פרעזידענט ביידען'ס אינפראסטרוקטור פלאן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- כאפצעם
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18244
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
- לאקאציע: לויפט
פרעזידענט ביידען'ס אינפראסטרוקטור פלאן
מ'האלט נאך בעפארן פיינעל דורכפירן דעם ריזן $1.9 טריליאן קאוויד ביל אבער מר. ביידען פארט שוין ווייטער.
די אדמיניסטראציע זייענדיג ביי די מיינונג אז די עיקר ארבייט מצדם בנוגע דעם קאוויד ביל איז פארטיג און די ביל גייט אדורך גיין, שמייסן שוין צום נעקסטן ריזן פראזשעקט: אינפערסטרוקטור.
דעם דאנערשטאג וועט פארקומען דער ערשטער גאר וויכטיגע מיטינג איבער דעם ביל, דורך בייפארטיזען קאנגרעסלייט, טראנספארטאציע סעקרעטאר און פרעזידענט ביידען אויסצוהאמערן די ערשטע יסודות און סטראטעגיע.
די פלאן דרייט זיך ארום 2 טריליאן דאלאר און וועט ווערן געדעקט דורך אסאך אינוועסטמענט קוועלער און מעגליך טעקסעס. די ווייסע הויז פלאנירט דערווייל עס צו דורכפירן מיט רעפובליקען שטימען אבער אין פאל פלאן א' ארבייט נישט וועט מען גיין צו פלאן ב' און עס טוהן דורך ריקאנסיליעישאן.
מער פרטים וועלן נאכפאלגן אין דעם אשכול סייווען עס קומט אריין נייעס אין די נושא.

- אטעטשמענטס
-
- IMG_20210302_200541.jpg (53.01 KiB) געזען 3254 מאל
- כאפצעם
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18244
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
- לאקאציע: לויפט
Re: ביידען'ס אינפערסטרוקטור פלאן
היינט פארגעקומען דער מיטינג מיט ביידען אין אוועל אפיס ווי ס'האבן זיך באטייליגט 4 רעפובליקענס און 4 דעמאקראטן.
פאר קאנטעקסט, הילערי קלינטאן האט פארגעשלאגן א $500 ביליאן פלאן, טראמפ האט פארגעשלאגן א $1 טריליאן דאלארדיגע, און ביידען האט פארגעשלאגן א $2 טריליאן פלאן ביים קאמפיין און מ'גלייבט אז ער צילט ערגעץ אין דעם געגענט אבער ביים מיטינג האט מען נישט דיסקוסירט קיין פרייז טעג נאר די סאורסעס פון עס באצאלן.
די דעמאקראטן קוקן עס אן ווי אן אינוועסמענט מיט גוטע ריטורנס און זענען גרייט די פעדעראל גאווערמענט זאל קאווערן די גאנצע עקספענס. די רעפובליקענס האבן פארגעשלאגן פארשידענע הצעות, ווי אז סטעיטס זאלן קאווערן חלקים און א גאז טעקס מיט וואס עס צו קאווערן.
ביידע צדדים זענען ארויסגעקומען זאגן אז סאיז געווען פראדוקטיוו און סאיז ערווארטעט די קומענדיגע טעג, ווי נאר דער סטימיולעס גייט אדורך, צו ווערן פארמאל ארויסגעלייגט דורכן ביידן אדמיניסטראציע.
טראמפ האט געארבייט 4 יאר צו מאכן אן אינפערסטרוקטור און ס'איז דורכגעפאלן, הויפטזעכליך צוליבן נישט וועלן צושטעלן קיין פעדעראלע פאנדינג, א זאך וואס די דעמס האבן נישט געהאלטן דערביי, אבער ביידען שרייט ער קען יא צוזאמברענגען די 2 צדדים, ונראה מה יהיה חלומותיו.

- 20210304_204013.jpg (723.33 KiB) געזען 2972 מאל
-
- 20210304_203852.jpg (468.84 KiB) געזען 2972 מאל
- ר' זעקל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11453
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
- לאקאציע: אונטערן זעקל
Re: ביידען'ס אינפערסטרוקטור פלאן
אויב גייט ער עס באווייזען דורך צופירען, נאך דערצו אויב עס וועט זיין מיט ביפארטיזען שטיצע, געבן איך אים שטארק קרעדיט פאר עס.
נישט ווייל איך האלט אז די פעדעראלע גאווערמענט דארף צאלען פאר עס, נאר עס איז נישטא קיין ברירה, אנדערש גייט עס נישט געשעהן, אין אמעריקעס אינפערסטרוקטער איז א חורבן נאכדערצו ווען די שטעלסט עס צו צו עני אנדערע מערב וועלט לאנד.
נישט ווייל איך האלט אז די פעדעראלע גאווערמענט דארף צאלען פאר עס, נאר עס איז נישטא קיין ברירה, אנדערש גייט עס נישט געשעהן, אין אמעריקעס אינפערסטרוקטער איז א חורבן נאכדערצו ווען די שטעלסט עס צו צו עני אנדערע מערב וועלט לאנד.
Re: ביידען'ס אינפערסטרוקטור פלאן
ווי שטעקט דער חורבן אין אינפראסטרוקטור אין אמעריקע?
- נארמאליזעם
- ראש הקהל
- תגובות: 21067
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
- לאקאציע: אין מיין בעט
Re: ביידען'ס אינפערסטרוקטור פלאן
נאכגעלאזטע טרעינס וואס פארן ווי מעקעלעך, אלטע ברידזשעס, מ'דארף בויען נייע ראודס,
גייט אויסקוקן ווי נאך די גרעיט דיפרעשן ווי די ארבעטסלאזע ראטע האט געטראסקט

- הגות תבונות
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 465
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
- לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.
Re: פרעזידענט ביידען'ס אינפראסטרוקטור פלאן
קען מען מאכן ריקאנסיליעישאן מער ווי איין מאל א יאר?
וויאזוי זיך צו דינגען ווי א נארמאלער מענטש קרעדיט: אנעים זמירות
- כאפצעם
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18244
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
- לאקאציע: לויפט
Re: פרעזידענט ביידען'ס אינפראסטרוקטור פלאן
ניין. אבער מ'קען עס שוין מאכן אלס די 21' ריקאנסיליעישאן
- הגות תבונות
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 465
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
- לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.
Re: פרעזידענט ביידען'ס אינפראסטרוקטור פלאן
הייסט עס אז די איצטיגע גייט צוריק צו 2020? וויאזוי ארבעט אזא זאך?
וויאזוי זיך צו דינגען ווי א נארמאלער מענטש קרעדיט: אנעים זמירות
- כאפצעם
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18244
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
- לאקאציע: לויפט
Re: פרעזידענט ביידען'ס אינפראסטרוקטור פלאן
יא ווייל מהאט נאך נישט געמאכט א 20' בודזשעט
Re: פרעזידענט ביידען'ס אינפראסטרוקטור פלאן
גייט ד FDR אדער BQE איבער געמאכט ווערן ?
גיי מיר אינז האבען ווייניגער טרעפיק ?
גיי מיר אינז האבען ווייניגער טרעפיק ?
- גיי פארשטיי
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6798
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm
Re: פרעזידענט ביידען'ס אינפראסטרוקטור פלאן
FDR איז אויך א חורבן, און יא איינער וואס איז שוין געווען אין יוראפ ווייסט אז אמעריקע דארף א נייע אינפענסטראקשער, און הלוואי זאל זיך עס אויסארבעטן אבער איך גלייב שווער אז חוץ פון קאסטן געלט זאל מען זעהן תכלית אויך.
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 301
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 4:30 pm
Re: פרעזידענט ביידען'ס אינפראסטרוקטור פלאן
Mezofzef האט געשריבן:FDR is fine, BQE needs serious repair.
איר וואונט און אנטארטיקע?
די FDR איז א דיזעסטער.. יעדע מאל מ'פארט דארט אן א עקסידענט דארף מען בענטשן גומל
ווייז פרייזן, וועסטו לייזן!
Re: פרעזידענט ביידען'ס אינפראסטרוקטור פלאן
איך ווייס נישט פון וואספארא דיזעסטער דו רעדסט, יעדע מאל עס רעגנט חול המועד זעץ איך אריין די קינדער אין קאר און מפארט אויפן עפ. די. אר. סאיז איינע פון די בעסטע ראולקאוסטערס אינעם סטעיט...!
- הגות תבונות
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 465
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
- לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.
Re: פרעזידענט ביידען'ס אינפראסטרוקטור פלאן
כאפצעם האט געשריבן:יא ווייל מהאט נאך נישט געמאכט א 20' בודזשעט
אה, ייש"כ
וויאזוי זיך צו דינגען ווי א נארמאלער מענטש קרעדיט: אנעים זמירות
- שלמה הילדעסהיימער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 13529
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm
Re: פרעזידענט ביידען'ס אינפראסטרוקטור פלאן
הגות תבונות האט געשריבן:קען מען מאכן ריקאנסיליעישאן מער ווי איין מאל א יאר?
כאפצעם האט געשריבן:ניין. אבער מ'קען עס שוין מאכן אלס די 21' ריקאנסיליעישאן
מען קען מאכן דריי ריקאנסיליעישאן בילס יעדעס יאר...
- כאפצעם
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18244
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
- לאקאציע: לויפט
Re: פרעזידענט ביידען'ס אינפראסטרוקטור פלאן
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:הגות תבונות האט געשריבן:קען מען מאכן ריקאנסיליעישאן מער ווי איין מאל א יאר?כאפצעם האט געשריבן:ניין. אבער מ'קען עס שוין מאכן אלס די 21' ריקאנסיליעישאן
מען קען מאכן דריי ריקאנסיליעישאן בילס יעדעס יאר...
טעאראטיש ביזטו גערעכט ווייל מ'קען עס צוטיילן אין דריי, בודשעט, ספענדינג, און חובות. אבער פראקטיש טוט מען עס נישט געווענליך ווייל ס'איז געבינדען איינס צום צווייטן און שווער אפצוטיילן.
אבער ווי דו זאגסט, טעכניש אויב דעמאקראטן ווילן שטארק קענען זיי עס צוטיילן אין 3. און היי יאר קענען זיי האבן סיי די 21' בודזשעט און סיי די 22', סאו 6 רעקאנסיליעישאנס.....
- גיי פארשטיי
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6798
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm
Re: פרעזידענט ביידען'ס אינפראסטרוקטור פלאן
איז דען נישט דא א רול ביי ריקאנסיליעישאן אז עס טאר נישט קאסטן מער ווי איין טריליאן פאר 10 יאר?
- גיי פארשטיי
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6798
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm
Re: פרעזידענט ביידען'ס אינפראסטרוקטור פלאן
סא וויאזוי קען מען אריינלייגן 2 טריליאן דאללער פאר אינפענסטרוקטור און 1.9 טריליאן פאר סטימולוס?
- כאפצעם
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18244
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
- לאקאציע: לויפט
Re: פרעזידענט ביידען'ס אינפראסטרוקטור פלאן
ממאכט עס אונטער 10 יאר
- נארמאליזעם
- ראש הקהל
- תגובות: 21067
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
- לאקאציע: אין מיין בעט
Re: פרעזידענט ביידען'ס אינפראסטרוקטור פלאן
מגייט פיקסען די טאפן זי ברידזש?
- שלמה הילדעסהיימער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 13529
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm
Re: פרעזידענט ביידען'ס אינפראסטרוקטור פלאן
@גיי, עס האט נישט מיט די סומע. עס מעג נישט העכערן דעם דעפיציט נאך צען יאר. נישט קיין חילוק הונדערט מיליאן אדער פינף טריליאן.
- גיי פארשטיי
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6798
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm
Re: פרעזידענט ביידען'ס אינפראסטרוקטור פלאן
איז דא איינער פון ענק וואס קען מסביר זיין בעסער אויב אזוי ווי באווייזט מען אזעלעכע גרויסע בילס?
- שלמה הילדעסהיימער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 13529
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm
Re: פרעזידענט ביידען'ס אינפראסטרוקטור פלאן
וואס איז שווער צו פארשטיין.
אויב מען ברייטערט אויס א פראגראם פערמענאנט וואס וועט העכערן דעם דעפיציט איז דא א פראבלעם. ווילאנג ער גייט נישט אפעקטירן דעם דעפיציט אין צען יאר איז דאס נישט אריינגערעכנט אינעם פארבאט.