נייעס: פרישע רוסישע אגרעסיע ביים אוקריינע גרעניץ

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

משה בן יעקב
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 2:18 pm

Re: נייעס: פרישע רוסישע אגרעסיע ביים אוקריינע גרעניץ

תגובהדורך משה בן יעקב » דינסטאג אפריל 06, 2021 7:35 pm

יש לו מנה האט געשריבן:@פאלעסיידס האט געזעהן אז @טשאדל איז דא איז ער געקומען צו לויפן, האבן מיר צוויי מאל הנאה געהאט.

סאיז דאך שוין לאנג באקאנט אז סאיז געשמאק צי פארען אויפען פאליסיידס... :grin: :grin: :grin:

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14112
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס: פרישע רוסישע אגרעסיע ביים אוקריינע גרעניץ

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג אפריל 09, 2021 12:20 pm

אמעריקע וועט שיקן עטליכע מיליטערישע שיפן צום שווארצן ים, צו שיקן א שטרענגען מעסעדזש צו רוסלאנד וועלכע האט אנגעהויבן בונטעווען מיט א מעגליכע אוקריינע אינוואזיע.


דעילי איד
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

ארדואן זאגט אז רוסלאנד/אוקריינע אנגעצויגנקייט זאל קומען צו א פרידליכע ענדע

תגובהדורך תנא-קמא » זונטאג אפריל 11, 2021 5:13 pm

דער טערקישער פרעזידענט, 'ראסאפ טייעפ ארדואן', האט אפגעהאלטן געשפרעכן מיט וולאדאמיר פוטין, און האט אים געבעטן אז רוסלאנד זאל זען צו שליכטן די אוקריינע קאנפליקט מיט שלום, און אן קיינע מענטשליכע פארלוסטן.

ווי שוין דערמאנט פאריגע וואך, האט די אנגעצויגנקייט ביי די רוסישע/אוקריינע גרעניץ זיך פארשטארקערט, און אמעריקע האט פארשטארקערט זייער אנוועזנהייט אין יענעם ראיאן.
JP
בס"ד
שמחים לשמרו ולערב ערובו

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14112
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס: פרישע רוסישע אגרעסיע ביים אוקריינע גרעניץ

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג אפריל 11, 2021 5:24 pm

איינער קען אריין קומען קלאר? וואס זאל ווען זיין רוסלאנד'ס כוונות? דזשאסט איינעמען אוקריינע?
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
יש לו מנה
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: נייעס: פרישע רוסישע אגרעסיע ביים אוקריינע גרעניץ

תגובהדורך יש לו מנה » זונטאג אפריל 11, 2021 5:31 pm

@פעיק איך האב ערווארט, און איך ערווארט נאך אלס אז טאקע דו זאלסט זיין דער וואס זאל אריינקומען מיט א מאס קלארקייט וואס אזאנס גייט פאר.
היכי דמי קידוש השם?

קוקט דא.

אוועטאר
שאשא
שר האלפיים
תגובות: 2908
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: נייעס: פרישע רוסישע אגרעסיע ביים אוקריינע גרעניץ

תגובהדורך שאשא » זונטאג אפריל 11, 2021 5:31 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:איינער קען אריין קומען קלאר? וואס זאל ווען זיין רוסלאנד'ס כוונות? דזשאסט איינעמען אוקריינע?

ער וויל וייזן שטארקייט פאר זיין פאלק אין געבן א פליק פאר ביידן
מיין מיינוג
נא להתפלל עבור " בלומא טויבא בת טראני " לרפואה שלמה

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14112
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס: פרישע רוסישע אגרעסיע ביים אוקריינע גרעניץ

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג אפריל 12, 2021 3:14 pm

יש לו מנה האט געשריבן:@פעיק איך האב ערווארט, און איך ערווארט נאך אלס אז טאקע דו זאלסט זיין דער וואס זאל אריינקומען מיט א מאס קלארקייט וואס אזאנס גייט פאר.

איך ווייס נישט פונקטליך. וויפיל איך האב געזען, האט עס צוטון מיט דאס וואס זינט פעברואר, האבן די פראו רוסלאנד סעפעראטיסטן אין מזרח אוקריינע, געבראכן דעם פייער אפשטעל אפמאך, וואס זיי האבן אויסגעהאמערט מיט די אוקריינישע גאווערמענט, פארגאנגענעם זומער. יעדע שטיק צייט הערט מען אז אוקריינישע סאלדאטן ווערן גע'הרג'עט דורך די פראו ראשע קרעפטן.

וואס פוטינ'ס חשבון איז פונקט יעצט, קען זיין פילפאכיג. אדער וויל ער טעסטן ביידענ'ס שטארקייט, אדער ווי שטארק די אליאנץ צווישן אמעריקע און די איבריגע מערב וועלט קעגן רוסלאנד איז. אדער קען זיין אז ער וויל אנזייען כאאס און צוריק אויפפלאקערן די קריג וואס איז אנגעגאנגען דארט אין יאר 2014, כדי צו צווינגען אוקריינע צו קומען פארהאנדלען פאר נאך א פייער אפשטעל, און אזוי ארויסבאקומען פון זיי געוויסע קאנסעציעס.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
מאראליש
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 23, 2021 2:11 pm

Re: נייעס: פרישע רוסישע אגרעסיע ביים אוקריינע גרעניץ

תגובהדורך מאראליש » מאנטאג אפריל 12, 2021 4:16 pm

מיין קאנטערווערסיע איז אז דער פטונען איז טיעף באליידיגט אויף דעם אלטן ביידן פארן אים אנרופן מערדער וויל ער אים אריין שלעפן כיטרערהייט אין א מלחמה אין ניטאמאל זיין שילדיג ווייל ווער האט אים געבעטן זיך אריין צושטיפן זיין נאז אין אומגעבענע פלעצער און אזוי וועט ער נאך האבן געגלעגנהייט אריינצגעבן פארן מלך זקן וכסיל און מער פינקליך מסביר זיין וואס מיינט א מערדער

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2514
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס: פרישע רוסישע אגרעסיע ביים אוקריינע גרעניץ

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מוצ"ש אפריל 17, 2021 6:43 pm

רוסלאנד געמאלדן אז זיי האבן געכאפט אן אוקריינא דיפלאמאט -אלעקסאנדער סאסאניוק- פרובירנדיג צו באקומען צוטריט צו געהיימע אינפארמאציע.

אוקריינא לייקענט די באשולדיגונג אז סאסאניוק זאל האבן געווען א שפיאן.

רוסלאנד האט אהיימגעשיקט דעם סאסאניוק, און אוקריינא זאגט אז זי וועט רעאגירן מיט ענליכע שריט.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 10 געסט