מאנסי טראפיק פראבלעמען

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

מאנסי טראפיק פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

בס"ד

איך האב אזוי רחמנות אויף אים, ער כאפט ביטערע זעצעס טעגליך, ער האט גארנישט שלעכט געטון. נאך אלעם האט ער מיר נאר געפירט וואוהין איך האב אים געטריבן, און ער האט מיר גוט געפירט. אבער יעדע צווייטע מאל וואס איך גיב אים א דריי כאפט ער א פרישן זעץ אין די מארדע. היינט האט ער באשלאסן אז דאס איז עס, ער ציהט זיך אויס מיט א מיאוס'ן לאך אין קאפ.

יא, איך רעד פון מיין קאר.

איך פאר אין מאנסי, עס איז לעגאל צו פארן מיט א קאר אין מאנסי פאר דער וואס ווייסט נישט. אבער חוץ פון די ענדלאזע לאנגע לעקטערס און די שטאט פארענדע טראפיק וואס טוט פאראורזאכן אז עס זאל נעמען שנעלער צו שפאצירן פון די שטאט ניקלשבורג צום שטאט סאטמאר אינדערהיים ווי צו פארן מיטן קאר פון איין שול צום צווייטן, און אזוי אויך וועל איך זיך נישט אפרעדן אויף די געפערליכע קריזיס וואס עס הערשט לעצטנס אויף אלע קליינע געסעלעך ווי בנש"קלעך האבן געפרוכטבארט בתי מדרשים דורכאויסן קאוויד און זיי ברענגען אן א געפארקאכטס אויף אלע דריי זייטן פון די גאס, און איך וועל אויך נישט רעדן פון די לאפאמיליא טעקסיס וועלכע טוען מיט א שטארקע פרעכקייט אנמיירענען די גאסן מיט שטאט פארענדע וויהיקלעך וועלכע פארמעסטן זיך מיט די באבעס פון ספרינג וואלי ווער עס קען פארן שטאטער.

אויף דעם אלעם האב איך געשוויגן און נישט געעפנט דאס מויל.

אבער וואס וועט זיין מיט די מיליאנען פאט-האולס?!


ביטע לייגט צו אייער דרייווינג עקספיריענס אין מאנסי און לאמיר האפן אויף א באלדיגער טויש.
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4042
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: מאנסי טראפיק פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

העכסט צייט צו אנטלויפן פון מאנסי
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
טיכטיגער
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

Re: מאנסי טראפיק פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיכטיגער »

ווי איך פארשטיי איז יעצט צוגעקומען זייער אסאך פון די שארער טראקס.
ס'דערקענט זיך שטארק אויפ'ן וועלטל אז ס'איז בין הזמנים אויפ'ן וועלט!
שירו לו
שר האלף
תגובות: 1104
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 12:21 pm

Re: מאנסי טראפיק פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירו לו »

ממש געפערליך, יעדע דריי פיס נאך א זעץ, מיינע רעדער זענען שוין נישט די זעלבע ווי דריי חדשים צוריק. פחדים נוראים ממש.
אפגערעדט נאך אין די אונטערשטע טייל פון מאנסי אין געגנט פון הצלחה גראסערי, ווי מ'דארף פשוט האבן נסים אדורכצושפרייזן די גאס מיט א קאר
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: מאנסי טראפיק פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

טישטוך האט געשריבן:בס"ד
.

אבער וואס וועט זיין מיט די מיליאנען פאט-האולס?!


ביטע לייגט צו אייער דרייווינג עקספיריענס אין מאנסי און לאמיר האפן אויף א באלדיגער טויש.

טאקע שרעקוועדיג, אבער לעניות דעתי איז קר"י פונקט די זעלבע..(עניוועי, טא ראנגס דאזענט מעיק וואן רייט)
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7405
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: מאנסי טראפיק פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

סתם צו האקען אויף מאנסי אז די האסט פראבלעימען באשילדיג נישט די גאנצע שטאט און יעדע אידישע שטאט איז דא טראפיק (איך בין געווען א וויזיט און בלומענבערג האבען איך געזען אז דארט האט מען ספעציעל דזייענד טרעפיק)
פארקערט און מאנסי ווען מ'וויל אנקומען קען מען ניצען א בייק און לאזען די קאר פאקירט משא"כ און די הייליגע וויליאמסבורג (ווי איך בין יעצט און גלות) ווי צו לאזען די קאר האט מען נישט און ניצען א שגץ בייק ר"ל קען מען זיכער נישט

(איך מיין נישט קיינעם שאסט ס'האט אנגעכאפט א בענקעניש צו מיין היים שטאט)
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: מאנסי טראפיק פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

יעפס, די לעצטע חודש צוויי איז געווארן פחדים נוראים, איך פארשטיי אליינס נישט ווי אזוי כ'האב נאכנישט געכאפט קיין פלעט...
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3233
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: מאנסי טראפיק פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

בעריש'ל האט געשריבן:העכסט צייט צו אנטלויפן פון מאנסי

מיינסט אין פלארידא איז נישטא קיין פאטהאלס.... :grin:
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: מאנסי טראפיק פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

איך זעה אז מען האט אנגעצינדן די טרעפיק לייט'ס פארנט Monsey Glatt אויף 59, דאס דארף ארויסצוהעלפן די טרעפיק ארויסצופארן פון Bates. למעשה איז געווען נעכטן גאנץ א גרויסע טרעפיק אויף 59 בעיקר ווען מען וויל זיך איינדרייען פון Remsen Ave.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
כ'לאך
שר האלף
תגובות: 1113
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 11:40 am

Re: מאנסי טראפיק פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'לאך »

מ׳דארף מאכן א קאמפיין אז די וויליאמסבורגער זאלן טוישן רעדער מיט די מאנסיער די וויליאמסבורגע רעדער זענען דיקער מיט אפאר אינטשעס צוליב די אנגעקלעבטע גארביטש און די מאנסיער וועלן עס אראפנעמען מיט די פאטאלס
(האלוי שיק מיר אריין די נאמבער פון די רעדער שדכן)
כ׳לאך ווען ס׳איז מיר גוט. נישט ווען דער פאטאגריפער הייסט
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”