קרן שדכנים ד'באבוב

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: קרן שדכנים ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

זעהער האט געשריבן:אין קרית יואל וועט מען דארפן שאפן שווערע מיליאנען אויב ווילן זיי נאכמאכן באבוב

ממ"נ אויב איז דאס ווייל זיי האבן אזויפיל מער מענטשן, נו, קענען זיי דאך ארויפטרייבן אסאך מיליאנען. אויב איז דאס ווייל זיי האבן מער עלטערע בחורים פראצענטועל, דאן דארפן זיי דאך זיכער טוהן עפעס דערוועגן!
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: קרן שדכנים ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

שאפן דאס געלט איז געווענליך נישט די הויפט פראבלעם ווי געזאגט. עס דארף זיין א סיסטעם, א קראנטע פלאץ ווי עס אריינצולייגן און ווי אלע שדכנים זאלן עס קענען זען.
איינמאל מען מאכט אזוינס אין קרית יואל, ווייער איך אריין מיינע 10 אלפים פאר מיין קרוב.
אינטער שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 15, 2020 6:02 pm

Re: קרן שדכנים ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטער שמש »

איך קען נישט זאגען פאר באבובער רבין זז"ג וואס צו טון, בפרט אז ער נעמט נישט ביי מיר קיין געלט

אבער אויב ,מי יתן והי' אז מ'וועט עס נאכמאכען אין אנדערע קהילות ,וואלט געדארפט זיין א גרעניץ ויפיל מען צאלט

לדעתי הקלושה , צו גיבען פאר איינעם זעכצען טויזענט דאלער איז אביסעל איבערגעטריבען ,עס שטרענגט זייער אן די קאסע
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: קרן שדכנים ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

נו איז וואס עט געבן א גרעסערע שטופ פארן שדכן צו פראבירן פארן 32 יעריגן?
דביה תחדי נפשא
אשריך
שר חמש מאות
תגובות: 735
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2019 7:10 pm

Re: קרן שדכנים ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשריך »

די געשפרעך פון טאג ביי די חסידישע וועלט איבער די קרן שדכנים וואס מ'זעט קלאר אז געזאגט און געטון! די חידוש פון די קרן איז נישט דווקא די ריזיגע נאמבערס נאר די אמת'דיג קייט דערפון אז א טאג שפעטער באקומסטי די געלט און מיט א פינקטלעכע חשבון

יעצט דעס איז זיכער אז נישט אלע קהילות קענען נאכמאכן די נאמבערס ווי באקאנט האט באבובע רבי קשרים מיט ריזיגע פליאנטראפן א שטייגער ווי ר' ישראל ענגלענדער וואס איך ווייס נישט צו ער גיבט פאר די קרן אבער דאס מאכט לכאורה די באבובע רבי שליט"א האבן ברייטע פלייצעס
אבער זאל יעדער קהילה נאכמאכן וויפעל זיי זענען ביכולת און זאל מען טאקע זעען גרויסע חילוקים און די שידוכים פעלד
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: קרן שדכנים ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

אינטער שמש האט געשריבן:איך קען נישט זאגען פאר באבובער רבין זז"ג וואס צו טון, בפרט אז ער נעמט נישט ביי מיר קיין געלט

אבער אויב ,מי יתן והי' אז מ'וועט עס נאכמאכען אין אנדערע קהילות ,וואלט געדארפט זיין א גרעניץ ויפיל מען צאלט

לדעתי הקלושה , צו גיבען פאר איינעם זעכצען טויזענט דאלער איז אביסעל איבערגעטריבען ,עס שטרענגט זייער אן די קאסע

פארקערט
אזא ריזן סומע וועט ברענגען אז גרעסערע נדבות פון עשירים זאלן אריינפלוסן
כ'גלייב עטליכע נגידים האבן געבעטן פון באבובע רב זיי ווילן אפקויפן דעם טשעק פאר זעך.
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: קרן שדכנים ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Growth hacker »

יידישע קהילות האט געשריבן:
זעהער האט געשריבן:אין קרית יואל וועט מען דארפן שאפן שווערע מיליאנען אויב ווילן זיי נאכמאכן באבוב

ממ"נ אויב איז דאס ווייל זיי האבן אזויפיל מער מענטשן, נו, קענען זיי דאך ארויפטרייבן אסאך מיליאנען. אויב איז דאס ווייל זיי האבן מער עלטערע בחורים פראצענטועל, דאן דארפן זיי דאך זיכער טוהן עפעס דערוועגן!

דאס אז באבוב מאכט איז נישט גענוג, פארשפרייט א ראמער אז דער צד שכנגד מאכט, ביז א טאג מאכט דע אנדערע נאך און ביידע נעמען קרעדיט ודי
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: קרן שדכנים ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

אשריך האט געשריבן:די געשפרעך פון טאג ביי די חסידישע וועלט איבער די קרן שדכנים וואס מ'זעט קלאר אז געזאגט און געטון! די חידוש פון די קרן איז נישט דווקא די ריזיגע נאמבערס נאר די אמת'דיג קייט דערפון אז א טאג שפעטער באקומסטי די געלט און מיט א פינקטלעכע חשבון

יעצט דעס איז זיכער אז נישט אלע קהילות קענען נאכמאכן די נאמבערס ווי באקאנט האט באבובע רבי קשרים מיט ריזיגע פליאנטראפן א שטייגער ווי ר' ישראל ענגלענדער וואס איך ווייס נישט צו ער גיבט פאר די קרן אבער דאס מאכט לכאורה די באבובע רבי שליט"א האבן ברייטע פלייצעס
אבער זאל יעדער קהילה נאכמאכן וויפעל זיי זענען ביכולת און זאל מען טאקע זעען גרויסע חילוקים און די שידוכים פעלד

אז דו ווייסט נישט צו איזי געבט וואסיז די ציל פון דיין טראלעריי? די געשפרעך פונעם טאג איזעס נישט און געזאגט און געטון איז א נייטרא טרעידמארק...

לגופו של ענין באבוב האט נישט פרעצענטואל מער גבירים ווי עני גרויסע קהילה און יעדער יא יעדער איז ביכולת עס צו נאכמאכן והא ראיה אז ווען כ׳וואלט דיר געזאגט חנוכה צייט אז באבוב וועט דאס טוהן וואלט עס אויך געווען שווער צו גלייבן.
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: קרן שדכנים ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

יידישע קהילות האט געשריבן:
זעהער האט געשריבן:אין קרית יואל וועט מען דארפן שאפן שווערע מיליאנען אויב ווילן זיי נאכמאכן באבוב

ממ"נ אויב איז דאס ווייל זיי האבן אזויפיל מער מענטשן, נו, קענען זיי דאך ארויפטרייבן אסאך מיליאנען. אויב איז דאס ווייל זיי האבן מער עלטערע בחורים פראצענטועל, דאן דארפן זיי דאך זיכער טוהן עפעס דערוועגן!

די פוינט איז אז ס’גייט נישט פון איין מינוט אויף די אנדערע מ’דארף שאפן שווערע געלטער נאך פאר מ’הייבט אן.
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: קרן שדכנים ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

אינטער שמש האט געשריבן:איך קען נישט זאגען פאר באבובער רבין זז"ג וואס צו טון, בפרט אז ער נעמט נישט ביי מיר קיין געלט

אבער אויב ,מי יתן והי' אז מ'וועט עס נאכמאכען אין אנדערע קהילות ,וואלט געדארפט זיין א גרעניץ ויפיל מען צאלט

לדעתי הקלושה , צו גיבען פאר איינעם זעכצען טויזענט דאלער איז אביסעל איבערגעטריבען ,עס שטרענגט זייער אן די קאסע

נישטא אזוי סאך 32 יעריגע אז מ’דארף מאכן א לימיט.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: קרן שדכנים ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

וואו זאל די לימיט זיין? און עניוועיז אפילו איין 32 יעריגע איז צופיל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: קרן שדכנים ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

איך וויל נאכאמאל באטאנען, אז לדעתי דארף זיין א ספעציעלע פרייז פאר גרושים און גרושות.
עס איז שווערער מכמה בחינות. און אסאך ווייניגער מענטשן ווילן טוהן דערין.
דא איז געלט א גרויסער גרויסער פאקטאר.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: קרן שדכנים ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

זעהער האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
זעהער האט געשריבן:אין קרית יואל וועט מען דארפן שאפן שווערע מיליאנען אויב ווילן זיי נאכמאכן באבוב

ממ"נ אויב איז דאס ווייל זיי האבן אזויפיל מער מענטשן, נו, קענען זיי דאך ארויפטרייבן אסאך מיליאנען. אויב איז דאס ווייל זיי האבן מער עלטערע בחורים פראצענטועל, דאן דארפן זיי דאך זיכער טוהן עפעס דערוועגן!

די פוינט איז אז ס’גייט נישט פון איין מינוט אויף די אנדערע מ’דארף שאפן שווערע געלטער נאך פאר מ’הייבט אן.

באבוב האט גארנישט געשאפט פון פריער און יעדע קהילה האט ווי נישט ווי א קאסע דוגמת שקל הקודש אין סקווירא אדער אבני חסד (עפעס אזוי געדענק איך נישט פונקטליך די נעמען) אין סאטמאר וכו׳ וואס קען דערהייבן די ערשטע פאר שידוכים
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: קרן שדכנים ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

יידישע קהילות האט געשריבן:איך וויל נאכאמאל באטאנען, אז לדעתי דארף זיין א ספעציעלע פרייז פאר גרושים און גרושות.
עס איז שווערער מכמה בחינות. און אסאך ווייניגער מענטשן ווילן טוהן דערין.
דא איז געלט א גרויסער גרויסער פאקטאר.

.Noted
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: קרן שדכנים ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

יידישע קהילות האט געשריבן:איך וויל נאכאמאל באטאנען, אז לדעתי דארף זיין א ספעציעלע פרייז פאר גרושים און גרושות.
עס איז שווערער מכמה בחינות. און אסאך ווייניגער מענטשן ווילן טוהן דערין.
דא איז געלט א גרויסער גרויסער פאקטאר.

גרושים און גרושות איז א אנדערע סוגיא. זיי גייען געווענליך ארויס, זיי לויפן נאך די שדכנים און נישט פארקערט, וכו’ וכו’
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: קרן שדכנים ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

חמרא טבא האט געשריבן:וואו זאל די לימיט זיין? און עניוועיז אפילו איין 32 יעריגע איז צופיל

מ’קען שוין מיינען איין מאל 17 טויזענט מ’האט שוין געהערט פון אזא לאך וואס א קהילה דארף ליידער צאלן.
נאכמער אדרבה זאל מען טיילמאל צאלן א סאך למען ישמעו ויראו און כדי שדכנים זאלן האבן אויף עפעס צו האפן אז איין טאג וועלן זיי ווערן מיט 17 טויזנט דאללער רייכער.
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: קרן שדכנים ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Growth hacker »

:-(
זעהער האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:וואו זאל די לימיט זיין? און עניוועיז אפילו איין 32 יעריגע איז צופיל

מ’קען שוין מיינען איין מאל 17 טויזענט מ’האט שוין געהערט פון אזא לאך וואס א קהילה דארף ליידער צאלן.
נאכמער אדרבה זאל מען טיילמאל צאלן א סאך למען ישמעו ויראו און כדי שדכנים זאלן האבן אויף עפעס צו האפן אז איין טאג וועלן זיי ווערן מיט 17 טויזנט דאללער רייכער.

איין מסע המלכות ווייניגער און א סערוויס פאר די אייגענע קהלה/חסידים.

יעדע גרויסע חסידות ווארפט אסאך גרעסע נומבערס און מיסט פאר זאכן וואס בענעפיטירט נישט רוב חברי הקהילה ודי
ווי מיינסטו גייסטו
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 12:57 am

Re: קרן שדכנים ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווי מיינסטו גייסטו »

אזוי גוט האט געשריבן:נעכטען איז געווען א פאנעל אין קרית יואל צווישען אפאר שדכנים, ווען מען האט גערעדט פון באצאלן פאר א שידוך האט ר׳ מרדכי פרידמאן זייער אויסגערומט כ״ק אדמו״ר מבאבוב שליט״א פארן צישטעלן געלט פאר שדכנים אין שטופען מענטשען צי ווערן שדכנים.
איך האב געהאפט אז מען וועט מעלדן דארט אז מען גייט עס אויך טוען אבער עס איז נישט געשעהן. אפשר איין טאג.

ווער האט אלץ גערעדט ביי דעם פאנעל?
אשריך
שר חמש מאות
תגובות: 735
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2019 7:10 pm

Re: קרן שדכנים ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשריך »

חמרא טבא האט געשריבן:
אשריך האט געשריבן:די געשפרעך פון טאג ביי די חסידישע וועלט איבער די קרן שדכנים וואס מ'זעט קלאר אז געזאגט און געטון! די חידוש פון די קרן איז נישט דווקא די ריזיגע נאמבערס נאר די אמת'דיג קייט דערפון אז א טאג שפעטער באקומסטי די געלט און מיט א פינקטלעכע חשבון

יעצט דעס איז זיכער אז נישט אלע קהילות קענען נאכמאכן די נאמבערס ווי באקאנט האט באבובע רבי קשרים מיט ריזיגע פליאנטראפן א שטייגער ווי ר' ישראל ענגלענדער וואס איך ווייס נישט צו ער גיבט פאר די קרן אבער דאס מאכט לכאורה די באבובע רבי שליט"א האבן ברייטע פלייצעס
אבער זאל יעדער קהילה נאכמאכן וויפעל זיי זענען ביכולת און זאל מען טאקע זעען גרויסע חילוקים און די שידוכים פעלד

אז דו ווייסט נישט צו איזי געבט וואסיז די ציל פון דיין טראלעריי? די געשפרעך פונעם טאג איזעס נישט און געזאגט און געטון איז א נייטרא טרעידמארק...

לגופו של ענין באבוב האט נישט פרעצענטואל מער גבירים ווי עני גרויסע קהילה און יעדער יא יעדער איז ביכולת עס צו נאכמאכן והא ראיה אז ווען כ׳וואלט דיר געזאגט חנוכה צייט אז באבוב וועט דאס טוהן וואלט עס אויך געווען שווער צו גלייבן.[/quote

לאמיר אייך ענטפערן
די געשפרעך פונעם טאג - דעס אז ביי עטליכע שיעורים די חול המועד אין אנדערע קהילות האט מען ארויסגעברענגט לשבח הקרן - דעס אז קול מבשר האט ארויפגעברענגט שימי ענגעל - דעס אז אויף אייוועלט טוט זיך א קרעמעל וועגן עס - און דעס וואס יעדע חסידישע יונגערמאן ווייסט פון די קרן אין באבוב צו זאגן - די אלע זאכן מיינען ביי מיר די געשפרעך פון טאג !

געזאגט און געטון האסטי פארשטאנען וואס איך האב געמיינט ארויסצוברענגו

און ניין קיין איין אנדערע גרויסע קהילה קען דעס נישט נאכמאכן ( סאטמאר לכאורה יא ) מסתמא ווייסטי נישט פון וויפעל געלט מ'רעדט דא
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re: קרן שדכנים ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

אשריך האט געשריבן:

כ׳׳פרוביר צו טראכטן וועלעכע עסטעבלישט קהילה קען עס נישט נאכמאכן.
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: קרן שדכנים ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

בקיצור א מעשה, א יונגערמאן האט געמאכט זעכצן אלפים מיט איין קנאק, און מענטשן זענען פשוטע אומפארגינערס צו סקומט זיך אים יא צו נישט, פאקטס איין און זייטס אלע שטיל.
אזוי גוט
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: קרן שדכנים ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גוט »

ווי מיינסטו גייסטו האט געשריבן:
אזוי גוט האט געשריבן:נעכטען איז געווען א פאנעל אין קרית יואל צווישען אפאר שדכנים, ווען מען האט גערעדט פון באצאלן פאר א שידוך האט ר׳ מרדכי פרידמאן זייער אויסגערומט כ״ק אדמו״ר מבאבוב שליט״א פארן צישטעלן געלט פאר שדכנים אין שטופען מענטשען צי ווערן שדכנים.
איך האב געהאפט אז מען וועט מעלדן דארט אז מען גייט עס אויך טוען אבער עס איז נישט געשעהן. אפשר איין טאג.

ווער האט אלץ גערעדט ביי דעם פאנעל?

קודם האט ר בערל טובער גערעדט חיזוק פאר די עלטרען וואס קוקען ארויס אויף זייער קינד׳ס באשערטע, און נאכדעם האט ר מאיר מרדכי בערקאוויטש אנגעפירט א פאנעל צווישן דריי שדכנים ר׳ מרדכי פרידמאן אין ר׳ אתמר מייזליש און נאך עפעס איינער פון סקווער ר׳ יעקב יוסף אדלער איבער די מצב פון שדכנים.
עס האט זיך געצויגן פאר בערך צוויי א האלב שעה.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: קרן שדכנים ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

הער איך פארציילן אז באבובער רב זז״ג האט נעכטן נאכט ביים טיש דערלאנגט א טשעק פון 11 אלפים פאר א אינגערמאן וואס האט נעכטן אויסגעפירט א שידוך צווישן א 22 יעריגע בחור מיט א 21 יעריגע מיידל.

דער רב האט דערביי דערמאנט צוויי אידן וואס האבן זיך מתחייב געווען סכומים קבועים פאר יעדע שידוך וואס ווערט אויסגעפירט בעטנדיג ביים עולם אז ממנו ילמדו וכן יעשו.
דביה תחדי נפשא
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: קרן שדכנים ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

חמרא טבא האט געשריבן:הער איך פארציילן אז באבובער רב זז״ג האט נעכטן נאכט ביים טיש דערלאנגט א טשעק פון 11 אלפים פאר א אינגערמאן וואס האט נעכטן אויסגעפירט א שידוך צווישן א 22 יעריגע בחור מיט א 21 יעריגע מיידל.

דער רב האט דערביי דערמאנט צוויי אידן וואס האבן זיך מתחייב געווען סכומים קבועים פאר יעדע שידוך וואס ווערט אויסגעפירט בעטנדיג ביים עולם אז ממנו ילמדו וכן יעשו.

ס'אומגלויבליך די שדכנים גייען זיך נעמען נאכלויפן די עלטערע קעיסעס, ס'בלייבט שוין באלד גארנישט איבער, ווער וועט זיך אומקוקן אויף די נעבעכדיגע 18 יעריגע?
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: קרן שדכנים ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

יעפ די נעקסטע פראדזשעקט איז קרן בן שמונה עשר...
דביה תחדי נפשא
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”