שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3836
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

תגובהדורך שמו » זונטאג אפריל 25, 2021 6:29 pm

בן כלבא שבוע האט געשריבן:איינער קען מיך אפשר מסביר זיין וויאזוי איז מעגליך אז א גוי ווי פעאיג ער זאל נאר נישט זיין, זאל קענען מאכן אזא אנשטעל. קענען שרייבן תפילין און מזוזות, א זאך וואס פאדערט בקיאות אין א ים מיט דינים, און קיינער זאל נישט באמערקן אז זיין כתב איז נישט על פי הלכה. די מעשה שטעלט זיך נישט אויף מיין שכל.

טאקע אינטרעסאנט

קען זיין, ער איז נאר געווען א סוחר סת"ם אדער אזוי ווי די סלונימער סופרים (פון דערהיים) בהפרשה הידועה.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/


צו זעהן וואס מען באהאלט פון דיר

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

תגובהדורך בבקשה » זונטאג אפריל 25, 2021 6:30 pm

ווער זאגט די כתב איז נישט געווען עפ הלכה מצד הכתב? ער האט לכאורה זיך אנגעגעבן אלץ א בעל תשובה

בן כלבא שבוע
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 22, 2018 11:25 am

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

תגובהדורך בן כלבא שבוע » זונטאג אפריל 25, 2021 6:33 pm

און נישט אויפוועקן קיין שום חשד? ס'מאכט עפעס נישט קיין סענס

גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

Re: שאק און שוידער! א היימישע נאר געווארענער אלמן ענדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

תגובהדורך גליטשעדיג » זונטאג אפריל 25, 2021 6:39 pm

בעריש'ל האט געשריבן:
איצל פיצל האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:זיין ווייב איז געווען א יוד?

בפשטות יא, עס שטייט דא אין די באשרייבונג. ״ ויש אף את מסמכי ההטבלה לנצרות של ההורים....


דוכטסעך אז אלע קריסטן טובלען זיך לנצרות, און נישט נאר די וואס שמדן זיך.

איינער וואס ווייסט מער זאל אריין קומען קלארער.


זיך אינטרעסירן לשם נייגעריגקייט וויאזוי דאס טובל'ן צו קריסטנטום ארבעט איז לכאורה אן איסור פון אל תפנו אל האלילים.

מה בכך
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 30, 2020 2:28 am

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

תגובהדורך מה בכך » זונטאג אפריל 25, 2021 7:21 pm

ציפעדיגע נייעס דאס, אויב די מעשה איז אמת ווי בחדרי לייגט עס אראפ איז עס נישט סתם א גוי וואס האט א משפחה מיט קינדער און א ביזנעס און צו דער זייט פארשפרייט ער די גאספעל צווישן היימישע אידן, דו רעדסט פון א מענטש וואס חושט אריין זיין גאנץ לעבן אין זאכן אין וואס ער גלייבט נישט, זיצט אפ גאנצעטע יארן אין כולל, איז זיך מתפלפל אין כתבי רש״ש און כוונות האר״י, שרייבט תפילין און מזוזות, מאכט פדיון הבן׳ס, חופות און קידושין אלס נאר ווייל אפשר וועט ער קענען אויפקלערן נאך א איד..
לעצט פאראכטן דורך מה בכך אום זונטאג אפריל 25, 2021 7:31 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

מה בכך
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 30, 2020 2:28 am

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

תגובהדורך מה בכך » זונטאג אפריל 25, 2021 7:23 pm

גלייבט זיך שווער ס'איז נישט מעגלעך אין דער וועלט אז א גוי ווי פעאיג ער זאל נאר נישט זיין, זאל קענען מאכן אזא אנשטעל. קענען שרייבן תפילין און מזוזות, א זאך וואס פאדערט בקיאות אין א ים מיט דינים, און קיינער זאל נישט באמערקן אז זיין כתב איז נישט על פי הלכה. די מעשה שטעלט זיך נישט אויף מיין שכל, איינער קען ארינליגן אביסל הגיון.

קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

תגובהדורך קענטאקי » זונטאג אפריל 25, 2021 7:27 pm

ער האט נישט פערצופאל א ניק דא?

מטעמים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8099
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

תגובהדורך מטעמים » זונטאג אפריל 25, 2021 7:28 pm

קענטאקי האט געשריבן:ער האט נישט פערצופאל א ניק דא?

לול - שוין געטראכט דערפון.
שרייב שוין עפעס

מה בכך
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 30, 2020 2:28 am

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

תגובהדורך מה בכך » זונטאג אפריל 25, 2021 7:29 pm

אונזער היסטאריע איז שוין באקאנט מיט אזעלכע וואס האבן פרובירט זיך צי פארשטעלן,
אין א געוויסע תקופה מיט עטליכע פערציג יאר צוריק זענען (חסיד'ישע) אידן אטאקירט געווארן . ספעציעל פרייטיג פארנאכטס ווען זיי זענען געגאנגען אין ביהמ"ד מיט שטריימל און בעקישע. האט די פאליציי אריינגעשיקט פאליסלייט פארשטעלט אלס חסיד'ישע אידן אנגעטון מיט שטריימל און בעקישע צו פאטראלירן די גאסן. ספעציעל פרייטיג פארנאכטס.מ'האט זיי אויך געזאגט אז אויב זיי האבן א פראבלעם זאללן זיי אריינקלאפן צו ..."ראביי גלאק"... ען עסקן/שוויצער, וועלכער איז געווען נאנט מיט די פאליס פירערשאפט.

פלוצלינג קלאפן זיי אריין צו דעם אויבנדערמאנטן ..."ראביי"... און זיי פרעגן פון איהם..."פארוואס קוקט אונז אן א יעדער מיט אזעלכע בייזע בליקן...? האט ער זיי געענטפערט, שמייכלנדיג...קוק וואס עטס האלטס אין די האנט. א ציגארעטל...! אנגעטון מיט שטריימל און בעקישע...לאל...!

נאך א מעשה איז געווען נאך די ראיאטן פון די שווארצע מערדערס אין קראון הייטס אין 1991 האבן די פאליס מורא געהאט פאר א נקמה פון די אידן. האבן זיי אריינגעשיקט 2 פאליסלייט פארשטעלט אלס מתפללים אין ליובאוויטשער ביהמ"ד. זיי האבן זיך געשאקלט אזוי ווי א יעדער. נאר איין מתפלל האט באמערקט אז זיי האלטן די סידורים פארקערט. האט ער געזאגט פאר די גבאים. מ'האט אויסגערופן אויף לשה"ק אז דער עולם זאלל זיך היטן...!

איך קרוב מיינער האב געהאט אן ענליכע עקספיריענס. מיט אן עף. בי. איי. עידזשענט וועלכער איז געווען פארשטעלט פאר א חסיד'ישן יונגערמאן (ווי א קארלינער חסיד). ער האטצעך געדרייט אין עטליכע בתי מדרשים. וויזשניץ. שומרי שבת. און סאטמאר. ער האב דאמאלס געוואוינט ביי 53 קארנער 13. איין טאג זעהט ער ווי ער נעמט ארויס פון זיין ווען מיט טונקעלע פענסטערס א פעקל ספרים וועלכע זענען איינגעפאקט אין א ברוינע רעפפינג פעיפער מיט אידישע אותויות. ר'האט אראפגעריסן די פאפיר און אריינגעווארפן אין זיין גארבידזש קען. ווען ער האט איהם געפרעגט פארוואס ער האט דאס געטון האט ער אפילו נישט געכאפט אז ער האט עפעס געטון ראנג. צוערשט האטער גערעדט צו איהם עברית. מיינענדיג אז ר'איז אן איזראעלי. אבער ער האט געזעהן אז ער האט אן אמעריקאנער אקצענט. האטער איהם געפרעגט אין ענגליש זאגט ער אים..."אויב דו ווילסט וועלל איך עס ארויסנעמען"...!

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9512
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » זונטאג אפריל 25, 2021 7:29 pm

מה בכך האט געשריבן:פיינע נייעס דאס, אויב די מעשה איז אמת ווי בחדרי לייגט עס אראפ איז עס נישט סתם א גוי וואס האט א משפחה מיט קינדער און א ביזנעס און צו דער זייט פארשפרייט ער די גאספעל צווישן היימישע אידן, דו רעדסט פון א מענטש וואס חושט אריין זיין גאנץ לעבן אין זאכן אין וואס ער גלייבט נישט, זיצט אפ גאנצעטע יארן אין כולל, איז זיך מתפלפל אין כתבי רש״ש און כוונות האר״י, שרייבט תפילין און מזוזות, מאכט פדיון הבן׳ס, חופות און קידושין אלס נאר ווייל אפשר וועט ער קענען אויפקלערן נאך א איד..

פיינע נייעס?

מה בכך
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 30, 2020 2:28 am

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

תגובהדורך מה בכך » זונטאג אפריל 25, 2021 7:30 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
מה בכך האט געשריבן:פיינע נייעס דאס, אויב די מעשה איז אמת ווי בחדרי לייגט עס אראפ איז עס נישט סתם א גוי וואס האט א משפחה מיט קינדער און א ביזנעס און צו דער זייט פארשפרייט ער די גאספעל צווישן היימישע אידן, דו רעדסט פון א מענטש וואס חושט אריין זיין גאנץ לעבן אין זאכן אין וואס ער גלייבט נישט, זיצט אפ גאנצעטע יארן אין כולל, איז זיך מתפלפל אין כתבי רש״ש און כוונות האר״י, שרייבט תפילין און מזוזות, מאכט פדיון הבן׳ס, חופות און קידושין אלס נאר ווייל אפשר וועט ער קענען אויפקלערן נאך א איד..

פיינע נייעס?

סליחה, יעצט איז בעסער?

יודיש בלעטל
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

תגובהדורך יודיש בלעטל » זונטאג אפריל 25, 2021 8:10 pm

מה בכך האט געשריבן:אונזער היסטאריע איז שוין באקאנט מיט אזעלכע וואס האבן פרובירט זיך צי פארשטעלן,
אין א געוויסע תקופה מיט עטליכע פערציג יאר צוריק זענען (חסיד'ישע) אידן אטאקירט געווארן . ספעציעל פרייטיג פארנאכטס ווען זיי זענען געגאנגען אין ביהמ"ד מיט שטריימל און בעקישע. האט די פאליציי אריינגעשיקט פאליסלייט פארשטעלט אלס חסיד'ישע אידן אנגעטון מיט שטריימל און בעקישע צו פאטראלירן די גאסן. ספעציעל פרייטיג פארנאכטס.מ'האט זיי אויך געזאגט אז אויב זיי האבן א פראבלעם זאללן זיי אריינקלאפן צו ..."ראביי גלאק"... ען עסקן/שוויצער, וועלכער איז געווען נאנט מיט די פאליס פירערשאפט.

פלוצלינג קלאפן זיי אריין צו דעם אויבנדערמאנטן ..."ראביי"... און זיי פרעגן פון איהם..."פארוואס קוקט אונז אן א יעדער מיט אזעלכע בייזע בליקן...? האט ער זיי געענטפערט, שמייכלנדיג...קוק וואס עטס האלטס אין די האנט. א ציגארעטל...! אנגעטון מיט שטריימל און בעקישע...לאל...!

נאך א מעשה איז געווען נאך די ראיאטן פון די שווארצע מערדערס אין קראון הייטס אין 1991 האבן די פאליס מורא געהאט פאר א נקמה פון די אידן. האבן זיי אריינגעשיקט 2 פאליסלייט פארשטעלט אלס מתפללים אין ליובאוויטשער ביהמ"ד. זיי האבן זיך געשאקלט אזוי ווי א יעדער. נאר איין מתפלל האט באמערקט אז זיי האלטן די סידורים פארקערט. האט ער געזאגט פאר די גבאים. מ'האט אויסגערופן אויף לשה"ק אז דער עולם זאלל זיך היטן...!

איך קרוב מיינער האב געהאט אן ענליכע עקספיריענס. מיט אן עף. בי. איי. עידזשענט וועלכער איז געווען פארשטעלט פאר א חסיד'ישן יונגערמאן (ווי א קארלינער חסיד). ער האטצעך געדרייט אין עטליכע בתי מדרשים. וויזשניץ. שומרי שבת. און סאטמאר. ער האב דאמאלס געוואוינט ביי 53 קארנער 13. איין טאג זעהט ער ווי ער נעמט ארויס פון זיין ווען מיט טונקעלע פענסטערס א פעקל ספרים וועלכע זענען איינגעפאקט אין א ברוינע רעפפינג פעיפער מיט אידישע אותויות. ר'האט אראפגעריסן די פאפיר און אריינגעווארפן אין זיין גארבידזש קען. ווען ער האט איהם געפרעגט פארוואס ער האט דאס געטון האט ער אפילו נישט געכאפט אז ער האט עפעס געטון ראנג. צוערשט האטער גערעדט צו איהם עברית. מיינענדיג אז ר'איז אן איזראעלי. אבער ער האט געזעהן אז ער האט אן אמעריקאנער אקצענט. האטער איהם געפרעגט אין ענגליש זאגט ער אים..."אויב דו ווילסט וועלל איך עס ארויסנעמען"...!

ברענגסט א ראיה פון פערציג יאר צוריק היינט איז שוין נישט דא די מעשיות עני פלעינע עכטער-(כף מיט א פינטל) עכט-(כ •) אלס טשייניז און אלס אראבער און אלס א ווייסער גוי און אז מען ברויך איז אלץ חסידישער איד און זיי טוען עס אזוי גוט אפי' בעסער ווי די עכטע פרעגטס ענק נאך אביסל נישט לאנג צוריק איז געווען בערך אזא מעשה אין וויליאמסבורג ער האט זיך אנגעגעבן אלץ בעל תשובה געדאוונט אין קראלי די מעשה מאכט שוין איינמאל סענס

אוועטאר
ויתן לך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3723
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

תגובהדורך ויתן לך » זונטאג אפריל 25, 2021 8:16 pm

וואס איז געווען זיין משפחה נאמען, 'הכהן'?
ואני מלא טעויות תמיד, פעם בסברא, פעם בגמרא, ואיני נכלם בזה.
(קוב"א)

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4856
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

תגובהדורך פליגל » זונטאג אפריל 25, 2021 8:21 pm

איז נישט געווען עפעס אזא סארט מעשה אין לייקוואוד א צייט צוריק? יענער דוכציך האציך אפילו גערופן לוי...

מ'דערציילט א וויץ דאן אז מען האט'ם דאן געפרעגט וואס ער האט געטאהן מיט'ן הלכה פון גוי ששבת? האט'ר געזאגט אז ער האט געטראגן מיט די עירוב...
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5702
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

תגובהדורך ווישוואש » זונטאג אפריל 25, 2021 8:31 pm

שוועמל האט געשריבן:הה"ד לא אלמן ישראל...


איינער האט אפשר א לינק צו די אלמן קאמפיין?

https://my.israelgives.org/en/campaign/ ... scription/
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

בניהו
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

תגובהדורך בניהו » זונטאג אפריל 25, 2021 8:34 pm

עפעס שטימט נישט. מ׳האט אים שוין נאכגעקוקט פאר אזא לאנגע צייט, אים ארויסגעוווארפן פון א קבלה כולל פארן רעדן מיסיאנערישע זאכן. וויאזוי האט ער אנגעצויגן אזא לאנגע צייט? פארוואס האבן די וואס האבן געוויסט פון אים דאס צוגעלאזט?

אוועטאר
שאשא
שר האלפיים
תגובות: 2886
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

תגובהדורך שאשא » זונטאג אפריל 25, 2021 9:06 pm

ויתן לך האט געשריבן:וואס איז געווען זיין משפחה נאמען, 'הכהן'?

Elkohen
נא להתפלל עבור " בלומא טויבא בת טראני " לרפואה שלמה

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

תגובהדורך איצל פיצל » זונטאג אפריל 25, 2021 9:37 pm

ווישוואש האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:הה"ד לא אלמן ישראל...


איינער האט אפשר א לינק צו די אלמן קאמפיין?

https://my.israelgives.org/en/campaign/ ... scription/

ווי עס זעהט אויס פון די לינק האט ער אליינס געמאכט דעם קאמפיין. סא קיינער קען נישט אפהאלטן די געלט.

אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

תגובהדורך חאצקיל בעל עגלה » זונטאג אפריל 25, 2021 9:39 pm

דרעזנער אויף קול מבשר זאגט אז ער האט עס קאנפערמיד מיט יד לאחים
123 פיאכעלע


איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1764
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

תגובהדורך איש חמודות » זונטאג אפריל 25, 2021 10:22 pm

דער לא אלמן ישראל ביי הנחת תפילין
צוגעלייגטע
גוי לייגט תפילין.jpg
גוי לייגט תפילין.jpg (15.01 KiB) געזעהן 676 מאל

אוועטאר
מקווה איד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3232
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

תגובהדורך מקווה איד » זונטאג אפריל 25, 2021 10:23 pm

איש חמודות האט געשריבן:דער לא אלמן ישראל ביי הנחת תפילין

רחמנא ליצלן

אוועטאר
שאשא
שר האלפיים
תגובות: 2886
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

תגובהדורך שאשא » זונטאג אפריל 25, 2021 10:25 pm

איש חמודות האט געשריבן:דער לא אלמן ישראל ביי הנחת תפילין

עס איז פסול די תפילין , ער האט עס מן הסתם געשריבן
נא להתפלל עבור " בלומא טויבא בת טראני " לרפואה שלמה

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

תגובהדורך בבקשה » זונטאג אפריל 25, 2021 10:27 pm

שאשא האט געשריבן:
איש חמודות האט געשריבן:דער לא אלמן ישראל ביי הנחת תפילין

עס איז פסול די תפילין , ער האט עס מן הסתם געשריבן


די מיינסט אז פאר זיך האט ער גענומען די פסול'ע? פאר זיך האט ער גענומען מהודר...

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1764
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

תגובהדורך איש חמודות » זונטאג אפריל 25, 2021 10:35 pm

זיינע צוויי בנים
צוגעלייגטע
בנים.jpg
בנים.jpg (92.78 KiB) געזעהן 1524 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bookmark, yid101, Zemaba, בבקשה, והוא פלאי, משה בן יעקב, קאנטרי, קרוב ה׳ און 75 געסט