הכנסת ספר תורה בק''ק סאטמאר (מהרי"י) יו''ט שבועות תשפ''א

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4256
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

הכנסת ספר תורה בק''ק סאטמאר (מהרי"י) יו''ט שבועות תשפ''א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

עליונים ששו ותחתונים עלזו בקבלת תורה מסיני:

דורכאויס לענגערע באראטונגען און מיטינגען דורך עסקני קהילתינו הקדושה די לעצטערע טעג און וואכן צו אויסארבעטן די פאסיגסטע פלענער איבער דעם בעפארשטייענדן גרויסארטיגן דערהויבענעם מעמד "חגיגת הכנסת ספר תורה" - פאר'ן ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך אלפי חברי קהילתינו הקדושה לעילוי נשמת די פילע אנשי שלומינו ע"ה וועלכע זענען ליידער נפטר געווארן פון דעם שרעקליכן קאראנא מגיפה די פארגאנגענעם יאר - , און וועט בעז"ה ווערן אריינגעגעבן מיט גרויס פראכט דעם קומענדיגן יום טוב שבועות בצל הקודש כ"ק מרן רבינו (מהרי"י) שליט"א.

נעמענדיג אין באטראכט די היסטארישקייט פון דעם זעלטענעם מעמד הס"ת פאר דעם ספר תורה וואס ווערט געשריבן אינאיינעם דורך אלפי אנשי שלומינו, האבן די עסקנים אויסגעשמועסט ווען עס איז די פאסיגסטע צייט צו אפרעכטן דעם מעמד חגיגת הכנסת ספר תורה צו קענען אקאמאדירן דעם ריזיגן ציבור און פארזיכערן אז אלע טויזנטער אנשי שלומינו, ובפרט די הונדערטער געסט מכל קצוי תבל וואס קומען אויף יו"ט מסתופף זיין בצל כ"ק מרן רבינו שליט"א זאלן קענען מיטהאלטן דעם געהויבענעם מעמד אויפ'ן בעסטן און שענסטן פארנעם, דעריבער איז געווארן באשלאסן אז דער מעמד "חגיגת הכנסת ספר תורה" וועט בעז"ה ווערן אפגעראכטן מיט גרויס פראכט דעם צווייטן טאג שבועות - זמן מתן תורתינו אין די נאכמיטאג שעה'ן, מיט די באטייליגונג פון טויזנטער אנ"ש אנשים נשיםו טף אין שפיץ פון כ"ק מרן רבינו עטרת ראשינו שליט"א ודייני ורבני קהילתינו הקדושה שליט"א. דער גאנצער היכל ביהמ"ד הגדול אויף ראדני סטריט וועט ווערן גענצליך אויסגעליידיגט פון אלע טישן און בענק, און עס וועלן ווערן אויפגעשטעלט הויכשטאקיגע פארענטשעס לענגאויס דעם גאנצן ביהמ"ד צו קענען אקאמאדירן דער ציבור האלפים וואס ווילן מיטהאלטן דעם געהויבענעם מעמד חגיגת הכנסת ספר תורה. דער מעמד וועט ווערן נאכגעפאלגט מיט דער "סעודה לגומרה של תורה" ומעמד "נעילת החג", דערנאך וועט פארקומען דער גרויסער "מעמד באגלייטן ברחובה של עיר", ווען טויזנטער אנ"ש אנשים נשים וטף וועלן אהיימבאגלייטן דעם רבי'ן שליט"א בתופים ומחולות בשירה וזמרה.
שישו ושמחו בשמחת קהלינו. הנה ימים באים!!
פאלגט נאך ווייטערדיגע דעטאלן
לעצט פארראכטן דורך בלייב געזונט אום מיטוואך אפריל 28, 2021 12:24 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4256
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: הכנסת ספר תורה בק''ק סאטמאר יו''ט שבועות תשפ''א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

2412.jpeg
2412.jpeg (180.84 KiB) געזען 4779 מאל
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
ווי מיינסטו גייסטו
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 12:57 am

Re: הכנסת ספר תורה בק''ק סאטמאר יו''ט שבועות תשפ''א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווי מיינסטו גייסטו »

זייער א גיטע איידיע צי מאכן נאכמיטאג ווען דער עולם איז אויסגערוהט אין נישט פארן ליינען וואס דער עולם וויל שוין זיין פערטיג מיט די דאווענען
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: הכנסת ספר תורה בק''ק סאטמאר יו''ט שבועות תשפ''א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

:roll: :roll: :roll: :roll: :roll: :roll: נאכמיטאג א הכנסת ספר תורה?
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: הכנסת ספר תורה בק''ק סאטמאר (מהרי"י) יו''ט שבועות תשפ''א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

וואסע? ס׳דא אן ענין דייקא אז די טלית זאל גליטשן פון די אקסלען בשעת׳ן טאנצן?
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2873
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: הכנסת ספר תורה בק''ק סאטמאר (מהרי"י) יו''ט שבועות תשפ''א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

IMG-20210428-WA0098.jpg
IMG-20210428-WA0098.jpg (278.02 KiB) געזען 4363 מאל
IMG-20210428-WA0097.jpg
IMG-20210428-WA0097.jpg (279.12 KiB) געזען 4363 מאל
IMG-20210428-WA0099.jpg
IMG-20210428-WA0099.jpg (231.14 KiB) געזען 4363 מאל
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2873
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: הכנסת ספר תורה בק''ק סאטמאר (מהרי"י) יו''ט שבועות תשפ''א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

דער איד

6cd97a44b9d747c19b65d8db739c05fe.jpg
6cd97a44b9d747c19b65d8db739c05fe.jpg (181.71 KiB) געזען 4362 מאל
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
סווייפ די קארטל
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 11:27 am

Re: הכנסת ספר תורה בק''ק סאטמאר (מהרי"י) יו''ט שבועות תשפ''א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סווייפ די קארטל »

מיין איך אז עס איז שוין אמאל געווען א הכנס"ת שמ"ע נאכמיטאג אסאך יארן צוריק
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

Re: הכנסת ספר תורה בק''ק סאטמאר (מהרי"י) יו''ט שבועות תשפ''א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

יו"ט נאכמיטאג קען זיין א פראבלעם פון הכנה.

די הכנס"ת שמיני עצרת פארנאכטס איז למעשה שוין געווען ביינאכט, מען האט אויסגעווארט ביזן צאת, אז עס זאל שוין זיין שמחת תורה, און מען האט טאקע געליינט דערין יענע טאג.

כ'שטעל זיך פאר אז די זאך איז אויסגעארבעט געווארן מיט די דיינים, ואין לך רשות להרהר.
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: הכנסת ספר תורה בק''ק סאטמאר (מהרי"י) יו''ט שבועות תשפ''א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

סתם א טאג איז עס נאכמיטאג אבער שבועות שטייט דאך אז עס זאך זיין פאר'ן ליינען מען זאל קענען ליינען יענע טאג, בכלל יו"ט נאכמיטאג שלעפט זיך שווערער צוזאם אן עולם
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: הכנסת ספר תורה בק''ק סאטמאר (מהרי"י) יו''ט שבועות תשפ''א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

זייער שיין.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: הכנסת ספר תורה בק''ק סאטמאר (מהרי"י) יו''ט שבועות תשפ''א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

ס'ליגט מיר נאך גוט אין די ביינער די הכנסת ס"ת אין ראדני אפאר יאר צוריק פון די דברי חיים'ס ספר, די הרגשה דעמאלטס איז געווען עפעס אין לשער...
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
מוכר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 2:12 pm

Re: הכנסת ספר תורה בק''ק סאטמאר (מהרי"י) יו''ט שבועות תשפ''א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוכר ספרים »

ווער געט אריין דעם ספר תורה?
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: הכנסת ספר תורה בק''ק סאטמאר (מהרי"י) יו''ט שבועות תשפ''א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

דאס איז גאר א שטארקער געדאנק, ס'איז א חידוש, מיט די ריכטיגע PR וועט דער עולם קומען אין די מאסן

ס'איז א לאנגע נאכמיטאג און אזא מעמד קען זיין גאר שיין, און עס וועט געבן א געלעגענהייט פון די קינדער צו קענען געהעריג מיטהאלטן אנדער ווי ביי שחרית.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

Re: הכנסת ספר תורה בק''ק סאטמאר (מהרי"י) יו''ט שבועות תשפ''א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

פון ווי גייט עס ארויסגיין?
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: הכנסת ספר תורה בק''ק סאטמאר (מהרי"י) יו''ט שבועות תשפ''א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

מוכר ספרים האט געשריבן:ווער געט אריין דעם ספר תורה?

קהל יטב לב. נתנדב ע’’י די מעמבערס הקהילה.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4256
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: הכנסת ספר תורה בק''ק סאטמאר (מהרי"י) יו''ט שבועות תשפ''א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

שטייענדיג בלויז צוויי וואכן אפגעריקט פון דעם געהויבענעם יום טוב שבועות - זמן מתן תורתינו הבעל"ט בצל הקודש כ"ק מרן רבינו שליט"א, שפירט זיך וואס א טאג נאענטער צום געהויבענעם יו"ט אין די לופט יעדן טאג אן עקסטאז צום געהויבענעם יו"ט, וואס וועט היי-יאר האבן א ספעציעלן באדייט ווען עס וועט ווערן אפגעראכטן דעם זעלטענעם היסטארישן גרויסארטיגן מעמד "חגיגת הכנסת ספר תורה" וואס ווערט געשריבן דורך אנ"ש לע"נ די נפטרי קאראנא עליהם השלום, וואס וועט ווי באריכטעט ווערן אריינגעגעבן במקהלות אלופי אלפי ישראל אנשים נשים וטף ובראשם כ"ק מרן רבינו עט"ר שליט"א דעם צווייטן טאג שבועות נאכמיטאג, איידער'ן מעמד נעילת החג און וועט ווערן נאכגעפאלט מיט דער גרויסער מעמד באגלייטן ווען טויזנטער אידן אנשים נשים וטף וועלן אהיימבאגלייטן דעם רבי'ן שליט"א בשירה ובזמרה לביתו נאוה קודש.

היות דער עולם פרעגט כסדר וואס די פרישע אפדעיטס זענען וועלן מיר מיטטיילן נאך דעטאלן מיט'ן עולם. פאלגענד זענען פרישע דעטאלן און אפדעיטס איבער דעם געהויבענער יו"ט שבועות בצל הקודש און מעמד חגיגת הכנסת ספר תורה:

אש"ל: עס איז געווארן אהערגעשטעלט א ספעציעלע קנעפל אויף "מערכת סאטמאר" וואו אנ"ש די בכל אתר ואתר וואס ווילן קומען מיטהאלטן דעם געהויבענעם יו"ט בצל הקודש קענען זיך מעלדן, און אזוי אויך ווערן וויליאמסבורגער תושבים געבעטן זיך צו מעלדן אויב זיי האבן דירות צו וואו צו פלאצירן געסט זאלן זיך ביטע מעלדן אויף מערכת סאטמאר.

סעודות יום טוב: פאר אלע געסט וואס קומען אויף יו"ט זיך מסתופף זיין בצל הקודש ווערט ספעציעל צוגעשטעלט דורך די בוטשער דקהילתינו הקודשה אלע סעודת יו"ט בהרחבה אויף א הערליכער פארנעם פאר גאר א ביליגער פרייז, בלויז האלב פון די געווענליכע פרייז. עס איז געווארן צוגעשטעלט א ספעציעלער אינגערמאן וואס וועט זיך אפגעבן צוצושטעלן די סעודת יו"ט פאר אלע געסט און זיכער מאכן אז אלעס קלאפט על צד היותר טוב, צו באשטעלן די סעודות יו"ט ביטע רופט אריין אויף מערכת סאטמאר דערנאך וועלט אויס נומער 8.

שירה וזמרה: לכבוד יו"ט לייגן די עסקנים כוחות אין די שירה וזמרה בחצרות קדשינו ווואס ווערט אנגעפירט דורך די משוררי בית סאטמאר בראש פונעם וועלט-בארימטן ווארעמהארציגער בעל מנגן ראש המשוררים בקהילתינו מו"ה יששכר גוטמאן הי"ו וועלכער איז באקאנט מיט זיין זעלטן זיסע שטימע, ר' יששכר ער וועט מהנה זיין מיט שירה וזמרה ביי אלע מעמדים און טישן דורכאויס דעם יו"ט. פארשטיינדיג די דערהויבענקייט פון די מעמדים דורכאויס דעם יו"ט, ספעציעל דער מעמד חגיגת הכנסת ספר תורה, לייגן די עסקנים אריין גרויסע כוחות צו אויספלאנירן די ניגונים וואס וועלן ווערן געזינגען ביי אלע טישן דורכאויס דעם יו"ט, נעכטן מאנטאג איז פארגעקומען א מיטינג צווישן "משוררי בית סאטמאר" אינאיינעם מיט ר' יששכר וואו מען האט אויסגעשמועסט די פאסיגסטע ניגונים שטייטע און לעבעדיגע, לכבוד די געהויבענע טישן און מעמדים, ספעציעל האט מען אויסגעשמועס די ניגונים וואס וועלן ווערן געזינגען ביי דער געהויבענער מעמד חגיגת הכנסת ספר תורה וואו עס ווערן ערווארטעט שווערע טויזנטער אנשי שלומינו.

כבוד הציבור: היי יאר וועט ווערן אויפגעשטעלט ספעציעלע שאטערס כדי צו קענען צושטעלן די מערסטע כבוד הציבור במשכ'ן יו"ט פאר'ן ציבור האלפים, איין שאטער וועט ווערן אויפגעשטעלט אויף ראדני סט. פארנט פון ביהמ"ד הגדול, און די צווייטע שאטער וועט ווערן אויפגעשטעלט ביים אריינגאנג צו קהל'ס אפיס אויף וויליאמסבורג סט. דורכאויס די טישן פון תיקון ליל שבועות און דער מעמד הכנסת ספר תורה און נעילת החג וועט זיין צוגעשטעלט אין די שאטערס קאלטע משקאות סעלצער, סאדע און נאך אז דער עולם זאל זיך קענען דערכאפן דאס הארץ. יו"ט שבועות אין די צופרי שעה'ן וועט ווערן צוגעשטעלט ספעציעלע קעסטלעך היי וואסער מיט קאווע בהרחבה אז מען זאל זיך נישט דארפן שטופן אין די קאווע שטיבלעך.

פעקלעך פאר די קינדער: די עסקנים האבן ספעציעל באשטעלט טויזנטער פעקלעך וואס וועלן ווערן פארטיילט פאר די טויזנטער קינדער וואס גייען קומען צום מעמד הכנסת ספר תורה.

מעמד באגלייטן מוצאי יו"ט: ווי שוין באריכטעט וועט דער מעמד באגלייטן פארקומען ברחובה של עיר בתופים ובמחולות, מען וועט אהיימבאלייטן דעם רבי'ן אויף בעדפארד עוו. א גרויסער חידוש איז געלונגען פאר די עסקנים צו אויסארבעטן פאר די באגלייטן מוצאי יו"ט, עס וועלן ווערן אויפגעשטעלט הויכשטאקיגע פארענטשעס אויף בעדפארד עוו. נעבן דעם רבינ'ס הויז פאר'ן ציבור צו קענען גוט מיטהאלטן דעם גאנצן מעמד הבאגלייטן, אזוי אויך ווערט אויסגעארבעט די מאפע צו פארזיכערן אז די נשים צדקניות זאלן אויך קענען מיט האלטן דעם מעמד באגלייטן און ברכת הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א.

אין די קומענדיגע טעג איז ערווארטעט אן אסיפת העסקנים וואו עס וועט אהערגעשטעלט פונקליכע סדרנים פאר אלע טישן און מעמדים צו זיכער מאכן אז אלעס קלאפט בסייתא דשמיא אויפ'ן העכסטן פארנעם.

אשרי עין ראתה שמחת קהלינו!!
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
ווי מיינסטו גייסטו
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 12:57 am

Re: הכנסת ספר תורה בק''ק סאטמאר (מהרי"י) יו''ט שבועות תשפ''א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווי מיינסטו גייסטו »

א גולם האט געשריבן:פון ווי גייט עס ארויסגיין?

ע"פ הוראת חברי הבד"ץ שליט"א וועט עס ארויסגיין פונעם רעבינ'ס שטיבל אין ביהמ"ד
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2873
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: הכנסת ספר תורה בק''ק סאטמאר (מהרי"י) יו''ט שבועות תשפ''א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

א גולם האט געשריבן:פון ווי גייט עס ארויסגיין?

רבינס שטיבל עפ"י פסק דייני הקהילה צוליב הוצאה ביו"ט
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: הכנסת ספר תורה בק''ק סאטמאר (מהרי"י) יו''ט שבועות תשפ''א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ארויסגעברענגט פון אקטועלע אויף פראבע, מ'בעט דער עולם זאל אכט געבן וואס מען שרייבט
אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלפיים
תגובות: 2469
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

Re: הכנסת ספר תורה בק''ק סאטמאר (מהרי"י) יו''ט שבועות תשפ''א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפלאנטערט »

היינט נאכט קומט פאר דער מעמד סיום כתיבת ספר תורה
Screenshot 2021-05-13 114331.jpg
Screenshot 2021-05-13 114331.jpg (138.66 KiB) געזען 2638 מאל

Screenshot 2021-05-13 114608.jpg
Screenshot 2021-05-13 114608.jpg (147.18 KiB) געזען 2617 מאל
[email protected]

סארי פאר מיין אידישע מעסעדזש, איך האב נישט קיין ענגלישע קיבאורד...
אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלפיים
תגובות: 2469
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

Re: הכנסת ספר תורה בק''ק סאטמאר (מהרי"י) יו''ט שבועות תשפ''א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפלאנטערט »

קונטרס כאיש אחד בלב אחד ערשיינט צום גרויסארטיגן מעמד הכנסת ס"ת
אטעטשמענטס
unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (564.42 KiB) געזען 2621 מאל
[email protected]

סארי פאר מיין אידישע מעסעדזש, איך האב נישט קיין ענגלישע קיבאורד...
אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלפיים
תגובות: 2469
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

Re: הכנסת ספר תורה בק''ק סאטמאר (מהרי"י) יו''ט שבועות תשפ''א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפלאנטערט »

unnamed (3).jpg
unnamed (3).jpg (558.4 KiB) געזען 2603 מאל
[email protected]

סארי פאר מיין אידישע מעסעדזש, איך האב נישט קיין ענגלישע קיבאורד...
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4428
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: הכנסת ספר תורה בק''ק סאטמאר (מהרי"י) יו''ט שבועות תשפ''א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

די ליין וואס האט מיך די מערסטע געכאפט פון די גאנצע מודעה.

Screenshot 2021-05-13 114331.jpg
Screenshot 2021-05-13 114331.jpg (173.37 KiB) געזען 2559 מאל
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

Re: הכנסת ספר תורה בק''ק סאטמאר (מהרי"י) יו''ט שבועות תשפ''א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

לכאורה האט געשריבן:ארויסגעברענגט פון אקטועלע אויף פראבע, מ'בעט דער עולם זאל אכט געבן וואס מען שרייבט

;l;p-
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”