שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8119
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג מארטש 22, 2021 1:07 pm

אין די לעצטערע וואכן, זינט פרעזידענט ביידען איז איינגעשוואוירן געווארן צום אפיס איז אנשטאנען א טשעלענדזש צושטאנד ביים דרום גרעניץ מיט מעקסיקא, ווי טויזענטער אימיגראנטן, צווישן זיי אסאך קליינע קינדער ריקן זיך אן אויף א טעגליכע פארנעם זיך אריינצודרינגן אין אמעריקאנע טערעטארי, וויסענדיג אז די אמעריקאנע ווירדנדיגע ביידען אדמעניסטראציע וועט געצווינגן זיין זיי צו באהאנדלן מיט זיידענע הענטשקעס, אנדערש ווי די פאריגע אדמעניסטראציע וועלכע האט פארסירט די גרעניץ זיכערהייט מיט א שטייפע און דיקטאטורישע צוגאנג.

די מייגרענט טשעלענדזש קומט אין א צייט וואס עס קען שטעלן א ערענסטע געזונטהייט געפאר פארן אמעריקאנעם פאבליק שטייענדיג אינמיטן דעם הייסן קאוויד19 פענדעמיק, וואס לויט דר. פאוטשי איז די קאוויד קעיסעס ראטע נאך ווייט פון גוט. אמעריקאנע בירגער זענען נאכנישט ערלויבט זיך צוריקצוקערן צום נארמאלן לעבנסשטייגער, ביזנעסער קענען זיך נישט געהעריג ארויסזעהן פונעם קריזיס און קינדער קענען נישט צוריקגיין אין שולע.. און דא ריקן זיך אן טויזענטער אימיגראנטן אויף א טעגליכע פארנעם אהן איינהאלטן די פראטיקלאן ראקאמענדירט דורך די סייענטיסטן און פארלאנגט דורך די פעדעראלע גאווערמענט.. טעסטס מאן דכר שמיה.. און לויט באריכטן געפונען זיך צווישן זיי אויך מיטל מזרח אימיגראטן פון טעראר אינפעסטירטע לענדער.

במשך די לעצטע עטליכע וואכן האבן לאו אינפארמענט אגענטורן, צווישן זיי ICE זיך מערערע מאל געוואנדן און פארלאנגט פון די ביידען אדמיניסטראציע זיי זאלן טאן עפעס צו העלפן אפצושטעלן דעם שטייגענדן פראבלעם. די אגענטורן זענען איבערגעשטרענגט מיט איבערגעפילטע דיטענשאן צענטערן ווי מ׳האלט אויף די פריש אנגעקומענע אימיגראנטן, צווישן זיי טויזענטער קליינע קינדער וואס לויט די ביידען אדמעניסטראציע ווערן זיי געהאלטן אין א גאר גוטע צושטאנד.

די ביידען אדמיניסטראציע האט אין די זעלבע צייט אנגעהויבן ארבעטן אויף די PR חלק, און נאכאנאנד קלארגעשטעלט אז די פראבלעם ביים גרעניץ איז קיין קריזיס, און ווידער קלארגעשטעלט אז אלע אימיגראנטן ווערן גוט און פאסיג באהאנדלט, אבער אין די זעלבע צייט קלארגעמאכט אז דער גרעניץ איז פארשלאסן, און זיי בעטן אימיגראנטן זאלן אויפהערן מיט זייער פלייץ צום גרעניץ.

מידיע אגענטורן ווערן נאכאנאנד צוריקגעוויזן פון אריינצוגיין אין די צענטערן צו רעקארדירן די מצב אין וואס די חשובע געסט געפונען זיך. און דער DHS סעקרעטאר האט דאס נעכטן פארענטפערט פאר קריס וואלעס פון פאקס, אז די סיבה דערצו איז פשוט אויס זיכערהייט, היות מ׳האלט אינמיטן א פענדעמיק, און זיין אגענטור לייגט געזונטהייט פראטעקאלן אלטס ערשטע פעריאריטעיט.

היינט האט די AXIOS נייעס קוואל געלייגט א יד אויף עטליכע בילדער פונעם 5 שטערן סערוויס וואס די חשובע אורחים קריגן, און ווי עס שטעלט זיך ארויס איז עס כמעט פאראלעל מיט די צושטאנד פון די גוים באנגעלאו אין נעפאנעק אין צייטן פון ר׳ יודל ע״ה, מיט אומזינסט צוגעשטעלטע כשר לפסח מאטראצן.

אבי מ׳רעדט זיך אפ.

דער DHS סעקרעטאר נעכטן אויף קריס וואלעס.

https://1drv.ms/v/s!AltxUozgI9-jgULCWDzMYeAxYXWf

בילדער:
צוגעלייגטע
917C5BBA-C18D-45E9-B377-2AFA9BC6C7BA.jpeg
917C5BBA-C18D-45E9-B377-2AFA9BC6C7BA.jpeg (306.34 KiB) געזעהן 3675 מאל
סטעי טונד!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8119
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג מארטש 22, 2021 1:14 pm

נאך בילדער:
צוגעלייגטע
B353AFEA-9A21-4677-9737-7F3ED0C9BBE7.jpeg
B353AFEA-9A21-4677-9737-7F3ED0C9BBE7.jpeg (188.27 KiB) געזעהן 3607 מאל
02F1F312-1368-4DE9-973B-541D1A592C71.jpeg
02F1F312-1368-4DE9-973B-541D1A592C71.jpeg (323.65 KiB) געזעהן 3607 מאל
11FD4526-572C-4C9C-B5AA-9373F1C4D679.jpeg
11FD4526-572C-4C9C-B5AA-9373F1C4D679.jpeg (254 KiB) געזעהן 3607 מאל
סטעי טונד!

abeg
שר שלשת אלפים
תגובות: 3914
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך abeg » מאנטאג מארטש 22, 2021 1:22 pm

האסט פארגעסן ציצילײגן אז לע פאלעטישאנס װאס קימען װיזיטאן נעמט מען פון זײ אװעק זײערע פאונס אין קאמערע׳ס (מיסתם כדי אז די אפארעטען זאל נישט ח״ו װערן אנגעשטעקט פון די פענדעמיק)

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8119
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג מארטש 22, 2021 1:26 pm

די ווייסע הויז קאראנספאדאנט צו פאקס נוז, דזשאהן ראבערטס מיט זיין איינזייטיגקייט.
צוגעלייגטע
4ACCBA70-BD8C-4852-AF0D-331C4C6C3AC5.jpeg
4ACCBA70-BD8C-4852-AF0D-331C4C6C3AC5.jpeg (110.23 KiB) געזעהן 3514 מאל
סטעי טונד!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8119
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג מארטש 22, 2021 1:30 pm

באריכט:

גרעניץ פאטראל אגענטורן זענען געצוויגן צו באפרייען אימיגראנטן אהן א געריכטליכע דאטום.

https://www.nbcnews.com/news/amp/ncna1261720

ס׳קען זיך דאכטן פאר א רגע אז א קארט דאטום איז א סעלושן..
סטעי טונד!

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18506
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג מארטש 22, 2021 1:36 pm

א נייע גזירה אויסער די מאסקעס לייגט מען נאך טעיפ אויף די אויגן, דארפן זיי טאקע בלייבן מאחורי הגרעניץ

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך בעסער אזוי » מאנטאג מארטש 22, 2021 1:37 pm

טשאאאאדעעלעע..! :lol:
היי, איי עם 'בעסער אזוי' היר אין די טשעטשועישן רום, ווי וואנע וועלקאם אואער וויוערס פראם יונייטעד סטעיטס ענד אראונד די ווארלד

אוועטאר
עומד מן הצד
שר האלף
תגובות: 1309
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך עומד מן הצד » מאנטאג מארטש 22, 2021 1:47 pm

טראמפ האט זיך עפעס געלאזט הערן נעכטן איבער די פראבלעם, איינער קען אפשר צוברענגען די סטעיטמענט?

IMBZ
שר האלף
תגובות: 1520
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך IMBZ » מאנטאג מארטש 22, 2021 1:47 pm

Wowowow
Border agents in the Rio Grande Valley, the epicenter of the current migrant surge, were authorized on Saturday to begin releasing adult migrants and families from custody before they have been given a date to appear in court, according to an internal document obtained by NBC News

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8119
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג מארטש 22, 2021 1:52 pm

עומד מן הצד האט געשריבן:טראמפ האט זיך עפעס געלאזט הערן נעכטן איבער די פראבלעם, איינער קען אפשר צוברענגען די סטעיטמענט?
צוגעלייגטע
D47D226B-4496-46C4-9BF6-FA6F8160BBC7.jpeg
D47D226B-4496-46C4-9BF6-FA6F8160BBC7.jpeg (376.87 KiB) געזעהן 3280 מאל
סטעי טונד!

אוועטאר
עומד מן הצד
שר האלף
תגובות: 1309
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך עומד מן הצד » מאנטאג מארטש 22, 2021 1:54 pm

יישר כח @טשאדעלע

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8119
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג מארטש 22, 2021 1:55 pm

CNN האט למעשה אפירגעקראצט עפעס ווערטער פאר זייער העדליין
צוגעלייגטע
F768980E-1CE6-4188-AA46-BA2C79DA1D0F.jpeg
F768980E-1CE6-4188-AA46-BA2C79DA1D0F.jpeg (63.39 KiB) געזעהן 3261 מאל
סטעי טונד!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8119
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג מארטש 22, 2021 2:03 pm

פתחו שערים ויבוא גוי:

די פעדעראלע גאווערמענט גרייט זיך צו עפענען א פרישע קינדערגארטן חדר אין פיכאס, א סיטי אין טעקסעס, נאכצוקומען די בלי און וואוקס פון תשב״ר וועלכע צוען זיך אריבער אין די מאסן צום נייעם אלטן ישוב אין אמעריקא.

די נייע צענטער וועט קענען אקאמענדירן אזויפיל ווי פון 5 הונדערט ביז 2 טויזענט קינדער, אינטער די אויפזיכט פון חשובע מדריכים מיט ביקסן און הויפענעס פאפירן זיי צו קענען ארויסלאזן און מאכן פלאץ פאר פרישע..
צוגעלייגטע
6405FF7B-7698-4C31-84B1-851E017E68E4.jpeg
6405FF7B-7698-4C31-84B1-851E017E68E4.jpeg (82.14 KiB) געזעהן 3226 מאל
סטעי טונד!

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9574
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג מארטש 22, 2021 2:23 pm

ברוך הבא. צווישן אלע אימיגראנטן, איז כאטש מיטגעקומען איין טשאדעלע.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1248
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך צוקער וואסער » מאנטאג מארטש 22, 2021 2:59 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:ברוך הבא. צווישן אלע אימיגראנטן, איז כאטש מיטגעקומען איין טשאדעלע.

משה בעלז
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:26 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך משה בעלז » מאנטאג מארטש 22, 2021 3:00 pm

JP News Border crisis Documentary - 3/21/2021
JPPp.JPG
JPPp.JPG (41.88 KiB) געזעהן 3001 מאל

https://drive.google.com/file/d/1iuSVs4 ... GtoEB/view

אוועטאר
נארמאליזעם
שר האלפיים
תגובות: 2629
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך נארמאליזעם » מאנטאג מארטש 22, 2021 3:14 pm

די בילדער פון קינדער פסחדיג האב איך שוין געזעהן יארן צוריק סאיז נישט קיין נייע זאך דארט ביים גרעניץ

אוועטאר
בן איש חי
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 5:43 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך בן איש חי » מאנטאג מארטש 22, 2021 3:16 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
עומד מן הצד האט געשריבן:טראמפ האט זיך עפעס געלאזט הערן נעכטן איבער די פראבלעם, איינער קען אפשר צוברענגען די סטעיטמענט?


פולע סטעיטמענט
64912_01.jpeg
DJT Full Statement
64912_01.jpeg (92.87 KiB) געזעהן 2930 מאל

אוועטאר
רוסישע פרינץ
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 06, 2021 8:13 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך רוסישע פרינץ » מאנטאג מארטש 22, 2021 4:49 pm

פרעזידענט ביידען האט נעכטן געזאגט פאר רעפארטער אז ער וועט אפשטאטן א באזוך ביי די דרום גרעניץ ע"ט סא"ם פאוינ"ט.

ווען דער פרעזידענט איז גווארן אנגעפרעגט אויב ער וויל זעהן ערשטהאנטיג די (נישט קריזיס) צושטאנד ביים גרעניץ, האט ער אנטווארטירט: "איי קנאו וואטס גאוינג אין דאוז פעסיליטיס".

אוועטאר
רוסישע פרינץ
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 06, 2021 8:13 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך רוסישע פרינץ » מאנטאג מארטש 22, 2021 4:53 pm

אמעריקאנער אמבאסאדאר קיין מעקסיקאו, ראבערטא זשעיקאבסאן, אינאיינעם מיט כוואן גאנזאלעס, פון די נאציאנאלע זיכערהייט קאונסיל, וועלן היינט זיך טרעפן מיט הויכראנגיגע מעקסיקאנער באאמטע צו דיסקוסירן די (נישט קריזיס) צושטאנד ביים גרעניץ און וואס עס קען געטאן ווערן דאס צו לעזן.

גאנזאלעס וועט פון דארט אפרייזן קיין גואטעמאלע וואו ער וועט אפהאלטן זיצונגען מיט ארטיגע רעגירונג'ס באאמטע איבער די זעלבע טעמע.

אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3296
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך להגדיל שמו » מאנטאג מארטש 22, 2021 5:31 pm

איך כאפ נישט וואס מען זעט שלעכט אויף די בילדער. אלע גייען מיט מאסקעס.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5563
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג מארטש 22, 2021 5:37 pm

להגדיל שמו האט געשריבן:איך כאפ נישט וואס מען זעט שלעכט אויף די בילדער. אלע גייען מיט מאסקעס.

מ'ברויך דאך גיין מיט צוויי...

נאר א ווערטל, ערנסט גערעדט זעסט נישט אז זייערע בעטן זענען נישט אפגערוקט קיין דריי פיס, כ'תקנת סי בי די

אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3296
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך להגדיל שמו » מאנטאג מארטש 22, 2021 10:17 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:איך כאפ נישט וואס מען זעט שלעכט אויף די בילדער. אלע גייען מיט מאסקעס.

מ'ברויך דאך גיין מיט צוויי...

נאר א ווערטל, ערנסט גערעדט זעסט נישט אז זייערע בעטן זענען נישט אפגערוקט קיין דריי פיס, כ'תקנת סי בי די

ערגעץ האב איך געזען אין די נייעס אז די סי די סי האט געזאגט אז סוף מארטש גייט שוין נישט אויספעלן די דריי פוס.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך בעסער אזוי » דינסטאג מארטש 23, 2021 10:14 am

טשאדעלע מיר וואלטן הנאה געהאט אויב איר קענט אריינקומען מיט אפדעיטס איבער דעם נישט-קריזיס ביים גרעניץ
היי, איי עם 'בעסער אזוי' היר אין די טשעטשועישן רום, ווי וואנע וועלקאם אואער וויוערס פראם יונייטעד סטעיטס ענד אראונד די ווארלד

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2497
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג מארטש 23, 2021 1:35 pm

טייל פון די שפילצייג צוגעשטעלט פאר די חשוב'ע קינדער.
Screenshot 2021-03-23 173052.jpg
Screenshot 2021-03-23 173052.jpg (366.05 KiB) געזעהן 1914 מאל


בילדער קרעדיט: די ביידען אדמיניסטראציע.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Good eye, בילדער, והיתם נקיים, חנוך, לא ימושו מפיך, משהלע, פרוכת, שרייזשע און 57 געסט