נייעס: פרישע רוסישע אגרעסיע ביים אוקריינע גרעניץ

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8122
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

נייעס: פרישע רוסישע אגרעסיע ביים אוקריינע גרעניץ

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך מארטש 31, 2021 2:13 pm

דורכאויס די לעצטע וואך צייט האט די רוסישע מיליטער אנגעהויבן ארגינעזירן סאלדאטן און מיליטערישע געצייג ביי זייער גרעניץ מיט אוקריינע, וואס טוט הייבן די אויגן ברעמען פאר די מערב וועלט, נישט וויסענדיג וואס דער פוטין וויל דא.

לויט אמעריקאנע מיליטערישע פערסענאלן ווערט געשאצט אז אזויפיל ווי 4 טויזענט רוסישע טרופן זענען אנגעקומען צום אוקריינע גרעניץ אין די לעצטערע טעג, צוזאמען מיט הונדערטער מיליטערישע טרעקלעך, טאנקן און ארטילערי.

די אנגעצויגענע מצב איז געהעכערט געווארן ביי די אמעריקאנע מיליטערישע קאמענד אין אייראפע, פון ״מעגליכע קריזיס״ צו ״פאטענציאלע און נאנטע קריזיס״. און לויט א סיניער קאמענדיר איז דאס מעגליכע א טעסט פון פוטין אויף די פריש אריינגעקומענע ביידען אדמיניסטראציע, צו זעהן אויב זענען זיי דערביי צו האלטן זייערע שונאים פאראנטפארטליך, אדער זענען זיי א אדמיניסטראציע פאר דעקלעראציעס און רויטע ליניעס, ענליך צו ביידענס פריעדיגע בעה״ב אבאמא, וועלכע האט ווי געשאנקן פאר פוטין דעם קריימיע האלב אינזל אויף א גאלדענעם טאץ.

אין א זייטיגע נאטיץ, אויב איז דאס די קעיס, האט מען אויך געהערט לעצטיגע גריסן פון דעם קליינער גראבער אין צפון קאריע, וואס האט אין די לעצטע פאר וואכן שוין אדורכגעפירט עטליכע מיסל ארויסשיסן, אזוי אויך איז באריכטעט געווארן פרישע טעטיגקייטן ביי איינע פון זייערע נוקליערע בונדלעך פאבריקן, וואס איז לויט עקספערטן א אנדייטונג אז זיי ווילן אויספראבירן דעם אמעריקאנער זקן.

ווידיאו צייגט רוסישע מיליטערישע טראנספארטן אויפן וועג צום אוקריינע גרעניץ.

https://1drv.ms/v/s!AltxUozgI9-jgUwxKhGKwRbsSO3_
סטעי טונד!

מטעמים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8099
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: נייעס: פרישע רוסישע אגרעסיע ביים אוקריינע גרעניץ

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך מארטש 31, 2021 2:22 pm

זענען די רוסען געוועהן שטיל פאר פיר יאר צוליב טראמפ?
שרייב שוין עפעס

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3975
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: נייעס: פרישע רוסישע אגרעסיע ביים אוקריינע גרעניץ

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך מארטש 31, 2021 3:33 pm

מטעמים האט געשריבן:זענען די רוסען געוועהן שטיל פאר פיר יאר צוליב טראמפ?

אודאי, צו וואס האט ער געדארפט אוקריינע ווען ער האט געהאט אמעריקא... :wink:
הנותן 'תשועה' למלכים לפ"ק

קארן
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: נייעס: פרישע רוסישע אגרעסיע ביים אוקריינע גרעניץ

תגובהדורך קארן » מיטוואך מארטש 31, 2021 4:24 pm

אדער וויל ער נקמה נעמען און ביידן פארן אים אנרופן א מערדער, ווי אזוי? פשוט אנציען די נערוון אביסל.

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1887
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: נייעס: פרישע רוסישע אגרעסיע ביים אוקריינע גרעניץ

תגובהדורך פומפדותא » מיטוואך מארטש 31, 2021 5:21 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:די אנגעצויגענע מצב איז געהעכערט געווארן ביי די אמעריקאנע מיליטערישע קאמענד אין אייראפע, פון ״מעגליכע קריזיס״ צו ״פאטענציאלע און נאנטע קריזיס״. און לויט א סיניער קאמענדיר איז דאס מעגליכע א טעסט פון פוטין אויף די פריש אריינגעקומענע ביידען אדמיניסטראציע, צו זעהן אויב זענען זיי דערביי צו האלטן זייערע שונאים פאראנטפארטליך, אדער זענען זיי א אדמיניסטראציע פאר דעקלעראציעס און רויטע ליניעס, ענליך צו ביידענס פריעדיגע בעה״ב אבאמא, וועלכע האט ווי געשאנקן פאר פוטין דעם קריימיע האלב אינזל אויף א גאלדענעם טאץ.

תיקון טעות: איר מיינט א וודאי צו זאגן בוש וואס האט געשאנקן שטיקער פון גרוזיע פאר פוטין.

משה בן יעקב
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 2:18 pm

Re: נייעס: פרישע רוסישע אגרעסיע ביים אוקריינע גרעניץ

תגובהדורך משה בן יעקב » דאנארשטאג אפריל 01, 2021 2:29 pm

נעה
סמיז זיין א טעות
ווער האט דען נישט מורא פארען אויפגערעגטער אין ציווילדעטע פרעזידענט ביידען????

אזוי גוט
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: נייעס: פרישע רוסישע אגרעסיע ביים אוקריינע גרעניץ

תגובהדורך אזוי גוט » דאנארשטאג אפריל 01, 2021 3:59 pm

קול מבשר מעלדט אז עס איז פארן ארום בילדער פון טאנקען און טראקס אויף די באן שינעס נעבן גערעניץ פון ביידע זייטן איינער קען ברענגען די בילדער ביטע.

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1602
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: נייעס: פרישע רוסישע אגרעסיע ביים אוקריינע גרעניץ

תגובהדורך שליו ודגים » דאנארשטאג אפריל 01, 2021 4:16 pm

דממה דקה האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:זענען די רוסען געוועהן שטיל פאר פיר יאר צוליב טראמפ?

אודאי, צו וואס האט ער געדארפט אוקריינע ווען ער האט געהאט אמעריקא... :wink:


אהא און יעצט ווען ער האט שוין נישט אמעריקא איז אים גרינגער צו נעמען אוקריינע...

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4856
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: נייעס: פרישע רוסישע אגרעסיע ביים אוקריינע גרעניץ

תגובהדורך פליגל » דאנארשטאג אפריל 01, 2021 5:14 pm

טראמפ האט טאקע געשריגן ס'גאנצע צייט אז די עטליכע פריערדיגע אדמיניסטראציעס זענען זיך אייניג שולדיג אין גיין אויפן זעלבן מהלך ווענגלייך מיט געוויסע שינויים..

אגב, וויזוי אן אשכול קען פארען קיין דרום...
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
תנא-קמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » מאנטאג אפריל 05, 2021 9:29 am

די וועלט קוקט זיך צו מיט אנגעצויגנקייט צום צושטאנד וואס טוט זיך אנטוויקלען צווישן אוקריינע און רוסלאנד פונדאסניי. דאס רוסישע מיליטער האט אין די לעצטע וואך צייט אנגעהויבן שיקן מיליטערישע געצייג און ארטילערי גאר נאענט צו דער גרעניץ מיט אוקריינע, און אויך האט זי סטאנציאנירט ארום פיר טויזנט באוואפנטע טרופּן נישט ווייט פונעם אוקריינע גרעניץ. אמעריקע האט פארדאמט רוסלאנד'ס שריט, אבער דער קרעמלין ווארנט אז סיי וועלכע רעאקציע פון נאטא וועט פירן צו א פארצווייגטע מלחמה.
DYD
בס"ד
שמחים לשמרו ולערב ערובו

אוועטאר
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

Re:

תגובהדורך יישר כח » מאנטאג אפריל 05, 2021 9:58 am

תנא-קמא האט געשריבן:די וועלט קוקט זיך צו מיט אנגעצויגנקייט צום צושטאנד וואס טוט זיך אנטוויקלען צווישן אוקריינע און רוסלאנד פונדאסניי. דאס רוסישע מיליטער האט אין די לעצטע וואך צייט אנגעהויבן שיקן מיליטערישע געצייג און ארטילערי גאר נאענט צו דער גרעניץ מיט אוקריינע, און אויך האט זי סטאנציאנירט ארום פיר טויזנט באוואפנטע טרופּן נישט ווייט פונעם אוקריינע גרעניץ. אמעריקע האט פארדאמט רוסלאנד'ס שריט, אבער דער קרעמלין ווארנט אז סיי וועלכע רעאקציע פון נאטא וועט פירן צו א פארצווייגטע מלחמה.
DYD

די גאנצע פייט האט זיך אנגעהויבען ווען די האסט צריק געגעבען ...

הגות תבונות
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 09, 2019 11:39 pm

Re: נייעס: פרישע רוסישע אגרעסיע ביים אוקריינע גרעניץ

תגובהדורך הגות תבונות » מאנטאג אפריל 05, 2021 2:28 pm

:lol:

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » מאנטאג אפריל 05, 2021 3:09 pm

Russia said on Monday it was in high-level contact with the United States about tensions over Ukraine and dismissed fears of a Russian military buildup even as it vowed to respond to new Ukrainian sanctions
בס"ד
שמחים לשמרו ולערב ערובו

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14111
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס: פרישע רוסישע אגרעסיע ביים אוקריינע גרעניץ

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג אפריל 05, 2021 6:02 pm

מטעמים האט געשריבן:זענען די רוסען געוועהן שטיל פאר פיר יאר צוליב טראמפ?

קען מען דאס דען וויסן מיט א זיכערקייט? טראמפ האט געהאט א באלאנסירטער רילעישנשיפ מיט פוטין. פון איין זייט איז ער געשטאנען אויף זיינע זאכן. פון די אנדערע זייט האט ער געמאכט זיכער דארט וואו אמעריקע מיט רוסלאנד קענען יא זיין אויף איין טיש, זאל מען ארבעטן צוזאמען. סאו עס קען פשוט זיין אז טראמפ האט געזאגט פאר פוטין, "איך גיי דיר נישט לאזן טון וואס טו ווילסט אויב באגייסטו פארברעכן. פון דער אנדערער זייט, וועל איך אבער יא ארבעטן מיט דיר צוזאמען און דיר געבן גוטע דזשעסטס דארט וואו מיר קענען זיך זען אויג אויף אויג".

איך ווייס נישט אויב דאס איז דער קעיס, אבער פון זיינע מעשים וויאזוי ער האט אדרעסירט דעם רוס, מאכט עס סענס אזוי.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8122
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: נייעס: פרישע רוסישע אגרעסיע ביים אוקריינע גרעניץ

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג אפריל 05, 2021 6:30 pm

טראמפ האט געהאט פוטין אין די לינקע פיאה. ווען פוטין האט געסטראשעט אז אויב וועט אמעריקא שיסן אויף סיריע (ביי זייער כעמישע וואפן אטאקע), גייט רוסלאנד צוריק שיסן.

אמעריקא האט דאן באהאגלט סיריע מיט 59 קרוז מיסלס.

אמעריקא האט אויך עלימאנירט רוסלאנד׳ס עליי׳ס, איראנס הויפט גענעראל קאסאם סולעמאני.

מ׳האט נישט באקומען פון פוטין קיין קיצל. פאקערט, זיי זענען דאן געווארן א דעקלעראציע לאנד.. פארדאמט אמעריקא.. אזוי ווי די פארלוירענע דעקלעראציעס וואס איז ארויס פון וואשינגטאן ביז טראמפ׳ס ערע.. זיי האבן געציטערט צו גיין א טרעפל ווייטער פון א פארדאמונג.

די רובל האט געטראסעקט צו נול, אדאנק גאר שטייפע אמעריקאנע סאנקציע. און אויל פראדוקציע, וואס טראמפ האט דירעקט געטאן וועגן דעם.

אבער יא. טראמפ איז געווען מיט פוטין אויף איין בלאט לגבי צוריק ברענגן שטילקייט אין סיריע, אז די מהלך צו דעם (און דערמיט באזיגן אייסיס) איז נאר דורך לאזן באשאר אסאד צוריקכאפן זיין בענקל. וכך הוי.

אבאמא האט מיט זיין שיקן וואפן פאר סיריע רעבעלן פלעין ענד סימפל פארשלעפט און אויסגעשפרייט די ציווילע קריג, און דערמיט איבערגעמאכט די טעות וואס בוש האט געטאן אין איראק.

פרידאם איז נישט א פראדוקט וואס פארקויפט זיך אין מיטל מזרח, נישט קיין נפק״מ וויזוי נאר מ׳זאל עס דיסטריביוטן. מ׳האט דאס איינגעזעהן אין איראק, ליביע, שיער נישט אין אפגאניסטאן, און נאכמער אין סיריע. די איינציגסטע זאך ווי אמעריקא מיז - אלטס וועלטמאכט אריינשטעקן די נאז אין מיטל מזרח (כ׳רעד אפילו לויט די רענד פאול ריפאבליקענס) איז ווען א דיקטאטור ניצט כעמישע וואפן, אדער א אדערע מאסן פארניכטיגונג וואפן אויף ציווילע. און דאס איז נישט צוליב סיוויל רייטס, און פרידאם פראפאגאנדע, נאר אלטס ״נעווער פארגעט״.. WWII

וכן איז אין אזיע, לגבי כינע און נארט קאריע.

ס׳איז דא נאך א פאל ווען אמעריקא מיז זיך אריינשטעקן די נאז, און דאס איז לאו דוקא נוגע מיטל מזרח, און דאס איז ווען א עליי, (ספעציעל א נאטאו עליטע לאנד) ווערט אטאקירט. און וועגן דעם איז טייוואן א אויסנאם (צום האפן עס וועט נישט פאסירן..)

דאס וואס איך שרייב איז כמעט נישט קיין פאליטישע מיינונג, ס׳איז מער ווייניגער אנגענומען ביי ביידע פארטייען. און הכל מודים אז אבאמא׳ס אויסערן פאלאסיס איז געווען א דורכפאל מיסודו. אנגעהויבן מיט זיינע רויטע ליניעס, די מיטל מזרח געשפרעכן, פון סיריע ביז קריימיע וואס פוטין האט איינגענומען.

וואס גייט זיין יעצט? הו קנאוס.
סטעי טונד!

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14111
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס: פרישע רוסישע אגרעסיע ביים אוקריינע גרעניץ

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג אפריל 05, 2021 6:37 pm

שטארק!! טשאדי איז דא צוריק פול פארס.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

מטעמים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8099
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: נייעס: פרישע רוסישע אגרעסיע ביים אוקריינע גרעניץ

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג אפריל 05, 2021 7:16 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:שטארק!! טשאדי איז דא צוריק פול פארס.

גאר שטארק
שרייב שוין עפעס

עכט היימיש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: נייעס: פרישע רוסישע אגרעסיע ביים אוקריינע גרעניץ

תגובהדורך עכט היימיש » מאנטאג אפריל 05, 2021 7:18 pm

זייער קלאר טשאדי.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

משה בן יעקב
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 2:18 pm

Re: נייעס: פרישע רוסישע אגרעסיע ביים אוקריינע גרעניץ

תגובהדורך משה בן יעקב » מאנטאג אפריל 05, 2021 7:23 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:טראמפ האט געהאט פוטין אין די לינקע פיאה. ווען פוטין האט געסטראשעט אז אויב וועט אמעריקא שיסן אויף סיריע (ביי זייער כעמישע וואפן אטאקע), גייט רוסלאנד צוריק שיסן.

אמעריקא האט דאן באהאגלט סיריע מיט 59 קרוז מיסלס.

אמעריקא האט אויך עלימאנירט רוסלאנד׳ס עליי׳ס, איראנס הויפט גענעראל קאסאם סולעמאני.

מ׳האט נישט באקומען פון פוטין קיין קיצל. פאקערט, זיי זענען דאן געווארן א דעקלעראציע לאנד.. פארדאמט אמעריקא.. אזוי ווי די פארלוירענע דעקלעראציעס וואס איז ארויס פון וואשינגטאן ביז טראמפ׳ס ערע.. זיי האבן געציטערט צו גיין א טרעפל ווייטער פון א פארדאמונג.



די רובל האט געטראסעקט צו נול, אדאנק גאר שטייפע אמעריקאנע סאנקציע. און אויל פראדוקציע, וואס טראמפ האט דירעקט געטאן וועגן דעם.

אבער יא. טראמפ איז געווען מיט פוטין אויף איין בלאט לגבי צוריק ברענגן שטילקייט אין סיריע, אז די מהלך צו דעם (און דערמיט באזיגן אייסיס) איז נאר דורך לאזן באשאר אסאד צוריקכאפן זיין בענקל. וכך הוי.

אבאמא האט מיט זיין שיקן וואפן פאר סיריע רעבעלן פלעין ענד סימפל פארשלעפט און אויסגעשפרייט די ציווילע קריג, און דערמיט איבערגעמאכט די טעות וואס בוש האט געטאן אין איראק.

פרידאם איז נישט א פראדוקט וואס פארקויפט זיך אין מיטל מזרח, נישט קיין נפק״מ וויזוי נאר מ׳זאל עס דיסטריביוטן. מ׳האט דאס איינגעזעהן אין איראק, ליביע, שיער נישט אין אפגאניסטאן, און נאכמער אין סיריע. די איינציגסטע זאך ווי אמעריקא מיז - אלטס וועלטמאכט אריינשטעקן די נאז אין מיטל מזרח (כ׳רעד אפילו לויט די רענד פאול ריפאבליקענס) איז ווען א דיקטאטור ניצט כעמישע וואפן, אדער א אדערע מאסן פארניכטיגונג וואפן אויף ציווילע. און דאס איז נישט צוליב סיוויל רייטס, און פרידאם פראפאגאנדע, נאר אלטס ״נעווער פארגעט״.. WWII

וכן איז אין אזיע, לגבי כינע און נארט קאריע.

ס׳איז דא נאך א פאל ווען אמעריקא מיז זיך אריינשטעקן די נאז, און דאס איז לאו דוקא נוגע מיטל מזרח, און דאס איז ווען א עליי, (ספעציעל א נאטאו עליטע לאנד) ווערט אטאקירט. און וועגן דעם איז טייוואן א אויסנאם (צום האפן עס וועט נישט פאסירן..)

דאס וואס איך שרייב איז כמעט נישט קיין פאליטישע מיינונג, ס׳איז מער ווייניגער אנגענומען ביי ביידע פארטייען. און הכל מודים אז אבאמא׳ס אויסערן פאלאסיס איז געווען א דורכפאל מיסודו. אנגעהויבן מיט זיינע רויטע ליניעס, די מיטל מזרח געשפרעכן, פון סיריע ביז קריימיע וואס פוטין האט איינגענומען.

וואס גייט זיין יעצט? הו קנאוס.



צום באלעקען די פינגער....שכויח..

קאנטרי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 9:45 pm

Re: נייעס: פרישע רוסישע אגרעסיע ביים אוקריינע גרעניץ

תגובהדורך קאנטרי » מאנטאג אפריל 05, 2021 7:38 pm

אזוי גוט האט געשריבן:קול מבשר מעלדט אז עס איז פארן ארום בילדער פון טאנקען און טראקס אויף די באן שינעס נעבן גערעניץ פון ביידע זייטן איינער קען ברענגען די בילדער ביטע.

ביטע שיין
viewtopic.php?p=2689040#p2689040

פאלעסיידס
שר האלפיים
תגובות: 2280
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: נייעס: פרישע רוסישע אגרעסיע ביים אוקריינע גרעניץ

תגובהדורך פאלעסיידס » מאנטאג אפריל 05, 2021 8:23 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:טראמפ האט געהאט פוטין אין די לינקע פיאה. ווען פוטין האט געסטראשעט אז אויב וועט אמעריקא שיסן אויף סיריע (ביי זייער כעמישע וואפן אטאקע), גייט רוסלאנד צוריק שיסן.אמת

אמעריקא האט דאן באהאגלט סיריע מיט 59 קרוז מיסלס.

אמעריקא האט אויך עלימאנירט רוסלאנד׳ס עליי׳ס, איראנס הויפט גענעראל קאסאם סולעמאני. איך וואלט געזאגט נאכמער, ער איז געווען איינע פון פוטינס שיק אינגלעך אין געטרייע ארבעטער

מ׳האט נישט באקומען פון פוטין קיין קיצל. פאקערט, זיי זענען דאן געווארן א דעקלעראציע לאנד.. פארדאמט אמעריקא.. אזוי ווי די פארלוירענע דעקלעראציעס וואס איז ארויס פון וואשינגטאן ביז טראמפ׳ס ערע.. זיי האבן געציטערט צו גיין א טרעפל ווייטער פון א פארדאמונג. זיי האבען גראדע געטרייט צי דעמאלישען טראמפ אויף א פערזענליכע וועג מיט שמועות אין דאסיערס וואס איז געקומען פון איינע פון זייערע געהיימע אפטיילונגען אין די עף עס בי וואס איז זייער סאפיסטיקירט אין מאכען אומרעלעווענט א מענטש מיט בייזוויליגע פסיכעלאגישע שמועות, א שמוציגע טאקטיק וואס זיי האבען נאך געירשענט פון זייערע פארגייער אין די קעי זשי בי,
זיי האבען זיך נישט געוואגט אנציפאנגען מיט אמעריקע אבער מסתמה ענדערש געארבעט אויף קעסיל אין כלים אים צי מאכען פאר א איינטערמיניגע פרעזידענט אין ארויסיאגען מיט בזיוניות אזוי ווי ניקסאן
(בשעת זיי געבען אים בשעת מעשה א בערישע ארומהאלזונג)


די רובל האט געטראסעקט צו נול, אדאנק גאר שטייפע אמעריקאנע סאנקציע. און אויל פראדוקציע, וואס טראמפ האט דירעקט געטאן וועגן דעם. די רעדסט פון אויל פראדוקציע? מסתמה האט זיי טראמפ די מערסטע אפגעטון דערמיט, נאך מער ווי סאנקציעס אין די וואך וואס ביידען האט געווינען האט זיך די אויל מארקעט טאקע אנגעפאנגען צי הייבען,
אויל פראדוקציע איז זייער צווייטע גרעסטע אינקאם, (איינס נאך העקען אין באראבעווען בענק אין אינדענטעטיס)


אבער יא. טראמפ איז געווען מיט פוטין אויף איין בלאט לגבי צוריק ברענגן שטילקייט אין סיריע, אז די מהלך צו דעם (און דערמיט באזיגן אייסיס) איז נאר דורך לאזן באשאר אסאד צוריקכאפן זיין בענקל. וכך הוי.נאכען אנקומען צי א פארטיגע שאך באורד האט ער דעס געמוזט נאכגעבען אבער נישט פאר ער צישמעטערט אייסיס אין טרייט צי ארבעטען ציזאמען דארטען מיט די נאטא אליאירטע טערקיי, א זאך וואס רוסלאנד -מיט זייערע הויעכהילכער אפאראטשיקס - האבען געטרייט אויף אלע קאסטען אפצישטעלען

אבאמא האט מיט זיין שיקן וואפן פאר סיריע רעבעלן פלעין ענד סימפל פארשלעפט און אויסגעשפרייט די ציווילע קריג, און דערמיט איבערגעמאכט די טעות וואס בוש האט געטאן אין איראק.נע ער האט געשיקט צי שפעט אין צי ווייניג, אזוי ווי מטוט אסאך מאל אין דערנאך זאגט מען, נו קוק, מען קען נישט געווינען
שטייצעך נאר ביי די צווייטע וועלט מלחמה האט מען געקענט געווינען, אין יא נאר רוסלאנד קען געווינען אין טשעשניע גרוזיע סיריע נאר אמעריקע אונטער געוויסע פרעזידענטס קענען עפעס נישט געווינען
טראכט איך יעצט אזא אינטערעסאנטע זאך, אבאמא האט געמאכט עפעס א פראגראם אונטער וואס אמעריקע זאל טרענירען א נארמאלע כח אין סיריע וואס זאל ברענגען סטאביליטעט דארט אין ווי אויך רואיקייט פאר די וועלט, רוסלאנד אייסיס סאלאמאני אסאד אין טשיינע האבען עס נאכגעפאלגט מיט גרויס זארג דאן אין אנגעקאלט מעמבערס פון די פראגראם און זייערע משפחה מיטגלידער סטראשענען אז מזאל זיך נישט אנשליסען דערין
למעשה האט זיך אויסגעלאזט די אבאמא פראגראם מיט א בוידעם ווען פון אפאר טויזענט רעקרוטען איז געווארען אפאר 100 און פון אפאר הונדרעט איז געווארען פופציג אין פון פופציג איז געווארען צען גאנצע סאלדאטען, אנפאנג האב איך געטראכט אז דער אבאמא איז סתם א שלימזל אבער יעצט למפרע קען איך זען אז ער אין געוויסע אין זיין אדמינסטראציע ווי ווען זשאונס הומא אבאדין אין אנדערע האבען פלעין נישט געוואלט סזאל געשען, כמיין די ריזיגע אמעריקאנע גאווערמענט זענען דאך נישט אזאלעכע בטלנים, נאר וואס די וועלט האט געלייגט דרוק, טערקיי האט געלייגט דרוק גאלף לענדער האבען געלייגט דרוק ירדן האט דעמאלטס געלייגט שרעקליכע דרוק האט אבאמא געשפילט די שפיל


פרידאם איז נישט א פראדוקט וואס פארקויפט זיך אין מיטל מזרח, נישט קיין נפק״מ וויזוי נאר מ׳זאל עס דיסטריביוטן. מ׳האט דאס איינגעזעהן אין איראק, ליביע, שיער נישט אין אפגאניסטאן, און נאכמער אין סיריע. די איינציגסטע זאך ווי אמעריקא מיז - אלטס וועלטמאכט אריינשטעקן די נאז אין מיטל מזרח (כ׳רעד אפילו לויט די רענד פאול ריפאבליקענס) איז ווען א דיקטאטור ניצט כעמישע וואפן, אדער א אדערע מאסן פארניכטיגונג וואפן אויף ציווילע. און דאס איז נישט צוליב סיוויל רייטס, און פרידאם פראפאגאנדע, נאר אלטס ״נעווער פארגעט״.. WWII :oops: אמת פרידאם האט פאר יעדעם א אנדערע אפטייטש אבער יעדע מאפיאנער קען זיך אריינזעצען אין א געגענט אין זאגען פאר די מענטשהייט פארוואס קוקסטו וואס איך טו גיי דיר דיין וועג, (אין די שווארצע גענגס שיסען זיך אין די גאסען טאקע אין קליינע אומשילדיגע קינדער פאלען קרבנות נעבעך אין יעדער פארשטייט אז לא זו הדרך) די פראבלעמען האט זיך אבער טאקע אייביג אנגעפאנגען מיט די גענגסטערס אין די חצי מטורפים וואס האבען אויסגעשפרייט זייער איינפלוס הפקירות פארברעכענס אין שיקאנעס איבער די וועלט אזוי ווי די ברענגסט טאקע ארויס ווייטער


וכן איז אין אזיע, לגבי כינע און נארט קאריע.

ס׳איז דא נאך א פאל ווען אמעריקא מיז זיך אריינשטעקן די נאז, און דאס איז לאו דוקא נוגע מיטל מזרח, און דאס איז ווען א עליי, (ספעציעל א נאטאו עליטע לאנד) ווערט אטאקירט. און וועגן דעם איז טייוואן א אויסנאם (צום האפן עס וועט נישט פאסירן..)

דאס וואס איך שרייב איז כמעט נישט קיין פאליטישע מיינונג, ס׳איז מער ווייניגער אנגענומען ביי ביידע פארטייען. און הכל מודים אז אבאמא׳ס אויסערן פאלאסיס איז געווען א דורכפאל מיסודו. אנגעהויבן מיט זיינע רויטע ליניעס, די מיטל מזרח געשפרעכן, פון סיריע ביז קריימיע וואס פוטין האט איינגענומען.

וואס גייט זיין יעצט? הו קנאוס.
אפי נאר א משהו אנדערש ווי אבאמא האט געטון (נישט געטון) וועט שוין זיין בעסער פאר אוקריינע וואס ליידט זיך ציזאם אין מזרח פון ענדלאזע שלאכטען סאבאטאזש אין מאכיניזאציעס פון פוטינס גרינע מענטשעלעך
נאר וואס? טראמפ האט געגעבען אזוי סאך הילף פאר די אוקריינע מיליטער די לעצטע פיר יאר , אין נישט נאר טראמפ נאר ער האט געצווינגען אייראפעאישע לענדער צי טון די זעלבע, אז ווילאנג די שלאכטען וועלען אנגיין אויף א קליינע פארנעם קען זיך נאך אוקריינע אן עצה געבען, טראמפ האט זיי געגעבען סאפסקירטע וואפען אין זיי גענוג טרענירט אז זיי זאלען זיך קענען א עצה מיט די געווענליכע בלוט צאפעריי וואס רוסלאנד פלעגט טון דורך הייבריד וועגען

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14111
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס: פרישע רוסישע אגרעסיע ביים אוקריינע גרעניץ

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג אפריל 05, 2021 8:31 pm

וואס קען דען זיין קלארער פון א זאפטיגע טשאדי תגובה עם פירוש הבהיר פון פאלעסיידס.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

Kollel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: נייעס: פרישע רוסישע אגרעסיע ביים אוקריינע גרעניץ

תגובהדורך Kollel » דינסטאג אפריל 06, 2021 12:57 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:וואס קען דען זיין קלארער פון א זאפטיגע טשאדי תגובה עם פירוש הבהיר פון פאלעסיידס.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1913
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: נייעס: פרישע רוסישע אגרעסיע ביים אוקריינע גרעניץ

תגובהדורך לעכטל » דינסטאג אפריל 06, 2021 4:36 pm

זייער שיין טשאדעלע!
איז דא דארט עפעס פרישע נייעס מיט רוסלאנד און אוקריינע?!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

אוועטאר
יש לו מנה
שר האלף
תגובות: 1459
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: נייעס: פרישע רוסישע אגרעסיע ביים אוקריינע גרעניץ

תגובהדורך יש לו מנה » דינסטאג אפריל 06, 2021 5:28 pm

@פאלעסיידס האט געזעהן אז @טשאדל איז דא איז ער געקומען צו לויפן, האבן מיר צוויי מאל הנאה געהאט.
היכי דמי קידוש השם?

קוקט דא.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”