזן ציבור אנצוקומען צום ארט פונעם אינצידענט.

https://drive.google.com/open?id=1CdOja ... 2Pq5nIhykV


דא האט מען נאך ליידער נישט באגריפן די ערנסטקייט פון די מצב, מען ריפט נאך אויס ״מאיר זיי ממשיך״ (מיט די מוזיק)

אינטערוויו:
"קול דממה דקה", א שמועס מיטן ראש המנגנים פון ק"ק תולדות אהרן הרב מאיר סטאריק זיצענדיג היינט מיטן די אנדערע מנגנים, ווי אזוי ער האט פארגעזינגען דעם ל"ג בעומר ביים נדקה, וואס דער רבי האט פארלאנגט בעפאר ל"ג בעומר היי יאר, פארוואס מען האט געזינגען ווייטער אין די ערשטע מינוטין פונעם טראגעדיע, ווי אזוי האט מען אויפגעהערט, און וואס ער האט ער אויסגערופן אינעם מייק אין יענע קריטישע מינוטין


ב' במדבר

הרב מאיר סטאריק, ראש המנגנים דק"ק תולדות אהרן‎

https://www.yiddish24.com/interviews/12/39052
https://cloudfront.yiddish24.com/KM_N11 ... 689948.mp3
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

blue moon האט געשריבן:שלא מן הענין אביסל, קען אפשר איינער אריין קומען קלאר פון וואנעט עס נעמט זיך דאס גאנצע ענין פון הדלקות? און נאך מער וואס דאס האט מיט התערורות אדער שמחה של מצוה?

מיר ווייסען פון מקורות אז עס ווערט געברענגט ״ועושין שם הדלקות״ אבער דאס קען זיין אפשר עס איז געווען א בחינה ווי צינדען ליכט פאר א נשמה, אדער צום מערסטענס אזוי ווי די אבוקות ומנורות של אור וואס איז געווען ביים שמחת בית השואיבה?

פון וואנעט שטאמט די אלע מאדנע געפירעכצער וואס שטייגט פון יאר צו יאר בנוגע די הדלקות? דהיינו, דאס ברעטשענען פאר די הדלקה, יעדער גיסט אויל וואס מען קויפט פאר א ספעציעלען טייערן פרייז, איינער קויפט די זכות פארן מנהיג צו צינדען, מען טאנצט ארום דעם פייער כאילו די פייער איז עפעס חתן וואס מען דארף אים משמח זיין, מען פארגלייזט זיך אויפן פייערל כאילו מען שעפט דערפון רוה״ק? ועוד ועוד, איך קען מיך גארנישט פארשטעלען וואס די פראפעשענעל מארגנים האבען נאך און פלאן.

טאר מען אפשר קלערן אז די התעררות און בכיות ווערט געטריבן פון די זעלבע חושים וואס ווערט דערהיצט ווען מען שניידט צוויבל?

תורה היא וללמוד אני צריך..


פארט האט מען עס געהאַלטן הייליג.[/quote]


????????????????????תורה היא וללמוד אני צריך..???????????????????????
עס הערשט א שטיקל סתירה אין דיינע ווערטער, נאכדעם וואס די סגנון השאלה איז בדרך אפלאכן פון די גאנצע זאך, ווייס איך שוין נישט אויב דו ביסט בכלל אינטרעסירט אין דעם אמת. אבער אויפן קליינעם טשאנס אז דו וועסט גיין נאכקוקן אין די מראה מקומות וועל איך יא שרייבן וואס איך געדענק אויפן מינוט, און עס אנטהאלט אסאך אינפארמאציע פון א היסטארישן שטאנדפונקט. דער ספר "עבודת הצדיקים" אויף ספירה און ל"ג בעומר!! עס איז א גוטער ליקוט פון אסאך צדיקים און מען קען באקומען א ברייטערן פארשטאנד אין דעם גאנצן נושא. (ווי אויך ביי יעדן יום טוב, עס איז א געוואלדיגע ארבעט פון ר' יוסף מייזליש.) גיי קוק דארט מיט א ניכטערן בליק וויאזוי עס האט אמאל אויסגעזען אין מירון און איך מיין אז דער ביטול געפיהל וואס דו האסט צו דעם וועט זיך עטוואס טוישן. איך וועל דא אראפברענגען וואס איך האב אויף די מינוט. https://drive.google.com/file/d/11nQFAJ ... sp=sharing
לעצט פארראכטן דורך צייט פארטרייבונג אום דינסטאג מאי 11, 2021 10:58 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19934
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובה דורך moishy56 »

מירון תשפ"א
אטעטשמענטס
F210501DC11.jpg
F210501DC11.jpg (178.5 KiB) געזען 564 מאל
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”