טראמפ און ביידען און די זייט געלייגט, אבער קודם א שכויעך פאר זיי ״ביידען״, שטארק נהנה געווען ב״ה (עכ״פ אויף די מינוט זיכער....)
א טראפ לקרב אל השכל וואס דא טוט זיך.
אויב אויף א פארטריקענטע שטח, וועט איינער גיסען א טראק לאוד מיט וואסער, וועט דאס בס״ה פארשטאפען די טריקענע שפאלטענעס. און אויב גיסט מען א צווייטס? וועט דאס ערד שוין ווייעך ווערן, נו איז דאך גוט מען קען שוין פלאנצען! וואס טוט זיך אבער אויב אויך א דריטס? וועט דאס ערד שוין ווערן אביסעל מאראסטיג... מען קען נאך אפשר וואקען, אבער מען דארף זיין פארזיכטיג נישט זיך צו פארשמירען, נישט געפערליך... וואס טוט זיך אבער אויב זעהט מען די הימעל איז אויך שטארק פארוואלקענט?!? דארף מען כאפן די שטיוועל און טרעפן שוץ באצייטענס.
לענינינו, (אויב טראמפ איז אויף אלעס שולדיג) קען זיין טראמפ האט געדארפט וויסן אז עס קומט וואלקענעס (די דעמס) אויפן לאנד און עס גייט זיך גיסן כשיטתם (הטוב), און ער וואלט זיך געדארפט איינהאלטען פון גיסען די ערשטע 2 טראק לאודס מיט גרינע סחורה....
אבער כעת אויב וועלט לענדער אדער סתם אזוי גרויסע אינוועסטירער ווי אויך די קאנסומער, נאך זעהן טראמפס טראק לאודס און זעהן אז אקעי די מצב איז נישקשה מען קען אריינכאפען אינוועסטמענטס צו פלאנצען רווחים, אבער דערנאך קומט א פרישע לאוד, עס הייבט אן ווערן מאראסטיג.... און ווען זיי קוקן ארויף צו די באהערדע זעהען זיי שווארצע וואלקענעס מיט אפעטיט אויף צו באגיסן.... כאפט מען א פליגער אויף פלארירע/טשיינע....
פארשטייט זיך יעדער לויט זיין שיטת בפאליטיק וועט יעצט קענען טענהן צו די ערשטע טראק לאוד איז שולדיג אדער די דריטע,, און בעיקר צו עס איז פארוואלקענט
א לעכטיגן שבת הגדול
כל ברכאין דלעילא ולתתא ביומא שביעא תליין