דרוק אויף גאווערנאר קאומא צו רעזיגנירן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דרוק אויף גאווערנאר קאומא צו רעזיגנירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

נו, און גאווערנאר קאומאו האט מיט זיין מאכט באשלאסן צו פארגרינגערן פאר די מענטשהייט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
שנייאיגע ווינטער
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 6:40 pm

Re: דרוק אויף גאווערנאר קאומא צו רעזיגנירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנייאיגע ווינטער »

טשאדעלע! ;l;p- ;l;p-

איינער וואס זאגט אז קאמאו האט אונז פיינט, אדער אפילו אז ער האט נישט פארקוקט פאר אונז, איז אדער לעבט ער אין מארס, אדער קראכט ער זיין אין קאפ אין א מעטאלענע וואנט.

צו ער איז געווען א גוטע גאווענער אין אלגעמיין קען מען דן זיין, אבער אונז געטוען אסאך טובות האט ער זיכער.
אויב איינער האט אונז געמאכט די צרות, איז עס נאר אונזער אייגענע מוסרים און "פראטעסטירען אנדרייערס"..

און מיר דארפן זיך וואטשן פון חלילה ארויסווייזען פארן גאס פרייד מיט קאמאו'ס צרות, אפילו אין הארץ האט מען עס.


ווי אנדערע האבן שוין ערווענט, איז קאמאו פון די מעסיגסטע פאליטישענס אין נוי יארק.
איז וואס איז די אויפטוע אז ער גייט?
לעצט פארראכטן דורך שנייאיגע ווינטער אום מאנטאג מארטש 01, 2021 10:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: דרוק אויף גאווערנאר קאומא צו רעזיגנירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

אז ערגעץ אנדערש איז בעסער איז בכלל נישט קיין תריץ, צוויי Wראנג'ס מאכט עס נאך נישט גערעכט, אבער איך וויל דעמאנען דא דער עולם ווי דער העלד קאומא איז געשטאנען און געגעבען עקזעקעטיוו ארדערס און געשריגן ווי גיט ער פירט די קריזיס, און דער זעלבע צייט וואס דער עולם האט פארפירט אז די פאלעסיס זענען א חרבן,

ווער געדענקט נאך ווי לאנג עס געדארט פאר קאומא צוריק צו דרייען די נירסינג האום באפעל, נאך איבער א חודש שרייען האט ער זיך ענדליך געבראכן, ווער געדענק נאך די אייוועלט קאר פיטקינג וועגן די שפיטאל באזיכער פאלעסי, חדשים וואס ער איז געווען ביזי שרייען ווי גיט ערפירט און זיך נישט וויסענדיג געמאכט.

דער גאווענער וואס אן קיין שאלה איז ער פון די פינף ערגסטע פון די גאנצע לאנד ווי אזוי צו באהאנדלען די וויירעס שרייבט א ביך איבערן וויירעס,

און ווען זאכן האבן אנגעהויבן גיין שלעכט איז עס געווען יעדעמ'ס פראבלעם אויסער זיינע, קודם טראמפ און נאך דעם א אידן פראבלעם, קיקט אויס ווי עולם האט שוין פארגעסן פון די קאלירפול זאנעס, וואס זענען ווינדערלעך געשניטן געווארן לויט די ערוב מאפעס,

ווער עס האט מיט געהאלטן זיינע פרעסע קאנפערענצען יענע טעג האבן זיך געריבן די אויגן צו מען איז און אמעריקע, וועלכע נאך פלאץ און דער וועלט חיץ מדנית ישראל האט מען אזוי גערעדט,

און ווי ווינדערליך אז ווי נאר די נומבערן האן אנגעהויבן ארויף גיין און די אלגעמיינע געגענטער האט זיך גאנצע זאנעס גענדיגט,

און וועגען די סקאנדאלן איז נישט קיין חליק צו עס איז יא אמת צו נישט, אז די גלייבסט יעדעם דארף ער נישט זיין אנדערש, נאך דערצו אז עס שטייט אזוי גיט אויף עם עס צוטיען.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6532
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: דרוק אויף גאווערנאר קאומא צו רעזיגנירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

איך ווייס נישט וועמען צו ציטירן, אבער לאמיר מאכן א סך בכל וועגן קואמא מיט היימישע יודען.

איז אזוי דעס אז אין ניו יארק איז די לייכסטע ווי איבעראל איז וועגן אסאך סיבות וואס האבן גארנישט מיט אים קודם כל איז אמעריקע אינגאנצען עפעס אנדערש ווי איבעראל אנדערש ווען עס קומט צו פריוואטע רעכטן און וועגן דעם איז אין אמעריקע געווען איבעראל היבש גרינגער ווי ערגעץ אנדערש, צווייטנס איז דער סיסטעם פון מוניסיפעל לאו אינפארסמענט געווען די גרעסטע סיבה פארוואס ער האט כמעט גארנישט געקענט טוהן.

און יעצט כלפי אים איז אמת אז אין די ערשטע תקופה האט ער אונז נישט געטשעפעט אבער עס קוקט אויס ווי עטס האטס שוין פארגעסן פון סוכות צייט וואס די רדיפות זענען געווען נעקסט לעוועל מיט א פארצייטישע רשעות און אויב איינער געדענקט נישט קען איך אים דערמאנען דיטעילס, און אפי' דעמאלט האט די מוניסיפעל לאו אינפארסמענט סיסטעם געארבעט קעגען אים, און מיט די שטארקייט פון די מנהיגי ישראל ביז ער האט אויפגעגעבן.

אבער נאכ אלץ בין איך מסכים אז עס לכאורה בעסער פאר אונז אויב ער בלייבט, און זיכער אז ח"ו זאל קיינער נישט גיין אויף סאושעל מידיע יעצט זיך נוקם זיין מיר זענען אין גלות!

ה' ילחם לכם ואתם תחרישון!
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: דרוק אויף גאווערנאר קאומא צו רעזיגנירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

כאפצעם זאגט זייער פיין.

ער געבט א וויש אוועק מיטן המוציא שניט לצנות.. עס דערקענט זיך אויף זיין תגובה אז טראמפ איז נישט אין אפיס מער.. :lol:

אבער דאס איז עס. די כלל אין עולם האפאליטישענס איז, ווער עס פאלט אריין אין דעם טאפ קומט נישט ארויס א לעבעדיגער.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דרוק אויף גאווערנאר קאומא צו רעזיגנירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

זיסע פיש האט געשריבן:אז ערגעץ אנדערש איז בעסער איז בכלל נישט קיין תריץ, צוויי Wראנג'ס מאכט עס נאך נישט גערעכט, אבער איך וויל דעמאנען דא דער עולם ווי דער העלד קאומא איז געשטאנען און געגעבען עקזעקעטיוו ארדערס און געשריגן ווי גיט ער פירט די קריזיס, און דער זעלבע צייט וואס דער עולם האט פארפירט אז די פאלעסיס זענען א חרבן,

ווער געדענקט נאך ווי לאנג עס געדארט פאר קאומא צוריק צו דרייען די נירסינג האום באפעל, נאך איבער א חודש שרייען האט ער זיך ענדליך געבראכן, ווער געדענק נאך די אייוועלט קאר פיטקינג וועגן די שפיטאל באזיכער פאלעסי, חדשים וואס ער איז געווען ביזי שרייען ווי גיט ערפירט און זיך נישט וויסענדיג געמאכט.

דער גאווענער וואס אן קיין שאלה איז ער פון די פינף ערגסטע פון די גאנצע לאנד ווי אזוי צו באהאנדלען די וויירעס שרייבט א ביך איבערן וויירעס,

און ווען זאכן האבן אנגעהויבן גיין שלעכט איז עס געווען יעדעמ'ס פראבלעם אויסער זיינע, קודם טראמפ און נאך דעם א אידן פראבלעם, קיקט אויס ווי עולם האט שוין פארגעסן פון די קאלירפול זאנעס, וואס זענען ווינדערלעך געשניטן געווארן לויט די ערוב מאפעס,

ווער עס האט מיט געהאלטן זיינע פרעסע קאנפערענצען יענע טעג האבן זיך געריבן די אויגן צו מען איז און אמעריקע, וועלכע נאך פלאץ און דער וועלט חיץ מדנית ישראל האט מען אזוי גערעדט,

און ווי ווינדערליך אז ווי נאר די נומבערן האן אנגעהויבן ארויף גיין און די אלגעמיינע געגענטער האט זיך גאנצע זאנעס גענדיגט,

און וועגען די סקאנדאלן איז נישט קיין חליק צו עס איז יא אמת צו נישט, אז די גלייבסט יעדעם דארף ער נישט זיין אנדערש, נאך דערצו אז עס שטייט אזוי גיט אויף עם עס צוטיען.

זיינע קאוויד פאציענטן פאליסיס איז אן קיין ספק געווען א חורבן עולם. עס איז מער די פאלשקייט און עקלדיגקייט מצד די מידיא און די פאליטישאנס וואס זיי גייט קיין כי הוא זה נישט אן די ריעל אישוס, נאר כאפן זיך ארויף אויפ'ן וואגן אבי צו קענען זיין פארט פון דעם ריקוד אויף קאומאוס בלוט, וואס גרוילט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

Re: דרוק אויף גאווערנאר קאומא צו רעזיגנירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

עס פלעגט אמאל זיין א אידישער פאלקס ווערטל מען זאל נישט מתפלל זיין פאר א נייעם קעניג!
חיים הערש
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 09, 2017 11:53 am

Re: דרוק אויף גאווערנאר קאומא צו רעזיגנירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים הערש »

קאומא איז קיינמאל נישא געהייסען א שונא ישראל סאיז געווען מער בבחינות הקנאה התאוה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם, ווען סאיז געווארען א פערזענליכע פייט מיט די אידן ווייל מהאט געפיפען אויף אים בנוגע די מוסדות וכדומה האט ער איז נישט געקענט אראפשלינגען, אין זאגן כהאב מיך טועה געווען איז נישט דא איז זיין דיקשענערי (אזוי דיבלאזיע וואס האט זיך אויסגלערנט זאגן איים סארי)
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: דרוק אויף גאווערנאר קאומא צו רעזיגנירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

שווער צו שרייען אנטיסעמיט אויף קאומא נאכן מיטהאלטן וויאזוי מען באהאנדלט א גאנצן ווינטער אונזערע ברודער אין מאנטרעאל לאנדאן אנטווערפן וכו'.
קיין צדיק איז ער נישט, אבער נישט קיין דמיון צו וואס עס גייט פאר אין די אלע פלעצער.
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: דרוק אויף גאווערנאר קאומא צו רעזיגנירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

גליטשעדיג האט געשריבן:עס פלעגט אמאל זיין א אידישער פאלקס ווערטל מען זאל נישט מתפלל זיין פאר א נייעם קעניג!

יא, דאכט זיך די ווערטל שטייט שוין אין חז"ל...
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: דרוק אויף גאווערנאר קאומא צו רעזיגנירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ער וועט נאך קריגן שכר אויף די וועלט (אדער האט ער שוין באקומען..) פארן נישט באדערן אידישע קינדער דורכאויס דעם קריזיס. און דערצו האט ער נאך אריינגעגעבן פאר בלאזיאו׳נן ווען ער האט גערעדט אביסל צו שארף. נאך אלעם איז אין נאו יארק געווען און איז נאך היינט די גרינגסטע שטאט אויפן כדור העולם, ווען ס׳קומט צו די קאראנע צוימונגען [און עונשים].

ער האט אבער גערעדט אפענע און גרויליגע דברי כפירה, מיט וואס אפילו אמעריקאנע גוים שעמען זיך. דער גייט האבן א ביטערע מפלה.

שמיץ? יעדע אמעריקאנע גוי האט שמיץ. און ווען עס קומט ארויף נאר איין נירסינג האום סקאנדאל, עפענט עס די קראן פאר די שאר ירקות סקאנדאל׳ן.

בלאזיאו קען ערווארטן דעם זעלבן פעקל, אויב גליטשט ער זיך אויך אויס ערגעץ. אזוי גייט עס אינעם עולם האפאליטיק.

אזוי שנעל פארגעסטו? די געדענקסט נישט וויאזוי ער האט גערעדט וועגן אונז ביי איינע פון די פרעסע קאנפערענסן מיט די גרעסטע מאס שנאה טון האס? דיר איז א וויסטער איטאליענער אנטעסעמיט. ביז ווי לאנג מ׳טשעפעט נישט מיט איז ער טאקע וואויל געווען.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: דרוק אויף גאווערנאר קאומא צו רעזיגנירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:טראמפ און ביל קלינטאן האבען געהאט ערגערע שמוץ סקאנדאלען

מען רעד נישט דא פון קיין פאקטישע מעשים שמוץ, אלעס איז נאר דיבורים און ביהעוועיר, עס זעהט אויס ווי א מידיע קארדענאציע אים אראפציברענגען און כאפן זיך ארויף אויף יעדע מעשה וואס מען קען ווארפען ווי געבראטענס, אויף יעדע פאלעטישען קען מען טרעפן אז זיי האבען גערעדט נישט אזוי איידעל.


וואס איז דער ציל פון די קאנספיראציע לויט דיר?

קלינטאן טראמפ קומט נישט דא אריין, קלינטאן איז געווען דרייסיג יאר צוריק, און טראמפ איז א ספעשל קעיס, איך וואלט ענדערש געברענגט א ראי' פון קאומא אליינס צוויי חדשים צוריק, די ערגסטע שמוץ איז שוין דעמאלט געווען אינדרויסן, און קיינער האט אפי' נישט גערעדט דערפון.
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: דרוק אויף גאווערנאר קאומא צו רעזיגנירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

נקדימון האט געשריבן:דעמאקראטישער סטעיט סענאטאר און געוועזענער סיטי קאמפאטראלער דזשאן לאו קאמענטירט אויף די נייעס פון א דריטע פרוי: "א מענטש וואס פירט זיך אזוי אויף איז נישט פאסיג צו פירן"



איך פארשטיי נישט פארוואס ער זאגט אז א מענטש וואס פירט זיך אזוי אויף איז אומפאסיג צו פירן, דעי סקאנדאלן מאכט נישט אז מקען נישט פירן סאיז נאר אומפאסיג משא'כ די נערסינג-האום סקאנדאל מאכט יא נישט קענען
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

Re: דרוק אויף גאווערנאר קאומא צו רעזיגנירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ותיק וחסיד »

איך כאפ נישט. פארוואס זאל ער רעזיגנירן ווייל א צווייטער הייסט איהם? דער צווייטער קען גארנישט טוען חוץ הייסן רעזיגנירן, פייפ זיי אלע אהן און פארטיג.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: דרוק אויף גאווערנאר קאומא צו רעזיגנירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

ותיק וחסיד האט געשריבן:איך כאפ נישט. פארוואס זאל ער רעזיגנירן ווייל א צווייטער הייסט איהם? דער צווייטער קען גארנישט טוען חוץ הייסן רעזיגנירן, פייפ זיי אלע אהן און פארטיג.


מצד איהם טאקע, זיין מענטעלאטעט, שטייט אויס ער זאל זיך האלטן פעסט און אנפייפן יעדעם.

דער פראבלעם איז אבער מער אז זיין סטעף לאזט אים איבער. זייער אסאך אדמיניסטראציע באאמטע זענען געגאנען איינמאל די נירסינג האום סקאנדאל (וואס ער גייט מסתמא איבערלעבן..) האט אנגעהויבן קאכן.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: דרוק אויף גאווערנאר קאומא צו רעזיגנירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

וואס האלט דער עולם דא, גייט ער עס איבערלעבן?
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

Re: דרוק אויף גאווערנאר קאומא צו רעזיגנירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ותיק וחסיד »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
ותיק וחסיד האט געשריבן:איך כאפ נישט. פארוואס זאל ער רעזיגנירן ווייל א צווייטער הייסט איהם? דער צווייטער קען גארנישט טוען חוץ הייסן רעזיגנירן, פייפ זיי אלע אהן און פארטיג.


מצד איהם טאקע, זיין מענטעלאטעט, שטייט אויס ער זאל זיך האלטן פעסט און אנפייפן יעדעם.

דער פראבלעם איז אבער מער אז זיין סטעף לאזט אים איבער. זייער אסאך אדמיניסטראציע באאמטע זענען געגאנען איינמאל די נירסינג האום סקאנדאל (וואס ער גייט מסתמא איבערלעבן..) האט אנגעהויבן קאכן.


כ'הער, אבער פעלט דען ארבייטערס איו ניו יארק, נאכדערצו מיט אזאלכע גרויסע אנעמפלוימענט.

לאז איהם וויסן אז איך מיט אפאר חברים זענען עני טיים גרייט צו גיין ארבעטען פאר איהם.
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

Re: דרוק אויף גאווערנאר קאומא צו רעזיגנירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ותיק וחסיד »

פוילער האט געשריבן:וואס האלט דער עולם דא, גייט ער עס איבערלעבן?


זעה נישט פארוואס נישט. ער קען זיך פיין אריינפייפן.
עובדיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 11, 2021 12:01 pm

Re: דרוק אויף גאווערנאר קאומא צו רעזיגנירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עובדיה »

יואל שרייבער האט געשריבן:שווער צו שרייען אנטיסעמיט אויף קאומא נאכן מיטהאלטן וויאזוי מען באהאנדלט א גאנצן ווינטער אונזערע ברודער אין מאנטרעאל לאנדאן אנטווערפן וכו'.
קיין צדיק איז ער נישט, אבער נישט קיין דמיון צו וואס עס גייט פאר אין די אלע פלעצער.

ס'איז נישט ממש קיין דמיון וויל די אידן און ניו יארק האבן אסאך א שטערקער'ן כוח פאליטיש.
יא אונז ווילן זעהן נקמה אין די רוצחים, און יא אויך אין זייערע קינדער, ווי די פסוק זאגט: "אַשְׁרֵי שֶׁיֹּאחֵז וְנִפֵּץ אֶת עֹלָלַיִךְ אֶל הַסָּלַע".
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: דרוק אויף גאווערנאר קאומא צו רעזיגנירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

באמת וואלט דאס געווען א קליינע סקאנדאל אבער נאך יאררן פון טראמפ וואס יעדע קליינע טריט אי געווען א סקאנדאל איז דאס א אמתע סקאנדאל כאטש געעיסט אויף אמת
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: דרוק אויף גאווערנאר קאומא צו רעזיגנירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

פוילער האט געשריבן:ביז ווי לאנג מ׳טשעפעט נישט מיט איז ער טאקע וואויל געווען.

אהא, הײסט דו װארסט אױף א גאװערנער װאס װעט זײן װאױל צו אונז אפי׳ מ׳װעט טשעפענען מיט אים, ממש פון די נעלבים ואינם עולבים

כ׳הער, גוד לאק
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3723
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: דרוק אויף גאווערנאר קאומא צו רעזיגנירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

קרייסלער האט געשריבן:
די סיסטעם פון די פאראייניגטע שטאטן איז אז דע פעדעראלע רעגירונג האט באגרעניצטע מאכט

בשעתו איז מיר שווער געווען די קשיא און יעצט האסטו מיר עס פארענטפערט. ייש''כ
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: דרוק אויף גאווערנאר קאומא צו רעזיגנירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

אדם א מענטש האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:
די סיסטעם פון די פאראייניגטע שטאטן איז אז דע פעדעראלע רעגירונג האט באגרעניצטע מאכט

בשעתו איז מיר שווער געווען די קשיא און יעצט האסטו מיר עס פארענטפערט. ייש''כ

בשעתו האט די פעדעראלע רעגירונג נישט געווען אינטרעסירט אין לאקדאונס,

פארקערט, טראמפ האט געשימפט קען די לאקאונס
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3723
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: דרוק אויף גאווערנאר קאומא צו רעזיגנירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

זיסע פיש האט געשריבן:
קיקט אויס ווי עולם האט שוין פארגעסן פון די קאלירפול זאנעס, וואס זענען ווינדערלעך געשניטן געווארן לויט די ערוב מאפעס,


אליבא דאמת, די עולם האט דעמאלט טאקע געשימפט און איך האב אנגענומען א מויל וואסער
אבער איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען פארוואס ווערט ער אן אנטיסעמיט וועגען דעם, בסך הכל איז ער געגאנגען לויט די נומערן, און ליידער זענען די נומערן געגאנגען לויט די עירוב מאפע.
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3723
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: דרוק אויף גאווערנאר קאומא צו רעזיגנירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

Rak Tov האט געשריבן:
אדם א מענטש האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:
די סיסטעם פון די פאראייניגטע שטאטן איז אז דע פעדעראלע רעגירונג האט באגרעניצטע מאכט

בשעתו איז מיר שווער געווען די קשיא און יעצט האסטו מיר עס פארענטפערט. ייש''כ

בשעתו האט די פעדעראלע רעגירונג נישט געווען אינטרעסירט אין לאקדאונס,

פארקערט, טראמפ האט געשימפט קען די לאקאונס

די אמעריקאנער מענטאליטעט איז, אז די גאווערמענט זאל זיך האלטן אביסל פונדערווייטענס
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”