שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

איצל פיצל האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:.

@צל האט א פראפערטי, אסאך ארימע קינדער/כויליגאנעס פון די געגענט, האבן פאר עפעס א סיבה געלייגט אן אויג אויף זיין פראפערטי און עס זייער געגליכן, און לכבוד דעם כאפן זיי זיך כסדר אריין אין זיין פראפערטי, און מאכן אים אן פארשידענע ערענסטע פראבלעמען, ער זיכט א לייזונג וויאזוי צו פארזיכערן זיין פראפערטי עס זאל נישט זיין קיין שטח הפקר, ער׳ט געשטעלט א גארד, ער׳ט געמאכט א שטיקל צוים אבער ער זעהט גאנץ שוואכע רוזעלטאטן. שטייט ער און ער זיכט אן עיצה וויאזוי פארזיכערט מען דעם פראפערטי? קומט איינער און שלאגט אים פאר א מורא׳דיגע המצאה.

ער געט אים א זאג: נעם מער גארדס זיי וועלן שוין מאכן זיכער דאס פלאץ איז פארזיכערט.

ע: ביסט אויפן קאפ געפאלן? מיינסט כ׳האב נאכנישט געטראכט דערפון ? דאס פלאץ איז דאך ריזיג גרויס, ס׳איז אין לדבר סוף, גארדס קען העלפן אביסל, אבער עס איז נישט דאס ענטפער.

זאג נאר וואס טוט זיך מיט מאכן און פארעכטן דעם צוים? נעם ארום דאס פלאץ מיט א שטארקן הויכן צוים. דאס צוים וואס די האסט יעצט איז דאך א געלעכטער, דו רעדסט דיך אפ אז זיי קומען אריין און דו קענסט זיך נישט אן עיצה געבן? האסט דאך נאכנישט פרובירט דאס פשוט׳סטע עיצה וואס דו טוסט ביי דיר אינדערהיים, מען פארמאכט דעם טיר מען לייגט א שלאס און ווער עס וויל אריין דארף קלאפן און טיר. איך זאג נישט אז דאס איז דאס זעלבע מצב ווי דיין הויז, ווייל נאך אלעם רעדט מען דאך - ווי געשמועסט - פון א ריזיגן שטח. אבער דאס איז דאך קודם די מינימום וואס דו קענסט טוהן, אז עס זאלן פשוט נישט קומען יעדע נאכט מאסן מאסן מענטשן אויף דיין פראפערטי! ס׳איז דאך דא שטחים וואס האבן בכלל נישט קיין שמירה וואט סא עווער, איז קודם מאך א וואנט!

ע: נעה! דע ארימע קינדער? זיי וועלן בויען טאנעלן, זיי וועלן ברענגן לייטערס! א וואנט איז ווערטלאז! זילטש! נאדא! כאילו עס וואלט נישט דארט געווען! א שאד יעדע פעני!

דאס איז עס!!! איך האב א פלאן!! הער דיך גוט צו ר׳ צל:
דו ווילסט דאך פארזיכערן דיין פראפערטי? יא? איז אזוי. מארגן גיי אריבער צו אלע סקולס אין די געגנט הייב אן פארשפרייטן א בעסערע חינוך סיסטעם! דאס איז עס! גיי צום שורש פון פראבלעם! זיי זענען נעבעך דאך פשוט נישט געהעריג מחונך. איז גיי זיי זיי מחנך! איך זאג דיר די שאדן די קומעריי אויף די פראפערטי וועט איז אויפהערן! ס׳איז פשוטע מאטאמאטיק! 1+1.

ר׳ צל שטייט פארגאפט און קען נישט צו זיך קומען. ווי בין איך געווען ביז יעצט??!! וויאזוי איז עס מיר נישט איינגעפאלן?? אזא פשוט׳ע עיצה! דאס טוט דאך יעדער איינער אין די גאנצע וועלט! יעדע נארמאלע מענטש וואס וויל באהיטן זיין פארמעגן טוט דאך דאס! א וואנט??!! ווער מאכט א וואנט?? וועלעכע נארמאלע מענטש וואס וויל באשיצן זיי פראפערטי מאכט א געיט?? מען קען דאך מאכן א טאנעל! מען קען דאך ברענגן לייטערס!!
טוישן די חינוך סיסטעם פון די חברה דאס איז די ריכטיגע סילושען.

ר׳ צל לויפט אהיים מיט איין אימפעט רופט די יודענע מיטיילן די געוואלדיגע סילושען צום געפערליכן פראבלעם וואס מיטשעט זיי שוין נעבעך יארן לאנג ער פארציילט מיט איין אטעם זיין גאנצע פלאן.
זיין ווייב הערט אים אויס... לויפט צו צום טעלעפאון ריפט תיכף די הצלה...

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

איך קען נישט אטעמען
האב שכל און גיב א שמייכעל!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

עפעס אנדערש האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:איין זאך נאר, וואס האט לויט דיר צוגעברענגט דעם יא אדער נישט קריזיס אונטער ביידן מער ווי אונטער טראמפ?

1) קודם כל דער טאן פון דער אדמיניסטראציע, אז יעדער איז וועלקאם.
2) דער סיין אויף דיין יארד "דא איז נישטא קיין סורוועילענס און אלארם סיסטעם", וועט לכאורה זיין א גורם אפצושרעקן די גנבים זיך אריינצוברעכן. ניין?
3) דער גנב וואס ברעכט זיך אריין אין דיין הויז באקומט א גלעזל קאווע מיט א סלייס קאקאש קעיק, וועט לכאורה גאר שטארק אפשרעקן פון אנדערע זיך אריינצוברעכן ביי דיר. ניין?
4) דער גנב וואס מען האט געכאפט אין דיין הויז, באקומט איינע פון דיינע שטובער זיך צו קענען באזעצן דארט. לכאורה גאר א שטארקע סיבה אפצוהאלטן פון אנדערע צו טון דאס זעלבע. ניין?
5) דער צוים ארום דיין יארד איז צובראכן, און דו לייגסט ארויס א סיין "מען גייט נישט פאררעכטן דעם צוים". א פארזיכערטע אפהאלט פון אריינדרינגער. ניין?
און איך געדענק נישט וואס נאך.
פליז נוץ דיין קאממאן סענס, און לאז נישט דיין בלינדע שנאה צו טראמפ'ן איבער נעמען דיין שכל הישר.

אים סעיאינג די סעים.

דאס וואס דו קוואויטסט איז אינמיטן א סעריע פון ארויסבאקומען א הודעה אז ביידן האט יר געטוישט דעם מצב פון די אימיגראנטן.

אה, סארי, איך זעה אז עס איז שוין אלט, יעצט באקומען א נאטעפיקאציע, ווייסעך נישט פארוואס.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

להגדיל שמו האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:טראמפ האט אפגעשטעלט פאנדינג וואס האט געזאלט אהינגיין.

סוי ניין, עס איז נישט קיין נייע איידיע. (צו בעסער מאכן דעם לעבן דארט, אז מען זאל נישט דארפן קומען.)

דיין בריק בין איך גרייט צו קויפן מיט די ריכטיגע דו דילידזשענס און טייטל פאפירן, פאר גאר ביליג שטייצעך.

סאו זאגסטו אז ביז טראמפ האט אפגעשטעלט די פאנדינג איז די אימיגראציע נישט געווען א גרויסע אישא. די עולם איז געבליבן אין זייער לענדער, ווייל זיי האבען געהאט כל טוב.

דאס זאגסטו אז איך זאג.
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

תגובה דורך נפשי חמדה »

צל עובר האט געשריבן:דאס וואס דו קוואויטסט איז אינמיטן א סעריע פון ארויסבאקומען א הודעה אז ביידן האט יר געטוישט דעם מצב פון די אימיגראנטן.

גארנישט געטוישט - כעת.
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

צל עובר האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:טראמפ האט אפגעשטעלט פאנדינג וואס האט געזאלט אהינגיין.

סוי ניין, עס איז נישט קיין נייע איידיע. (צו בעסער מאכן דעם לעבן דארט, אז מען זאל נישט דארפן קומען.)

דיין בריק בין איך גרייט צו קויפן מיט די ריכטיגע דו דילידזשענס און טייטל פאפירן, פאר גאר ביליג שטייצעך.

סאו זאגסטו אז ביז טראמפ האט אפגעשטעלט די פאנדינג איז די אימיגראציע נישט געווען א גרויסע אישא. די עולם איז געבליבן אין זייער לענדער, ווייל זיי האבען געהאט כל טוב.

דאס זאגסטו אז איך זאג.

איך האב געליינט און געווען בעקט אופ.
לויט ווי איך האב פארשטאנען פון דיר איז בעסיקלי אז טראמפ מיט די וואנט מהלך האט געארבעט אויף אן אימידיעט סעלאשען און איינמאל עס איז שוין דא די וואנט מיט די טעקנאלעדזשי וואס קימט מיט דעם איז עס שוין אויך פאר די לאנג טורם, און ביידען האט גענימען די מהלך פון לאז ארויס די אימידיעט סעלטשען און לאמיר ארבעטען אז אין פינף/צען יאר ארום זאל די אישאו יא אדער נישט זיין מסודר.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ניין, די וואנט איז נישט קיין לאנג טוירם און נישט קיין שארט טוירם סעלושען כשלעצמו.

עס העלפט אפשטעלן א חלק פון די שמוגלעריי, אבער עס איז בכלל נישט קיין טייט לאק.

מענטשן זענען עס שוין איבערגעקראכן אינמיטן העלן טאג נאך בימי טראמפ.
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

צל עובר האט געשריבן:מענטשן זענען עס שוין איבערגעקראכן אינמיטן העלן טאג נאך בימי טראמפ.

ביי די נייע חלק פונעם וואנט?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

נפשי חמדה האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:מענטשן זענען עס שוין איבערגעקראכן אינמיטן העלן טאג נאך בימי טראמפ.

ביי די נייע חלק פונעם וואנט?

דא איז דא א קליפ, וואס איך קען נישט אפלאודן, פון דעצעמבער 3 2019 ווי מענטשן קריכן איבער די נייע חלקים פון די וואנט אינמיטן העלן טאג.

This is the newly replaced wall along the US/MEXICO border. #TheWall https://t.co/MIrD3HhVsE

און דאס איז אן ארטיקל פון יאהו איבער דעם ענין. אבער דער ארטיקל איז יא פון נעכטן.
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

להגדיל שמו האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:טראמפ האט אפגעשטעלט פאנדינג וואס האט געזאלט אהינגיין.

סוי ניין, עס איז נישט קיין נייע איידיע. (צו בעסער מאכן דעם לעבן דארט, אז מען זאל נישט דארפן קומען.)

דיין בריק בין איך גרייט צו קויפן מיט די ריכטיגע דו דילידזשענס און טייטל פאפירן, פאר גאר ביליג שטייצעך.

סאו זאגסטו אז ביז טראמפ האט אפגעשטעלט די פאנדינג איז די אימיגראציע נישט געווען א גרויסע אישא. די עולם איז געבליבן אין זייער לענדער, ווייל זיי האבען געהאט כל טוב.

דאס זאגסטו אז איך זאג.

איך האב געליינט און געווען בעקט אופ.
לויט ווי איך האב פארשטאנען פון דיר איז בעסיקלי אז טראמפ מיט די וואנט מהלך האט געארבעט אויף אן אימידיעט סעלאשען און איינמאל עס איז שוין דא די וואנט מיט די טעקנאלעדזשי וואס קימט מיט דעם איז עס שוין אויך פאר די לאנג טורם, און ביידען האט גענימען די מהלך פון לאז ארויס די אימידיעט סעלטשען און לאמיר ארבעטען אז אין פינף/צען יאר ארום זאל די אישאו יא אדער נישט זיין מסודר.

די ״טאָן״ װאס אן אדמיניסטראציע רעדט האט א למעשה׳דיגע השפעה, דאס אז בײדען האט ״אן די װערי פױרסט דעי״ צוריקגעדרײט טראמפ׳ס (ראסיסטישע?) פאליסיס בקול רעש גדול האט געהאט א שײנעם חלק אין די יעצטיגע איבערפלוס, חוץ די ״למעשה׳דיגע״ השפעה װאס די שריט טוט אפ-אױף מיט די צײט,
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

צל עובר האט געשריבן:ניין, די וואנט איז נישט קיין לאנג טוירם און נישט קיין שארט טוירם סעלושען כשלעצמו.

עס העלפט אפשטעלן א חלק פון די שמוגלעריי, אבער עס איז בכלל נישט קיין טייט לאק.

מענטשן זענען עס שוין איבערגעקראכן אינמיטן העלן טאג נאך בימי טראמפ.

איך רעדט דאך לויט טראמפ וכן לויט ביידען. איז שיקען געלט יא סעלושען כשלעצמו?
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

שיקן געלט סתם אן א חשבון אודאי נישט, עווענטועל מסדר זיין יענע לענדער איז א קאמפלעטע סעלושען אויף יענעם פראנט.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6532
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

איצל פיצל האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:.

@צל האט א פראפערטי, אסאך ארימע קינדער/כויליגאנעס פון די געגענט, האבן פאר עפעס א סיבה געלייגט אן אויג אויף זיין פראפערטי און עס זייער געגליכן, און לכבוד דעם כאפן זיי זיך כסדר אריין אין זיין פראפערטי, און מאכן אים אן פארשידענע ערענסטע פראבלעמען, ער זיכט א לייזונג וויאזוי צו פארזיכערן זיין פראפערטי עס זאל נישט זיין קיין שטח הפקר, ער׳ט געשטעלט א גארד, ער׳ט געמאכט א שטיקל צוים אבער ער זעהט גאנץ שוואכע רוזעלטאטן. שטייט ער און ער זיכט אן עיצה וויאזוי פארזיכערט מען דעם פראפערטי? קומט איינער און שלאגט אים פאר א מורא׳דיגע המצאה.

ער געט אים א זאג: נעם מער גארדס זיי וועלן שוין מאכן זיכער דאס פלאץ איז פארזיכערט.

ע: ביסט אויפן קאפ געפאלן? מיינסט כ׳האב נאכנישט געטראכט דערפון ? דאס פלאץ איז דאך ריזיג גרויס, ס׳איז אין לדבר סוף, גארדס קען העלפן אביסל, אבער עס איז נישט דאס ענטפער.

זאג נאר וואס טוט זיך מיט מאכן און פארעכטן דעם צוים? נעם ארום דאס פלאץ מיט א שטארקן הויכן צוים. דאס צוים וואס די האסט יעצט איז דאך א געלעכטער, דו רעדסט דיך אפ אז זיי קומען אריין און דו קענסט זיך נישט אן עיצה געבן? האסט דאך נאכנישט פרובירט דאס פשוט׳סטע עיצה וואס דו טוסט ביי דיר אינדערהיים, מען פארמאכט דעם טיר מען לייגט א שלאס און ווער עס וויל אריין דארף קלאפן און טיר. איך זאג נישט אז דאס איז דאס זעלבע מצב ווי דיין הויז, ווייל נאך אלעם רעדט מען דאך - ווי געשמועסט - פון א ריזיגן שטח. אבער דאס איז דאך קודם די מינימום וואס דו קענסט טוהן, אז עס זאלן פשוט נישט קומען יעדע נאכט מאסן מאסן מענטשן אויף דיין פראפערטי! ס׳איז דאך דא שטחים וואס האבן בכלל נישט קיין שמירה וואט סא עווער, איז קודם מאך א וואנט!

ע: נעה! דע ארימע קינדער? זיי וועלן בויען טאנעלן, זיי וועלן ברענגן לייטערס! א וואנט איז ווערטלאז! זילטש! נאדא! כאילו עס וואלט נישט דארט געווען! א שאד יעדע פעני!

דאס איז עס!!! איך האב א פלאן!! הער דיך גוט צו ר׳ צל:
דו ווילסט דאך פארזיכערן דיין פראפערטי? יא? איז אזוי. מארגן גיי אריבער צו אלע סקולס אין די געגנט הייב אן פארשפרייטן א בעסערע חינוך סיסטעם! דאס איז עס! גיי צום שורש פון פראבלעם! זיי זענען נעבעך דאך פשוט נישט געהעריג מחונך. איז גיי זיי זיי מחנך! איך זאג דיר די שאדן די קומעריי אויף די פראפערטי וועט איז אויפהערן! ס׳איז פשוטע מאטאמאטיק! 1+1.

ר׳ צל שטייט פארגאפט און קען נישט צו זיך קומען. ווי בין איך געווען ביז יעצט??!! וויאזוי איז עס מיר נישט איינגעפאלן?? אזא פשוט׳ע עיצה! דאס טוט דאך יעדער איינער אין די גאנצע וועלט! יעדע נארמאלע מענטש וואס וויל באהיטן זיין פארמעגן טוט דאך דאס! א וואנט??!! ווער מאכט א וואנט?? וועלעכע נארמאלע מענטש וואס וויל באשיצן זיי פראפערטי מאכט א געיט?? מען קען דאך מאכן א טאנעל! מען קען דאך ברענגן לייטערס!!
טוישן די חינוך סיסטעם פון די חברה דאס איז די ריכטיגע סילושען.

ר׳ צל לויפט אהיים מיט איין אימפעט רופט די יודענע מיטיילן די געוואלדיגע סילושען צום געפערליכן פראבלעם וואס מיטשעט זיי שוין נעבעך יארן לאנג ער פארציילט מיט איין אטעם זיין גאנצע פלאן.
זיין ווייב הערט אים אויס... לויפט צו צום טעלעפאון ריפט תיכף די הצלה...

ר' איצל זייער שטארק, אבער העיקר שכחת די עיקר עצה איז געווען עפענען זייער ברייט די טיהר אזוי וועלן זיי נישט קומען!
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

ביסיידס די פוינט אז דער איינער וואס האט געגעבן די בריליאנטענע עצה, ביי זיין אייגענע פראפערטי איז דאס ארומגענומען מיט א שיינע פעסטע מויער, דארט ארבעט עפעס נישט די מעכטיגע עצה. ע"ע פעלאסי וכו'.
טוט זיך...?
שר האלף
תגובות: 1053
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוט זיך...? »

הײמישער זײגער האט געשריבן:
איצל פיצל האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:.

@צל האט א פראפערטי, אסאך ארימע קינדער/כויליגאנעס פון די געגענט, האבן פאר עפעס א סיבה געלייגט אן אויג אויף זיין פראפערטי און עס זייער געגליכן, און לכבוד דעם כאפן זיי זיך כסדר אריין אין זיין פראפערטי, און מאכן אים אן פארשידענע ערענסטע פראבלעמען, ער זיכט א לייזונג וויאזוי צו פארזיכערן זיין פראפערטי עס זאל נישט זיין קיין שטח הפקר, ער׳ט געשטעלט א גארד, ער׳ט געמאכט א שטיקל צוים אבער ער זעהט גאנץ שוואכע רוזעלטאטן. שטייט ער און ער זיכט אן עיצה וויאזוי פארזיכערט מען דעם פראפערטי? קומט איינער און שלאגט אים פאר א מורא׳דיגע המצאה.

ער געט אים א זאג: נעם מער גארדס זיי וועלן שוין מאכן זיכער דאס פלאץ איז פארזיכערט.

ע: ביסט אויפן קאפ געפאלן? מיינסט כ׳האב נאכנישט געטראכט דערפון ? דאס פלאץ איז דאך ריזיג גרויס, ס׳איז אין לדבר סוף, גארדס קען העלפן אביסל, אבער עס איז נישט דאס ענטפער.

זאג נאר וואס טוט זיך מיט מאכן און פארעכטן דעם צוים? נעם ארום דאס פלאץ מיט א שטארקן הויכן צוים. דאס צוים וואס די האסט יעצט איז דאך א געלעכטער, דו רעדסט דיך אפ אז זיי קומען אריין און דו קענסט זיך נישט אן עיצה געבן? האסט דאך נאכנישט פרובירט דאס פשוט׳סטע עיצה וואס דו טוסט ביי דיר אינדערהיים, מען פארמאכט דעם טיר מען לייגט א שלאס און ווער עס וויל אריין דארף קלאפן און טיר. איך זאג נישט אז דאס איז דאס זעלבע מצב ווי דיין הויז, ווייל נאך אלעם רעדט מען דאך - ווי געשמועסט - פון א ריזיגן שטח. אבער דאס איז דאך קודם די מינימום וואס דו קענסט טוהן, אז עס זאלן פשוט נישט קומען יעדע נאכט מאסן מאסן מענטשן אויף דיין פראפערטי! ס׳איז דאך דא שטחים וואס האבן בכלל נישט קיין שמירה וואט סא עווער, איז קודם מאך א וואנט!

ע: נעה! דע ארימע קינדער? זיי וועלן בויען טאנעלן, זיי וועלן ברענגן לייטערס! א וואנט איז ווערטלאז! זילטש! נאדא! כאילו עס וואלט נישט דארט געווען! א שאד יעדע פעני!

דאס איז עס!!! איך האב א פלאן!! הער דיך גוט צו ר׳ צל:
דו ווילסט דאך פארזיכערן דיין פראפערטי? יא? איז אזוי. מארגן גיי אריבער צו אלע סקולס אין די געגנט הייב אן פארשפרייטן א בעסערע חינוך סיסטעם! דאס איז עס! גיי צום שורש פון פראבלעם! זיי זענען נעבעך דאך פשוט נישט געהעריג מחונך. איז גיי זיי זיי מחנך! איך זאג דיר די שאדן די קומעריי אויף די פראפערטי וועט איז אויפהערן! ס׳איז פשוטע מאטאמאטיק! 1+1.

ר׳ צל שטייט פארגאפט און קען נישט צו זיך קומען. ווי בין איך געווען ביז יעצט??!! וויאזוי איז עס מיר נישט איינגעפאלן?? אזא פשוט׳ע עיצה! דאס טוט דאך יעדער איינער אין די גאנצע וועלט! יעדע נארמאלע מענטש וואס וויל באהיטן זיין פארמעגן טוט דאך דאס! א וואנט??!! ווער מאכט א וואנט?? וועלעכע נארמאלע מענטש וואס וויל באשיצן זיי פראפערטי מאכט א געיט?? מען קען דאך מאכן א טאנעל! מען קען דאך ברענגן לייטערס!!
טוישן די חינוך סיסטעם פון די חברה דאס איז די ריכטיגע סילושען.

ר׳ צל לויפט אהיים מיט איין אימפעט רופט די יודענע מיטיילן די געוואלדיגע סילושען צום געפערליכן פראבלעם וואס מיטשעט זיי שוין נעבעך יארן לאנג ער פארציילט מיט איין אטעם זיין גאנצע פלאן.
זיין ווייב הערט אים אויס... לויפט צו צום טעלעפאון ריפט תיכף די הצלה...

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אן עונג (ערב) שבת
:lol:
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

יואל שרייבער האט געשריבן:עס איז נישט קיין פראבלעם אז מענטשן זענען געצווינגען זיך אוועקצומופן פון זייער לאנד און פאמיליע, און אנקומען בלויז מיט א רוקזאק אין א פרעמד לאנד, מיט א פרעמדע שפראך און קולטור?

דער פראבלעם פאר אמעריקע איז אז אזויווי זייער אסאך פון די מענטשן וועלן זיך קיינמאל נישט קענען איינגלידערן דא געהעריג וועלן זיי בלייבן א לאסט אויף די רעגירונג.

פארשטייט זיך אז דער אמעריקאנער גוי האט אויך א רעכט צו זיין ברוגז אז מען ברענגט דא אן מענטשן מיט א פרעמדן קולטור וואס גייען איבערנעמען דאס לאנד, אבער דאס איז טאקע נישט קיין פראבלעם פאר מיר.

פונקט ווי אמאל האט מען געהאסט די איירישע, די כינעזער און יאפענעזער אין קאליפארניע, די מזרח אייראפעישע, די אידן, און זיי אראפגעקוקט. די יעצטיגע אימיגראנטן׳ס אייניקלעך גייען אויך מורא האבן אז די נייע אימיגראנטן פון באנגלאדאש וועלן איבערנעמען די קולטור. דאס איז אמעריקע. נאר אזוי האט זי זיך געבויעט.

מען דארף ליינען פון בוש צו זען וויאזוי די רעפובליקאנער ליניע איז אמאל געווען, פאר ראסיזם איז געווארן מעינסטריעם.
שויתי ה' לנגדי תמיד
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

כאילו לענדער מיט הייזער איז די זעלבע זאך - ביי א הויז ארבעט א וואנט, ביי א לאנד נישט - כאילו נישט אריינלאזן אימיגראנטן אין לאנד איז די זעלבע זאך ווי נישט וואוינען אויפן גאס, און כאילו איך בין דער וועלטס פארזארגער, וואס אמעריקע איז יא, און זאל בעסער ווייטער זיין, ווייל אויב נישט איז כינע גערן גרייט איבערצונעמען דעם טראן.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

צל עובר האט געשריבן:כאילו לענדער מיט הייזער איז די זעלבע זאך - ביי א הויז ארבעט א וואנט, ביי א לאנד נישט - כאילו נישט אריינלאזן אימיגראנטן אין לאנד איז די זעלבע זאך ווי נישט וואוינען אויפן גאס, און כאילו איך בין דער וועלטס פארזארגער, וואס אמעריקע איז יא, און זאל בעסער ווייטער זיין, ווייל אויב נישט איז כינע גערן גרייט איבערצונעמען דעם טראן.

כאילו נישט. מען האט עס נאך קיינמאל נישט פראבירט, און די דעמאקראטן זענען כסדר ביזי מיט די זעלבע טעאראטישע טענות, אז עס גייט נישט ארבייטן.
טראמפ איז געקומען און געטון צו די זאך, און אאפס, עס ארבייט. וואס טוט מען? דעמאקראטן זענען אויס מענטש, אונזער גאנצע טאלקינג פוינט איז ארויסגעפלויגן ווי א זייפן בלאז. דער אמת קומט ארויס. אה, אונז האמיר א גוטע עצה, לייטערס און טונעלן. יאפ דאס וועט ארבייטן.
וואס דרייט איר א קאפ. פראפערטיס מיט גרויסע צוימען האבן אויך סעקיוריטי קעמרעס און אלארם סיסטעם'ס. פארוואס? ער האט דאך א גוטע צוים? אה, עס קען זיך אמאל מאכן אז איינער זאל איבערקריכן, און פארדעם איז דא גרעניץ וועכטער. אבער עס גייט נישט קומען קיין מאסן אריינדרינגער.
וואס איז אנדערש א לאנד ווי א פראפערטי, עס איז פשוט א חילוק אין סייז, נו, יעדע זאך מיט זיין פראפארציע.

יעדער ווייסט זייער גוט אז די גאנצע כלומר'שטע רעגעניש פון די דעמאקראטן איז פשוט ווייל זיי ווילן פאר זייער אייגענע אינטערעסן אז עס זאל קומען אריינדרינגער אין די מאסן, עס לוינט זיך זיי פשוט פאליטיש, סא עס איז עכט א שאד די גאנצע בעק ענד פארט, ווייל יעדער אין הארץ ווייסט דעם אמת סייווי.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך האב היינט געברענגט דא לינקס ווי מען קריכט איבער די וואנט אין די מאסן. און מען איז עס אויך איבערגעקראכן בימי טראמפ.

עקסטער האב איך נעכטן געברענגט ווי מען זעהט אז א גרויסע רוב אומלעגאלע קומען בכלל נישט פון די גרעניץ, נאר זענען וויזע אויווערסטעיס.

דאס אלעס איז בכלל נישט שייך ביי קיין הויז.
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

צל עובר האט געשריבן:
עקסטער האב איך נעכטן געברענגט ווי מען זעהט אז א גרויסע רוב אומלעגאלע קומען בכלל נישט פון די גרעניץ, נאר זענען וויזע אויווערסטעיס.

אבער די עיקר סכנה און פראבלעם איז פון די שמוגלען
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אמת, און די וואנט העלפט גאנץ קנאפ, האט גאנץ קנאפ געהאלפן בימי טראמפ.

רשעות'דיג באהאנדלן די וואס קומען, און רעדן מיט אסאך העיט קעגן זיי, העלפט יא, אבער פרעזידענט ביידן איז נישט גרייט אויף דעם.

בלייבט נאר איבער די עצה פון בעסער מאכן דעם מצב דארט.

(אדער אריינלאזן לעגאל כל דכפין, וואס קען מער ווייניגער פארטיגן די שמוגלעריי אינדאסטרי אויפן פלאץ כמובן. אבער ליידער האלט דער פרעזידענט נישט ביי דעם אויך נישט.)
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3172
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

ווייס פרעזידענט העריס האט אפגעהאלטן א באזוך אין ניו העמפשער, וואס גרעניצט זיך מיט קאנאדע, אין דער צייט וואס זי וואס דארף קעיר נעמען פין די קריזיס האט נאך נישט באזוכט ביים סאוטערן בארדער,

סענעטאר קרוז האט איר שארף אראפגעריסן אויף טוויטער שרייבענדיג WELCOMT TO THE WRONG BORDER אין GPS GOT CONFUSED,

אינטערסאנט אנצומערקען אז נישט נאר איר GPS ארבעט נישט, ווי עס זעט אויס איז די GPS פין CNN, MSNBC, CBS, ABC NBC ארבעטן אויך נישט,
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

צל עובר האט געשריבן:בלייבט נאר איבער די עצה פון בעסער מאכן דעם מצב דארט.

מען האט דאס שוין געטון אלע יארן בימי אבאמא. און עס האט עפעס געהאלפן?. קענסט מסתם די שפריכווארט: א נאר איז דער וואס טוט צוויי מאל די זעלבע זאך און ערווארט אנדערע רעזולטאטן.

(אדער אריינלאזן לעגאל כל דכפין, וואס קען מער ווייניגער פארטיגן די שמוגלעריי אינדאסטרי אויפן פלאץ כמובן. אבער ליידער האלט דער פרעזידענט נישט ביי דעם אויך נישט.)

ליידער ליידער. איך האב געהאט א סינק און עס האט געטראפט פון אונטען, האב איך גערופן א פלאמבער, ווייזט ער מיר אז עס דא היבש אפאר לעכער אין די פייפ, און עס וועט זיין גאנץ שווער צו פאררעכטן יעדע לאך באזונדער. זאג איך אים: שנייד דארך די גאנצע פייפ אזוי וועט עס טאקע נישט טראפען אזוי סאך פלעצער...
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

וואס פארשטיי מיר אונז פשוט׳ע אומשטודירטע אידעלעך צו ליבעראלע אידאלאגיע.
אני הוא הנער, נער המדבר
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

עפעס אנדערש האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:בלייבט נאר איבער די עצה פון בעסער מאכן דעם מצב דארט.

מען האט דאס שוין געטון אלע יארן בימי אבאמא. און עס האט עפעס געהאלפן?. קענסט מסתם די שפריכווארט: א נאר איז דער וואס טוט צוויי מאל די זעלבע זאך און ערווארט אנדערע רעזולטאטן.

(אדער אריינלאזן לעגאל כל דכפין, וואס קען מער ווייניגער פארטיגן די שמוגלעריי אינדאסטרי אויפן פלאץ כמובן. אבער ליידער האלט דער פרעזידענט נישט ביי דעם אויך נישט.)

ליידער ליידער. איך האב געהאט א סינק און עס האט געטראפט פון אונטען, האב איך גערופן א פלאמבער, ווייזט ער מיר אז עס דא היבש אפאר לעכער אין די פייפ, און עס וועט זיין גאנץ שווער צו פאררעכטן יעדע לאך באזונדער. זאג איך אים: שנייד דארך די גאנצע פייפ אזוי וועט עס טאקע נישט טראפען אזוי סאך פלעצער...

איך רעד לשיטת ווער עס איז מודה אז דער עיקר פראבלעם איז די שמוגלעריי ביים גרעניץ.

אומלעגאלע אימיגראנטן קומען דאך רוב אריין לעגאל און בלייבן דא אומלעגאל.

א בעסערע משל וואב איז מער דומה לענינינו, איז אז ווען וואסער לייגט זיך אויף א פונדאמענט קרעקט עס, און די עצה איז צו פארקירעווען דעם וואסער צו רינען ערגעץ אנדערש. (ווייל אין אונזער פאל קריכן מענטשן געהעריג איבער דעם וואנט אויך.)
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”