קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:אנקעטע פון Meeting Street Insights פון די נארט קעראליינע 2024 גאווערנאר פארמעסט:
לויטענענט גאווערנאר מארק ראבינסאן (ר) - 48%
אטוירני דזשענעראל דזשאש שטיין (ד) - 42%
קיינער פון זיי האבן דערווייל נאך נישט געמאלדן אז לויפן.
גאווערנאר ראו קופער (ד) איז טערם לימיטעד.
ראבינסאן שטייט אויס קריטיק פאר זאגן לעצטנס אין א קירכע אז דדי גלויביגע דארט ווילן ווערט געפירט דורך מאנס פערזאנען
ער האט עס געזאגט אין א רעדע אין וועלכע ער האט קריטיקירט די סאושל יוסטיץ ווינטן וועלכע בוזשעווען אין לאנד און באשולדיגט אז די באוועגונג האט פארקירעוועט איר וועג אנגרייפנדיג מערערע אינדוסטריעס און אינסטיטוציעס אריינגערעכנט ערציאונג, אונטערהאלטונג, און קירכעס
ער האט פארגעזעצט צו מוטיגן גלויביגע צו ליינען די ווערטער פונעם בייבל און געזאגט אז אפילו מענטשן טרעפן זיך מיט די אפציע פון בחירה צווישן גן עדן און גיהנם מיינט עס נישט אז די גיהנם איז ווינציגער הייס
ביי די ענדע פון זיין רעדע האט ער געמאכט די אויבנדערמאנטע קאמענטארן און בעפאר דעם אנערקענט אז זיי וועלן מעגליך ווערן באצייכנט אלץ קאנטערווערסיאל זאגנדיג: מיר גייען איצט זיך אנברענגן פראבלעמען און דאן געזאגט אז מיר ווערן גערופן זיך צו לאזן פירן דורך מאנס פערזאנען און דאן צוגעלייגט: דער פון אויבן האט געשיקט פרויען ווען די וועלן דארף זיי האבן אבער ווען עס קומט זיך צו פארמעסטן מיט גלית האט ער געשיקט דוד און נישט דוד'טע